לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

ברוכים הבאים.
לעצט פארראכטן דורך שמואל וואכטנהיים אום מיטוואך יוני 05, 2024 4:15 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

לאמיר אנהויבן מיט עטליכע תגובות וואס זענען געווען אינעם אנדערן אשכול.

- - -
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:49 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:01 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:45 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:19 pm
אינטרעסאנט צו באמערקן אז חוץ פון די שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט צווישן פעלאן מיט קאווי, זענען דא נאך א האנדפול אינקאמבענטס אין די סטעיט הויז וואס שטייען אויס ראנאף פארמעסטן - איך בין נישט באקאנט צו אלע פון זיי איז עס צוליב די אימפיטשמענט פונעם אטערני גענעראל.

חוץ פון פעלאן - און נאך איינער - זענען דערווייל אלע אונטערשטעליג אין די רעזולטאטן, און איינער פון די פארמעסטן (פרעדריק פרעיזיער) איז שוין גערופן געווארן פארן קעגנער (קערעסע ריטשארדסאן).

אויך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די פעלאן פארמעסט איז די טייערסטע סטעיט הויז פארמעסט אין טעקסעס היסטאריע.
צו זיין מער פונקטליך עס זענען דא - אויף די רעפאבליקאנער זייט - 8 אינקאמבענטס אין די סטעיט הויז וואס זענען אריין אין א ראנאף, ווי געזאגט פריער איז שוין איינס גערופן געווארן פאר די טשעלענדזשער.

כעת איז שוין גערופן געווארן נאך צוויי פאר די טשעלענדזשער, קאטרינע פיערסאן האט געוואונען אקעגן אינקאמבענט דזשאסטין האלאנד און ענדי הופער האט געוואונען אקעגן אינקאמבענט לין סטאקי.

(ווי איך קוק איז נאכנישט גערופן געווארן פאר פעלאן, האפענטליך איז נאך אפשר דא טשאנסן).

3/8
אקעי, דעסישען דעסק האט שוין אויך גערופן די פארמעסט פאר פעלאן - מיט 97% געציילט שטייט ער פאראויס מיט אונטער 400 שטימען.
אקעי, שנעלער סה"כ פון די נעכטיגע רעזולטאטן, פון ווי מען האט נעכטן געענדיגט.

קודם לגבי קאנגרעס, ווי נעכטן דערמאנט דורך @American Dream האט - לדאבונינו - טאני גאנזאלעס געוואונען די ראנאף, ער האט דאס געוואונען מיט 50.7%, האפענטליך וועט דאס זיין גענוג אים צו האלטן אין די ראמען פאר די נעקסטע צוויי יאר ביז מען קען אים נאכאמאל פרובירן צו ארויסקאפענען.

אין סטעיט הויז האבן צוויי פון די אכט אינקאמבענטס וואס זענען געווען אין א ראנאף געוואונען ווידערערוויילונג, גערי וואנדיאווער (53.5%) און דעיד פעלאן (50.7%).

די איבעריגע זעקס אינקאמבענטס וואס זענען געווען אין א ראנאף האבן אלע פארלוירן ווידערערוויילונג צו זייער טשעלענדזשער'ס.

(2/6 איז א גוטע רעזולטאט - און א שטארקע מעסעדזש - אין מיין מיינונג).

- - -

אויף די דעמאקראטישע זייט האט אויך איין אינקאמבענט פארלוירן ריעלעקשען - מיט א לענדסלייד.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:06 pm
די פאלגענדע איז געשריבן געווארן נעכטן שפעט ביינאכט, אבער מיר זענען געווארן פארנומען האמיר דאס יעצט שנעל צוגעענדיגט.

אינה מוגה בכלל.

- - -

נישט דא עכט קיין סאך נייעס אין די היינטיגע עלעקשען דינסטאג, אבער אזויווי דער היינטיגער טאג שלעפט אריין דעם עולם אביסל אין די אינערליכע סטעיט פארמעסטן – וואס איז בעצם אסאך מאל נאך וויכטיגער ווי דער פעדעראלע פארמעסטן – לאמיר כאפן א בליק אויף נייעס פון פאריגע וואך דינסטאג וואס מען האט נאכנישט ארומגערעדט דא דערוועגן.

אין איידעהאו איז געווען הויעך יום טוב פאריגע וואך ווי עס זענען פארגעקומען פריימערי'ס אפ ענד דאון דער בעלאט, סיי פאר קאנגרעס זיצן, סטעיט לעגיסלאטורן ביז אראפ צו פריסינקט טשעיר'ס א.א.וו.

אויף די דעמאקראטישע זייט איז נישט געווען באמת צו סאך חידושים, חוץ פון די פאקט אז דאס יאר אין די פריימערי'ס איז געווען דאפעלט אזוי סאך קאנדידאטן אויף די דעמאקראטישע זייט ווי עס זענען געווען קנאפע צוויי יאר צוריק, דאס הייסט אז די דעמאקראטן האבן עכט שווער געארבעט צו ריקרוטן קאנדידאטן צו לויפן אויף פאזיציעס אין איידעהאו, עס איז אבער נישט צו ערווארטן אז דאס זאל עפעס טוישן אין די דזשענערעל עלעקשען פאר די דעמאקראטישע טשאנסן אין איידעהאו, פון די 70 סטעיט לעגיסלאטורן וואס עס איז פארהאן אין איידעהאו – אין ביידע הייזער צוזאמען - האבן די דעמאקראטן בלויז 11, און עס איז נישט ערווארטעט ארויפצוגיין צו שטארק דאס יאר.

(אז מ'רעדט שוין איז אויך נאכנישט געווען באריכטעט, דאנערשטאג איז פארגעקומען די דעמאקראטישע קאוקוס/פריימערי פאר פרעזידענט אין איידעהאו, דזשאו ביידען האט געוואונען די פארמעסט מיט 95% פון די שטימען).

אויף די רעפאבליקאנער זייט איז שוין אינגאנצן א אנדערע מעשה, מען קען עכט זאגן אז עס איז געווען א בלוטבאד – שריי נישט אויף מיר – פאר אינקאמבענטס, פון אלע פראקציעס אין די רעפאבליקאנער פארטיי זענען חברה געפלויגן, אזש ווי עס האלט יעצט נאך וואס רוב נאנטע פארמעסטן זענען שוין אפיציעל גערופן געווארן, האבן כאטש 15 אינקאמבענט סטעיט לעגיסלאטורן פארלוירן זייער זיץ אינעם פריימערי, אריינגערעכנט דערין די סענאט פרעזידענט פראו טעמפאר, וואס איז די העכסט אין ראנג אין די איידעהאו לעגיסלאטור – ווייסעכניש פארוואס ער הייסט נישט אפיציעל פרעזידענט.

