איך בין א 'תורה איד'!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

איך בין א 'תורה איד'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

די תורה הקדושה פאנגט אָן אונזער פרשה, אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ וְאֶת מִצְוֹתַי תִּשְׁמְרוּ, אויב כלל ישראל וועט היטן די תורה ומצוות און גיין אין די וועגן פון דער אייבישטער'ס געזעצן, דאן וועלן מיר זוכה זיין צו אלע ברכות, וְנָתַתִּי גִשְׁמֵיכֶם בְּעִתָּם, די רעגן וועט קומען אין די באשטימטע צייט, וְנָתְנָה הָאָרֶץ יְבוּלָהּ, די תבואה וועט וואקסן ווי עס דארף צו זיין, וְעֵץ הַשָּׂדֶה יִתֵּן פִּרְיוֹ, און די ביימער וועלן ארויסגעבן פירות, און אזוי ווייטער נאך פארשידענע גרויסע ברכות און השפעות וואס מיר וועלן זוכה זיין דורכ'ן היטן די תורה ומצוות. און דערנאך איז די תורה הק' מאריך אין די עונשים וואס קענען חלילה קומען ווען אידן פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין.

פון דארט גייט די תורה הקדושה אריבער צו נאך עטליכע ענינים, צווישן זיי די לַאו פון 'תמורה' אז ווען א איד האט א בהמה וועלכע ער האט מקדיש געווען פאר א קרבן, און ער איז מחליט אז ער וויל 'אריבערפירן' די קדושה צו א צווייטע בהמה, ער וויל אז א נייע חוּלין'דיגע בהמה זאל ווערן הייליג אנשטאט די ערשטע און די ערשטע זאל ווערן אויס קודש, זאגט די תורה אז ס'איז פארהאן א איסור (כ"ז י') "לֹא יַחֲלִיפֶנּוּ וְלֹא יָמִיר אֹתוֹ" אז מ'זאל נישט אויפטוישן א הייליגע בהמה אויף א צווייטע. און די תורה לייגט צו, "וְאִם הָמֵר יָמִיר בְּהֵמָה בִּבְהֵמָה וְהָיָה הוּא וּתְמוּרָתוֹ יִהְיֶה קֹּדֶשׁ" אויב א איד וועט יא אזוי טוהן, דאס הייסט ער וועט יא פרובירן אויפצוטוישן און אריבערלייגן די קדושה פון א הייליגע בהמה אויף א חולין'דיגע בהמה, דאן וועלן ביידע זיין הייליג, די ערשטע בהמה פארלירט נישט איר אלטע קדושה, און די צווייטע בהמה ווערט אויך הייליג און ס'ווערט א קרבן אזויווי די ערשטע.

און גאר אינטרעסאנט געפונען מיר אז דער ענין פון תמורה ווערט איבערגע'חזר'ט נאכאמאל ממש ביים סוף פון אונזער סדרה, ווען די תורה רעדט פון מעשר בהמה וואס מ'דארף ברענגן אלס א קרבן אין בית המקדש אריין, וואָרנט די תורה דארט נאכאמאל (כ"ז ל"ג) "וְלֹא יְמִירֶנּוּ" אז מ'זאל נישט מאכן קיין תמורה און פרובירן אויפצוטוישן די מעשר בהמה אויף אנדערע בהמות, "וְאִם הָמֵר יְמִירֶנּוּ וְהָיָה הוּא וּתְמוּרָתוֹ יִהְיֶה קֹדֶשׁ לֹא יִגָּאֵל" און אויב איינער וועט יא אזוי טוהן וועלן ביידע בהמות זיין הייליג און מ'קען דאס נישט אויסלייזן. און דערנאך ענדיגט די תורה צו מיט'ן לעצטן פסוק פון ספר ויקרא "אֵלֶּה הַמִּצְוֹת אֲשֶׁר צִוָּה ה' אֶת מֹשֶׁה אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהַר סִינָי" וואס דערמיט שליסט זיך ספר ויקרא.

