די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

בס"ד



די לינדבערג קידנעפינג - דראמאטישע קאפיטאל היסטאריע - לכבוד מיין טויזנטער





א דיסקלעימער: די דראמאטישע שטיקל היסטאריע וואס הויערט דא פארנט פון ענק, האבעך צאמגענומען לכבוד מיין טויזנטער עמו"ש. די פרשה ווערט אראפגעברענגט אין אסאך פלעצער, זייענדיג גאר א באקאנטע און האר-אויפשטעלנדע געשיכטע בשעתו. דאך האט יעדע מקור אנדערע ווערסיעס אויף יעדע שלב פון די געשיכטע.

ווערנדיג אליינס צומישט, האבעך פון איבעראל צוזאם געשטעלט די מעשה, וויפיל ס'איז אינטערעסאנט צו וויסן, נישט נעמענדיג קיין אחריות אויף די ווארהייט פון קיין שום דעטאל פון די מעשה..

אזוי אויך האבעך אראפגעשניטן שטיקלעך פון די געשעעניש, וואס בעיניי קוקן זיי אויס מינדעסוויכטיג פאר די געשיכטע בכללות, אדער אומ-אינטערעסאנטע פאקטן און דעטאלן וואס קיינער איז נישט אינטערסירט אין וויסן. עכ"פ רוב מענטשן... אזוי אויך האבעך סייווי געמוזט קאטן פון די ארטיקל ווייל ס'וואלט קיינמאל נישט פארטיג געווארן, פון אזויפיל דעטאלן.

נאך א וויכטיגע אויסריף: טשארלס לינדבערג, די בעל המעשה, איז געווען היפש א שטיקל אנטיסעמיט און האט בחייו געהאט גוטע קאנטאקטן מיט די נאציס ימש"ו. אויב פילט איר אביסל רחמנות געפילן דורכאויס די קאפיטל, געדענקט ווער זיין אמת'ע פרצוף איז געווען...

די ארטיקל האט מיר געקאסט כוחות, און האט מיר גענומען אפאר טעג צו שרייבן. ביטע עפרישיעטן... אויב האסטו הנאה באקומען פון די ארטיקל, אדער אפילו פון איין פעראגראף, דאן היט די לייק באטטאן אנטאפ (אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)

און יעצט צו די געשיכטע.



א שוידערליכע מעלדונג פאר די לינדבערגס



כ"ג אדר א' תרצ"ב. מארטש 1 1932 למספרם. האפוועל, ניו דשערסי.

יאמערליכע געוויינען האט זיך ארויסגעהערט פון די לינדבערג פאמיליע'ס הויז, וואס האט זיך געפינען נעבן די שטאט האפוועל, ניו דשערסי.

די עלטערן, טשארלס און ען מארא לינדבערג, האבן נישט געוואוסט וויאזוי צו אננעמען די שוידערליכע ווירקליכקייט וואס האט יעצט זיך אפגעשפילט אינטער זייערע נעזער.

נעמליך, זייער קליינטשיג 20 חדשים'דיג קינד, טשארלס דשוניער, איז פארכאפט געווארן פון די צווייטע שטאק פון זייער שטוב א שעה פריער, אן איבערלאזן שפירן.





די נורס (-נעני) פון די בעיבי, בעטי גאו, האט באמערקט בערך 9 אזייגער אווענט אז דאס קינד איז נישט אין זיין קריב, און נישט נעבן די מאמע. נאכ'ן ארומזיכן אין שטוב אן גארנישט געפינען, האט פרוי לינדבערג טעלעפאנירט צו איר מאן, טשארלס, מיט איין בהלה, ער זאל שנעל אהיימקומען.

זייער קינד איז פארשוואונדען געווארן.

---




די ערשטער סאלא פליגער רייזע איבער'ן אטלאנטישן ים.





אפאר יאר פריער, אום י"ט אייר תרפ"ז. מאי 21 יאר 1927 למספרם.

די דאזיגע דאטום איז געווען א היסטארישער, אין די וועלט פון פליגער טראנספארטאציע.

טשארלס לינדבערג, דאן 25 יאר אלט, האט אדורכגעפירט א דורכברוך מיט זיין קליינטשיגן 'ספיריט אוו סאנט לואיס' פליגער, ווען ער איז איינער אליינס געפלויגן מיט א פליגער איבער'ן אטלאנטישן אקעאן, אן קיין אפשטעל אינדערמיט. זייענדיג דער ערשטער אין היסטאריע צו באווייזן צו פליען אליינס א פליגער טראנס אטלאנטיש.


