Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד
אינטרעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט ביי דיע פארמעסטן איז, געוויסע פארמעסטן - אפילו די מערסט היציגע - זענען ארויסגעקומען קנאפע טויזענט מענטשן שטימען, דאס הייסט אז די פראצענטן וואס מ'רעדט קען אמאל זיין ממש דריי הונדערט שטימען וכדומה.
גיימיר קודם רעדן איבער די רעפאבליקאנער פארמעסטן:
דיסטריקט 77: דער אינקאמבענט איז דער טשעיר פון די הויז עדיקואציע קאמיטע וואס האט אנגעפירט די פרואוו'ן דורכצופירן סקול טשויס און נאך, זי איז אויסגעשטאנען א פארמעסט פון א מער מאדערעט רעפאבליקאנער אבער זי האט געוואונען דעם פארמעסט מיט איבער 72%.
דיסטריקט 90: דער געוועזענער רעפרעזענטעטיוו וואס האט ריטייערד אין 2022 האט באשלאסן אז עס איז אים נמאס געווארן צו זיין ריטייערד - אדער ווי אסאך עלטערע מענטשן מוז ער צוריקגיין ארבעטן צוליב ביידענפלעישן - ער איז געלאפן אינעם פריימערי אקעגן דעם אינקאמבענט און נאך צוויי טשעלענדזשער'ס, דער אינקאמבענט האט אבער ארויסגעדראפט פונעם רעיס - טראץ וואס ער איז געבליבן אויפן בעלאט - נאכן ווערן אנגעקלאגט מיטן דרייוון אונטערן איינפלוס און עטליכע גאן קלאגעס, דער געוועזענער האט טאקע געוואונען מיט 63%, דער אינקאמבענט וואס איז נאך געווען אויפן בעלאט האט באקומען קרוב צו 5% (84 שטימען), עס איז מיר נישט באקאנט די פאליטישע שטעלונגען פון די קאנדידאטן.
דיסטריקט 102: צוויי רעפאבליקאנער האבן זיך פארמאסטן צו קענען לויפן אקעגן דעם דעמאקראטישן אינקאמבענט, עס איז אבער אינטרעסאנט אז ביידע פון די צוויי זענען 'דיסטריקט שאפער'ס' דאס הייסט זיי וואוינען ניטאמאל דארט נאר זענען אהינגעקומען צו לויפן פאר די פאזיציע, קיילער סווילי האט געוואונען.
דיסטריקט 107: דער אינקאמבענט רעפאבליקאנער איז געווען פון דיע וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן געשטימט אקעגן דעם מאראלישן ביל, דער אינקאמבענט האט געפלאנט צו לויפן פאר רי-עלעקשען אבער נאך וואס זי האט געזעהן כי כלתה אלי-ה הרעה האט זי זיך ארויסגעצויגן און עס איז געבליבן א פארמעסט צווישן צוויי קאנסערוואטיוון, געוואונען האט די מער מאדערעט צווישן די צוויי 'דאן וואלף'.
און יעצט צו א דעמאקראטישע פארמעסט:
דיסטריקט 35: איינער פון די מערסט היציגע פארמעסטן ביי די דעמאקראטן איז געווען איבער א רעפרעזענטעטיוו וואס האט זיך צוגעשטעלט צו די רעפאבליקאנער צו איבערדרייען א וויטא פונעם גאוווערנער איבער מאראלישע ענינים ביי ספארטס אין שולעס (פרעג מיר נישט וואס דאס איז ביטע), טראץ וואס געוויסע רעפאבליקאנער האבן זיך אינעם זעלבן צייט צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן (איי געס עס איז דא דיינא'ס פונקט ווי עס איז דא ריינא'ס), דער דעמאקראט 'מארווין ראבינסאן' א אפריקאנער אמעריקאנער איז געווען ציל נומבער איינס פון די גאווערנער'ס סופער פעקס אים ארויסצוזעהן פון אפיס, אבער די דעמאקראטן האבן אביסל מורא געהאט היות ער האט געהאט דריי טשעלענדזשער'ס, למעשה האט די גאווערנער אינדארסירטע קאנדידאט געוואונען מיט 49% (818 שטימען) אקעגן דער אינקאמבענט מארווין ראבינסאן וואס האט אנגעצויגן 22% (367 שטימען).
עס זענען געווען נאך עטליכע פארמעסטן וואס זענען געווען זייער נאנט, ווי דער געוואונער האט געוואונען מיט עטליכע צענדליגע שטימען, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן די חילוקי דעות - אויב עס איז בכלל פארהאן - צווישן די צוויי קאנדידאטן, אזוי אויך אין דיסטריקט 65 האט די רעפאבליקאנער אינקאמבענט פארלוירן מיט כמעט 10% איך זעה אבער נישט וואס דער סיבה דערצו וואלט געקענט זיין.
ווי מ'זעהט ברענג איך מער רעפאבליקאנער פארמעסטן היות דאס איז וואס אינטרעסירט מיר די מערסטע און דיע פאליטיק קען/פארשטיי איך ענדישער ווי די דעמאקראטישע אינערליכע פאליטיק, איך וואלט אבער שטארק הנאה געהאט און עס וואלט מיר שטארק אינטרעסירט, אויב איינער פון די דעמאקראטישע ניקס - אדער סיי ווער - קען פרובירן צו ברענגן אינפארמאציע פון דעמאקראטישע אינערליכע פארמעסטן, ואתכם הסליחה און יישר כח.