פון די סטעיט פרידאם קאוקוס מיטגלידער האבן – כאטש - צוויי אינקאמבענטס פארלוירן ריעלעקשען, סטעיט סענאטער סקאט הערנדאן האט פארלוירן ריעלעקשען צו די געוועזענער סענאטער פונעם געגנט וואס איז געשטיצט געווארן דורך די עסטעבלישמענט אפטיילונג פונעם פארטיי, אזוי אויך האט רעפרעזענטעטיוו גאלעגער – נישט דער ניו יארקע אדער דער פון טעקסעס – פארלוירן ריעלעקשען צו איר קעגנער פון די מער עסטעבלישמענט אפטיילונג, עס איז אויך דא נאך איינער פון די פרידאם קאוקוס וואס עס קען זיין אז זי האט פארלוירן ריעלעקשען נאך וואס איר קעגנער האט לויט די אומאפציעלע רעזולטאטן 10 וואוטס מער ווי איר – יעדע שטימע ציילט.
(עס זענען דא נאך עטליכע וואס קוקט אויס צו זיין קאנסערוואטיוון וואס האבן פארלוירן צו מער מאדערעטס, אבער איך האב נישט געזעהן אז זיי זאלן זיין א חלק פון די סטעיט פרידאם קאוקוס).

דאס איז למעשה גאנץ גוטע רעזולטאטן פאר די פרידאם קאוקוס היות וואס כמעט יעדער איינער פון זיי האט געהאט זייער שווערע פריימערי'ס נאך וואס די עסטעבלישמענט האט זיך ארויסגעשטעלט אין א שווערע מלחמה אריינברענגענדיג זייער אסאך געלט פון אינדרויסן פונעם סטעיט, רוב פון זייער קאנדידאטן האבן אבער למעשה געווינען ריעלעקשען, א טייל פון זיי טאקע זייער שמאל.

נאך מער פון דעם, אויף די אנדערע זייט האט די פרידאם קאוקוס – אדער סתם קאנסערוואטיוון – געוואונען עטליכע פריימערי'ס אקעגן מאדערעט אינקאמבענטס, געווינענדיג כאטש – נאך – פונעף זיצן אין די הויז, און – נאך – צוויי זיצן אינעם סענאט, צווישן די וואס האבן פארלוירן צו מער א קאנסערוואטיווער קאנדידאט – ווי דערמאנט – איז דער פירער פונעם איידעהאו סענאט טשאק ווינדער וואס האט פארלוירן צו די קאנסערוואטיווער 'דזשאש קייסער'.

נאך פון די וואס האבן פארלוירן איז דזשוליע יאמאמאטא, זי איז געווען די פירער פון די הויז עדיוקאציע קאמיטע און האט פערזענליך געשטערט און אפגעהאלטן צו ברענגן סקול טשויס קיין איידעהאו – און דאס איז טאקע א גוטע משל צו פארשטיין פארוואס עס איז אזוי וויכטיג די סטעיט פארמעסטן היות אסאך פון די וואס לויפן מיט א R ביי זייער נאמען, ספעציעל אין שטארק רעפאבליקאנער שטאטן ווי א D האט נישט עכט קיין טשאנסן, הייבן בכלל נישט אן צו זיך אננעמען פאר די מערסט פשוטסטע זאכן וואס זייער וויילער ווילן – זי האט פארלוירן צו די קאנסערוואטיווער 'קענט מארמאן'.

- - -
אקעי, יעצט צו די ריכטיגע עקשאן.
מיר האבן שוין עטליכע מאל ארומגערעדט אין אנדערע תגובות און אשכולות איבער די פריסינקט סטראטעגיע, דאס איז די אפיציעלע מהלך וויאזוי איבערצונעמען סוקסעספול א פארטיי דורך איבערנעמען די פאזיציעס וואס ווערט גערופן 'פריסינקט טשעיר' (יעדע סטעיט האט אביסל אנדערע סארט נעמען דערפאר), וואס דער פאזיציע גיט א שטימע אין אסאך אינערליכע באשלוסן אינעם פארטיי, ווער עס וועט זיין די פארטיי טשעיר, וואס דער פארטיי אגענדע זאל זיין און נאך.

דאס איז דער וועג וויאזוי אסאך פארטייען זענען אין די לעצטע צוויי דריי יאר געווארן שטארק מאגא, היות די גרעסרוטס האט זיך אריינגערוקט אין טויזענטער אזעלכע פאזיציעס – וואס זענען געשטאנען ליידיג – און דורך דעם באוויזן איבערצונעמען אסאך סטעיט פארטייען, פארשטייט זיך אז אין עטליכע סטעיטס האט דאס געפירט צו גרויסע אמפערייען סיי צווישן מאגא און די עסטעבלישמענט – וואס האט זיך פלוצלינג צום ערשטן מאל געטראפן מיט א העפטיגע ווידערשטאנד – און סיי אסאך מאל אין מאגא אליין, בעיקר אין חילוקי דיעות וויאזוי צו פירן דער פארטיי וכדומה.

אין איידעהאו איז נישט אנדערש אין דעם געביט, פאר צוויי יאר צוריק האט מאגא באוויזן איבערצונעמען די פארטיי, אריינוועלנדיג דערמיט א גרעסרוטס אקטעוויסט פאר פארטיי טשעיר און זאכן זענען געפארן א מחי', ביז...

דעם יאר האט די עסטעבלישמענט אין איידעהאו באשלאסן אז זיי גייען פרובירן ארויסצושטויסן א חלק פון די פריסינקט טשעיר'ס און אזוי באווייזן צוריקצונעמען די פארטיי, הונדערטער פריסינקט טשעיר'ס זענען געווען אין שטארק אנגעצויגענע פארמעסטן און די טעמפרעמענט אינעם סטעיט איז געווען שטארק אנגעצויגן, סוף נאכט נאך וואס רוב רעזולטאטן זענען אריינגעקומען האט די פארטיי טשעיר גע'טענה'ט אז עס קוקט אויס ווי די פארלוסט איז נישט צו שטארק און זי האלט אז זי וועט באווייזן צו געווינען ווידערערוויילונג קומענדיגע חודש ביים סטעיט קאנווענשן, זי האט אויך גערעדט ביים פארטי ווי די פארטיי איז זיך צוזאמגעקומען מיטהאלטן די רעזולטאטן, זי האט ארויסגעברענגט אז עס איז געווען זייער א ברוטאלע פריימערי עלעקשען אבער עס איז צייט צו לייגן אלעס פון אונטן און קוקן פאראויס אויף די דזשענערעל עלעקשען.

