אייגנארטיגע נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4541
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

שכוח @ניקישי פאר די געשמאקע קרישקעלעך! איי לאוו איט!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6109
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:49 pm
ניקישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:50 am
א מענטש אין מישיגען האט שאקירט די אנוועזנדע ווען ער איז ערשינען אויף א געריכט סעסיע דורך א זום איבער זיין קעיס וואס האט אריינגענומען קלאגעס פון דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס.
ער האט נישט געטראפן קיין בעסערע וועג וויאזוי פארצושטעלן זיין קעיס, נאר דורכן ערשיינען אויף זום טאקע בשעת'ן זיצן ביים רעדל און דרייוון צו א דאקטאר'ס אפוינטמענט!
די אטוירוני פון Corey Harris איז געבליבן אן ווערטער ביים זעהן פון וואו איר קליענט באטייליגט זיך, אויך די דזשאדזש איז געווען שפראכלאז. נאך א פארצויגענע pause וואס איז געקומען פון שאק, האט די שופט סוספענדירט די בעיל אויף וואס Corey איז געווען, און פארלאנגט אז ער מוז זיך איינגעבן אין פאליס דעפ. ביז 6 אזייגער נאכמיטאג.
ס'איז נישט קלאר אויב Corey איז טאקע אנגעקומען פאר זעקסע צום פאליציי סטאנציע, אבער אויב יא איז גאנץ מעגליך אז ער האט אליינס געדרייווט אהין...

court.jpg
שטעלט זיך ארויס אז דער איז בכלל נישט אזוי שולדיג ווי מ'מאכט אים...
ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז זיין דרייווער'ס לייסענס טאקע געווען סוספענדירט יארן צוריק, אבער זיינע רעכטן זענען שוין לאנג צוריקגעשטעלט געווארן! ס'איז פשוט געווען א טעות פון די קאורט קלערק וואס האט אומריכטיג אנגעצייכנט דעטאלן פון די קעיס און פון זיין לייסענס סטאטוס וואס האט געברענגט צו די "וויירעל" געשעעניש.
למעשה האבן אונז געלאכט א גוטס, וואס א חילוק אויב ס'אמת אדער נישט? מלאך'ס דזשאוק געשיכטעס זענען אויך אויסגעזויגן פון פינגער...
ער האט זיך טאקע איינגעגיבן 6אזייגער און איז נעבעך יא געזיצן פאר 2 טאג איבער די מעשה.

שטייצעך מען פארשט אויס פארוואס עס האט פאסירט..

ער איז דאן געווען מיט זיין פלונית'טע ביי א דאקטאר און איז פארנומען קעיר נעמען פון איר היילונג. ווען מען האט אים געפרעגט איבער וואס ער האט געטראכט ווען דער ריכטער האט אים געהייסן זיך איינגיבן האט ער געזאגט אז זיין קאפ איז געליגן אין העלפן זיין פרוי ווי איידער מיט זיין פראבלעם.
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

ארבעטער ביי א funeral home (בית הלוויות) אין נעברעסקא האבן אלארמירט פאליציי ווען ס'איז געשען א בא הרוג ברגליו סיטואציע און א נפטר האט ארויסגעאטעמט פונעם קאסטן!
די 74 יעריגע פרוי איז אהינגעברענגט געווארן נעכטן מאנטאג דורך א לאקאלע נורסינג היים, נאך וואס זי איז געווען א לאנגע צייט אויפן קראנקן בעטל און עווענטועל דערקלערט געווארן טויט דורך די דאקטוירים פון די היים.
אבער צוויי שעה נאכן אנקומען, אינדערצייט וואס מ'האט געמאכט צוגרייטונגען פאר די קבורת חמורה, האבן ארבעטער באמערקט אז זי אטעמט יא און שנעל גערופן די EMS וואס האבן דורכגעפירט CPR!
אלע זענען שאקירט געווארן פון די אומגעווענליכע אינצידענט, אבער די פאליציי זאגן אז די נורסינג היים איז אומשולדיג, ווייל לויט די געווענליכע אנגענומענע עקזאם מעטאדן האט זי אויסגעזעהן צו זיין גענצליך טויט.
די געשיכטע וואס געט טשילס פאר יעדעם וואס יום המיתה שטייט אים ערגעצוואו אין זכרון, פאסירט נישט אפט, אבער בערך א יאר צוריק איז געוואן אזא אינצידענט אין עקוואדור און געמאכט גרויסע העדליינס בשעתו.
ס'איז נישט באריכטעט וואס די מצב מיט די פרוי איז יעצט, אבער זי קען נאך האלטן א הספד ביי איר לויה אויב קומט זי אן צייטליך...