בילד


בילד


די פליגער האט זיך געהויבן אום מאי 20, פון די רוזעוועלט עירפארט אין לאנג איילענד, און א קנאפע דריי און דרייסיג (!) שעה שפעטער האט ער געלאנדעט גאנצערהייט אין פאריז - פראנקרייך, געוואונענדיג אלטוועלטליכע אנערקענונג און פאבליסיטי.

א דאנק זיין דערגרייכונג האט ער באקומען די מעדאל אוו האנאר, און די מעדאל אוו גאלד פון קאנגרעס – די גרעסטע מעדאל צו ווערן געשאנקן צו א ציווילע בירגער דורך קאנגרעס.

דאס איז געווען א פרייליכע טייל פון טשארלס לינדבערג'ס לעבן און שאפן.

טשארלס'ס נאמען איז אפאר יאר שפעטער נאכאמאל ארויפגעשווימען אין די קעפלעך פון די גרעסטע נייעס צייטונגען, דאס מאל פאר א גאנץ א צווייטע סיבה, און יעצט גארנישט אזא פרייליכע.

---




פאליציי נעמט אינטער אן אויספארשונג.



די טאטע איז שנעל אריין אין די קינדער שטוב, און געפונען א האנט-געשריבענע בריוו אויפ'ן פענסטער פון די צימער. די צעטל, געשריבן דורך די פארכאפער, האט געפאדערט א נישטיגע פופציג טויזנט דאלער (איבער א מיליאן דאלער אין היינטיגע ווערד) אלס אויסלייז געלט אין אויסטויש פאר'ן קינד.

די בריוו איז געווען געשריבן מיט אסאך געפערליכע אויסלייג גרייזן, און האט זיך געליינט אזוי (איבערגעטייטשט):

"טייערע הער! האב 50,000$ גרייט. 25,000$ אין 20$ באנקנאטן, 15,000$ אין 10$ באנקנאטן, און 10,000$ אין 5$ באנקנאטן. נאך 2-4 טעג וועלן מיר אינפארמירן ווי צו אפשיקן די געלט. מיר ווארענען דיר אויב דו מאכסט סייוואס פובליק, אדער אויב דו מעלדסט די פאליציי. דאס קינד איז גוט באהאנדלט. די אינדיקאציע פאר אלע בריוון, זענען א חתימה און דריי לעכער (מערק עס אויפ'ן בילד)."


בילד

די שרעקליכע קידנעפינג איז געמאלדן געווארן צו די ארטיגע האפוועל פאליציי, און איז אנגעקומען העכער צו די ניו דשערסי סטעיט-פאליציי, וואס האבן גלייך איבערגענומען די לייצעס און אינטערגענומען א גרינטליכע אויספארשונג איבער די אינצידענט.

די פאליציי האט גרינטלעך אנגעהויבן זוכן, און געפונען אפאר רמזים אויף די פארכאפונג אויפ'ן סצענע פון די קידנעפינג.

בלאטע איז באמערקט געווארן אויף די ערד פון די קינדער צימער, און אינדרויסן אינטער'ן פענסטער איז אויך געפונען געווארן פיסטריט וואס איז געווען אוממעגליך צו אפמעסטן און אנאלעזירן. צוויי טיילן פון א לייטער אינדרויסן האבן פארציילט אז די אריינדרינגער דורכ'ן פענסטער האבן גענוצט א לייטער, וואס איז ערגעץ ווי צובראכן געווארן ביים ארויפגיין אדער ביים אראפגיין.

אפילו נאכ'ן גוט נישטערן איבער די גאנצע צימער און ארום, האבן די פאליציי נישט געקענט געפונען קיין שום אפדרוקן פון בלוט, אדער סיי וועלכע פינגער אפדריקן, אויסער פונעם קינד, וואס זאל פירן צום פארכאפער.

מ'האט אייגנטליך אהינגערופן א פינגערפרינט עקספערט, וואס זאל פרובירן צו דערווישן עפעס פינגערפרינטס פון די אריינדרינגער, אבער ווייזט אויס אז זיי האבן אבבאכט געגעבן און געניצט הענטשקעס דורכאויס די פארברעכן, נישט איבערצולאזן קיין שום שפירן.

דערנאך האט די פאליציי אנגעהויבן מיט א שטרענגע אינוועסטיגעישן. יעדער וואס איז געשטאנען אין קאנטאקט מיט די פאמיליע אדער דעם קינד, איז שטרענג אויסגעפרעגט און אויסגעפארשט געווארן, אבער גארנישט האט נישט געקענט טייטלען א פינגער אויף די געזוכטע פארברעכער.

