ווען יודישקייט איז אסאך גרינגער ווי מ’מיינט.... (יש משהו’ס געדאנקען 3#)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

ווען יודישקייט איז אסאך גרינגער ווי מ’מיינט.... (יש משהו’ס געדאנקען 3#)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

בס”ד

מיר לעבן היינט אין א נייע וועלט, נייע צייטן, משיח’ס צייטן.

איינע פון די זאכן וואס כלל ישראל איז היינט זייער פארנומען, לכאורה – מער ווי אמאליגע צייטן, איז די נושא פון סגולות.

אה, סגולות!

איך ווייס נישט צו ס’איז דא איינער אין כלל ישראל וואס האט נאכנישט פרובירט עפעס א סגולה. איינער פרובירט א קלענערע גרינגערע קורצע סגולה, און א צווייטע פרובירט מער א שווערע קאמפליצירטערע לענגערע סגולה. איינער פארשפארט זיך אין א צימער אן קיינעמ’ס וויסן, און א צווייטע זאגט צו עס מפרסם צו זיין. בקיצור, א עם סגולה!

בשעת ווען איינער מאכט א סגולה נאר פון צייט צו צייט, אדער בשעת ח”ו ווען מ’איז אין א עת צרה און מ’נויטיגט זיך אין א רפואה אדער פאר אביסל דאללער - זענען דא מענטשען וואס זענען גאר שטארק פארנומען אין דעם, זענען עוסק יומם ולילה, צו מאכן אדער טרעפן נייע סגולות און געדאנקן.

ס’דא מענטשן וואס מאכן אפילו א ביזנעס פון דעם, צו ערנערן אפאר דאללער און האבן די געלט צו שפייזן דאס געזינדל.

אפילו איך – אלס בחור, בשעת וואס אלע (עלטערע) בחורים האבן פרובירט אלע מיני פארשידענע סארטן געדאנקן (פון פוקד זיין די ציון פון יצחק בן יצחק אין יהוד, ביזן שרייען ’עזור נא את הנשארים’ ביי מלווה מלכה, אדער זיך טובל’ן אין אלע מעיינות אין גאנץ ארץ ישראל ביי חצות הלילה) בין איך געווען דער וואס איז געשטאנען און געשריגן ’איך העל ווייזן פאר די וועלט אז איך קען ווערן א חתן אן מאכן קיין שום סגולה!’ איך האב זיך ממש משתדל געווען גארנישט צו טון, איך זאל ח”ו נישט א חתן ווערן דורך א סגולה..... עם כל זה, ווען מיינע יארן האבן זיך פארעלטערט און מיין שיעור האט זיך אנגעהויבן אויסליידיגן – בין איך זיך אזוי נישט-כאפנדיג - ארויף צום ציון פונעם הייליגן בת עין זי”ע ביים יארצייט, זייענדיג אזוי אין די מערה, האט זיך ארויסגעכאפט פון מיר ווערטער, אז אויב וער איך א חתן ביז 30 טעג זאג איך צו סעודה. ולא עברו ימים הרבה - י”א טבת בין איך צום גרויס מזל א חתן געווארן.....

שוין.

וואס עס טוט מיר וויי, און אפשר ביך איך נישט די ערשטע און איינציגסטע מיט דיע ווייטאג אויף מיין הארץ, אז כלל ישראל האט פארגעסן פון די אור-אלטע סגולות. איך ווייס אפילו נישט צו מ’רופט עס א ’סגולה’. די הייליגע תנא(!) זאגט עס אזוי מיט די גאנצע פשטות, ער זאגט אפילו נישט אז ס’איז עפעס א סגולה.... ער זאגט עס מיט אזא פשטות, כאילו ס’איז די נארמאלסטע זאך.

אמר ר’ יהושע בן לוי, כל העונה אמן יהא שמיה רבה בכל כוחו, קורעים לו גזר דינו.

דעטס איט. גארנישט מער.

וואס מיינט בכל כחו? לאמיר אננעמען די פשט פון רבן של ישראל, אונזער רבי, רבינו שלמה יצחקי, רש”י, בכל כחו – בכל כוונתו.

ר’ איד! איר דארפט פשוט אינזין האבן די ווערטער! גארנישט מער.

