אייגנארטיגע נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

איך באמפ אסאך מאל אריין אין מאדנע נייעסער, ס'נישט דא וואו עס צו שרייבן, און קיינער באריכטעט עס נישט.
איך וויל עס בעז"ה דעליווערן פארן עולם טעגליך, איך האף אז מ'וועט הנאה האבן.

(איך מיין אז ס'איז אמאל שוין געווען אזא אשכול וואו @הכל הבל איז געווען אקטיוו, אבער פאר מיר שרייבט זיך בעסער אין א פריוואטע ווינקל)
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א מענטש אין מישיגען האט שאקירט די אנוועזנדע ווען ער איז ערשינען אויף א געריכט סעסיע דורך א זום איבער זיין קעיס וואס האט אריינגענומען קלאגעס פון דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס.
ער האט נישט געטראפן קיין בעסערע וועג וויאזוי פארצושטעלן זיין קעיס, נאר דורכן ערשיינען אויף זום טאקע בשעת'ן זיצן ביים רעדל און דרייוון צו א דאקטאר'ס אפוינטמענט!
די אטוירוני פון Corey Harris איז געבליבן אן ווערטער ביים זעהן פון וואו איר קליענט באטייליגט זיך, אויך די דזשאדזש איז געווען שפראכלאז. נאך א פארצויגענע pause וואס איז געקומען פון שאק, האט די שופט סוספענדירט די בעיל אויף וואס Corey איז געווען, און פארלאנגט אז ער מוז זיך איינגעבן אין פאליס דעפ. ביז 6 אזייגער נאכמיטאג.
ס'איז נישט קלאר אויב Corey איז טאקע אנגעקומען פאר זעקסע צום פאליציי סטאנציע, אבער אויב יא איז גאנץ מעגליך אז ער האט אליינס געדרייווט אהין...


court.jpg
court.jpg (39.79 KiB) געזען 1621 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פארן דערמאנען!

יענע אשכול איז אקטיוו און די נייעס וואס דו ברענגט איז געווארן דארט באריכטעט נעכטן

viewtopic.php?p=5128792#p5128792
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

קאליפארניע פאליציי האבן ארעסטירט א מענטש וואס טעראריזירט דעם עולם א לאנגע צייט מיט די קינדערישע "סלינגשאט" שפילעריי.
ווען איינוואוינער פון א געגנט האבן זיך באקלאגט אויף קרעקס אין פענסטערס פון הייזער און קארס אין די שכונה, האט די ארטיגע פאליציי געעפנט א אויספארשונג, אבער זיי האבן נישט גע'חלומ'ט צו וואס ס'וועט פירן!
אן 81 יעריגע שייסער\שיסער איז דער שולדיגער וואס שטייט אונטער די קייט פון מיסטעריעזע אטאקעס, ער איז ווארשיינליך קיינמאל נישט אויסגעוואקסן די "באוינג" תאוה פון שיסן א קליינע אייזערנע באלי מיט א סלינגשאט.
פארשטייט זיך אז די פאליציי איז אנגעקומען צום ארעסט מיט א טרעקל וואס איז "סלינגשאט פרוף"...

sling.jpg
sling.jpg (92.81 KiB) געזען 1569 מאל
לעצט פארראכטן דורך ניקישי אום דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:58 am
א דאנק פארן דערמאנען!

יענע אשכול איז אקטיוו און די נייעס וואס דו ברענגט איז געווארן דארט באריכטעט נעכטן

viewtopic.php?p=5128792#p5128792
שכח, נישט געקענט טרעפן!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א מענטש אין קענטאקי האט געוואונען א 50 טויזנט דאללערדיגע פאוערבאלל געווינס דריי חדשים נאך וואס זיין טאכטער האט געווינען איבער 150 טויזנט אין א אנליין לאטערי.
יפה כח הבת מכח האב...


lottery.jpg
lottery.jpg (79.18 KiB) געזען 1551 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

נאך א נייעס פון איינעם וואס איז געבליבן אבסעסירט מיט קינדישע שפילצייג, איז א פרוי וואס האט זיך נאכנישט אפגעריסן פון די לעגא שפיל, אבער הפנים נוצט זי עס נישט אויף נעגאטיווע צוועקן.
זי האט געבויט א גרויסע וועלטס-רעקארד הייזקע פאר איר הונטל מיט טויזנטע לעגאס. די בנין איז הויעך זעקס פיס!
ווען די קינדער פארשפילן זיך מיט לעגאס טרייבט די מאמע אריין אין בעט, אבער וויאזוי ארבעט עס ווען די מאמע אליין איז פארשפילט מיט די לעגאס??