א טאג נאך די קידנעפינג איז דער FBI דיירעקטאר דשעי האווער זיך פארבינדן מיט די ניו דשערסי פאליציי, צו מעלדן אז די עף. בי. איי שטייט גרייט מיט וואס נאר מעגליך צו העלפן אפגעפינען די פארברעכער, און זיי ברענגען צו גערעכטיגקייט.

ער האט צוגעלייגט אז די פאליציי קען בעטן פון די אגענטור סיי וועלכע ריסארסעס און כלים צו העלפן דערווישן די קידנעפער.

די קידנעפינג סיטואציע האט באקומען פליגלען און איז אנגעקומען צו יעדע מענטשליכע אויער אין גאנץ אמעריקע, און עווענטועל צום דעמאלטדיגע פרעזידענט, הערבעט האווער, וואס איז אויך געווען פארמישט אין די קעיס.

ס'איז דאן פארשפרייט געווארן א הויכע באלוינונג פאר ווער ס'וועט פירן צום קינד. פופציג טויזנט דאלער האט די פאמילע אליינס צוגעזאגט, אין צוגאב צו נאך 25 טויזנט דאלער, פון די ניו דשערסי אפישעלס. נאנט צו צוויי מיליאן דאלער אין היינטיגע געלט ווערד!

---




קאנטאקט מיט די פארברעכער



די טאטע, קאלאנעל טשארלס לינדבערג, האט אנגעהויבן בעטן פריינד און נאנטע צו פרובירן שאפן קאנטאקט מיט די קידנעפער. זיי האבן טאקע אנגעהויבן פארשפרייטן מעלדונגען איבעראל אז מ'זיכט צו קאנטאקטן מיט די פארכאפער.

ווייזט אויס איז די קידנעפער האבן באקומען די מעלדונג, ווען אפאר טעג שפעטער, אום מאי 6, איז געפונען געווארן נאך א בריוו פון די קידנעפער. אינעם בריוו זענען זיי מודיע אז זיי הייבן אויף די אויסלייז פרייז צו זיבעציג טויזנט דאלער.

דער גאווענער אליינס האט דאן צוזאמגערופן א קאנפרענץ, ווי ס'האבן זיך באטייליגט הויכע פערזאנען אינערהאלב די פאליציי אטאריטעטן, א גאווערמענט דעלעגאציע און נאך, ווי ס'איז אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע טעאריעס און פאליסיס איבער די סיטואציע.

פון די צווייטע זייט, האט די לויער פון טשארלס, קאלאנעל הענרי ברעקינרידש, אליינס אויפגענומען פריוואטע אויספארשער נאכצוגיין די פארכאפונג.

---



אום מאי 8, די אכטע טאג פון די פארכאפונג, איז א דריטע צעטל אנגעקומען, און דאס מאל צו לויער ברעקינרידש, ווי זיי זאגן אפ סיי וועלכע פארמיטלער וואס איז אויפגענומען געווארן מטעם די לינדבערגס אליינס. אויך האבן זיי געשריבן אז קומענדיגע דיסקוסיעס צווישן זיי, זאל געמאכט ווערן דורך מעלדונגען אין די צייטונגען.

יענע טאג האט ד"ר דשאן פ. קאנדאן פון בראנקס, א באקאנטע ריטייערטע פרינציפעל פון א שולע, געמאלדן דורך די 'בראנקס האום ניוז' צייטונג, אז ער איז גרייט צו זיין די פארמיטלער צווישן די פארכאפער און די לינדבערגס, אין צוגאב צו אייגענע פרישע טויזנט דאלער אויסלייז געלט, וואס ער לייגט צו.

אן ענטפער האט נישט פארזוימט צו קומען. די פארכאפער האבן צוגעשטימט צו די פלאן, און אפגעשיקט א פערטע בריוו ווי זיי מעלדן אז ער איז אויפגענומען געווארן אלס אפיציעלע פארמיטלער. אזוי אויך האט טשארלס צוגעשטימט צו דעם.

א טאג דערנאך האט די פארמיטלער, דאקטער קאנדאן באקומען די זיבעציג טויזנט דאלער אין קעש, אלס אויסלייז געלט. און דאקטאר קאנדאן, אינטער'ן קאוד נאמען 'דשאפסי', האט אנגעהויבן מיט א סעריע משא ומתן מיט די קידנעפער דורך די צייטונגען.