- - -

אין צפון איידעהאו איז פארהאן א געגנט ווי עס וואוינען שטארקע מאגא'איסטן, אבער א חלק פון די חברה דארט זענען אויך פון די אזויגערופענע 'אלט רייט, ווייסע נאציאליסטן', די געגנט האט למעשה א היסטאריע פון האבן ווייסע מיליציע'ס – איינער פון זיי מיטן נאמען די אריען נאציאן - און איז אלץ געווען א שטארק עקסטרעמיסטישע געגנט.

אין דעם געגנט האט זיך צוזאמגענומען א גרופע וואס האט באשלאסן אז זיי ווילן איבערנעמען – אדער גאר צוריקנעמען – די רעפאבליקאנער פארטיי, זיי רופן זיך מער טראדיצינאלע רעפאבליקאנער אבער זענען למעשה פונקט אזעלכע אולטרא קאנסערוואטיוון און טראמפ שטיצער – מילא בין איך נישט זיכער פונקט ווי שטעקט די חילוק – זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען טשעלענדזשען יעדער איינער פון די 70 פריסינקט טשעיר'ס אינעם געגנט, און זייער ציל איז געווען צו געוואונען כאטש 37 זיצן און דערמיט באווייזן צו האבן דער רוב און סוקסעספול איבערנעמען די געגנט פארטיי.

צום סוף זענען זיי אנגעקומען צו געווינען 30 זיצן, דאס איז ווייניגער וויפיל זיי האבן געדארפט און געוואלט, אבער זיי טענה'ן אז דאס איז נאר דער אנהויב און האט געוויזן אז די איינוואוינער זענען נישט צופרידן מיט די יעצטיגע פירערשאפט, איינער פון זייער טענות איז אויף זייער ציל נומער 1 דאס איז געווען פטור צו ווערן פון די פירער פונעם רעפאבליקאנער פארטיי אין יענעם געגנט, דאס איז א מאן מיטן נאמען ברענט רעיגען, רעיגען האט למעשה אבער געוואונען זיין ריעלעקשען.

ווי זיי טענה'ן האט רעיגען גערוקט די פארטיי שטארק צו די אלט רייט, און זיי האבן מורא אז עס הייבט אן ווערן צו נאנט מיט 'ווייסע סופראמעסיסטן', איינער פון זייער משלים איז איבער א פארשוין מיטן נאמען דעיוו ריילי, ריילי ווערט פאררופן אלץ אן 'פאר-רייט' פראפגאנדיסט, און ער האט זיך באטייליגט ביי די אלעמען באקאנטע ווייסע סופראמעסיסטישע מארטש אין 2017 – גוד פיפל אן באט סיידס – ריילי האט זיך געצויגן צו דעם געגנט אין צפון איידעהאו און איז געלאפן דארט פאר א סקול באורד פאזיציע ווי ער האט באקומען די אינדארסירונג פון די רעפאבליקאנער קאמיטיע אנגעפירט ביי רעיגען.
פארשטייט זיך אז רעיגען טענה'ט אז ער האט נישט געוואוסט פון די קאמענטארן פון ריילי און ער האט נישט קיין שייכות מיט אים און איז זיכער נישט מסכים מיט זיינע אנשויאינגען.

אויף למעשה האט די מער עסטעבלישמענט פראקציע געהאט א גוטע אנהויב צו זייער קאמף – אויב וועלן זיי טאקע באווייזן ווייטער דאס אנצוהאלטן – ווי נישט ווי האבן זיי איבערגענומען 30 PC בענקלעך, און געוויזן אז אויב מען וויל קען מען זיך צוריקשלאגן, אזוי אויך איז טאקע אין דעם געגנט געווען איינער פון די פארלוסטן פון די פרידאם קאוקוס.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

אין וויסקאנסיןקומט פאר א פרואוו דורך די אולטרא מאגא אפטיילונג פונעם רעפאבליקאנער פארטיי ארויסצוווארפן די ספיקער אף די הויז, א פארשוין מיטן נאמען ראבין וואס.

זייער פראבלעם מיט אים איז צוויי פאכיג, קודם כל איז ער פון דיע חברה וואס פרובירן אלץ אונטערצוברעכן די קאנסערוואטיווע אגענדע אינעם סטעיט הויז, און שטערט די - אמת'ע - רעפאבליקאנער ארויפברענגן בילס אויף עלעקשען אינטעגרעטי וכדומה, און שטייט אויך בראש די קאמפיין פון שטערן לינדעל וחבריו'ס פלענער וויאזוי צו מער פארזיכערן די עלעקשענס (לשיטתם), ער איז גראדע אויך א שטיקל שטיצער פון רענקד טשויס וואוטינג הידוע לשמצה.

חוץ מזה האט 'וואס' קאפיטולירט די שלאכט פון דזשערימענדערינג און דורכדעם האבן די דעמאקראטן אן ערנסטע טשאנס צו באווייזן איבערצונעמען קאנטראל פונעם סטעיט הויז אין נאוועמבער, זיי האבן נאך עטליכע טענות אויף אים, אפשר ברוב הימים העמיר רעדן דערוועגן.

עס איז פארהאן א ריקאול עפארט די לעצטע עטליכע חדשים אים צו ריקאולן און ארויסווארפן, אבער די לעצטע צוויי מאל, נאך וואכן פון סטראשערייען, פארפאלגונגען און נאך פון די 'וואס' קעמפ אויף די אקטעוויסטן, האבן זיי באוויזן ארויסצוווארפן די אונטערשריפטן מיט טענות פון 'מען האט נישט געקענט פארזיכערן אז אלע זענען טאקע פון איינוואוינער אינעם דיסטריקט' וכדומה.

צוויי טעג צוריק, האבן די אקטעוויסטן נאכאמאל אריינגעטראגן די אונטערשריפטן, צוזאמנעמענדיג דאס מאל איבער 9,000 שטימען - עס פאדערט זיך ארום 6,000 - און דאס מאל האבן זיי געהאט אן אינדעפענדענט קאמפעני וואס האט באשטעטיגט און איבערגעקוקט אלע שטימען.

בלייבט צו זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן.

הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3856
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

סובסקרייבט
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5522
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

הינגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:58 pm
סובסקרייבט
גאם
דער וואכנטהיים איז סאליד..
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:44 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:19 pm
אינטרעסאנט צו באמערקן אז חוץ פון די שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט צווישן פעלאן מיט קאווי, זענען דא נאך א האנדפול אינקאמבענטס אין די סטעיט הויז וואס שטייען אויס ראנאף פארמעסטן - איך בין נישט באקאנט צו אלע פון זיי איז עס צוליב די אימפיטשמענט פונעם אטערני גענעראל.

