מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

סענאטאר פעטערמאנ'ס אפיס און די קארידאר אינדרויסן
אטעטשמענטס
IMG-20240526-WA0158.jpg
IMG-20240526-WA0158.jpg (126.1 KiB) געזען 567 מאל
IMG-20240522-WA0167_1.jpg
IMG-20240522-WA0167_1.jpg (296.13 KiB) געזען 567 מאל
IMG-20240522-WA0173.jpg
IMG-20240522-WA0173.jpg (90.92 KiB) געזען 567 מאל
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

די אונטערערדישע קארידאר און דאס פלאץ בעפאר די טרעין און די טרעין זעלבסט. ווערט געזען ר' אברהם יעקב.
אטעטשמענטס
IMG-20240522-WA0169_1.jpg
IMG-20240522-WA0169_1.jpg (192.1 KiB) געזען 564 מאל
IMG-20240522-WA0162.jpg
IMG-20240522-WA0162.jpg (116.05 KiB) געזען 564 מאל
IMG-20240522-WA0166_1.jpg
IMG-20240522-WA0166_1.jpg (294.14 KiB) געזען 564 מאל
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

יוש...! האסט א חוש צו געדענקען קליינע דעטאלן.

כ'הערמעך צו... גיי ווייטער.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

צו גיין אויפן טרעין האט מען געמוזט איבערגעבן די סעלפאון און די אפיצירקע האט אנגשמירט א אלקאהאל פעד דערויף וואס מען טוט ביים לופטפעלד אויך. איך ווייס נישט פארוואס זיי טוען דאס. איינער פון אונזער חבורה וועלכער איז מיטגעקומען אויפן טור האט געהאט א רוקזאק און מען האט דורכגעקוקט אלע חפצים וועגן זיכערהייט. דערנאך איז מען ארויף אויפן טרעין נאכדעם וואס ר' אברהם יעקב האט ערהאלטן די קאנגרעסיאנאלע איי די און מען האט געמאכט א קורצע רייזע צום קעפיטאל בילדונג. אראפשטייגנדיג, האבן מיר זיך ווידעראום געטראפן מיט סענאטארן און זיך באגריסט און פאטאגראפירט מיט זיי. ארויפקומענדיג אינעם לאבי פונעם געביידע האבן מיר געזען פארזאמלט צענדליגער טוריסטן אין גרופעס ווארטנדיג אריינצוגיין, דארט איז געווען צוגעגרייט אויערן מאשינדלעך וועלכע טייטשן איבער צו די שפראך וואס די טוריסטן פארשטייען. צוערשט זענען מיר אדורך א הויכן מייעסטעיטישן סטאטוע אוו פרידאם און דערנאך אין א כמו מוזעאום וועגן די היסטאריע פון וואשינגטאן די סי וויאזוי עס האט אויסגעזען ביים גרינדונג ביז ווי עס זעהט היינט אויס און נאך פארשידענע פאקטן וועגן דעם קעפיטאל בילדונג. אויך עפעס אקטיוויטעטן פאר קינדער וכדו'.
לעצט פארראכטן דורך גאלדגרוב אום זונטאג יוני 09, 2024 3:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

די מיניאטור פון וואשינגטאן די סי און א רעפליקע פונעם קעפיטאל בילדונג
אטעטשמענטס
IMG-20240522-WA0158.jpg
IMG-20240522-WA0158.jpg (151.54 KiB) געזען 556 מאל
IMG-20240603-WA0011.jpg
IMG-20240603-WA0011.jpg (282 KiB) געזען 556 מאל
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