lego.jpg
lego.jpg (142.65 KiB) געזען 1512 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א בער האט זיך אריינגעבראכן אין א הויז אין די לאס אנדזשעלעס אומגעגנט און אפגעטראגן מיט א פעקל קוכן.
די היים-אייגנטימער זענען געווען אנוועזנד, אבער זיך נישט געקענט קעגנשטעלן.
פונקט ווי "עשו" האט זיך פארדינט דעם טיטל "אדום", האט מען אנגעהויבן רופן דעם בערל "Oreo" על שם די סארט קוקי וואס ער האט גע'גנב'ט.

oreo.jpg
oreo.jpg (90.53 KiB) געזען 1476 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

צפון קארעא האט אריינגעשיקט 260 פעקלעך קיין סאוט צוגעבינדן צו באלאנען.
די אינהאלט פון די זעקלעך זענען געווען גללי בהמה וואס מ'נוצט צו באמיסטיגן פעלדער!
קיינער ווייסט נישט פשט פון די מאדנע שיפמענט, אבער נאר קארעא זאגט אז "ס'איז א מתנה פאר סאוט פון אונזערע מענטשן"
ס'האט קודם אנגעזייט א שרעק אז אפשר איז עס אנשטעקיגע מאטריאל, אבער די מיליטער זאגט אז זיי האבן עס געטעסט און ס'זעהט נישט אויס צו זיין שעדליך, אבער דאך זאל עס קיינער נישט צורירן נאר רופן די מיליטער אויב טרעפט מען אזא זעקל.

korea.jpg
korea.jpg (139.2 KiB) געזען 1422 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

יאפאנעזע שטעטל אויטאריטעטן באוויינען די 1.3 מיליאן יען געשפענדעט אויפצושטעלן א שווארצע צוים וואס האט געדארפט צו פארשטעלן טוריסטן.
די שטעטל Fujikawaguchiko (פארשטאנען?) האט זיך געפלאגט מיט טוריסטן וואס זענען געקומען באזוכן די בארימטע Mount Fuji, ווייל אויף איין ספעציפישע spot פלעגן טוריסטן זיך אפשטעלן אינמיטן די ראוד און בלאקן טרעפיק.
פאריגע וואך האט מען אויפגעשטעלט דארט א ריזיגע שווארצע גדר, וואס האט געזאלט פארשטעלן די view פון די בארג. די ארטיגע קאסע האט געצאלט די ווערט פון איבער 8 טויזנט דאלער פאר די פראיעקט.
למעשה פארן טוריסטן ווייטער אהין און קומען אהיים מיט שיינע בילדער, ווייל ס'איז דא גענוג און נאך "לעכער אין די סיסטעם" וואו א קאמערע לענז גייט באקוועם אריין.
BUILD THE WALLL


דער טוריסט...
Tourist.jpg
Tourist.jpg (377.8 KiB) געזען 1385 מאל
און זיין בילד...
picture.jpg
picture.jpg (119.75 KiB) געזען 1385 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

די אינטערנעט האט זיך פארסמאקעוועט מיט א באטעלע "פענקעיק" סירופ ווען איינער האט געפאוסט אז ער האט באמערקט א שטרענגע ווארענונג צו האלטן די סירופ ווייט פון "טרעקטארס"!
"Do not freeze and keep away from tractorand sun" האט זיך געליינט די "ווארענונג" אויפן לעיבל.
אינטערנעט באנוצער האבן וויצלדיג געשאסן מיינונגען וואו סירופ+טראקטאר קען גיין ראנג, אבער צום ס'איז אויסגעקלארט געווארן ווען אן אראביש-רעדנדער האט געכאפט אז די UAE קאמפאני וואס פראדוצירט די סירופ האט געמאכט א פארפירערישע איבערטייטש פון אראביש, וויבאלד אין די אראבישע ווערטער פון די ווארענונג פעלט איין פינטל אין א ווארט וואס טוישט די באדייט פון "היץ" צו "טראקטאר"


Syrup.jpg
Syrup.jpg (377.45 KiB) געזען 1228 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א ליבהאבער פון די "ספרייט" סאדע געטראנק האט אלס געוואלט האבן א באטל צו די האנט, האט ער זיך געלאזט איינקריצן א כתובת קעקע מיט א בילד פון א סאדע קען.
דער קריצער האט אבער אויסגעלאזט איין אות שאפנדיג א נייע געדאנק פאר א נאמען פון א געטראנק...
דער מענטש זאגט אז ער איז צופרידן פון די רעזולטאט סייווי...