---



די פארמיטלער



די צוועלפטע טאג פון די קידנעפינג, בערך האלב צעהן ביינאכט, באקומט קאנדאן א פיפטע צעטל פון די פארכאפער, וואס איז אים איבערגעגעבן געווארן דורך א טעקסי דרייווער מיט'ן נאמען דשאוסעף פעראון. ווען קאנדאן האט אים געפרעגט פון ווי ער האט די צעטל, האט ער געענטפערט אז ער האט עס באקומען פון עפעס אן אומ-אידענטיפעצירטע פארשוין.

אין די יעצטיגע צעטל איז געשטאנען אז א נאכפאלגנדע בריוו וועט ער געפונען אינטער א שטיין, נעבן א נאכגעלאזטע סטענד, הונדערט פיס אוועק פון א ווייטע באן סטאנציע.

דאקטער קאנדאן האט אויסגעפאלגט די פונקטליכע אנווייזונגען, און איז אנגעקומען צום באשטימטן פלאץ. די זעקסטע בריוו וואס ער האט דארט אפגעפונען האט אים געפירט צו נאך אן אומ-אידענטיפעצירטע פארשוין, וואס האט זיך גערופן מיט'ן קאוד נאמען 'דשאן', אין א ארטיגע בית הקברות.

זיי האבן גערעדט איבער די אויסלייז געלט, און די דאקטער האט געבעטן פאר סימנים איבער די אידענטיטעט פונעם קינד, צו וואס 'דשאן' האט צוגעשטימט.

אזוי איז אנגעגאנגען די בריוון אויסטויש צווישן דאקטער קאנדאן און די קידנעפער, פאר א שטיק צייט. אום מארטש 16, האט ער באקומען פידשאמעס אלס אידענטיטעט מיטעל, וואס איז טאקע שפעטער באשטעטיגט געווארן דורך טשארלס, אלס די פידשאמעס פון זיין קינד.

אין איינע פון די בריוון האט די קידנעפער געפאדערט פילשטענדיגע מיטארבעט מיט זיי, און אפילו צוגעלייגט אז די פארכאפונג אקציע איז געווארן אויספלאנירט פאר א גאנצע יאר צייט.

אום אפריל 1, האט קאנדאן ענדליך באקומען א בריוו צו אנגרייטן די געלט אויף מארגן ביינאכט, ווען די ענטגילטיגע אויסטויש וועט אויגעפירט ווערן.

צומארגנס, האט נאכאמאל א טעקסי דרייווער אים איבערגעגעבן א האנט-געשריבענע בריוו פון אן אומ-אידענטיפעצירטע פארשוין, וואס האט אנגעגעבן אנווייזונגען ווי צו טרעפן די צוועלפטע בריוו... (איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס אזויפיל בריוו האבן געדארפט געשיקט ווערן. ווייזט אויס, פשוט ארויסצונעמען יעדעם פון די גלייזן. י.ה.)

---



די דאקטער געבט איבער דאס געלט



אין יענע בריוו איז געשטאנען נאכאמאל וויאזוי זיך צו טרעפן מיט די אזוי-גערופענע 'דשאן'. און טאקע נאכ'ן אויספאלגן די פונקטליכע אנווייזונגען, האט ער זיך געטראפן צום צווייטן מאל מיט 'דשאן' אין אן ארטיגן פארק.

דאס מאל האט קאנדאן איבערגעגעבן דאס אויסלייז געלט פאר דעם פארשוין, זאגענדיג אז זיי האבן נאר געקענט שאפן פופציג טויזנט דאלער, צו וואס 'דשאן' האט צוגעשטימט. דאן האט קאנדאן ערהאלטן אויף צוריק א דרייצנטע בריוו וואס לויטעט צו פירן צום קינד'ס לאקאציע. דערנאך איז דער פארשוין אנטרינען צווישן די ביימער פונעם פארק.

צווישן די באצאלטע געלט האט קאנדאן אויך איבערגעגעבן גאלד סערטיפיקאטן – אזא סארט פארשטייער געלט, פאר די ווערד פון די סכום גאלד אוועקגעלייגט. די גאלד סערטיפיקאטן זענען געווען אקטיוו אין אמעריקע, נאך פון די מיטעלע 18' יארן, און האט זיך געצויגן ביז יאר 1933.


בילד



אין די בריוו איז געשטאנען אז דאס פארכאפטן קינד קען מען געפינען אויף א שיפל מיט'ן נאמען 'נעלי' וואס געפינט זיך ביים "מארטא'ס ווייניארד" אינזל אין מעסעטשיוסעטס.