פון דא זעמער געגאנגען מיטהאלטן א לעבעדיגע סעסיע פונעם סענאט זאל אבער מען האט געברויכט האבן א ספעציעלע פאס דערפאר, האט ר' אברהם יעקב אונז עס צוגעשטעלט בתשואות חן. קודם האט מען געמוזט אריינלייגן דעם טעלעפאן אין א שאכטל און נאכדעם האט מען געקענט גיין ווייטער. ממילא איז נישט געווען שייך צו מאכן בילדער פון דא און ווייטער. לכאורה וועגן זיכערהייט צוועקן און א פארבאט צו רעקארדירן די סעסיעס. ביי יעדע ווינקל איז דא א קעפיטאל אפיציר על כל צרה שלא תבוא. אינעם קארידאר איז מען געגאנגען איינציגווייז אין גרופעס. מען איז אדורך א מעטאל דעטעקטאר און געמוזט לייגן די שליסלעך אין א קעסטל צו קענען גיין ווייטער. אונז זעמיר אריין אינעם סענאט זאל גאלעריע פון אויבן ווי להבדיל א אפענע ווייבער שוהל וואו עס זענען דא צענדליגע ווייכע זיצן פאר די צוקוקער. א פרוי איז געשטאנען דארט און אנגעוויזן וואו זיך צו זעצן. אונטן אינעם זאל איז אנגעגאנגען א סעסיע וואו סענאטארן זענען געקומען און געגאנגען, אויפגעטרעטן און געשטימט אויף בילס. נאך א צען מינוט האמיר זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען ווייטער. אין די קארידארן זענען דא טאוולען אז מען זאל זיך האלטן שא שטיל. בכלל אינעם סענאט זאל האט מען זיך געדארפט האלטן שטיל. נאכדעם זענען מיר געגאנגען קוקן איין פלאץ וואס האט א גרויסן לאבי וואו די סופרים קארט ריכטער האבן דארט אדורכגעוואקט נאכן איינשווערן דעם פרעזידענט. מיט א הויכן דאך וכו'. אונז זעמיר דארט אנגעקומען בדרך לא דרך פון א פרעסס רום וואו ר' אברהם יעקב איז היימיש וואס פון דארט איז דא שמאלע שטיגן ביז אהין. די ארטיגע אינעם פרעסס רום האבן אונז מכבד געווען מיט א קאלט גלעזל וואסער כמים קרים על נפש עייפה. פון דארט זענען מיר געגאנגען אין א אנדערע ריכטונג צום קאנגרעס סעסיע זאל און דא האט מען געדארפט ווייזן די קאנגרעס פאס וואס ר' אברהם יעקב האט אונז פארטיילט. מען איז נאכאמאל אדורך א מעטאל דעטעקטאר און אלע חפצים פון טאש האט מען געדארפט ארויסנעמען און זיי האבן עס באטאפט. ווי א חסידישע איד האב איך געדארפט ארויסנעמען מיין בערזל, גארטל מנחה מעריב'ל, דבר יום ביומו צעטליך פון נעכטן, אפיקומן מצה, און די טשאקלאד באר וואס מען האט געטיילט ביים אויבנדערמאנטע צערעמאניע. די באאמטע האבן געלאכט נישט זייענדיג געוואוינט דערצו. למעשה האט מען אלעס געקענט צוריקלייגן אין טאש אויסער די טשאקאלאד און א קוקי וואס איך האב געטראפן אין מיין טאש פון א וואכנאכט פון עטליכע וואכן צוריק... דאס האבן זיי געהאלטן דארט ביז איך בין צוריקגעקומען. מען איז אריין אינעם טשעימבער אוו קאנגרעס, דעם באקאנטן צימער וואו דער פרעזידענט געבט יערליך דעם סטעיט אוו די יוניאן רעדע און וואו מען שטימט אויף געזעצן. דארט איז פארגעקומען א סעסיע וואו קאנגרעסלייט זענען געקומען און געגאנגען, אויפגעטרעטן און געשטימט. מיר זענען געזיצן אויבן אין די גאלעריע, דארט ווי די געסט וואס קומען מיטהאלטן די סטעיט אוו די יוניאן זיצן. דארט אויבן איז דא די גרויסע מאכטפולע קאמערעס וואס כאפן אפ די אלע סעסיעס און אפשטימונגען. נאכן ארויסגיין פון דארט און אפנעמען די טשאקאלאד און טעלעפאן זענען מיר צוריק צום לאבי, נאכן מאכן אן אפשטעל פאר הכנות אינעם פראכטפולן בית הכסא מיט מארמארענע ווענט האבן מיר געמאכט דעם וועג ארויס פון די געביידע.
לעצט פארראכטן דורך גאלדגרוב אום זונטאג יוני 09, 2024 3:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6082
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

זייער אינטערעסאנט!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

גאלדגרוב האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:11 am
אנקעגען איבער דעם קעפיטאל האבן מיר צו שפאצירט צום ראסעל סענאט געביידע וואו די צערעמאניע איז פארגעקומען. אזא לענגליכע גרויסע געביידע וואס דאס איז איינס פון די 3 געביידעס וואו אלע 100 סענאטארן האבן זייערע אפיסעס. צוליב איילעניש האבן מיר פארגעסן פון מאכן א בילד פונעם געביידע ואתכם הסליחה.
האסטע…


בילד
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

בלוט בלבול האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:15 am
גאלדגרוב האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:11 am
אנקעגען איבער דעם קעפיטאל האבן מיר צו שפאצירט צום ראסעל סענאט געביידע וואו די צערעמאניע איז פארגעקומען. אזא לענגליכע גרויסע געביידע וואס דאס איז איינס פון די 3 געביידעס וואו אלע 100 סענאטארן האבן זייערע אפיסעס. צוליב איילעניש האבן מיר פארגעסן פון מאכן א בילד פונעם געביידע ואתכם הסליחה.
האסטע…