עטליכע דיוקים אין די עניני הפרשה
אצינד לאמיר זיך פארטיפן אין עטליכע דיוקים וואס מיר געפונען דא אין די אויבנדערמאנטע נושאים:
צום ערשט איז באקאנט וואס רש"י שרייבט אויף די ווערטער אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ - "שֶׁתִּהְיוּ עַמֵלִים בַּתּוֹרָה" אז דאס גייט ארויף אויף די פלאג און יגיעה וואס מען דארף אריינלייגן אין תורה. וואס לכאורה איז אביסל שווער וויאזוי איז דאס בכלל מרומז אין פסוק? בשעת די תורה שרייבט "אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ" וואס איז משמע אז מ'רעדט פון גיין אין די וועגן פון השי"ת, און בכלל, בחקותי איז א לשון פון א חוק בלי טעם, וואס איז משמע אז ס'האט עפעס צו טוהן דייקא מיט די חוקים און געזעצן פון די תורה. לויט ווי רש"י זאגט וואלט לכאורה געדארפט שטיין פשוט "אִם בְּתוֹרָתִי תְּעַמְלוּ" אדער סיי וועלכע ענדליכע לשון וואס ברענגט ארויס דער ענין פון עמֵלות בתורה, פארוואס שטייט אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ.

ווייטער דער ענין פון תמורה, וואלט לכאורה באלאנגט מער אנהייב ספר ויקרא ביי די פרשיות וואס זענען עוסק אין קרבנות, פארוואס האט די תורה הקדושה בוחר געווען מסיים צו זיין אונזער פרשה און גאנץ ספר ויקרא מיט דעם ציווי. און וואס איז טאקע די פנימיות הענין פון די ציווי, פארוואס קען מען באמת נישט טוישן און אראפנעמען קדושה פון איין בהמה צו א צווייטע.

פארשטייט זיך -ווי מיר דערמאנען כסדר- אז מיר קומען נישט זוכן צו אפטייטשן א מצוה פון די תורה און אריינלערנען פשט דערין, ווייל מיר האבן נישט קיין השגה אין די טיפקייט פון די מצוות ה' וואס זענען למעלה מהשגתינו, נאר מיר שטעלן זיך אפ און ווילן זיך מתבונן זיין ארויסצונעמען א לימוד און א מוסר השכל דערפון פאר אונז פשוט'ע מענטשן.
הם עמלים ואינם מקבלים שכר?

"שֶׁתִּהְיוּ עַמֵלִים בַּתּוֹרָה" אזעלכע הייליגע און דערהויבענע ווערטער! אבער וואס מיינט דאס טאקע? לאמיר זיך אביסל פארטיפן אינעם מושג פון 'עמלות' בתורה צו פארשטיין איר באדייט.

צום ערשט ווייסט דאָך יעדער איינער די פשוט'ע טייטש פון עמלות, דאס איז דער ענין פון זיך פלאגן, מוטשענען, און הארעווען אויף תורה אפילו ווען עס קומט נישט אָן גרינג.
דער באקאנטער מגיד מישרים הגאון רבי יעקב גאלינסקי זצ"ל האט אמאל דערציילט א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם שטעטל ראדין, וואו עס האט געוואוינט רבן של ישראל דער חפץ חיים זי"ע. אין ראדין האט געוואוינט א אידישע שוסטער וואס דער עולם האט איהם כסדר גענוצט צו פאררעכטן זייערע שיך. בימים ההם האבן זיך מענטשן נישט ערלויבט נייע שיך אזוי אפט, נאר מ'האט פארראכטן די אלטע מיט'ן לייגן א לאַטע, אמאל האט מען פארקלעבט די זויל און אמאל די אויבערשטע חלק, און פון דעם האט דער שוסטער געלעבט. טראצדעם וואס ער איז שוין אלט געווארן און זיינע הענט האבן שוין נישט געדינט ווי אמאל, דאָך איז זיין ארבעט געווען גענוג גוט בדיעבד אויף אזעלכע קלייניגקייטן.

ויהי היום, איין טאג איז אונטערגעקומען א פרישע יונגערע שוסטער וואס האט געעפנט זיין געשעפט אינעם אנדערן עק שטעטל, און ער האט סערווירט דעם עולם פיל בעסער, שענער, און פארשטייט זיך שנעלער, ווי דער אלטער שוסטער. פאר די וואס זענען געקומען פרעגן, האט דער חפץ חיים דאן געזאגט אז מ'זאל ווייטער גיין צום אלטן שוסטער, עס איז דאָך א בפירוש'ע מצוה אין פרשת בהר (כ"ה ל"ה) וְכִי יָמוּךְ אָחִיךָ וגו' וְהֶחֱזַקְתָּ בּוֹ, מען דארף שטיצן אן ארימאן און איהם נישט לאזן פאלן חלילה.