געזאגט און געטוהן. א דרינגליכע זיכעריי אקציע דורך פילע כוחות פון פאליציי האט זיך אנגעהויבן ביים אנגעבליכן פלאץ ווי דאס קינד דארף זיך צו געפינען, אבער מ'האט זיי גוט אריינגענארט... הילד איננו... דאס קינד איז נישט צום געפינען.

---




געטראפן דאס קינד



אויב האט מען געמיינט אז מ'ענדיגט שוין מיט די גאנצע אנדרייעניש, זענען זיי שנעל געוואר געווארן אז זיי זענען ווייט פון פארטיג.

מאי 12, א קנאפע צוויי אהאלב חדשים נאך די פארכאפונג, פארטס זיך א טרעקל אויפ'ן ראוד נעבן מאונט ראוז – ניו דשערסי, בערך 45 מייל אוועק פונעם שטוב פון די לינדבערגס. דער דרייווער פונעם טרעקל איז אורוויל ווילסאן, און זיין געהילף נעבן אים, איז וויליאם עלען.

אינמיט'ן פארן אויפ'ן הייוועי, דרייט זיך אויס עלען און בעהט פאר ווילסאן זיך אפצושטעלן ביי די זייט פונעם ראוד, צו מאכן הכנות. זיי שטעלן זיך אפ, עלען גייט אראפ פונעם טרעקל און שפאצירט אריין אביסל צווישן די געדיכטע ביימער.

ער האט געמיינט אז ער חלש'ט... פארענט פון זיינע אויגן האט זיך אנטפלעקט א שוידערליכע סצענע...

נעמליך, א טויט פיצל קינד, האלב באגראבן, ליגט נעבן זיינע פיס. די קאפ איז אינגאנצן צוקוועטשט, צולעכערט, און אפאר איברים זענען ניטאמאל צום געפינען. אויך האט זיך אנגעזעהן ביסן פון חיות אויף זיין גוף.

פאליציי איז אלאמירט געווארן און שנעל צוזאמגעשטעלט די צוויי עפיזאדן.

די נורס פון טשארלס דשוניער, איז געגאנגען באשטעטיגן די אידענטיטעט פונעם קינד, און זי האט טאקע באוויזן אים צו דערקענען דורך די אייגנארטיגע פינגערס פון זיין רעכטע פיס, און אויך האט דאס קינד געטראגן א קלייד וואס זי האט אליינס אויפגענייט.

נאכ'ן מאכן עטליכע טעסטס איז מען געקומען צום ענטגילטיגן מסקנה אז דאס קינד איז דערמארדעט געווארן דורך א קלאפ אין קאפ. ה' ירחם.

דא האט זיך אנגעהויבן נאך א סעריע פון ערנסטע אויספארשונגען, ווי יעדער וואס האט געצויגן אויפמערקזאמקייט איז געשטעלט געווארן אויף א קרייץ פארהער.

---



די אויספארשונגען



איינע פון די מענטשן אויף וועם מ'האט געלייגט א אויג, איז געווען א בריטישע פרוי מיט'ן נאמען ווייאלעט שארפ, וואס זי איז געווען א שטוב משרתת ביי די לינדבערגס.

די אויספארשער האבן באמערקט אז ביים איר אויספרעגן איבער איר עליביי (ווי זי איז געווען ביים פארכאפונג) האט זי געזאגט קעגנזייטיגע ענטפערס וואס האבן נישט געשטימט מיט אירע אייגענע ווערטער באפאר. דאס האט אנגעצינדן א רויטע ליכט ביי די אויספארשער. אויך ווייסן מאנכע צו פארציילן אז זי איז געווען היפש אנגעצויגן ביים אויספארשונג.

למעשה, איידער זי וואלט געדארפט קומען אויף א פערטע אויספארשונג, איז זי באגאנגען זעלבסטמארד, דורך איינשלונגען זילבער-פיץ וואס האט פארמאגט טויטליכע כעמיקאלן. דאס האט נאך מער געטייטלט א פינגער צו איר.

אין די ענדע איז מען אבער געווארן געווארן אז איר עליביי איז יא געווען קראנט, און אז זי איז לכאורה געווען אומשולדיג, וואס דאס האט געצויגן שווערע קריטיק צו פאליציי אז זיי זענען זיך באגאנגען מיט די אויסגעפארשטע צו שטרענג.