איך ארבעט נישט פאר קיין שום קאמפעני, און פאר קיין שום ארגעניזאציע.... איך האב פשוט לעצטנס באמערקט א סיין פון דיע מאמר חז”ל אין איינע פון די בתי מדרשים (די מימרא ווייס איך שוין פון לאנג, אבער) איך האב פשוט אנגעהויבן אריינצוטראכטן דערינען, און איך איך האב אנגעהויבן פארשטיין אז.... יודישקייט איז נישט אזוי שווער....

ר’ יוד, איר נויטיגט זיך אין א ישועה? א ’אמן יהא שמיה רבא’ מיט כוונה.

זאגסט עס עניוועי יעדן טאג, ס’צורייסט גזירות! ס’איז אזוי פשוט, דארפסט עס אפילו נישט מפרסם זיין. זיי מפרסם די אייבישטער’ס נאמען ביי דיר אין מח און אין הארץ, דאס איז עס.

דארפסט נישט צינדן הונדערטער לעכט יעדן טאג, דארפסט נישט האבן 13 יודן וואס זאגן 13 מאל קאפיטל יג פאר 13 טעג. דארפסט איין זאך. אמן יהא שמיה רבא. מיט כוונה.

כ’מיין ח”ו נישט אוועקצומאכן די אלע אלטע סגולות, וואס גאר אסאך פון זיי האבן אויכעט אור-אלטע מקורות שוין פון די פריעדיגע. אוודאי און אוודאי. אבער פארגעס נישט די עיקר. ביסט במילא אין ביהמ”ד, דאוונסט דאך במילא, ענטפערסט עניוועיס אמן יהא שמיה רבא עטליכע מאל א טאג, האב נאר אינזין.