חוץ פון פעלאן - און נאך איינער - זענען דערווייל אלע אונטערשטעליג אין די רעזולטאטן, און איינער פון די פארמעסטן (פרעדריק פרעיזיער) איז שוין גערופן געווארן פארן קעגנער (קערעסע ריטשארדסאן).

אויך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די פעלאן פארמעסט איז די טייערסטע סטעיט הויז פארמעסט אין טעקסעס היסטאריע.
עס איז א פייט פון אבאט פאר סקול וואוטשערס.
אקעי, האמיר אביסל מער אריינגעקוקט אינעם נושא, און עס איז נישט דווקא אזוי איבער די ראלע פון אבאט אין די פארמעסטן, אבער ער האט טאקע אויך געהאט א גרויסע יד עכ"פ אין א חלק פון די פארמעסטן.

גאווערנער אבאט ארבעט שוין א לאנגע צייט - און האט קאמפיינט דערויף - אריבערצופירן א געהעריגע סקול טשויס ביל אין טעקסעס, נוסח אריזאנע - פלארידע, אבער פאריגע יאר 2023 האט ער זיך שטארק געמוטשעט מיט די דארטיגע לעגיסלאטור, בעיקר אין די הויז - די סענאט איז אסאך בעסער אין דעם געביט - ווי עס איז איין מאל נאכן צווייטן דורכגעפאלן די פרואוון, און די מכה בפטיש איז געווען ווען 21 רעפאבליקאנער האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן און דערמיט באוויזן אראפצושטימען די סקול טשויס ביל (84 - דעמאקראטן און רעפאבליקאנער - אקעגן צו 63 רעפאבליקאנער וואס האבן דאס געשטיצט).

אבאט האט טאקע שטארק געארבעט אין די יעצטיגע סייקל צו ארויסווארפן ווי מער פון די דעפעקטירער וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן, און אזוי ארום באווייזן קומענדיגע יאר צו אריבערפירן איינמאל פאר אלעמאל סקול טשויס, אבאט האט אינדארסירט טשעלענדזשער צו 15 אינקאמבענטס, אבער עטליכע האבן אליין באשלאסן נישט זיך אנצוברענגן די בושות פון פארלירן זייער זיץ און געמאלדן אז זיי לויפן נישט פאר ריעלעקשען, 4 פון די אינקאמבענטס האבן געוואונען זייער זיץ, און 11 זיצן האט די טשעלענדזשער געוואונען, דאס באדייט אז אבאט וועט יעצט ווארשיינדליך האבן די נויטיגע צאל געזעצגעבער צו אריבערפירן סקול טשויס אויב קיינער פון די זיצן פליפן נישט צו די דעמאקראטן אין נאוועמבער - נאר איינס האט עטוואס א טשאנס דאס זאל פאסירן.

דא קום מיר אבער צו די פעקסטאן אימיפטשמענט פאקטאר, עטליכע חדשים פאר די פיילינג דעדליין איז פארגעקומען די - שוין באוואוסטע - אימיפטשמענט פארן טעקסעס אטערני גענעראל קען פעקסטאן, אין די אונטערשטע הויז אין טעקסעס האבן 61 רעפאבליקאנער זיך צוזאמגעשטעלט מיט די דעמאקראטן צו אימיפטשן פעקסטאן, נאך וואס די סענאט - וואס ווי געשמועסט איז מער רעפאבליקאנער רעפאבליקען'ס - האט ריינגעוואשן פעקסטאן, האט פעקסטאן אויסגערופן א מלחמה אקעגן די אלע, ער האט אבער געהאט נאר צוויי חדשים צו שאפן קאנדידאטן אקעגן די אינקאמבענטס, ער האט געטראפן ארום 40 קאנדידאטן, און ווי מען האלט יעצט האבן זיינע אינדארסירטע קאנדידאטן געוואונען ארום 25 זיצן - געוויסע איז דאס פשוט ווייל די אינקאמבענטס האבן זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט - דאס רעכנט אריין כאטש 8 פון די געווינסן פון די נעכטיגע ראנאף, דאס הייסט אז עס איז דא מינימום 3 קאנדידאטן וואס האבן יא געשטימט פאר די סקול טשויס ביל וואס זענען נעכטן - חוץ פון נאך ביי די אפיציעלע פריימערי - געפלויגן צוליב קען פעקסטאן, אנדערש ווי אונזער @קאנגרעסמאן טריאמפירט אינעם אנדערן אשכול.

דא קום מיר אבער צום הויפט קאנדידאט, דער ספיקער שיכור פעלאן, ער איז געווען די גרעסטע ציל פון פעקסטאן - אבאט האט גארנישט געזאגט איבער אים היות עס איז נישט באקאנט וואס ער האט געהאלטן באמת ביי די סקול טשויס ביל, הגם אנדערע האבן יא געהאט טענות אויף אים פארוואס ער האט נישט באוויזן צו אפהאלטן די אנדערע רעפאבליקאנער זיך צו צושטעלן צו די דעמאקראטן - ער האט אבער למעשה יא געווינען מיט ארום 400 שטימען, אבער, אין טעקסעס איז דא אפענע פריימערי'ס, דאס הייסט אז דעמאקראטן קענען אויך שטימען אין די רעפאבליקאנער פריימערי'ס, און ווי די דאטא ווייזט פון עירלי וואוטינג, האבן 1442 ווארשיינליכע דעמאקראטן געשטימט נאר אין די עירלי וואוטינג אליין נאר אין איין קאונטי - די עלעקשען דעי דאטא איז נאכנישט דא דערווייל - די סיבה פארוואס די דעמאקראטן זאלן שטימען פאר פעלאן איז פשוט, פעלאן איז געווארן ספיקער פאריגע מאל מיט גאר אסאך דעמאקראטישע שטימען פאר אים, און יעדער רעפאבליקאנער וואס שטימט נישט פאר אים באקומט נישט קיין קאמיטיען פאזיציעס און זיינע בילס קענען נישט ארויפגעברענגט ווערן, אויך מיר א רעפאבליקאנער.

די רעפאבליקאנער סטעיט פארטיי ארבעט אין די יעצטיגע טעג וויאזוי צו פטור ווערן פון די מציאות אז די פריימערי'ס זענען אפן, די פארטיי האט דורכגעפירט א רעזעלוציע צו פאדערן אז דאס זאל געטוישט ווערן, שטייטזעך אז דאס מאכט נאכנישט אז עס זאל געשעהן, אבער די חברה ארבעטן יעצט צו זעהן אויב עס איז דא א וועג דאס דורכצופירן אן די לעגיסלאטור - היות די לעגיסלאטור וועט ווי פארשטענדליך דאס נישט צולאזן היות נאר אזוי ווערן זיי עלעקטעד - אבער עס איז אפשר דא א מעגליכקייט דאס צו טוהן אין געריכט, ימים ידברו.