אזוי אויך איז דער דאקטער קאנדאן געבליבן אריינגעמישט אין די קעיס, ווען מאנכע ווילן אים אויך באשולדיגן אלס האבן א טייל אין די קידנעפינג. אזוי צו אזוי, האט קאנדאן געזאגט אז ער געדענקט גאר גוט די פנים פון דעם אזוי-גערופענעם 'דשאן' וואס ער האט געטראפן אין די בית הקברות, און ער האט צוגעזאגט פאר די פאליציי אז ער גייט נאך טרעפן דעם 'דשאן'.



---



נאכגיין די באנקנאטן



נאך דעם וואס די אויספארשער האט געזעהן אז די אויספארשונגען פירן נישט אין ערגעץ, און אז ס'נישטא כמעט קיין באווייז אויף סיי וועלכע דעטאל איבער די אינצידענט, האבן זיי באשלאסן צו טוישן ריכטונג.

נעמליך, אנהייבן נאכגיין די באנקנאטן וואס זענען איבערגעגעבן געווארן צו 'דשאן'.

מ'האט ארויסגעדריקט א פערטל מיליאן (!) קאפיס פון ליסטעס, וואס האבן אויסגערעכנט די סיריעל נומערן פון די אויסלייז-געלט-באנקנאטן. די ליסטעס זענען מיינסטנס געשיקט געווארן צו בענק, אינשורענס אגענטן, גאז סטאנציעס, עירפארטס און נאך פארשידענע פלעצער. זיי זענען געבעהטן געווארן צו אפדעיטן די באאמטע איבער קאנטאקט מיט די דאזיגע באנקנאטן.

למעשה האט מען געטראפן זייער אסאך פון די באנקנאטן, אבער די באניצער האט מען נישט געקענט אפגעפינען. ס'איז באשטעטיגט געווארן אז די געלט איז געניצט געווארן אין פארשידענע פלעצער, אויסגעשפרייט אין שטעט פון אפאר שטאטן, אריינגערעכנט ניו יארק סיטי, שיקאגו, מיניאפאליס און נאך.

---



אפגעפינען די קידנעפער



דערנאך האבן די אויספארשער אנגעהויבן צו נאכגיין די אויבן-דערמאנטע גאלד סערטיפיקאטן. הונדערטע דעטאלן און פלעצער ווי די גאלד סערטיפיקאטן זענען באמערטק געווארן, האט געהאלפן פאר די FBI צו אויסמאלן א שטיקל מאפע.

יעצט האבן זיי אנגעהויבן אויספרעגן מענטשן וואס האבן אלאמירט די באאמטע אז די דאזיגע סערטיפיקאטן זענען אנגעקומען צו זיי, און האבן באמערקט אז די אנגעבליכע דעטאלן איבער די באנוצער פון די סערטיפיקאטן, שטימען זייער גוט מיט די אינדיווידואל וואס דאקטער קאנדאן האט אויסגעמאלן פאר די אויספארשער א שטיק צייט פריער, אלס דער 'דשאן' פון די בית הקברות.

דא האבן זיי שוין געשפירט אז ענדליך פארן זיי אין די ריכטיגע דירעקציע.

אום סעפטעמבער 18 1934, איבער א יאר אין אהאלב נאכ'ן קידנעפינג און נאכפאלגנדע מארד פון די קינד, איז א באריכט אנגעקומען פון א באנק אין מאנהעטן, איבער א מעגליכע אנטדעקונג.

א טעלער אין די באנק האט געטראפן א גאלד סערטיפיקאט וואס איז געניצט געווארן אלס א טייל פון די אויסלייז געלט, וואס אויפ'ן סערטיפיקאט איז געווען ארויפגעשריבן א לייסענס נומער.

דאס האט געפירט צו א לאקאלן גאז סטאנציע, פון ווי די סערטיפיקאט איז געקומען. ווען מ'האט אנגעפרעגט די ארבעטער דארט איבער דעם סערטיפיקאט, האט ער געזאגט אז ער האט עס באקומען פון איינעם, וואס איז געקומען אנפילן געז. און וויבאלד יענער האט געצויגן אביסל חשד, האט ער אראפגעשריבן יענעם'ס לייסענס נומער.

נאך אביסל ריסערטש האט די לייסענס פלעיט געשיקט צו א סודאן קאר, וואס האט געהערט צו איינעם מיט'ן נאמען ברונאו ריטשארד האופטמאן, א דייטשער אימיגראנט מיט א קרימינאלע רעקארד.