home.jpg
home.jpg (113.11 KiB) געזען 497 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א קינד אין סקאטלאנד האט זיך נישט אויפגעהערט באקלאגן איבער ווייטאג אין די נאז-אויער געגנט (sinus), אבער וויפיל מאל דאקטוירים האבן געקוקט מיט זייערע שפאקטיוון האבן זיי נישט געקענט געפונען עפעס וואס זאל קענען זיין די גורם.
נאך דריי מאנאטן פון נאכאנאנדע באקלאגענישן, האבן די עלטערן אריינגעטראגן דאס קינד אין שפיטאל וואו מ'האט גענומען דורכדרינגליכע טעסטן און סקענס.
און די גורם איז געפונען געווארן!! א ראזשינקע!!
פרעג מיך נישט וואו ראזשינקע און נאז זענען געווארן מחותנים, אבער ווייזט אויס אז וויסנדיג אז די נשמה האט דער רבוש"ע אריינגעבלאזן דורך די נאז, האט דאס קינד געשריגן "מיין נשמה איז עפעס א ראזשינקע!" און אריינגערוקט דעם טרוקענעם טרויבעלע אין די קעמערלעך פון די נאניע...
נאך א קורצע פראצעדור, האט מען סוקסעספול ארויסגערוקט דעם שטער און דאס קינד גען ווייטער היסן און ניסן ווי נארמאל!
א סותא!

raisin.jpg
raisin.jpg (85.63 KiB) געזען 479 מאל
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

ניקישי האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:35 am
ארבעטער ביי א funeral home (בית הלוויות) אין נעברעסקא האבן אלארמירט פאליציי ווען ס'איז געשען א בא הרוג ברגליו סיטואציע און א נפטר האט ארויסגעאטעמט פונעם קאסטן!
די 74 יעריגע פרוי איז אהינגעברענגט געווארן נעכטן מאנטאג דורך א לאקאלע נורסינג היים, נאך וואס זי איז געווען א לאנגע צייט אויפן קראנקן בעטל און עווענטועל דערקלערט געווארן טויט דורך די דאקטוירים פון די היים.
אבער צוויי שעה נאכן אנקומען, אינדערצייט וואס מ'האט געמאכט צוגרייטונגען פאר די קבורת חמורה, האבן ארבעטער באמערקט אז זי אטעמט יא און שנעל גערופן די EMS וואס האבן דורכגעפירט CPR!
אלע זענען שאקירט געווארן פון די אומגעווענליכע אינצידענט, אבער די פאליציי זאגן אז די נורסינג היים איז אומשולדיג, ווייל לויט די געווענליכע אנגענומענע עקזאם מעטאדן האט זי אויסגעזעהן צו זיין גענצליך טויט.
די געשיכטע וואס געט טשילס פאר יעדעם וואס יום המיתה שטייט אים ערגעצוואו אין זכרון, פאסירט נישט אפט, אבער בערך א יאר צוריק איז געוואן אזא אינצידענט אין עקוואדור און געמאכט גרויסע העדליינס בשעתו.
ס'איז נישט באריכטעט וואס די מצב מיט די פרוי איז יעצט, אבער זי קען נאך האלטן א הספד ביי איר לויה אויב קומט זי אן צייטליך...

home.jpg
זעהט אויס אז ס'איז געלעגן א געשמאקן קישן אינעם ארון, ווייל זי האט באשלאסן זיך יא צוריקצולייגן!
ווי באאמטע געבן איבער איז די נפטרת ווידעראמאל געשטארבן, אבער דאסמאל אויף אייביג.
ווער ווייסט...
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

א פארשטופטע איינגעצוימטע שבט אין די עמעזאן דזשאנגל, גייט אריבער די דראסטישע טראנספארמאציע וואס די גאנצע וועלט איז אריבער דורכאויס צענדליגע יארן, און די "עלטסטע" זענען באזארגט.
פאריגן סעפטעמבער האט א פילינטראפ מנדב געווען "סטארלינק" אינטערנעט סערוויס פאר די Marubo שבט, און אצינד טוען די שבט-הויפטן זיך אפרעדן אז די יוגנט איז געווארן זייער צוגעבינדן צו די אינטערנעט און זענען געווארן "פויל" פון טוהן אנדערע וויכטיגע פליכטן וואס פעלן זיך אויס פאר זייער לעבן.
אסאך האבן שוין קריטיקירט די פראיעקטן דורך מאסק און נאך פילינטראפן צו אריינברענגען אינטערנעט צו די פארשפארטע קאמיונעטי'ס, זאגנדיג אז זיי לעבן גליקליך און צופרידן אן די שרעק פון שעדליכע נייעס וכו'. אבער רוב האבן עס יא אנגעקוקט פאזיטיוו, בפרט אז ס'עפנט מעגליכקייט צו קאנטאקטן עמערדזשענסי אגענטורן על כל צרה שלא תבוא, און ס'האט שוין פאקטיש געראטעוועט לעבנס.
אבער די פירער פון די שבט זאגן אז די יוגנט איז געווארן אנגעבינדן אין סאושעל מידיע, שמוציגע וועבזייטלעך און נאך, און דאס טוט ממש אונטערברענגען די יסודות פון די קאמיונעטי וואס האלטן זיך שוין אויף זייערע טראדיציעס הונדערטע יארן.
"TAG Amazon" האט געמאלדן אז זיי וועלן אפהאלטן א פילטערינג דרייוו ער"ח סיון... עה... זיי האבן נישט געמאלדן...