Spite.jpg
Spite.jpg (30.63 KiB) געזען 1214 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

טאקע אייגענארטיג!

שכח.
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א מענטש אין אינדיע האט געבראכן זיין אייגענע וועלטס-רעקארד פארן אפטייפן די ענגלישע אלפאבעט אויף א QWERTY קיבאורד מיט זיין נאז!
דער 44 יעריגער Vinod Kumar Chaudhary האט געהאלטן דעם רעקארד אויף זיין רעקארד צום ערשטן מאל אין 2023 ווען ער האט עס באוויזן אין 27.8 סעקונדעס, שפעטער אין יאר האט ער עס איבערגעמאכט אין 26.73 סעקונדערס, און יעצט האט זיך אים פארשמעקט עס איבערצוטוהן און ער האט עס באוויזן אין 25.66 סעקונדען!
ער האלט נאך וועלט-רעקארדס פאר טייפינג, אריינגערעכנט די רעקארד פון טייפן די אלפאבעט מיט די הענט פארבינדן אויף הינטערוויילעכץ.
אין די ווידיאו זעהט מען ווי ער איז גאר proud מיט זיין רעקארד, זעהט אויס אז ער ברענגט אסאך אינדיאניש נחת פאר די משפחה...
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

אינדערצייט וואס טעסלא קארס זענען א דעבאטירטע טעמע, איז א מענטש אין מערילענד איז זייער צופרידן מיט זיין טעסלא, אבער נישט צוליב די קאר אליינס, נאר צוליב די לייסענס פלעיטס!
א מענטש וואס האט געוואונען א 50,000 דאללערדיגן לאטערי, זאגט, אז ער שפילט כסדר די לאטערי מיט די ציפערן פון די לייסענס פלעיטס אויף זיין טעסלא, און ס'האט זיך אים אויסגעצאלט!
ער האט געווינען א Pick 5 געים נוצנדיג די נאמבערס 5-6-8-4-3 וואס זענען די נאמבערס פון זיינע פלעיטס, מאכנדיג זיין לייסענס פלעיטס נאמבערס אלס איינע פון די טייערסטע אויף די מארקעט...
די שאלה איז נאר אויב ער האט נאכנישט אריינגעפלאשט קיין 50 אלפים אין די לאטערי געים דורכאויס די יארן...
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

ניקישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:02 am
קאליפארניע פאליציי האבן ארעסטירט א מענטש וואס טעראריזירט דעם עולם א לאנגע צייט מיט די קינדערישע "סלינגשאט" שפילעריי.
ווען איינוואוינער פון א געגנט האבן זיך באקלאגט אויף קרעקס אין פענסטערס פון הייזער און קארס אין די שכונה, האט די ארטיגע פאליציי געעפנט א אויספארשונג, אבער זיי האבן נישט גע'חלומ'ט צו וואס ס'וועט פירן!
אן 81 יעריגע שייסער\שיסער איז דער שולדיגער וואס שטייט אונטער די קייט פון מיסטעריעזע אטאקעס, ער איז ווארשיינליך קיינמאל נישט אויסגעוואקסן די "באוינג" תאוה פון שיסן א קליינע אייזערנע באלי מיט א סלינגשאט.
פארשטייט זיך אז די פאליציי איז אנגעקומען צום ארעסט מיט א טרעקל וואס איז "סלינגשאט פרוף"...

sling.jpg

דער 81 יעריגער Prince Raymond King איז געשטארבן נעכטן ביי זיך אינדערהיים אין קאליפארניע, פינף טעג נאכן ארעסטירט ווערן!
די מעדיקאל עקזעמינאר זאגט אז ער איז געגענגן כדרך כל הארץ, פון הארץ פראבלעמען. און מ'האט נישט געטראפן קיין self-inflicted סלינגשאט וואונדן אין זיין קערפער...
יהא זכרו סרוך...


85466351-13480459-Prince_King_81_was_taken_from_LA_Central_Jail_to_Citrus_Municipa-a-1_1717160549489.jpg
85466351-13480459-Prince_King_81_was_taken_from_LA_Central_Jail_to_Citrus_Municipa-a-1_1717160549489.jpg (44.65 KiB) געזען 969 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15837
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גוט צו וויסן אז קאליפארניע האט שוין א מהלך וויאזוי צו פטור ווערן פון שוידערליכע פארברעכער, אנע אויפרעגן די ליבעראלע קאנסטיטשוענסן!