מ'האט אים גלייך ארעסטירט, און געפינען אין זיין טאש איין צוואנציגער גאלד סערטיפיקאט. און נאך אן איבערזיכט ביי אים אינדערהיים האט מען טאקע אפגעפינען בערך 15 טויזנט דאלער פון די אויסלייז געלט, אין זיין גאראדש.

האופטמאן איז אויסגעפארשט געווארן, און איז אפילו געשלאגן געווארן אפאר מאל דורכאויס די אויספארשונג.

האופטמאן איז אבער געקומען גרייט מיט א מעשה וואס לאזט אים אומשולדיג אין די גאנצע סעמאטוכע. נעמליך, ס'איז איבערגעבליבן פון זיין פריינד, אזוי טענה'ט ער, א גאנצע פושקע פון זאכן וואס ער האט איבערגעלאזט איידער זיין פריינד איז צוריק געפארן קיין דייטשלאנד.

זיין פריינד, איזידאר פיש, האט צווישן אנדערע איבערגעלאזט ביי אים א שיך פושקע, ניטאמאל וויסנדיג וואס ס'ליגט אינערווייניג. און ערשט אום מארטש 29 - 1934 איז פיש געשטארבן, און ערשט דעמאלטס איז ער געוואר געווארן אז ס'ליגט ביי אים אזא גרויסע סומע געלט.

האופטמאן האט געלייקנט שטיין און ביין, טענה'נדיג אז ער האט נישט קיין שום פארבינדונג מיט די קידנעפינג, און אז ער האט ניטאמאל געוויסט אז די אלע געלטער זענען פון די אויסלייז געלט.

למעשה, האט מען געטראפן ביי אים אין שטוב א רייע אנדערע קאלטע באווייז אז ער איז דער פארברעכער אליינס.

מען האט געטראפן א סקעטש פון א לייטער, וואס ווייסט וויאזוי עס צו בויען, אזא לייטער וואס איז געפינען געווארן ביי די סצענע נעבן לינדבערגס הויז. שפעטער האט מען אויך געטראפן אין זיין בוידעם א שטיקל האלץ, וואס לויט די עקספערטן איז דאס ממש געווען די האלץ וואז מ'האט געניצט ביים בויען די לייטער.

אזוי אויך האט מען געפונען אויפגעשריבן אויפ'ן וואנט, די טעלעפאון נומער און אדרעס פון דאקטער קאנדאן מיטוועם דער פארכאפער איז געשטאנען אין קאנטאקט.


---



די ענדע פון האופטמאן



האופטמאן איז געשטעלט געווארן צום משפט אין די סופרים קארט אין די בראנקס, אום סעפטעמבער 24 יענע יאר, מיט קלאגעס איבער ארויסנעמען געלט מיט סטראשונקען (charges of extortion). צוויי וואכן שפעטער איז ער אויך באשולדיגט געווארן אין דערמארדן דעם קינד, טשארלס דשוניער.

אקטאבער 19 איז ער אריינגעפירט געווארן אינטער גראטעס, אין די האנטערדאן קאנטרי טורמע אין פלעמינגטאן – ניו דשערסי, ווארטנדיג פאר זיין אורטייל.

זיין געריכט האט זיך אנגעהויבן יאנואר 3 יאר 1935 אין פלעמינגטאן, און צעהן טעג שפעטער האט די דשורי ארויסגעגעבן זיין אורטייל: טויטשטראף.

א פארשלאג וואס מ'קען נישט אפזאגן איז אנגעקומען צו האופטמאן, אז ער קען מודה זיין אין זיין שולד, און מ'וועט טוישן זיין שטראף פון טויט צו לעבנסלענגליכע טורמע, אבער ער האט עס יא אפגעזאגט.

זיינע פארטיידיגער האבן צוויי מאל אריינגעגעבן אן אפיעל, אנטקעגן די אורטייל, אבער איז אפגעזאגט געווארן דורך די געריכט. און אין דעם דריטן אין אפריל 1936, פערטל צו ניין ביינאכט איז ברונאו ריטשארד האופטמאן עלעקטערעזירט געווארן צום טויט אויפ'ן בענקל.



בילד


פילע שפעקולאציעס און טעאריעס איז ארויסגעקומען נאך זיין טויט, צו ער איז טאקע געווען שולדיג אין די מארד אדער נישט. אסאך דשורנאליסטן און פריוואטע אויספארשער האבן ווייטער אויסגעפארשט די זאך, ווען פילע האבן געשריגן חי וקיים אז די אורטייל איז געווען אומריכטיג, און אז מ'האט אומגעברענגט אן אומשולדיגע מאן.