אבער עס איז געקומען א צייט ווען דער אלטער שוסטער האט אנגעהויבן צו פארלאנגן אומגעהויערע פרייזן. פאר קליינע פאררעכטונגען וואס האט איהם געדויערט גאר א לאנגע צייט צו מאכן, האט ער געקענט בעטן צוואנציג גילדן. ווען די מענטשן זענען געקומען מיט טענות, היתכן דער יונגער שוסטער טוט די זעלבע זאך פאר בלויז צען גילדן, ממש האלב די פרייז? האט דער אלטער געענטפערט מיט א נצחון, "וואס הייסט ער איז דאָך ממש א גנב אז ער בעט אייך אזוי טייער... ער ארבעט בלויז אפאר מינוט, און ער בעט נאך צען גילדן דערפאר?! מֵילא פאר מיר נעמט דאס צוויי טעג צו טוהן, און דעריבער פארלאנג איך מיט רעכט גאנצע צוואנציג גילדן וואס איז נאך ביליג באצאלט פאר אזא לאנג-דוירענדע ארבעט, אבער ער? פאר אפאר סעקונדעס מעג מען דען בעטן אזא סכום?"...

פארשטייט זיך אז פאר די קונדן האט דאס גאנץ ווייניג אינטערסירט ווי לאנג די ארבעט געדויערט, אדרבה, פון זייער זייט ווילן זיי אסאך ענדערש גיין צום יונגן שוסטער, זאל עס טאקע נעמען בלויז אפאר מינוט, א מחיה מ'גייט אריין און ארויס און מ'באקומט וואס מען דארף און מען באצאלט נאך ביליג דערפאר... וואס האט דאס מיט אונז אז פאר דיר געדויערט עס לאנג צו באווייזן, דאס איז בלויז נאך א סיבה נישט צו קומען צו דיר. [און דעמאלטס האט דער חפץ חיים שוין גע'פסק'ענט אז עס איז נישט קיין חיוב צו גיין צום אלטן שוסטער, בלויז ווער עס וויל טוהן מידת חסידות אדער מצות צדקה, דער זאל גיין שטיצן דעם אלטן].

דערמיט האט דער חפץ חיים זי"ע ערקלערט אז עס איז איהם פארענטפערט געווארן פשט אין א מאמר חז"ל. די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (דף כ"ח:) אז דער תנא רַבִּי נְחוּנְיָא בֶּן הַקָנָה פלעגט מתפלל זיין א תפלה קצרה ווען ער איז אריינגעגאנגען אין בית המדרש צום לערנען, און צווישן אנדערע האט ער דארט געזאגט "אֲנִי עָמֵל וְהֵם עֲמֵלִים, אֲנִי עָמֵל וּמְקַבֵּל שָׂכָר, וְהֵם עֲמֵלִים וְאֵינָם מְקַבְּלִים שָׂכָר" ער דאנקט השי"ת אז ער האט זוכה געווען צו זיין פון די יושבי בית המדרש, ווייל סיי די וואס לערנען תורה און סיי די וואס זענען עוסק אין אנדערע זאכן, ביידע זענען 'עמלים' און דארפן זיך פלאגן און ארבעטן שווער, אבער דער חילוק איז אז איך באקום כאטשיג שכר אויף מיין עמלות, דאגעגן זיי באקומען נישט קיין שכר אויף זייער פלאג.

שטעלט זיך די קושיא, צו דען באקומען נישט די אנדערע עמלים קיין שכר? האט איר אמאל געזען א שניידער אדער א שוסטער וואס ארבעט אומזיסט? ער ארבעט טאקע שווער און מוטשעט זיך, אבער צום סוף באקומט ער זיין פארידנטע געלט, אויב אזוי וואס מיינט הֵם עֲמֵלִים וְאֵינָם מְקַבְּלִים שָׂכָר?.