ס’א שאד יעדע מינוט.
~~~~~~~~
נעכטן איז מיר צופעליג אויסגעקומען, אז איך האב מיר באגעגענט מיט א פרק שירה, גראדע גאנץ א שיינע געווען, מיט יודיש טייטש און שיינע קאלירפולע בילדער. אז איך האב עס שוין יא אין מיין האנט – העט מען עס שוין אויך זאגן, ס’קאסט נישט קיין געלט.

הייב איך אן, און איך טרעף מיר מיר מורא’דיגע ווערטער:

אָמַר רַבִּי, כָּל הָעוֹסֵק בְּפֶרֶק שִׁירָה בָּעוֹלָם הַזֶּה, זוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד, לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם, וְתַלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְנִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרַע, וּמִפֶּגַע רַע, וּמֵחִבּוּט הַקֶּבֶר, וּמִדִּינָהּ שֶׁל גֵּיהִינֹּם, וּמֵחֶבְלוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ, וּמַאֲרִיךְ יָמִים, וְזוֹכֶה לִימוֹת הַמָּשִׁיחַ, וּלְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא.

כ’מיין אז מ’דארף נישט מער ווי דעם. אבער טאמער יא:

תַּנְיָא אָמַר רַבִּי אֱלִיעֶזֶר, כָּל הָאוֹמֵר שִׁירָה זוֹ בָּעוֹלָם הַזֶּה, זוֹכֶה וְאוֹמְרוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, שֶׁנֶּאֱמַר אָז יָשִׁיר מֹשֶׁה, שָׁר לֹא נֶאֱמַר אֶלָּא יָשִׁיר אוֹתוֹ לֶעָתִיד לָבוֹא:

תָּנְיָא רַבִּי אֱלִיעֶזֶר הַגָּדוֹל אוֹמֵר, כָּל הָעוֹסֵק בְּפֶרֶק שִׁירָה זֶה בְּכָל יוֹם, מֵעִיד אֲנִי עָלָיו שֶׁהוּא בֶּן הָעוֹלָם הַבָּא, וְנִצּוֹל מִפֶּגַע רָע, וּמִיֵּצֶר הָרָע, וּמִדִּין קָשֶׁה, וּמִשָּׂטָן, וּמִכָּל מִינֵי מַשְׁחִית וּמַזִּיקִין.


נישט נאר ביזט פארזיכערט מיט עולם הבא, האסט נאך עולם הזה! ווערסט געראטעוועט פון שלעכטע פגעים, פונעם יצר הרע, פון גיהנם!!

ר’ אליעזר הגדול איז מעיד אויף דיר דאס!

ס’נישט סתם עפעס א מקור. ס’איז א הייליגע תנא.

ס’נישט סתם ’אפשר’ קען מען געהאלפן ווערן, ער איז מעיד!

און ווילאנג דויערט עס צו זאגן?

7-8 מינוט.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ווען יודישקייט איז אסאך גרינגער ווי מ’מיינט.... (יש משהו’ס געדאנקען 3#)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אין דזשענערל וועגן סגולות האט @בוחר בשירי זמרה געשריבן א שיינע געדאנק זוך נישט דעם קוואדער .

איך האב אמאל געהערט בשם קאסובער רבין א שארף ווארט, ער האט געזאגט ״איך מעין ס׳איז שוין צייט צי מאכן א קבר פארן באשעפער אזוי וועט מען אהין גיין צו אים״. סאיז קלאר אז היינט צו טאגס איז מיין אזוי ביזי מיט ״סגולות״ אז מען פארגעסט אביסל אז ס׳איז דא א סטעפ פאר סגולות. ווי איך האב געהערט אמאל פון א גוטע איד וואס האט געזאגט אז מען דארף מפרסם זיין אז תפלה, תורה, מצוות וכו׳ איז א סגולה פאר ישועות.

נ.ב. וואס דו שרייבסט אז דו האסט דיקא נישט געטון סגולוץץ מיין איך איז זיכער נישט קיין געזונטע מהלך. האבן א שיטה אז איך האב נישט קיין שיטה איז קיין שיטה נישט. כאטש אני כשלעצמי ווען איך הער די עד אויף קול מבשר ״די ביזנעס גייט דוט ברוך השם..״ זאג איך ברוך השם און איך מיש אריבער, באט נישטא קיין ענין צי דיקא נישט טון קיין סגולה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: ווען יודישקייט איז אסאך גרינגער ווי מ’מיינט.... (יש משהו’ס געדאנקען 3#)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:23 pm
נ.ב. וואס דו שרייבסט אז דו האסט דיקא נישט געטון סגולוץץ מיין איך איז זיכער נישט קיין געזונטע מהלך. האבן א שיטה אז איך האב נישט קיין שיטה איז קיין שיטה נישט. כאטש אני כשלעצמי ווען איך הער די עד אויף קול מבשר ״די ביזנעס גייט דוט ברוך השם..״ זאג איך ברוך השם און איך מיש אריבער, באט נישטא קיין ענין צי דיקא נישט טון קיין סגולה.
טאקע דערפאר האט מען צום סוף געמאכט א סגולה....

און מ’קען מיינען ווי אלט איך בין געווען.... איך בין א חתן געווארן א חודש פאר’ן תיפח......
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ווען יודישקייט איז אסאך גרינגער ווי מ’מיינט.... (יש משהו’ס געדאנקען 3#)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:23 pm
אין דזשענערל וועגן סגולות האט @בוחר בשירי זמרה געשריבן א שיינע געדאנק זוך נישט דעם קוואדער .

איך האב אמאל געהערט בשם קאסובער רבין א שארף ווארט, ער האט געזאגט ״איך מעין ס׳איז שוין צייט צי מאכן א קבר פארן באשעפער אזוי וועט מען אהין גיין צו אים״. סאיז קלאר אז היינט צו טאגס איז מיין אזוי ביזי מיט ״סגולות״ אז מען פארגעסט אביסל אז ס׳איז דא א סטעפ פאר סגולות. ווי איך האב געהערט אמאל פון א גוטע איד וואס האט געזאגט אז מען דארף מפרסם זיין אז תפלה, תורה, מצוות וכו׳ איז א סגולה פאר ישועות.

נ.ב. וואס דו שרייבסט אז דו האסט דיקא נישט געטון סגולוץץ מיין איך איז זיכער נישט קיין געזונטע מהלך. האבן א שיטה אז איך האב נישט קיין שיטה איז קיין שיטה נישט. כאטש אני כשלעצמי ווען איך הער די עד אויף קול מבשר ״די ביזנעס גייט דוט ברוך השם..״ זאג איך ברוך השם און איך מיש אריבער, באט נישטא קיין ענין צי דיקא נישט טון קיין סגולה.
יישר כח
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”