פעקסטאן האט נעכטן נאכט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט רופענדיג צו אלע רעפאבליקאנער אינעם הויז, סטראשענדיג אז וועלכע רעפאבליקאנער עס שטימט פאר פעלאן פאר ספיקער אין די קומענדיגע סעסיע וועט באקומען א העפטיגע פריימערי אין 2026, און דאס מאל האבן זיי צוויי יאר צו שאפן קאנדידאטן און זיך אנצוגרייטן דאס צו טוהן, און אויב וועלן זיי נישט מצליח זיין אין 2026 וועלן זיי קומען נאכאמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן פארלירן. און עס איז טאקע וויכטיג צו פארשטיין אז געווענדליכע סטעיט רעפרעזענטאטן האבן נישט קיין שווערע פריימערי'ס און אסאך פון זיי האבן נישט די כוחות און געלט דערפאר, ווי מען זעהט טאקע אז געוויסע האבן ריטייערד גלייך נאך וואס עס איז געמאלדן געווארן קאנדידאטן אקעגן זיי.
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:44 pm
(פאני אז אין ניו דזשערסי איז דא וואטשערס בעת וואס טעקסאס האט נישט..)
וואוטשער'ס און סקול טשויס זענען צוויי אנדערע זאכן.
ניו דזשערסי האט נישט קיין סקול טשויס, און דאכזיך אויך נישט ממש יונעווערסעל וואוטשער'ס, און דאס אז טעקסעס האט נישט איז די גרעסטע ראי' צו וואס מיר שרייען אלץ אקעגן די עסטעבלישמענט - בוש - רעפאבליקאנער וואס ניטאמאל די פשוט'סטע זאכן פון די רעפאבליקאנער אגענדע האלטן זיי ביים אדורכפירן, נאר אדרבה זיי שטערן דאס אדורכצוגיין - אוט אף טאטש מיט זייער וויילער.
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:44 pm
האקים דזשעפריס האט נעכטן נאכט געוויינט פארן נישט לויפן עדס אז הערערע איז צו נאנט צו טראמפ פאר טעקסאס....
איך אויך.
הגם היות עס איז א אפענע פריימערי מוז נישט זיין אז דאס וואלט אים געהאלפן.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:21 pm
הינגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:58 pm
סובסקרייבט
גאם
דער וואכנטהיים איז סאליד..
מען זאל מיר אבער נישט לאזן זיין א קול קורא במדבר, איך האלט נישט מיט יעדן איינציגסטן סטעיט נייעס, און אנדערע זאלן זיך ביטע אנרופן ווארעם.

בעק טו יו ר' @אבנר
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29783
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טעקסאס האט נישט קיין פארטיי רעגיסטראציע, דאס מיינט אז צו קענען מאכן פארמאכטע פריימעריס, מוז מען קודם אונטערנעמען א מאסיווע אפעראציע צו רעגיסטרירן דעם ציבור ביי די פארטייען.

נאך א בענעפיט פון פארטיי רעגיסטראציע וואלט געווען אז מען וואלט בעסער געקענט טרעקן ווער האט שוין געשטימט, און בכלל וויסן וויפיל מענטשן יעדער האט.

(די טאם באניער טוירנאוט מאדעלינג פלעג איך קיינמאָל גלייבן, ווי געשריבן אלע יארן פאר די וואלן.)
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

איך וויל שוין לאנג פארשטיין פארוואס ארבעט די סיסטעם אז ס'דא א טשעירמאן און א טשעירוואמען אין יעדע סטעיט פארוואס שפילט ראסע א ראלע דא אויב איז דא 2 סוקסעספולע מענער און קיין איין פרוי אדער פארקערט איז נישט די סיסטעם גערעכט
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

זעה איך יעצט א מאדנע זאך.

אין מאנטענע איז היינט פארגעקומען די פריימערי עלעקשענס, איינער פון דיע וואס האבן א טשעלענדזשער איז די אטערני גענעראל אוסטין קנודסען.

ליין איך יעצט אז ער האט זיך אליין באשטעלט א פריימערי קעגנער, היות די געזעץ איז אז מען קען באקומען געלט פון א דאנער ביז $790 פאר יעדע עלעקשען, במילא אויב האט ער נישט קיין פריימערי קען ער נאר נעמען געלט פאר די דזשענערעל עלעקשען, האט ער זיך באשטעלט א פריימערי טשעלענזשער און אזוי ארום קען ער נעמען פון זיינע דאנאר'ס צוויי מאל $790.

די טשעלענדזשער האט באקומען אינעם פריימערי - דערווייל - איבער 17%.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

אין דריי - קלייינע - קאונטיס אין דרום דעקאטע איז נעכטן געווען א רעפערענדום אויפן בעלאט צו די קאונטיס זאלן אריבערגיין צו 'האנט ציילן' בעלאטס און אויפהערן נוצן די מאשינען וואס ציילן די בעלאטס.

אין אלע דריי איז דער פרואוו דורכגעפאלן מיט א שטארקע מערהייט (54%, 57%, 61%) און זיי וועלן ווייטער ציילן די שטימען מיט מאשינען.

עס איז דערווייל דא נאר איין - קליינע - קאונטי אין דרום דעקאטע וואס איז צוריקגעגאנגען ציילן מיט די הענט, זיי האבן געהאט נעכטן רעזולטאטן ביי 11PM ארטיגע זייגער.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

די אריזאנע סטעיט לעגיסלאטור האט געשטימט ארויפצולייגן א רעפערענדום אויפן נאוועמבער בעלאט, וואס נעמט אריין אין זיך א ביל וואס וועט געבן די אוטאריטעט פאר לאקאלע און סטעיט פאליציי צו ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן, און מאכט דאס אלץ א קריים אינעם סטעיט אריינצוקומען אומלעגאל, אזוי אויך האט דאס נאך עטליכע פרעוויזיאנס, ווי תפיסה פאר איינער וואס האט פארקויפט א דראג וואס ווערט קלאר געלינקט צו א מענטשן’ס טויט.

דער ביל איז זייער ענדליך צו וואס די טעקסעס לעגיסלאטור האט אריבערגעפירט און איז יעצט אין געריכט מיט די ביידען אדמיניסטראציע וואס פרובירט זיי אפצוהאלטן פון אינפארסירן די סטעיט געזעץ, טענה’נדיג אז דאס איז נישט עפעס וואס א סטעיט קען באשטעטיגן.