נאר דער תירוץ איז -האט דער חפץ חיים אויסגעפירט- זיי ווערן באצאלט בלויז אויפן פארטיגן פראדוקט וואס זיי שטעלן אהער. ווען דער שניידער ענדיגט א מלבוש, וועט ער ווערן באצאלט בלויז וויפיל עס איז די פרייז פון א קלייד. קיינעם אינטערסירט נישט ווי שווער ער האט געארבעט דעראויף און וויפיל הארעוואניע עס איז אריין דערין. אויב האט ער געמוזט אויפמאכן די זוימען און איבערנייען אפאר מאל ביז עס איז שיין אויסגעקומען, דאס איז א 'עמל' וואס ער האט זיך געמיהט און געפלאגט פאר-גארנישט, ווייל אויף דעם ווערט ער נישט באצאלט. פונקט ווי דער אלטער שוסטער וואס בעט א טייערע פרייז ווייל די הענט ציטערן איהם שוין און דאס ארבעט דויערט איהם לאנג, וויל איהם קיינער נישט באצאלן דערפאר, ווייל עס איז נישט קיין שום נפקא-מינא פארן קונה וויפיל כוח און יגיעה עס גייט אריין אין דעם, ער וויל בלויז באצאלן די געווענליכע פרייז וואס איז נארמאל צו באצאלן פארן פאררעכטן שיך.

אבער ביי תורה הקדושה איז אנדערש, דער אייבישטער באצאלט אויף די 'עמלות' און די יגיעה וואס דער מענטש לייגט אריין. ווי שווערער עס קומט אָן, אלס גרעסער איז די שכר. דער אייבישטער מעסט נישט די 'תוצאות' וואס קומען ארויס צום סוף, ער קוקט נישט וויפיל הצלחה דער מענטש האט געהאט אין זיין לערנען אדער אין די ידיעות התורה. דער עיקר וואס דער אייבישטער מעסט איז די שעות, די מסירות נפש, די טירדות, ווי שווער עס איז אנגעקומען פארן מענטש, און אלעס ארום. ווי חז"ל זאגן אין פרקי אבות (פרק ה' משנה כ"ב) "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא" די באלוין וועט זיין לויט די צער וואס איז אריין דערין.

דאס איז געווען די שבח והודאה וואס רבי נחוניא בן הקנה האט געזאגט, "אֲנִי עָמֵל וּמְקַבֵּל שָׂכָר" איך באקום שכר אויף מיין עצם הארעוואניע און יגיעה אפילו ווען איך האב גארנישט אויפגעטוהן למעשה, אבער "וְהֵם עֲמֵלִים וְאֵינָם מְקַבְּלִים שָׂכָר" אן ארבטער ווען ער לייגט אריין יגיעה און צום סוף האט ער גארנישט באוויזן אהערצושטעלן, דער באקומט גארנישט פאר זיין יגיעה.

די תורה טוישט די גאנצע מהות פונעם מענטש
דאס איז די 'אלף בית' פון עמלות בתורה! א איד איז מחוייב זיך צו פלאגן און משקיע זיין כוחות אין לימוד התורה, אפילו ווען ס'קומט נישט אָן לייכט דארף מען זיך אוועקרייסן און ארבעטן שווער, אפילו מ'איז מיד, אפילו מ'איז פארנומען, אדער מ'פארשטייט נישט. עס פאדערט זיך עמלות, און אויף דעם קומט די גרויסע שכר וואס די תורה הקדושה איז מבטיח.

און ווען א איד הארעוועט אויף תורה, איז עס מְשַׁנֶה זיין גאנצע מציאות און עס מאכט פון איהם ממש א נייע בריה, ער ווערט א העכערע סארט מענטש, אזויווי חז"ל זאגן שוין אז תורה ארבעט אויס א מענטש און עס מאכט איהם אויסגעאיידלט און דערהויבן. די תורה האט א השפעה אויף אלע זיינע מעשים און זיין גאנצע התנהגות.

אין תוספתא שטייט "אדם שלומד תורה ואינו עמל בה, דומה לזורע ואינו קוצר", ווען איינער לערנט אָן עמלות איז ער צוגעגליכן צו איינער וואס פלאנצט איין, אבער ער שניידט נישט אפ די פירות. ערקלערט דער ישמח ישראל אין אונזער פרשה (אות א') אז ווען א איד פלאגט זיך אויף תורה וועט דאס איהם ברענגן אז ער זאל מקיים זיין די תורה און שניידן פירות פון די תורה, "שיזכה האדם ממנה למדות טובות, שזה ענין הקצירה מפרי התורה", די גוטע מידות און מעשים פון א מענטש וואס ער איז זוכה צו זיי דורך די תורה, דאס זענען די פירות וואס מען שניידט פון די תורה.