בילד
יאפ. דאס איז עס. מאיעסטעטיש און פראכטפול. עס ציעט זיך אראפ לענגאויס די גאס
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

ביים ארויסקומען פונעם די געביידע וועלכע איז אגב די קעפיטאל וויזיטאר סענטער אריינגאנג, זענען מיר ארויף א היבשע פאר שטיגן און מיר זענען געגאנגען צו די ברייטע טרעפ אינדרויסן פונעם קעפיטאל וואו מיר האבן זיך געלאזט פאטאגראפירן אלס אנדענק. מען קען ארויפגיין ביז אינמיטן וואס דארט איז שוין דא באריקאדעס. פאליסלייט שטייען ביי אלע עקן פאר זיכערהייט צוועקן. פון דארט האבן מיר אראפשפאצירט צום לאנגהארן קאנגרעס געביידע ווי א חלק קאנגרעסלייט האבן זייערע אפיסעס. מיר זענען געגאנגען אין פלאן זיך מעגליך צו טרעפן מיט די קאנגרעסלייט וועלכע פארטרעטן דעם היימישן ציבור אין קרית יואל און מאנסי. ביים אריינגאנג איז מען אדורך א מעטאל דעטעקטאר כמובן און מיר האבן געמאכט די וועג מיטן עלעוועיטער צום ערשטן שטאק צום אפיס פון קאנגרעסמאן פעט רייען. יעדער קאנגרעסמאן האט אזא דאפלטע אפיס מיט צוויי אריינגענג. און א אפיס בתוך אפיס וואו דער קאנגרעסמאן האט זיין ביורא און אינדרויסן פון דעם זיצן זיין שטאב ארבעטערס אויף די קאמפיוטערס. מיר האבן אריינגעקלאפט און מען האט געעפנט די טיר און מיר האבן זיך באקוועם געמאכט אויף די באקוועמע בענקלעך. דער קאנגרעסמאן זעלבסט איז נישט דארט געווען האבנדיג א ביזי סקעדזשועל ערגעץ וואו. מיר זענען אויפגענומען געווארן דורך זיין שטאב וועלכע ציילן זיך א 4 5 מענטשן. מען האט אונז מכבד געווען מיט א קאלט גלעזל וואסער. יעדער קאנגרעסמאן האט א גרויסן טאוול פונעם דיסטריקט וואס ער פארטרעט. מיין חבר האט געשמועסט מיט א געהילף וועלכער איז א אידיש אפשטאמיגער בדברים העומדים על הפרק. איך האב געשמועסט מיט א אנדערע געהילף וועגן אונזער דיסטריקט אין וועלכע מיר וואוינען און זיך באדאנקט פאר די כסדר'דיגע לייסטונגען וואס ער ברענגט פאר אונז, זיינע קאנסטיטוענטס. און דאס חשיבות זייענדיג א גראדואירטער פונעם בארימטן וועסט פוינט מיליטערישן אקאדעמיע וואס ער זעלבסט פארטרעט. דערנאך זענען מיר געגאנגען צום אפיס פון קאנגרעסמאן מייק לאולער פון ראקלענד קאונטי וועלכער איז אויך נישט דערביי געווען. די שטאב מיטגלידער האבן אונז אריינגענומען און ארומגעוויזן זיין פערזענליכע אפיס פון וואו ער לייסטעט אסאך לטובת תושבי מאנסי והגלילות זייענדיג א שטארקער אידן פריינט שוין יארן. מיר האבן געוואונטשן הצלחה אין זיין ווידערערוויילונג. אינעם לאנגן קארידאר אינעם געביידע אינדרויסן פון די קאנגרעס אפיסעס הענגען פלאקאטן מיט בילדער פון זייערע מיינונגען אויף אישוס און געוויסע האבן ארויסגעלייגט שטיצע פלאקאטן לטובת מדינת ישראל. ביים ארויסגיין פון די געביידע האבן מיר אנגעטראפן צענדליגע קאנגרעסלייט צוריקקומען פון די קעפיטאל בילדונג נאכן אפשטימען ביללס. מיר האבן אפגעשטעלט עטליכע פון זיי ובתוכם א קאנגרעסמאן פון אפסטעיט ניו יארק און געשמועסט געמיטליך מיט זיי. א טייל פון זיי מאכן דעם קורצן וועג צופיס און א טייל מיט קארס. אויפן סיידוואלק איז געשטאנען א פרוי מיט א אוקריינישע פאן זוכנדיג שטיצע פאר אוקריינא. מיר האבן צוריקגעוואקט צום קעפיטאל געביידע וועלנדיג זעהן די אנדערע זייט פונעם בנין וואו מען שווערט איין דעם פרעזידענט יעדע 4 יאר. מיר האבן געדארפט ארומגיין די גרויסע גראזיגע שטח פון ארום אנצוקומען דארט. נאכדעם זעמער צוריקגעגאנגען צום יוניאן סטעישאן געביידע אפצונעמען אונזער קאר. ביים אריבערגיין די גאס הערן מיר א שטיקל קראך ווי צוויי קארס האבן זיך לייכט צאמגעקושט... מיר זענען אריין אינעם געביידע ערשעפט און אויסגעמאטערט פונעם ווארעמען נאסן וועטער און וואקן אסאך. מיר האבן זיך איינגעהאנדלט א קאלטן טרונק און זיך אפגערוהט. אינעם לאבי האט געשפילט א אזויגערופענע בענד פון שפילער, א פויק מיט א גיטאר און נאך ארויסגעבנדיג מאדנע קלאנגען וועלכע האבן נישט געהאט קיין הענט און פיס... נאכדעם האבן מיר געמאכט די וועג ארויף א שטאק וואו עס געפונען זיך פילצאליגע געשעפטן ווי א מאלל פאר די אלע וואס שטייגן דארט אפ מיט'ן באן אדער באס. מיר זענען ארויפגעפארן מיטן עסקעלעיטאר עטליכע שטאק ביזן דאך פונעם געביידע און אפגענומען די קאר און נאכן אפצאלן די סכום וואס עס האט געקאסט פארקינג זענען צוגעפארן די אנדערטהאלבן מייל צו זעהן פונדערווייטנס דעם ווייסן הויז און דער וואשינגטאן מאנומענט און די טרעזשורי בילדונג וואס דאס וועט דארפן א קומענדיגע באזוך אי''ה ועוד חזון למועד.
לעצט פארראכטן דורך גאלדגרוב אום זונטאג יוני 09, 2024 3:34 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