נאטורליך איט איז... פארט בעסער ווי א פענסטער...

אלד לייוו מעטטער!
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

זייער אינטערעסאנט שכח @ניקישי ווי לאקינג פאערד!!!
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א GoFundMe פאר א 90 יעריגע וועטעראן האט אויפגעטריבן $250,000 דאללער, נאך וואס איינער האט רעקאדירט דעם אלטיטשקן ארומשלעפן וועגעלעך אין די היצן כדי צו דעקן זיין לעבנסקאסטן.
דער זקן האט געזאגט אין די ווידיאו אז ער דארף $2,500 א חודש צו קענען לעבן, און ער מוז נעמען די סייד-דזשאב אלס צוגאבע צו די סאושעל סעקיורעטי און אנדערע בענעפיטן.
די "גאו פאנד מי" האט שוין ביז יעצט ערהאלטן ביישטייערונגען פון מער ווי 5-אהאלב-טויזנט, און אויפגעטריבן נאנט צו 250 טויזנט דאללער!! דאס איז גענוג אים צו שיקן רעטייערן און האבן שפייז פאר אזא 8 יאר+, אפילו אויב האט ער נישט קיין סאושעל סעקיוררטי געלטער, מיט SSI צו די זייט קען ער לעבן ביז די 120 ליטערעלי...


בילד
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א נייע עירליין איז ארויפגעפלויגן אין די הימלען. אבער נישט פאר קיין מענטשן, נאר פאר כלבים!!
די עירליין מיטן נאמען BARK (ווי פאסיג...) שטעלט צו סערוויס צווישן גרויסע שטעט יעדע שטיק צייט, זיי האבן אנגעהויבן פאריגע וואך פליען צווישן ניו יארק און לאס אנדזשעלעס.
פאר די טיקעט באקומט מען ספעציעלע פלעגונג דורכאויס די טשעק-אין פראסעס און זיי נעמען קעיר פונעם הינטל אז די אויערן זאלן אים נישט קראכן ווען די פליגער הייבט זיך.
ס'איז אויך אריינגערעכנט א צווייט-קלאסיגע מענטשליכע באגלייטער פארן בעל חי אלעס פאר די נישטיגע פרייז פון 6 טויזנט דאללער!
זיי גייען אויך האבן רוטס צווישן ניו יארק און לאנדאן פאר 8 אלפים, און נאכדעם קיין פאריז פאר $8,500.
זיי פליען מיט קליינע לוקסעריעזע ביזנעס jets אויסגעשטעלט ספעשל פאר דעי צוועק.
וחיות רעות בדרך....

bark-air84-04112024-a402dede93cf4fe7905e2678e0db4979.jpg
bark-air84-04112024-a402dede93cf4fe7905e2678e0db4979.jpg (286.8 KiB) געזען 739 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

ניקישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:50 am
א מענטש אין מישיגען האט שאקירט די אנוועזנדע ווען ער איז ערשינען אויף א געריכט סעסיע דורך א זום איבער זיין קעיס וואס האט אריינגענומען קלאגעס פון דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס.
ער האט נישט געטראפן קיין בעסערע וועג וויאזוי פארצושטעלן זיין קעיס, נאר דורכן ערשיינען אויף זום טאקע בשעת'ן זיצן ביים רעדל און דרייוון צו א דאקטאר'ס אפוינטמענט!
די אטוירוני פון Corey Harris איז געבליבן אן ווערטער ביים זעהן פון וואו איר קליענט באטייליגט זיך, אויך די דזשאדזש איז געווען שפראכלאז. נאך א פארצויגענע pause וואס איז געקומען פון שאק, האט די שופט סוספענדירט די בעיל אויף וואס Corey איז געווען, און פארלאנגט אז ער מוז זיך איינגעבן אין פאליס דעפ. ביז 6 אזייגער נאכמיטאג.
ס'איז נישט קלאר אויב Corey איז טאקע אנגעקומען פאר זעקסע צום פאליציי סטאנציע, אבער אויב יא איז גאנץ מעגליך אז ער האט אליינס געדרייווט אהין...