אויך האבן מאנכע גע'טענה'ט, נישט מער אין נישט ווייניגער, אז די סטעיט אליינס האט אנגעגרייט די עדים און איינגעפלאנצט די באווייז, צו קענען באשולדיגן האופטמאן'ן.

האופטמאן'ס ווייב, אנא, האט אויך צוויי מאל אנגעקלאגט ניו דשערסי געריכט הויז אין די 1980 יארן, איבער די אומגערעכטיגע אורטייל, אבער איז אפגעזאגט געווארן נאכדעם וואס ס'איז אריבער צופיל צייט זייט די אורטייל איז ארויס. זי איז געשטארבן אין די עלטער פון 95 אין יאר 1994.
לעצט פארראכטן דורך יוסעלע השלישי אום דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

וואף!!!

מזל טוב "לאלף" .... השלישי
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גאר אינטערעסאנט, שרייב אפטער.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:49 pm
גאר אינטערעסאנט, שרייב אפטער.
א דאנק
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:52 pm
וואף!!!

מזל טוב "לאלף" .... השלישי
ברוכים תהיו

... השלישי
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8082
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

Wow שכח געוואלדיג
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיינע טרויעריגע געשיכטע

האבן די לינדבערגס געהאט נאך קינדער אויסער דעם קינד?
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:13 pm
שיינע טרויעריגע געשיכטע

האבן די לינדבערגס געהאט נאך קינדער אויסער דעם קינד?
יא.

אייגענטליך האט ער געהאט אין טאטעל 13 קינדער פון פיר ווייבער.
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

פיין געשריבן
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3940
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

וואף. זייער שיין באשריבן.

מזל טוב.

וואו איז מאניש?
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

א ציענדע באשרייבונג מיט קיין איין איבריג ווארט..
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16952
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך דעטאלירט, שכוח יוסעלע!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

דעת גדול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:06 am
א ציענדע באשרייבונג מיט קיין איין איבריג ווארט..
וואט ע קאמפלימענט!

'שכוח.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 4:09 am
וואף. זייער שיין באשריבן.

מזל טוב.
'כעם תהיו.
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

קאנגרעזילאציע צום טויזענטער.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:27 pm
קאנגרעזילאציע צום טויזענטער.
מערצעשעם ביי דיר אויף שימחעס!

קום, זעץ זיך אראפ... מאך א ברכה...
אוועטאר
תהילים זאגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm
לאקאציע:ביים תהילים'ל

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהילים זאגער »

זייער פיין געשריבן
מז"ט צום טויזענטער
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:43 pm
אזויווי איך קען נישט ארויסגיין מיט צעפלויגענע פיאות, אזוי קען איך נישט ארומגיין מיט פארשוועכטע ציצית.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פיין פיין!!!
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4584
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין!

ערגעץ ווי האב איך לעצטנס געלייענט אז ס׳איז דא שטארקע באווייז אז די טאטע לינדענבערג אליין איז געוועהן די פארכאפער…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

שכח.
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:09 pm
יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:27 pm
קאנגרעזילאציע צום טויזענטער.
מערצעשעם ביי דיר אויף שימחעס!

קום, זעץ זיך אראפ... מאך א ברכה...
לחיים ליוסעלע.
די קעיק איז פיין.
היימיש ?
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:36 pm
זייער שיין!

ערגעץ ווי האב איך לעצטנס געלייענט אז ס׳איז דא שטארקע באווייז אז די טאטע לינדענבערג אליין איז געוועהן די פארכאפער…
אינטערעסאנט.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:50 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:09 pm
יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:27 pm
קאנגרעזילאציע צום טויזענטער.
מערצעשעם ביי דיר אויף שימחעס!

קום, זעץ זיך אראפ... מאך א ברכה...
לחיים ליוסעלע.
די קעיק איז פיין.
היימיש ?
געבאקן נאך פסח.
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

הערליך שיין, רייך און דראמאטיש!!!!!
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: די לינדבערג קידנעפינג - היסטארישע קאפיטאל - מיין טויזנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:57 pm
יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:50 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:09 pm
יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 6:27 pm
קאנגרעזילאציע צום טויזענטער.
מערצעשעם ביי דיר אויף שימחעס!

קום, זעץ זיך אראפ... מאך א ברכה...
לחיים ליוסעלע.
די קעיק איז פיין.
היימיש ?
געבאקן נאך פסח.
מיך געוואונדערט ווי אזוי ס'איז נאך פריש
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”