מייק לאולער'ס אפיס און די טאוולען אינדרויסן פונעם אפיס. ווי אויך פון נענסי פעלאוסי'ס אפיס וואס מיר האבן אדורכגעוואקט
אטעטשמענטס
IMG-20240522-WA0151.jpg
IMG-20240522-WA0151.jpg (124.47 KiB) געזען 391 מאל
IMG-20240522-WA0149.jpg
IMG-20240522-WA0149.jpg (131.76 KiB) געזען 391 מאל
IMG-20240603-WA0015.jpg
IMG-20240603-WA0015.jpg (140.09 KiB) געזען 391 מאל
לעצט פארראכטן דורך גאלדגרוב אום זונטאג יוני 09, 2024 3:37 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

די קעפיטאל בילדונג פון ביידע זייטן
אטעטשמענטס
IMG-20240603-WA0016_1.jpg
IMG-20240603-WA0016_1.jpg (215.69 KiB) געזען 390 מאל
IMG-20240603-WA0014.jpg
IMG-20240603-WA0014.jpg (223.39 KiB) געזען 390 מאל
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

דעם סימבאל פונעם קאנגרעס אין די עלעוועיטער פונעם קאנגרעס בילדונג
אטעטשמענטס
IMG-20240522-WA0155(1).jpg
IMG-20240522-WA0155(1).jpg (218.53 KiB) געזען 390 מאל
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

נאכדעם זענען מיר צוגעפארן צום חב''ד הויז פון וואשינגטאן די סי מיטן האפענונג צו קענען אריינגיין און באזוכן אבער צום באדויערן זענען די טויערן געווען פארשלאסן און עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, האבן מיר פארגעזעצט דעם וועג אהיים. נאך אנדערטהאלבן שעה האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א רעסט איריע נאך אין מערילענד כדי צו האבן באטראטן דעם סטעיט. נאכן נעמען געז און הכנות און זיך אומקוקן די געביידע וועלכע איז געווען האלב פארשלאסן צוליב די שפעטע שעה זענען מיר ווייטער געפארן דורכפארנדיג דעלעוועיר, ניו דזשערסי, ניו יארק ביז מיר זענען אנגעקומען אהיים נאך צוועלעווע ביינאכט.
מיר האפן אז דער עולם האט הנאה געהאט פונעם ארטיקל. זייטס מיר אלע געזונט און שטארק!
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איינע פון די געשעפטן אין וואשינגטאן די סי. מסתם אידישע אפשטאמיגע
אטעטשמענטס
IMG-20240522-WA0185.jpg
IMG-20240522-WA0185.jpg (252.23 KiB) געזען 329 מאל
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אונטן פון די ראסעל סענאט געביידע פון וואו מען איז געגאנגען צום אונטערערדישן קארידאר. שיינע טויערן.
אטעטשמענטס
IMG-20240605-WA0075.jpg
IMG-20240605-WA0075.jpg (145.04 KiB) געזען 328 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10592
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

א מאסיווע אשכול דאס!!