שטייענדיג אצינד נאך אין די וואך פון ל"ג בעומר וואס איז ווי באקאנט אויך די שמחה פון רבי עקיבא - דער רבי פון רבי שמעון בר יוחאי, איז פאסיג צוצולייגן ווי מיר געפונען טאקע די נקודה אויך ביי רבי עקיבא. אין אבות דרבי נתן שטייט די באוואוסטע מעשה אז רבי עקיבא האט געזען ווי וואסער טראפט אויף א שטיין ביז עס האט געמאכט א לאָך אינעם שטיין, און פון דעם האט רבי עקיבא גענומען א מוסר השכל פאר זיך אז אויב ווייכע וואסער קען לעכערן א הארטע שטיין, וועלן די שטארקע ווערטער פון די תורה זיכער קענען לעכערן און אריינדרינגן אין מיין הארץ.

הגם רבי עקיבא האט שוין געהאלטן דא נאך פערציג יאר פון עם-הארצות, און ווי די גמרא זאגט אין מסכת פסחים (דף מ"ט:) אז רבי עקיבא האט געזאגט אויף זיך "כשהייתי עם הארץ הייתי אומר מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור" ווען איך בין געווען אן עם הארץ פלעג איך זאגן ווער וועט מיר ברענגן א תלמיד חכם און איך וועל איהם בייסן ווי א אייזל. דאס הייסט אז רבי עקיבא האט געהאט א איינגעבאקענע שנאה צו תלמידי חכמים און צו יעדע זאך וואס האט נאר א שייכות מיט די תורה. וויאזוי האט ער פלוצלינג געקענט מאכן אזא באשלוס אפצולאזן זיין אלטע לעבנסשטייגער און מאכן אזא גרויסע טויש אין זיך? וואו זענען פארשוואונדן געווארן זיינע געפילן און זיין גאנצע מהות פון די לעצטע פערציג יאר? נאר דער תירוץ איז, אז רבי עקיבא האט דערהערט פונעם לאָך אינעם שטיין אז די תורה קען אלעס טוישן! די תורה קען לעכערן אפילו א לב-אבן, אפילו אזא הארץ וואס איז אזוי הארט ווי שטיין, און ס'איז פארשטאפט מיט שלעכטע מחשבות און געפילן, דורך די כוח התורה קען זיך דאס אלעס איבערדרייען און ווערן א נייע מציאות אינגאנצן! און דאס האט איהם געגעבן חיזוק אז ער קען אויך, יא, ער דער אלטער עם הארץ וואס איז אזוי ווייט פון תלמידי חכמים און פון תורה, און אפילו זיין גאנצע טבע און זיין גאנצע מציאות שטימט נישט דערמיט, אבער די קדושת התורה וועט משפיע זיין דאס אלעס מבטל צו זיין און מאכן פון איהם א גאנצע נייע מענטש.

די עמלות וואס מ'דארף אריינלייגן אין זיך
און באמת, איז דאס אליינס טאקע די קומענדיגע שטאפל פון עמלות בתורה, צו ארבעטן צוצוקומען צום תכלית וואס די תורה דארף אויפטוהן אויף אונז. דהיינו, אויסערן זיך פלאגן און מְייגע זיין אויף די עצם לימוד התורה, דארף דער מענטש טאקע ארבעטן שווער אויף זיך אליינס און משקיע זיין עמל מיט יגיעה 'אריינצונעמען די תורה אין זיך' צו טוישן זיינע שלעכטע געוואוינהייטן און נישט גוטע וועגן, און אנהייבן צו לעבן העכער און מער על-פי תורה, (ענדליך צו וואס מיר האבן מאריך געווען אין די שיעור פון פרשת בהר אז די עבודה פון א איד איז צו זיין א 'רואה את הנולד' און לעבן מיט התבוננות און חשבון הנפש) זיך מתבונן זיין שטענדיג אין זיינע מעשים אויב זיי זענען אויסגעהאלטן לויט די תורה, און אויב זיינע מידות שטימען מיט די תורה'דיגע וועג, און פראבירן זיך צו טוישן און ווערן בעסער. וואס דאס איז נישט קיין לייכטע עבודה, עס נעמט כוחות און הארעוואניע, אבער דאס איז א חלק פון אונזער עמלות בתורה, צו לעבן מיט די תורה און זיך צו פירן דערמיט, און מאכן זיכער אז די תורה טוישט אונז טאקע און מאכט פון אונז א נייע מציאות...