דער ביל איז שוין איינמאל אריבער אינעם אריזאנע סטעיט לעגיסלאטור - ביידע הייזער - אבער איז דערנאך אפגעשטעלט געווארן דורכן מייסטער וויטאער, די דעמאקראטישע גאווערנער פון אריזאנע.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

פארגעקומען פריימערי פארמעסטן די לעצטע עטליכע וואכן אין עטליכע שטאטן ווי די קאנסערוואטיוון האבן זיך אויסגעשלאגן מיט די מער מאדערעט חלק פונעם רעפאבליקאנער פארטיי, אין רוב סטעיטס איז זייער שווער צוזאמצושלעפן די אינפארמאציע היות עס ווערט נישט עכט באריכטעט - חוץ ווען עס איז ממש מאסיוו - עס זענען געווען אין די לעצטערע וואכן פריימערי'ס אין מאנטענע, דרום דעקאטע און דרום קאראליינע.

אין מאנטענעאיז דא איינער פון די גרעסטע סטעיט פרידאם קאקוס'ן פון אלע סטעיטס וואס האבן שוין אזאנס, דאס יאר איז פארגעקומען זייער אסאך פריימערי'ס סיי צוליב די פאקט אז מען האט ארומגערוקט די דיסטריקטס און געוויסע אינקאמבענטס האבן זיך געטראפן אין פריימערי'ס אקעגן אינקאמבענטס, אזוי אויך האבן עטליכע רעפרעזענטעטיוו'ס פונעם הויז זיך פארמאסטן אקעגן סענאטארן צום סטעיט סענאט, אויך קוקט אויס ווי מאנטענע האט טורם לימיטס און נישט אלע רעפרעזענטעטיוו'ס און סענאטארן קענען בכלל לויפן נאכאמאל.

אין מאנטענע איז אויך געגרינדעט געווארן דאס יאר א סעלושען קאוקוס, וואס ווי עס קוקט אויס פרובירן זיי זיך אוועקצושטעלן אלץ אן אלטערנאטיוו צום גרויסן פרידאם קאוקוס, הגם געוויסע פארמעסטן האבן זיי זיך נישט דווקא געשלאגן, און אזוי אויך האט דער גאווערנער אויך אריינגערוקט זיין נאז מיט אינדארסירונגען אין געוויסע פארמעסטן.

דער סטעיט פרידאם קאוקוס טשעיר איז אויסגעשטאנען א שווערע פריימערי ווען די סעלושען קאוקוס האט איר פרובירט צו באזייטיגן אבער זי האט למעשה געוואונען איר זיץ, חוץ פון דעם איז געווען געווינסן און פארלוסטן אויף ביידע זייטן, פון די 24 קאנדידאטן וואס די פרידאם קאוקוס האט געשטיצט האבן 15 געוואונען, און פון די 27 קאנדידאטן וואס די סעלושען קאוקוס האט געשטיצט האבן 16 געוואונען - ווי געזאגט נישט איבעראל האבן זיי זיך פארמאסטן איינער קעגן די אנדערע.

- - -

א אינטרעסאנטע זאך וואס מיר האבן באמערקט איבער מאנטענע, זייער אסאך משפחות לויפן פאר זיצן, דאס הייסט זייער אסאך פון די עלעקטעד רעפרעזענטעטיוו'ס און סענאטארן האבן א מאן אדער א ווייב אין די קעפיטאל.

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 7:37 pm

אויף די דעמאקראטישע זייט זענען אויך פארגעקומען אסאך שטארקע פריימערי'ס, וואס ווערט ספעציעל נאכגעפאלגט דאס יאר נאך וואס די דעמאקראטן ארבעטן שווער אין מאנטענע - ווי זיי דארפן סייווי אריינלייגן כוחות - צו איבערנעמען רעפאבליקאנער זיצן אינעם דזשענערעל עלעקשען נאך וואס די רידיסטריקטינג האט געמאכט פאר די דעמאקראטן גרינגער צו געווינען ביז אזויפיל ווי נאך 10 פרישע זיצן און אזוי אפשר אוועקנעמען די רעפאבליקאנער סופער מאיאריטעט אינעם סטעיט לעגיסלאטור.

- - -

נאך א נקודה לגבי די פריימערי'ס אין די רעפאבליקאנער פארטיי, די סעלושען קאוקוס האט ביי די אלע אינדארסמענטס זיך גערופן מיט מער א קאנסערוואטיווע נאמען 'קאנסערוואטיוון 4 מאנטענע', און ווי עס ווערט באריכטעט האבן זיי אויסגעגעבן אין די פריימערי'ס כמעט צעהן מאל אזוי סאך ווי די פרידאם קאוקוס, דאס קען אפשר מסביר זיין פארוואס די פלעצער ווי זיי האבן זיך דירעקט געשלאגן - צווישן דיע, די ווייס טשעיר פון די סטעיט פארטיי וואס איז געלאפן פאר א זיץ אלץ פרידאם קאוקוס און פארלוירן - האבן זיי און מער פלעצער געוואונען ווי די פרידאם קאוקוס.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

נעקסט, דרום דעקאטע.

לאמיר אנהויבן מיט די פאקט אז פערצן אינקאמבענטסזענען געפלויגן אין די פריימערי עלעקשען, יעצט לאמיר זעהן וואס דארט גייט פאר...

אין דרום דעקאטע איז בעצם אפיציעל נאר דא דריי מיטגלידער אינעם סטעיט פרידאם קאוקוס - הגם עס קען זיין אז עס איז דא נאך מיטארבעטער וואס ווילן נישט מען זאל אפיציעל וויסן אז זיי זענען דארט, אויף אזוי ווייט אז דער וואס האט געפירט די מערכה יעצט איז ניטאמאל אויף דער ליסט אלץ אפיציעלע פרידאם קאוקוס מעמבער - במילא האבן זיי נישט עכט געהאט אסאך וואס צו פארלירן אין די פריימערי'ס, אבער דיע דריי האבן אין די לעצטערע יארן געמאכט אסאך העדליינס, בעיקר איז דאס געווען ביי די מלחמה איבער דער קארבאן פייפליין און עימענענט דאמעין, פאר ווער עס האט מיטגעהאלטן וויוועק ראמאסוואמי'ס קאמפיין ווייסט לכאורה פון וואס מען רעדט, עס איז איבער א פייפליין וואס די גאווערמענט וויל אדורכפירן איבער א צאל שטאטן פאר 'אינווייראמענטל סיבות' און היות עס גייט אריבער פעלדער פון פריוואטע אייגענטום פרובירן זיי דאס אוועקצונעמען מיט עימענענט דאמעין, ראמאסוואמי האט פארפירט איבערדעם היות עס הייבט זיך אן אין אייאווע ווי ער האט דערמיט געהאפט צו באקומען שטימען איבער דעם נושא, און אין סאוט דעקאטע האט טאקע די רעפאבליקאנער אנגעפירטע לעגיסלאטור אריבערגעפירט א געזעץ דאס צו באשטעטיגן, אבער נאכדעם וואס די פרידאם קאוקוס האט אנגעהויבן פארפירן איבערדעם און געמאכט אסאך נויז וואס האט אויך דעגרייכט די שטאטן ארום, האבן אנדערע שטאטן אראפגעשטעלט א פיס וואס האט אטעמאטיש געמאכט אז דרום דעקאטע זאל דאס נישט קענען טוהן.

