קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

רעדנדיג דעם שבת צו א חבר מיינס, א מגיד שיעור אין א ישיבה, פארטרויעט ער מיר אז ער דארף איצט אויפקומען מיט א היבשע פאר אלפים באזונדער.

ער לעבט קיינמאל נישט ברייט, אבער אצינד איז די קעמפ סיזען, און ער האט 6 קינדער וועלכע דארפן גיין אין קעמפ [יארגענג 11 ביז 19], יעדע קעמפ בעט בערך 3200 חוץ שאר ירקות, און זייענדיג א מגיד שיעור וועלכער מוז גיין אין קעמפ מיט זיין משפחה [אנכי מעיד אז איידער באקומען זיין פאסטן איז ער יארן געווען צופרידן אין שטאט זומער], מוז ער שיקן זיינע אינגערע 4 קינדער אין אפסטעיט דעי קעמפס וועלכע קאסטן בערך 700 פער קינד.
קיינער פון די גיבן נישט קיין דיסקאונטס פאר בני תורה [אפילו וואו מ'גיבט יא, איז עס מיט א נישטיגע 200 דאלער]
סך הכל דארף ער צושטעלן אזא 22,000 דאלער, [חוץ וואס אויסשטאפירן קינדער צו קעמפ קאסט א שטיקל אפותיקי, און טראנספארטעישאן הין און צוריק, מיט נאך הוצאות וואס קומען צו צוליב קעמפ] איז ער היבש אובד עצות.
זייענדיג אן אמת'ער אויסגעארבעטער עובד ה', לייגט ער מיר צו אז בעצם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל הוצאת בניו לתלמוד תורה איז דאך נישט נכלל אינעם חשבון וואס איז באשערט מר"ה, אבער למעשה איז אים שווער.

וואס וויל איך? כ'ווייס נישט.
כ'בין זיכער אז די קעמפס און דעי קעמפס בעטן נישט מער ווי ס'קאסט זיי, און אפשר גאר ווייניגער [וואס זיי זענען משלים מיט פאנדרעיזינג],
כ'ווייס אויך, אז דער מגיד שיעור האט א היבשער גרויסער משפחה לפי ערך, און נישט גאנץ כלל ישראל איז אין אזא פאזיציע,

וואס יא, אפשר איז צייט פאר 3 נקודות:

1- די "קעמפ נושא" זאל ווערן אן אפשינעל זאך [יא אויך פאר בחורים- אויב איז געווען גדולי ישראל וואס האבן פארלאנגט אז מ'מוז גיין אין קעמפ, האבן זיי אבער נישט געמיינט אז אזעלכע עלטערן זאלן אזוי בלוטיגן]

2- אפשר איז צייט אראפצוברענגען די הוצאות אין די קעמפס גופא [כ'בן נישט באקאנט צו ס'איז מעגליך בכלל, איך שלאג נאר פאר. אגב די קעמפ וואו מיין בחור גייט, בעט 4500, כ'מיין אבער אז זיי זענען אביסל מער ליניענט מיט שוואכע בעלי יכולת]

3- אפשר זאלן זיך יאווען עטליכע ווארעמע הערצער מיט טיפע טאשן, און [אנשטאט ספאנסערן אנדערע געלט אויסברענגעריי וואס מ'זעט אין פילע קהלות אויף וועלכע ס'גיסט זיך געלט], זאלן זיי אנטראגן פאר די קעמפס עטליכע הונדערט טויזנט דאלער אז אזעלכע מגידי שיעור [און אנדערע שווערע בעלי פרנסה] זאלן קענען אנגיין.

4- אדער זאל מען ארלעדיגן ביליגע מארדגעדזשעס פאר אזעלכע אידן צו קענען צאלן.

אדרבה, אפשר מיט א דעת הקהל קען מען עפעס אויפטון.
לעצט פארראכטן דורך אפגעגאלט אום זונטאג יוני 02, 2024 5:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6711
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

גוט מארגן געלע רעטיך (קרעדיט טישטוך..)!

קיינער קעירט נישט פארן יחיד! קיינער! ס׳האט גארנישט מיטן מכלומרשטע תירוץ ווייל די גדולים האבן געהאלטן מ׳זאל גיין אין קעמפ.