[און צומאל קען זיין א מענטש וואס דארף זיך נישט אזוי ווייט פלאגן אויפן לערנען אליינס. דאס לערנען קומט איהם אָן גרינג און געשמאק און ער שפירט א זיסע טעם דערין. אבער אפילו ביי אזא איינעם איז נאך אלס פארהאן די צווייטע טייל פון די עמלות, דאס הארעווען אויף זיך אליינס און זיך פלאגן צו לעבן לויט די השקפת התורה].

עס איז פארהאן א רמז אין ספרים הקדושים, אז די ווארט 'עָמָל' איז ראשי תיבות עַל מְנַת לַעֲשׂוֹת, און ווי חכמינו ז"ל זאגן אז דאס איז די עיקר תכלית פון לימוד התורה איז הלומד על מנת לעשות, אז דער מענטש זאל אנהייבן צו טוהן למעשה און גיין אין די וועגן וואס די תורה לערנט איהם. וואס דאס איז די עיקר עמלות בתורה וואס פאדערט זיך פון אונז, אז די תורה זאל אונז צוברענגן צו גוטע מידות און גוטע מעשים.

עס ווערט דערציילט אז ס'איז אמאל אריינגעקומען א איד צו הרה"ק רבי מנחם מענדל פון קאצק זי"ע, און ער האט איהם דערציילט מיט א שמחה, רבי איך האב געלערנט ש"ס! האט איהם דער קאצקער רבי געפרעגט "און וואס האט ש"ס דיר געלערנט?!", ווייל די תורה דארף אויסלערנען פארן א איד וויאזוי זיך צו פירן למעשה.

די חילוק פון תורה און אנדערע חכמות העולם
דער ענין איז שטארק מבואר אין ספרים הקדושים און פון בעלי מוסר, אז דערמיט איז די תורה הקדושה גאנץ אנדערש און העכער פון סיי וועלכע אנדערע חכמה אין די וועלט. ווען א מענטש איז עוסק אין חכמות חיצוניות איז עס איהם גארנישט מחייב, ער קען ווייטער בלייבן דער גרעסטער רשע און בעל תאוה, ווייל וויסנשאפט און אינטעליגענץ וואס מ'טראגט אין קאפ איז בכלל נישט קיין סתירה צו סיי וועלכע מעשה מען טוט בפועל. במשך אלע דורות זענע געווען ביי די גויים גאר גרויסע חכמים און שטודירטע מענטשן וואס האבן געהאט שלעכטע מידות און זיך נאכגעגעבן זייערע תאוות און נידריגע מעשים. און דאס ווערט געזעהן בחוש ממש ביז יעצט אין די היינטיגע טעג, ווי עס קענען זיין געלערנטע סטודענטן אין די גרעסטע יוניווערסיטעטן, זיי וואלטן געדארפט זיין די שפיץ און די עליטע פון די מענטשהייט, אבער אנשטאט דעם קענען זיי זיך אויפפירן נידריג און פּראָסט און שטיצן געמיינע און פארדארבענע זאכן, ווייל זייערע לימודים און זייערע חכמות זענען אינגאנצן נישט קיין סתירה דערצו.

אבער להבדיל אלף אלפי הבדלות די תורה הקדושה איז נישט אזוי, תורה איז נישט בלויז א לימוד לשם ידיעה, און עס גייט נישט צוזאמען מיט השחתה און פארדארבנקייט, תורה איז נישט אין איינקלאנג מיט א ווילדע און שלעכטע התנהגות. ווייל 'תורה' איז מלשון 'הוראה' און עס דארף אונז לערנען און ווייזן דעם וועג, און מיר מוזן טאקע גיין אין אירע וועגן, און אויב די תורה ווירקט נישט אויף א איד און איידלט איהם נישט אויס, מיינט אז עס פעלט איהם די גאנצע תכלית און די גאנצע מציאות פון די תורה הקדושה וואס איז "על מנת לעשות" ווי געזאגט.