court.jpg
שטעלט זיך ארויס אז דער איז בכלל נישט אזוי שולדיג ווי מ'מאכט אים...
ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז זיין דרייווער'ס לייסענס טאקע געווען סוספענדירט יארן צוריק, אבער זיינע רעכטן זענען שוין לאנג צוריקגעשטעלט געווארן! ס'איז פשוט געווען א טעות פון די קאורט קלערק וואס האט אומריכטיג אנגעצייכנט דעטאלן פון די קעיס און פון זיין לייסענס סטאטוס וואס האט געברענגט צו די "וויירעל" געשעעניש.
למעשה האבן אונז געלאכט א גוטס, וואס א חילוק אויב ס'אמת אדער נישט? מלאך'ס דזשאוק געשיכטעס זענען אויך אויסגעזויגן פון פינגער...
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א מאדנע "טשעלענדזש" איז געווארן פאפולער צווישן כינעזע middle school סטודענטן (די יארגאנג פון 11-14). די קינדער טוען קאנקורירן צווישן זיך ווער ס'קען מאכן די פליסיגקייט מיט די ערגסטע סריחה!
די יונגע חברה שלעפן צאם אלע סארטן שטינקעדיגע פליסיגקייטן און כעמיקאלן צאמצוגיסן אין איין געמויזשעכץ, און די געווינער איז דער וואס האט די באטל מיט די ערגסטע גערוך!
דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט הצעות פון אינגרידיענטס... מקוה וואסער איז אויף די טאפ פון די ליסטע...

stinky.jpg
stinky.jpg (89.18 KiB) געזען 547 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א יאפאנעזע קאמפאני האט ארויסגעשטעלט א עלעקטראנישע לעפל וואס געט צו שפירן ווי דער מאכל וואס מ'עסט איז בעסער געזאלצן ווי ס'איז ווירקליך!
די ערפינדער טעסטן שוין דעם פראדוקט עטליכע יאר, און זאגן אז ס'ארבעט דורכדעם וואס די לעפל געט ארויס א עלעקטראנישע שטראל ארום די לעפל, וואס די טעם אויפכאפערס אין די צונג פארטייטשן דאס אלס זאלץ!
די פראדוקט דארף צו זיין א לעזונג פאר מענטשן וואס הויכע סאדיום שטאפלען קען זיין מסוכן פאר זיי, אבער זיי ווילן קענען הנאה האבן פון א געזאלצענעם פישל ביים פיקניק.
פארבלייבט נאר פאר די דיינים צו דן זיין אויב מ'מעג דאס נוצן ביים זופ פונעם פרייטאג-צונאכטס סעודה, אנשטאטסן צוגיסן הויפענעס זאלץ בין דרימל לדרימל...

spoon.jpg
spoon.jpg (77.69 KiB) געזען 513 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

"מיר זיפן די מעהל, מיר באלעקן די אייער" האבן רוסישע בירגער געזאגט...
נאך וואס קלאנגען זענען ארויס אז א געוויסע סופערמארקעט נעץ אין רוסלאנד האט פארקויפט פראדוקטן וואס האבן אנגעשעטעקט 18 מענטשן מיט ערנסטע food poisoning, האט די קאמפאני - אין א פרואוו צו אפשלאגן די קלאנגען - געמאלדן, אז סיי ווער ס'וועט ברענגען באווייז אז ער ליידט אויף פראבלעמען אין רעזולטאט פון זייערע פראדוקטן, וועט באלוינט ווערן מיט א מיליאן רובל (ווערד בערך 11 טויזנט דאללער).
די אפפער האט אפשר געדארפט צו ריינוואשן דעם נאמען פון די געשעפט, אבער ס'האט זיכער אפגעוואשן די אייער וואס זענען געלעגן אויף די שעלווס... דער עולם האט געטוהן מדה כנגד מדה, און אנשטאט גלייבן די "לשון" הרע, האבן זיי ארויסגעשטעקט זייער אייגענע לשון לימודים און אפגעלעקט אייער פון די געשעפטן, אין א פרואוו צו אנגעשטעקט ווערן דורך דעם לעקעריי און ערהאלטן דעם שיינעם טשעק!
איך האב שוין געהערט אזא זאך זיך לעקן צו א עושר, אבער לעקן כדי צו ווערן א עושר האב איך נאכנישט געהערט...

lick.jpg
lick.jpg (104.44 KiB) געזען 463 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

ניקישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:49 am
איך באמפ אסאך מאל אריין אין מאדנע נייעסער, ס'נישט דא וואו עס צו שרייבן, און קיינער באריכטעט עס נישט.
איך וויל עס בעז"ה דעליווערן פארן עולם טעגליך, איך האף אז מ'וועט הנאה האבן.

(איך מיין אז ס'איז אמאל שוין געווען אזא אשכול וואו @הכל הבל איז געווען אקטיוו, אבער פאר מיר שרייבט זיך בעסער אין א פריוואטע ווינקל)
יישר כח ברענג נאך.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”