איבער דעם נושא איז טאקע געווען די עיקר הצלחה פון די פרידאם קאוקוס אין די יעצטיגע פריימערי ווען א גרויס חלק פון די אינקאמבענטס אין די רורעל חלקים פונעם סטעיט זענען געפלויגן פון זייער אמט צו זייער געשטיצטע קאנדידאטן, פארשטייט זיך אז די עסטעבלישמענט איז בכלל נישט צופרידן דערמיט, די ספיקער אף די הויז איז געווען זייער אנטוישט מיט די רעזולטאטן זאגנדיג אז מען האט פארלוירן אינקאמבענטס וואס זענען שוין צענדליגער יארן אינעם קעפיטאל (נאך א סיבה זיך צו פרייען...), אבער עס איז אויך צו פארדאנקען די שטארקע גרעסרוטס קאמפיין מיט א קלארע מעסעדזשינג וואס די קאנסערוואטיוון האט געהאט, ברענגענדיג שטארקע קאנדידאטן סיי פון די נידעריגע הויז ארויף צום סענאט און סיי פרישע פענימער צום טיש.

עס איז אבער דא נאך עטליכע קאנסקווענצן וואס קענען ארויסקומען פון דעם פריימערי עלעקשען, היות די עסטעבלישמענט פרובירט צו אנצייכענען די פארלוסטן אויף א רעקארד נידעריגע טורנאוט פון ארום 17% רעגיסטרירטע וויילער, און דאס פארשטערקערט די רופן פון געוויסע - יונעפארטיי - אקטעוויסטן וואס פרובירן צו שטיפן א אפענע דזשאנגל פריימערי רעפערענדום וואס גייט ווארשיינליך זיין אויפן בעלאט אין נאוועמבער, ווי זיי טענה'ן וועט דאס ארויסהעלפן אז אלע וויילער - אויך דעמאקראטן און אינדעפענדענטס - זאלן האבן א דעה איבער ווער עס פירט דער סטעיט, היות אין דעם יעצטיגן פריימערי איז אינעם גאנצן סטעיט נאר פארגעקומען 'איין' דעמאקראטישע פריימערי, הגם געוויסע דעמאקראטן טענה'ן אז דאס וועט נישט זיין גוט פאר זיי היות עס וועט מאכן אז אסאך מאל - בפרט אין אזא סארט סטעיט - זאל בכלל נישט אנקומען קיין דעמאקראטן אויפן דזשענערעל עלעקשען בעלאט, און א לעצטיגע פאול ארויסגעקומען דורך שטיצער פאר די אפענע פריימערי אדזשענדע ווייזן זיי אז איבער 50% פון רעגיסטרירטע וויילער אינעם סטעיט שטיצן דאס.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: אינערליכע לאקאלע פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 6:17 pm
אין וויסקאנסיןקומט פאר א פרואוו דורך די אולטרא מאגא אפטיילונג פונעם רעפאבליקאנער פארטיי ארויסצוווארפן די ספיקער אף די הויז, א פארשוין מיטן נאמען ראבין וואס.

זייער פראבלעם מיט אים איז צוויי פאכיג, קודם כל איז ער פון דיע חברה וואס פרובירן אלץ אונטערצוברעכן די קאנסערוואטיווע אגענדע אינעם סטעיט הויז, און שטערט די - אמת'ע - רעפאבליקאנער ארויפברענגן בילס אויף עלעקשען אינטעגרעטי וכדומה, און שטייט אויך בראש די קאמפיין פון שטערן לינדעל וחבריו'ס פלענער וויאזוי צו מער פארזיכערן די עלעקשענס (לשיטתם), ער איז גראדע אויך א שטיקל שטיצער פון רענקד טשויס וואוטינג הידוע לשמצה.

חוץ מזה האט 'וואס' קאפיטולירט די שלאכט פון דזשערימענדערינג און דורכדעם האבן די דעמאקראטן אן ערנסטע טשאנס צו באווייזן איבערצונעמען קאנטראל פונעם סטעיט הויז אין נאוועמבער, זיי האבן נאך עטליכע טענות אויף אים, אפשר ברוב הימים העמיר רעדן דערוועגן.

עס איז פארהאן א ריקאול עפארט די לעצטע עטליכע חדשים אים צו ריקאולן און ארויסווארפן, אבער די לעצטע צוויי מאל, נאך וואכן פון סטראשערייען, פארפאלגונגען און נאך פון די 'וואס' קעמפ אויף די אקטעוויסטן, האבן זיי באוויזן ארויסצוווארפן די אונטערשריפטן מיט טענות פון 'מען האט נישט געקענט פארזיכערן אז אלע זענען טאקע פון איינוואוינער אינעם דיסטריקט' וכדומה.

צוויי טעג צוריק, האבן די אקטעוויסטן נאכאמאל אריינגעטראגן די אונטערשריפטן, צוזאמנעמענדיג דאס מאל איבער 9,000 שטימען - עס פאדערט זיך ארום 6,000 - און דאס מאל האבן זיי געהאט אן אינדעפענדענט קאמפעני וואס האט באשטעטיגט און איבערגעקוקט אלע שטימען.

בלייבט צו זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן.
לויט די אקטעוויסטן האט מען שוין געענדיגט איבערקוקן די אונטערשריפטן און 'ראבין וואס' גייט גיין צו א ריקאול, 'וואס' טענה'ט נאך אז מען גייט אפווארפן די אונטערשריפטן און די סטעיט האט נאך ביז א וואך דאס צו באשטעטיגן אבער עס קוקט נישט עכט אויס אז זיי האבן פארוואס און וויאזוי דאס אפצו-ווארפן.

אויב גייט דאס טאקע אריבער וועט די ריקאול פארקומען אום יולי דער ניינטער, די אקטעוויסטן זאגן אז זיי האבן א קאנדידאט צו לויפן אקעגן אים אבער עס איז נאכנישט לעגאל דאס צו זאגן פאר מען האט באשטעטיגט די ריקאול.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

אקעי, דרום קאראליינע.