א גאר גוטע איידיע

שכח @גאלדגרוב

טשולדיגט פארן איבערהאקן..
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:46 pm
א מאסיווע אשכול דאס!!

א גאר גוטע איידיע

שכח @גאלדגרוב

טשולדיגט פארן איבערהאקן..
יעדעס ביסל אנערקענונג איז זייער שטארק אפרישיעטעד. איך האף אז דו האסט הנאה געהאט דערפון.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

ביים רעסט איריע אויפן וועג צוריק אין מערילענד בזמן צאת הכוכבים
אטעטשמענטס
IMG-20240605-WA0078_1.jpg
IMG-20240605-WA0078_1.jpg (213.48 KiB) געזען 313 מאל
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

גאלדגרוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 6:40 am
נאכדעם זענען מיר צוגעפארן צום חב''ד הויז פון וואשינגטאן די סי מיטן האפענונג צו קענען אריינגיין און באזוכן אבער צום באדויערן זענען די טויערן געווען פארשלאסן און עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, האבן מיר פארגעזעצט דעם וועג אהיים. נאך אנדערטהאלבן שעה האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א רעסט איריע נאך אין מערילענד כדי צו האבן באטראטן דעם סטעיט. נאכן נעמען געז און הכנות און זיך אומקוקן די געביידע וועלכע איז געווען האלב פארשלאסן צוליב די שפעטע שעה זענען מיר ווייטער געפארן דורכפארנדיג דעלעוועיר, ניו דזשערסי, ניו יארק ביז מיר זענען אנגעקומען אהיים נאך צוועלעווע ביינאכט.
מיר האפן אז דער עולם האט הנאה געהאט פונעם ארטיקל. זייטס מיר אלע געזונט און שטארק!
דו רעדסט פון לוי שם טוב׳ס סמעדרעש? ער איז נאר אפן מאנטאג און דאנערשטאג.

פיינע אשכול, איי לאווד איט.
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

דער אזויגערופענע בענד וואס האבן משמח געווען די עצמות יבשות אינעם יוניאן סטעישאן
אטעטשמענטס
IMG-20240526-WA0167_1.jpg
IMG-20240526-WA0167_1.jpg (149.29 KiB) געזען 239 מאל
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אין אפיס פון קאנגרעסמאן פעט רייען.
די באקוועמע פאטעלן און דעם טאוול פונעם דיסטריקט אויפן וואנט.
די ווייסע טיר איז צום פריוואטן ביורא
אטעטשמענטס
IMG-20240522-WA0150_1.jpg
IMG-20240522-WA0150_1.jpg (156.83 KiB) געזען 196 מאל
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

גאלדגרוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:32 pm
אין אפיס פון קאנגרעסמאן פעט רייען.
די באקוועמע פאטעלן און דעם טאוול פונעם דיסטריקט אויפן וואנט.
די ווייסע טיר איז צום פריוואטן ביורא
ביי די סענעטארס האסטע נישט באזוכט? זיי האבן ריזיגע פראכטפולע אפיסעס.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

בלוט בלבול האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 8:36 pm
גאלדגרוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:32 pm
אין אפיס פון קאנגרעסמאן פעט רייען.
די באקוועמע פאטעלן און דעם טאוול פונעם דיסטריקט אויפן וואנט.
די ווייסע טיר איז צום פריוואטן ביורא
ביי די סענעטארס האסטע נישט באזוכט? זיי האבן ריזיגע פראכטפולע אפיסעס.
איך ווייס. למעשה זעמער געגאנגען קודם וואו הרב טערקלטויב האט אונז געפירט. אפשר האמיר טאקע געדארפט נעמען די מיה צו באזוכן נאך סענאט אפיסעס שפעטער נאכ'ן באזוך אין קעפיטאל. ועוד חזון למועד.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איר יעצטיגע אפיס. אלס קאנגרעס ספיקער האט זי זיכער געהאט א גרעסערע מאכטפולע אפיס.
אטעטשמענטס
IMG-20240522-WA0152.jpg
IMG-20240522-WA0152.jpg (102.92 KiB) געזען 80 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”