דער משגיח הגאון רבי ירוחם פון מיר זצ"ל האט געזאגט, ס'איז באקאנט אז די בריאה האט אין זיך פיר סארטן, דומם, צומח, חי, און מְדַבֵּר. דומם א זאך וואס איז א קלאָץ אזויווי שטיינער און האלץ, צומח מיינט זאכן וואס וואקסן און בליען ווי ביימער און בלומען, דערנאך קומט חי וואס לעבט, בהמות חיות און עופות וואס האבן זיך א אמת'ע חיות, און העכער פון דעם איז דער מְדַבֵּר וואס דאס איז דער מענטש וואס האט שכל און ער קען רעדן. אין ספר הכוזרי שטייט אז העכער פון דעם אלעם איז דא א פינפטע דרגא וואס דאס איז 'ישראל', א איד איז נישט בלויז נאך א מְדַבֵּר, נאר ער איז א גאנץ אנדערע העכערע מין בפני עצמו. זאגט רבי ירוחם, אז ס'איז פארהאן אויך א זעקסטע סארט, און דאס איז א איד וואס לערנט תורה און גייט אין אירע וועגן! און פונקט ווי די מרחק צווישן א חי און א מְדַבֵּר איז גאר ווייט, יעדער פארשטייט אז א מענטש איז גאר ווייט אפגערוקט אין מדריגה און פיל העכער פון א הונט אדער א קאַץ, און דער בעל חי האט ניטאמאל קיין שייכות און א השגה אינעם מענטש, דאס זעלבע איז די מרחק צווישן א מְדַבֵּר און א איד, דער גוי האט קיין שייכות נישט און קיין שום השגה אינעם איד, און אזוי אויך איז פארהאן א ווייטע מרחק צווישן א פּראָסטער איד צו א איד וואס לערנט און פירט זיך תורה'דיג! עס איז א פשוט א אנדערע מציאות און א חילוק פון הימל ביז ערד.

די תכלית איז צו 'גיין' אין די וועגן פון תורה
דערמיט קומען מיר בסייעתא דשמיא צוריק צו אונזערע דיוקים פון אנהייב. מיר האבן געפרעגט פארוואס די תרה הקדושה דרוקט זיך אויס מיט די ווערטער "אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ" אנשטאט צו דערמאנען בפירוש דער ענין פון עמלות בתורה.

אבער לויט ווי מיר האבן דערהערט איז די עיקר תכלית און עמלות בתורה, די חלק היגיעה וואס דער איד לייגט אריין צו לעבן תורה'דיג און זיך פירן ווי א איד דארף זיך פירן, מיט א העכערקייט, דערהויבנקייט, און איידלקייט. און ממילא זאגט די תורה "אִם בְּחֻקֹתַי תֵּלֵכוּ" וואס דער ענין פון 'גיין' ווייזט טאקע אויף דעם, ווען א מענטש לעבט אינגאנצן און פירט זיך אויף א געוויסע מהלך, ווי מ'נוצט די לשון "ער גייט אין די וועגן פון פלוני" אדער "ער גייט אויף די גוטע וועג" וכדומה. אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט גענוג בלויז די עמלות און פלאג ביים לערנען, נאר מ'דארף דאס אויספירן למעשה און 'גיין אין די וועגן' מיט אונזער הנהגה למעשה.

און בדרך רמז, דער שפראך 'גיין' נוצט מען אויך ווען מ'וויל רעדן פון עמקות און פארשטאנד, לדוגמא מ'זאגט "ער גייט אריין טיף אין יעדע זאך", דאס הייסט אז די לשון הליכה איז
מרמז ווען איינער איז זיך מעמיק, ער פארשטייט און ער דעהערט די עומק הדברים און די תכלית פון לימוד התורה אז עס דארף איהם פירן און איהם מאכן בעסער און שענער. ווי אויך איז די לשון פון הליכה מרמז ווען מ'גייט און מ'רוקט זיך פאָראויס און העכער, אזויווי דער לשון הפסוק (תהלים פ"ד ח') יֵלְכוּ מֵחַיִל אֶל חָיִל, מען גייט ווייטער און ווייטער און מ'שטייגט העכער, וואס דאס איז די מציאות פון איינער וואס איז עוסק בתורה על מנת לעשות, ווי די תורה פירט איהם אלס העכער און ווייטער.

און די תורה נוצט דייקא די לשון 'בחקותי' וואס איז א חוק בלי טעם, אפילו ווען דער מענטש איז ווייט פון דעם, אזויווי רבי עקיבא וואס איז געווען דערווייטערט פון תורה, ער ווייסט נישט וויאזוי ער קען זיך בכלל טוישן, דארף ער אבער וויסן און גלייבן אז ער דארף בלויז אנהייבן צו טוהן, זיך זעצן לערנען אפילו עס קומט נישט אָן לייכט און אריינלייגן כוחות אויסצופירן די תורה אויף למעשה, צו באטראכטן זיינע מעשים מיט א תורה'דיגע בליק און זיך וועלן פירן לויט ווי די תורה לערנט איהם, און די איבריגע וועט שוין נאכקומען. די תורה וועט איהם באמת אויסארבעטן און אויסאיידלן, און ער וועט זוכה זיין צו שניידן פירות פון די תורה, ווי דער ישמח ישראל זאגט.

