איך באמפ אסאך מאל אריין אין מאדנע נייעסער, ס'נישט דא וואו עס צו שרייבן, און קיינער באריכטעט עס נישט. איך וויל עס בעז"ה דעליווערן פארן עולם טעגליך, איך האף אז מ'וועט הנאה האבן.
צפון קארעא האט אריינגעשיקט 260 פעקלעך קיין סאוט צוגעבינדן צו באלאנען. די אינהאלט פון די זעקלעך זענען געווען גללי בהמה וואס מ'נוצט צו באמיסטיגן פעלדער! קיינער ווייסט נישט פשט פון די מאדנע שיפמענט, אבער נאר קארעא זאגט אז "ס'איז א מתנה פאר סאוט פון אונזערע מענטשן" ס'האט קודם אנגעזייט א שרעק אז אפשר איז עס אנשטעקיגע מאטריאל, אבער די מיליטער זאגט אז זיי האבן עס געטעסט און ס'זעהט נישט אויס צו זיין שעדליך, אבער דאך זאל עס קיינער נישט צורירן נאר רופן די מיליטער אויב טרעפט מען אזא זעקל.
די אינטערנעט האט זיך פארסמאקעוועט מיט א באטעלע "פענקעיק" סירופ ווען איינער האט געפאוסט אז ער האט באמערקט א שטרענגע ווארענונג צו האלטן די סירופ ווייט פון "טרעקטארס"! "Do not freeze and keep away fromtractorand sun" האט זיך געליינט די "ווארענונג" אויפן לעיבל. אינטערנעט באנוצער האבן וויצלדיג געשאסן מיינונגען וואו סירופ+טראקטאר קען גיין ראנג, אבער צום ס'איז אויסגעקלארט געווארן ווען אן אראביש-רעדנדער האט געכאפט אז די UAE קאמפאני וואס פראדוצירט די סירופ האט געמאכט א פארפירערישע איבערטייטש פון אראביש, וויבאלד אין די אראבישע ווערטער פון די ווארענונג פעלט איין פינטל אין א ווארט וואס טוישט די באדייט פון "היץ" צו "טראקטאר"
ניקישיהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:02 am
קאליפארניע פאליציי האבן ארעסטירט א מענטש וואס טעראריזירט דעם עולם א לאנגע צייט מיט די קינדערישע "סלינגשאט" שפילעריי. ווען איינוואוינער פון א געגנט האבן זיך באקלאגט אויף קרעקס אין פענסטערס פון הייזער און קארס אין די שכונה, האט די ארטיגע פאליציי געעפנט א אויספארשונג, אבער זיי האבן נישט גע'חלומ'ט צו וואס ס'וועט פירן! אן 81 יעריגע שייסער\שיסער איז דער שולדיגער וואס שטייט אונטער די קייט פון מיסטעריעזע אטאקעס, ער איז ווארשיינליך קיינמאל נישט אויסגעוואקסן די "באוינג" תאוה פון שיסן א קליינע אייזערנע באלי מיט א סלינגשאט. פארשטייט זיך אז די פאליציי איז אנגעקומען צום ארעסט מיט א טרעקל וואס איז "סלינגשאט פרוף"...
sling.jpg
דער 81 יעריגער Prince Raymond King איז געשטארבן נעכטן ביי זיך אינדערהיים אין קאליפארניע, פינף טעג נאכן ארעסטירט ווערן! די מעדיקאל עקזעמינאר זאגט אז ער איז געגענגן כדרך כל הארץ, פון הארץ פראבלעמען. און מ'האט נישט געטראפן קיין self-inflicted סלינגשאט וואונדן אין זיין קערפער... יהא זכרו סרוך...
א מאדנע "טשעלענדזש" איז געווארן פאפולער צווישן כינעזע middle school סטודענטן (די יארגאנג פון 11-14). די קינדער טוען קאנקורירן צווישן זיך ווער ס'קען מאכן די פליסיגקייט מיט די ערגסטע סריחה! די יונגע חברה שלעפן צאם אלע סארטן שטינקעדיגע פליסיגקייטן און כעמיקאלן צאמצוגיסן אין איין געמויזשעכץ, און די געווינער איז דער וואס האט די באטל מיט די ערגסטע גערוך! דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט הצעות פון אינגרידיענטס... מקוה וואסער איז אויף די טאפ פון די ליסטע...
"מיר זיפן די מעהל, מיר באלעקן די אייער" האבן רוסישע בירגער געזאגט... נאך וואס קלאנגען זענען ארויס אז א געוויסע סופערמארקעט נעץ אין רוסלאנד האט פארקויפט פראדוקטן וואס האבן אנגעשעטעקט 18 מענטשן מיט ערנסטע food poisoning, האט די קאמפאני - אין א פרואוו צו אפשלאגן די קלאנגען - געמאלדן, אז סיי ווער ס'וועט ברענגען באווייז אז ער ליידט אויף פראבלעמען אין רעזולטאט פון זייערע פראדוקטן, וועט באלוינט ווערן מיט א מיליאן רובל (ווערד בערך 11 טויזנט דאללער). די אפפער האט אפשר געדארפט צו ריינוואשן דעם נאמען פון די געשעפט, אבער ס'האט זיכער אפגעוואשן די אייער וואס זענען געלעגן אויף די שעלווס... דער עולם האט געטוהן מדה כנגד מדה, און אנשטאט גלייבן די "לשון" הרע, האבן זיי ארויסגעשטעקט זייער אייגענע לשון לימודים און אפגעלעקט אייער פון די געשעפטן, אין א פרואוו צו אנגעשטעקט ווערן דורך דעם לעקעריי און ערהאלטן דעם שיינעם טשעק! איך האב שוין געהערט אזא זאך זיך לעקן צו א עושר, אבער לעקן כדי צו ווערן א עושר האב איך נאכנישט געהערט...
ניקישיהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:49 am
איך באמפ אסאך מאל אריין אין מאדנע נייעסער, ס'נישט דא וואו עס צו שרייבן, און קיינער באריכטעט עס נישט. איך וויל עס בעז"ה דעליווערן פארן עולם טעגליך, איך האף אז מ'וועט הנאה האבן.