דרום קאראליינע איז פון די סטעיטס וואס האבן געהאט די מערסטע קריגערייען אין די רעפאבליקאנער פארטיי אין זייער קעפיטאל, עס איז געווען פון די ערשטע סטעיט פרידאם קאוקוס'ן און זיי האבן אנגעמאכט אסאך פראבלעמען פאר די אלטגעזעצענע יונעפארטי רעפאבליקאנער, די גרעסטע מלחמה איז פארגעקומען צוויי יאר צוריק, ווען די פרידאם קאוקוס מיטגלידער האבן קאמפיינט אנטקעגן עטליכע אינקאמבענטס און די רעפאבליקאנער קאנפערענס האט זיך צוזאמגענומען און פארלאנגט אז אלע מיטגלידער מוזן מיטהאלטן מיט אלעס וואס דער לידערשיפ פארלאנגט און אז זיי וועלן קיינמאל נישט ארויסגיין פארציילן וויאזוי מיטגלידער שטימען און וועלן נישט קאמפיינען פאר טשעלענדזשער'ס, פארשטייט זיך אז די פרידאם קאוקוס מיטגלידער האבן נישט געהאלטן ביים חתמ'ענען אזא סארט עגרימענט, און זיי זענען אלע געפלויגן פון די רעפאבליקאנער קאנפערענס און פון אלע זייער קאמיטען, זייט דעמאלטס איז די רעפאבליקאנער קאנפערענס אפיציעל אויף מעסער שטעך מיט די פרידאם קאוקוס און מען שלאגט זיך אין די עפענטליכקייט ביי פריימערי'ס.

אין די פאריגע צוויי יאר האט די פרידאם קאוקוס געהאט ארום 17 מעמבער'ס אין זייער רייען, די עסטעבלישמענט האט שטארק געוואלט דאס אראפברענגן און געהאפט צו ארויסשטויסן עטליכע אינקאמבענטס און איבערנעמען צוויי זיצן ווי די אינקאמבענטס זענען געלאפן פאר קאנגרעס - ביידע פון די פרידאם קאוקוס מעמבערס וואס זענען געלאפן פאר קאנגרעס האבן פארלוירן די פריימערי - פון די אנדערע זייט די פרידאם קאוקוס האט געהאפט צו באקומען מער זיצן און געוואלט זיך אויסברייטערן ביז ארום 25 זיצן, עטליכע פון די זיצן דארפן נאך גיין צו ראנאף'ס.

אויף די פרידאם קאוקוס אפיציעל אינדארסירונג ליסטע זענען געווען 19 קאנדידאטן, דערפון האבן אלע אינקאמבענטס געוואונען ריעלעקשען, און דערווייל קוקט אויס ווי פיר האבן נישט געוואונען (3 טשעלענדזשער'ס און איין אפענע זיץ), עס איז אבער נישט געווען אויפן ליסטע אלע פון זייער חברה, קען זיין ווייל זיי האבן נישט אריינגערעכנט די וואס זענען געלאפן אן קיין טשעלענדזשער'ס, אוועראלל אבער קוקט אויס ווי זיי האבן אביסל צובאקומען אבער זיכער נישט אזוי סאך ווי זיי האבן געהאפט, אבער נאכאלץ שטערקער ווי וואס די עסטעבלישמענט - וואס האט אריינגעגאסן איבער א מיליאן דאלער אין די פארמעסטן - האט געוואלט און געהאפט פאר, ספעציעל מיט די פאקט אז די עסטבלישמענט האט פארלוירן אינקאמבענטס משא"כ די קאנסערוואטיוון, עס איז אבער געבליבן פאר יעדן איינעם צו קלעימען וויקטארי און א אויסגיסעריי פון קרוב צו 2 מיליאן דאלער וואס האט גארנישט ערנסט גערוקט.

נאך א אינטרעסאנטע פאקטאר אינעם עלעקשען איז געווען די זעקס פרויען סטעיט סענאטארן וואס האבן פאריגע יאר זיך צוזאמגענומען צו פיליבאסטערן א אנטי רציחה ביל, איינער פון די זעקס - אן אינדעפענדענט - האט שוין געהאט געמאלדן אז זי גייט נישט לויפן פאר ריעלעקשען, און פון די אנדערע פונעף האבן צוויי פארלוירן צו א טשעלענדזשער, און איינער איז אריינגעצווינגען געווארן אין א ראנאף.

און אויפן זעלבן נושא ווי פריער, אין א דעמאקראטישע פארמעסט פאר א אפענע סטעיט סענאט זיץ האט געוואונען א דעמאקראטישע רעפרעזענטעטיוו וואס האט זיך געהאט צוגעשטעלט צו די רעפאבליקאנער טאקע ביי די אנטי רציחה ביל און געשטימט דערפאר, עפעס וואס זיין אפאנאנט האט שטארק געהאמערט מיט אבער איז נישט געווען גענוג אים צו מאכן פארלירן די דעמאקראטישע פריימערי וואס ער האט שמאלערהייט געוואונען.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

פאריגע וואך דינסטאג זענען פארגעקומען פריימערי'ס אין אקלעהאמא.

פיר אינקאמבענטסהאבן פארלוירן זייער זיץ - דריי אין סענאט און איינער אין די הויז - צו א טשעלענדזשער - אלע פיר זענען רעפאבליקאנער - בשעת ווען עס איז געווען זייער א לאו טורנאוט פון וואוטער'ס פון אונטער 25%, און אזוי אויך זענען דריי אינקאמבענטס אריינגעצווינגען געווארן אין א ראנאף.

די גרעסטע אפסעט פון די נאכט איז די פארלוסט פון די סענאט מאיאריטעט פירער אינעם סענאט 'גרעג מקארטני' צו א פרישע פנים חדשות אין פאליטיק, ער האט פארלוירן זיין זיץ מיט ארום 250 שטימען.

א רוב פון די פארלירער - און ראנאף אריינגעצווינגענער - זענען מער פון די מאדערעט/עסטעבלישמענט חדר פונעם רעפאבליקאנער פארטיי, און ווי עס קוקט אויס איז די לאקאלע אישו בעיקר געווען איבער די באדזשעט, ווען וויילער זענען נישט צופרידן איבער וויאזוי די גאווערמענט ספענד זייער געלט און גיבט אויס אזוי סאך געלט אנשטאט צו שניידן טעקסעס, בפרט נאך וואס די סענאט האט נישט געהאלטן ביים אריבערפירן א געוויסע טעקס קאט וואס די וויילער האבן געוואלט, נאך איינער פון די פארלירער איז אויך געווארן באשולדיגט מיטן ארויפברענגן א פרישע מיילעדזש טעקס.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”