און דאס איז אויך דער רמז פון תמורה מיט וואס די תורה הקדושה איז מסיים ספר ויקרא. ווייל בלויז ווען מ'קוקט מיט א מגושם'דיגע שכל מיינט מען אז מ'קען אוועקנעמען קדושה פון איין פלאץ און דאס אריבערפירן ערגעץ אנדערש, און דעריבער פרעגט מען היתכן אז די תורה לאזט נישט טוישן א הקדש'דיגע קרבן אויף א צווייטע בהמה. אבער אז מ'קוקט מיט א העכערע און תורה'דיגע בליק, דערהערט מען אז ניין! קדושה איז נישט ווי א גשמיות'דיגע זאך וואס מ'קען טוהן מיט דעם וואס מ'וויל; קדושה איז א 'עצם' און א מציאות וואס נעמט ארום די גאנצע זאך, און א קרבן וואס האט שוין אויף זיך א קדושה ווערט דאס א חלק פון איר מהות און איר פנימיות און עס קען נישט אועעקגענומען ווערן, אדרבה, עס קען נאר צולייגן נאך, עס קען גיין ווייטער און זיך פארשפרייטן אויך אויף אנדערע.

און דאס דארף אונז דינען אלס מוסר השכל אז ווען א איד איז זוכה צו קדושה, ווען ער איז זוכה זיך צו באהעפטן צו די תורה, וועט די תורה אויך ווערן א עצם פון איהם אליינס, דאס וועט ווערן זיין עצם מציאות און עס וועט מאכן פון איהם א נייע העכערע און דערהויבענע בריה. און ווי די תורה איז מסיים גלייך נאכדעם "אֵלֶּה הַמִּצְוֹת אֲשֶׁר צִוָּה ה' וגו' בְּהַר סִינָי", דאס וועט געשען צו אונז אויך דורך די תורה ומצוות. און דערמיט גייען מיר צום "חזק חזק ונתחזק" צו פארשטיין און אנערקענען אז מיר האבן די כוחות, אפילו ווען מ'זעהט עס נישט פון פריער און מ'מיינט אז מ'איז ווייט, בפרט אין די טעג ווען מיר שטייען שוין ביים שוועל פון זמן מתן תורתינו, דארף מען וויסן אז דאס איז אונזער תפקיד און עבודה מקבל צו זיין אויף זיך דער עול תורה, און זיין עמלים בתורה, א לומד על מנת לעשות, און פון דארט וועלן מיר בעזהשי"ת זוכה זיין באמת צו שטייגן און ווערן אינגאנצן נשתנה לטובה, און לעבן א לעבן פון דערהויבנקייט און העכערקייט ווי עס דארף צו זיין, אמן כן יהי רצון.

לסיכום געדענק:
• ביי גשמיות'דיגע זאכן מעסט מער נאר די תוצאות וואס ווערן פארטיג. ביי תורה מעסט השי"ת די גאנצע עמלות און די יגיעה, און לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא די שכר איז לויט די שוועריגקייטן.
• תורה טוישט די גאנצע מציאות און מהות פונעם מענטש, און דאס איז אונזער אויפגאבע צו הארעווען און ארבעטן אויף דעם, און מאכן זיכער אז די תורה ווירקט טאקע אויף אונזער לעבן למעשה.
• ס'איז פארהאן א ווייטע מרחק צווישן א פשוטע איד צו איינער וואס לערנט און פירט זיך תורה'דיג! זיי זענען אנדערע מציאות'ן און א חילוק פון הימל ביז ערד.

א לעכטיגע שבת קודש!


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: איך בין א 'תורה איד'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בחקותי - איך בין א 'תורה איד'! WATCH LIVE
https://torahanytime.com/#/lectures?v=301784

פרינט ארויס לכבוד שבת PDF
https://www.ladaat.info/showgil.aspx?pa ... 01&gil=172
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: איך בין א 'תורה איד'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

שכוח!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”