דעה והשכל
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

ניקישי האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:44 pm
א פארשטופטע איינגעצוימטע שבט אין די עמעזאן דזשאנגל, גייט אריבער די דראסטישע טראנספארמאציע וואס די גאנצע וועלט איז אריבער דורכאויס צענדליגע יארן, און די "עלטסטע" זענען באזארגט.
פאריגן סעפטעמבער האט א פילינטראפ מנדב געווען "סטארלינק" אינטערנעט סערוויס פאר די Marubo שבט, און אצינד טוען די שבט-הויפטן זיך אפרעדן אז די יוגנט איז געווארן זייער צוגעבינדן צו די אינטערנעט און זענען געווארן "פויל" פון טוהן אנדערע וויכטיגע פליכטן וואס פעלן זיך אויס פאר זייער לעבן.
אסאך האבן שוין קריטיקירט די פראיעקטן דורך מאסק און נאך פילינטראפן צו אריינברענגען אינטערנעט צו די פארשפארטע קאמיונעטי'ס, זאגנדיג אז זיי לעבן גליקליך און צופרידן אן די שרעק פון שעדליכע נייעס וכו'. אבער רוב האבן עס יא אנגעקוקט פאזיטיוו, בפרט אז ס'עפנט מעגליכקייט צו קאנטאקטן עמערדזשענסי אגענטורן על כל צרה שלא תבוא, און ס'האט שוין פאקטיש געראטעוועט לעבנס.
אבער די פירער פון די שבט זאגן אז די יוגנט איז געווארן אנגעבינדן אין סאושעל מידיע, שמוציגע וועבזייטלעך און נאך, און דאס טוט ממש אונטערברענגען די יסודות פון די קאמיונעטי וואס האלטן זיך שוין אויף זייערע טראדיציעס הונדערטע יארן.
"TAG Amazon" האט געמאלדן אז זיי וועלן אפהאלטן א פילטערינג דרייוו ער"ח סיון... עה... זיי האבן נישט געמאלדן...
זיי קענען נאך שנעל מאכן א כינוס כלל ..... יעצט ער''ח סיון צום יארטאג...
די לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן), אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: אייגנארטיגע נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:49 pm
ניקישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:50 am
א מענטש אין מישיגען האט שאקירט די אנוועזנדע ווען ער איז ערשינען אויף א געריכט סעסיע דורך א זום איבער זיין קעיס וואס האט אריינגענומען קלאגעס פון דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס.
ער האט נישט געטראפן קיין בעסערע וועג וויאזוי פארצושטעלן זיין קעיס, נאר דורכן ערשיינען אויף זום טאקע בשעת'ן זיצן ביים רעדל און דרייוון צו א דאקטאר'ס אפוינטמענט!
די אטוירוני פון Corey Harris איז געבליבן אן ווערטער ביים זעהן פון וואו איר קליענט באטייליגט זיך, אויך די דזשאדזש איז געווען שפראכלאז. נאך א פארצויגענע pause וואס איז געקומען פון שאק, האט די שופט סוספענדירט די בעיל אויף וואס Corey איז געווען, און פארלאנגט אז ער מוז זיך איינגעבן אין פאליס דעפ. ביז 6 אזייגער נאכמיטאג.
ס'איז נישט קלאר אויב Corey איז טאקע אנגעקומען פאר זעקסע צום פאליציי סטאנציע, אבער אויב יא איז גאנץ מעגליך אז ער האט אליינס געדרייווט אהין...

court.jpg
שטעלט זיך ארויס אז דער איז בכלל נישט אזוי שולדיג ווי מ'מאכט אים...
ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז זיין דרייווער'ס לייסענס טאקע געווען סוספענדירט יארן צוריק, אבער זיינע רעכטן זענען שוין לאנג צוריקגעשטעלט געווארן! ס'איז פשוט געווען א טעות פון די קאורט קלערק וואס האט אומריכטיג אנגעצייכנט דעטאלן פון די קעיס און פון זיין לייסענס סטאטוס וואס האט געברענגט צו די "וויירעל" געשעעניש.
למעשה האבן אונז געלאכט א גוטס, וואס א חילוק אויב ס'אמת אדער נישט? מלאך'ס דזשאוק געשיכטעס זענען אויך אויסגעזויגן פון פינגער...
דער איז נאכנישט פערטיג!!
יעצט ווערט באקאנט אז זיין לייסענס איז נישט געווען סוספענדעד, ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין לייסענס בכלל!!
דער אלמוני האט געהאט פארלוירן זיין "דרייווינג פריוויליגיעס" אין מישיגען, און שפעטער צוריק באקומען די privileges. ד.מ. אז אויב ער וואלט ווען געהאט א לייסענס וואלט ער געמעגט ווייטער דרייוון. אבער פאקטיש האט ער ניטאמאל קיין לערנער'ס פערמיט!!
סטעי טונד פאר מאר..
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”