די אלע אין וועמענס הענט עס ליגט עס צו טוישן און זיי טוען גארנישט דערצו וועלן אפגעבן שווערע דין וחשבון פאר דעם. יש דין ויש דיין.
אני הוא הנער, נער המדבר
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אויסער שעלטן און שעלטן זעה איך נישט וואס סיז דא צו טאן...
עבדים היינו למשוגעתן ועדיין אנו משועבדים ל..

אויב איינער ווייסט פון א גוטע עקפירענס שעלטער, וועמענס קללות ווערן מקוים.. ביטע מעלדן.. כ'קען עס נוצן..
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אביונה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:12 am
אויסער שעלטן און שעלטן זעה איך נישט וואס סיז דא צו טאן...
עבדים היינו למשוגעתן ועדיין אנו משועבדים ל..
מען דארף אפציען פינעם סיטי צו געגענטער ווי מען איז נישט משועבד צו די משוגעת'ן,
דאס עבדות דארף מען אפשטעלן און גיין צו פלעצער ווי מען איז נישט משועבד צו דעם.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

סמעטענע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:13 am

מען קען אפציען פינעם סיטי צו געגענטער ווי מען איז נישט משועבד צו די משוגעת'ן,
דאס עבדות דארף מען אפשטעלן און גיין צו פלעצער ווי מען איז נישט משועבד צו דעם.
אולי

ס'איז אבער נאר אן עצה פאר לעתיד,

א מגיד שיעור מיט אזא שטוב מיט קינדער און א מסודר'דיגע פרנסה, איז זייער שווער דער טויש
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

How about צאלן א מגיד שיעור נישט ווייניגער ווי א פיפיגע בעבי פאאד סעליסמאן וואס דרייווט א טראק מיט גוים פון סטאר צו סטאר?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

סמעטענע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:13 am
אביונה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:12 am
אויסער שעלטן און שעלטן זעה איך נישט וואס סיז דא צו טאן...
עבדים היינו למשוגעתן ועדיין אנו משועבדים ל..
מען דארף אפציען פינעם סיטי צו געגענטער ווי מען איז נישט משועבד צו די משוגעת'ן,
דאס עבדות דארף מען אפשטעלן און גיין צו פלעצער ווי מען איז נישט משועבד צו דעם.
עס איז בערך אזא תריץ ווי די זאלסט ענטפערן פאר איינער וואס רעדט זיך אפ אויף די טייערע היטן פרייזן אז ער זאל זיך אנטיהן א דאשיק וכדומה
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ווער עס רעדט פון העכערן וועידזשעס פאר כלי קודש, טאר נישט זיך רעגן ווען מען העכערט שכר לימוד...
געשטימט פאר ראשעק הול
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

ארויסציען זיך פון סיטי איז שוין מער אין סטייל די לעצטע צען יאר ווי די וואס גייען מיט דאשיק'ס.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

Ozd האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:16 am
How about צאלן א מגיד שיעור נישט ווייניגער ווי א פיפיגע בעבי פאאד סעליסמאן וואס דרייווט א טראק מיט גוים פון סטאר צו סטאר?
נאך אלץ נישט גענוג צו דעקן יעדע יאר אזעלכע אומדערטרעגליכע הוצאות
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

זיין ווייב זרש קלאפט זיך אויפן פלייצע
זי האט א גוטע עצה

מען זאל עפענען א גמ''ח װאס זאל אויס בארגן די גאנצע קעמפ + שאר ירקות, א סך הכל פון 40-50,000 פער קינד פאר אלע קעמפ יארן, און די קינד זאל עס אליינס באצאלן נאך די חתונה.... (ווען ער ענדיגט באצאלן די גמ''ח פון זיין חתונה)

א גוט מארגן, מארגן מארגן מארגן....
לעצט פארראכטן דורך טינטיג אום זונטאג יוני 02, 2024 11:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20417
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בניהו האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:05 am
גוט מארגן געלע רעטיך (קרעדיט טישטוך..)!

קיינער קעירט נישט פארן יחיד! קיינער! ס׳האט גארנישט מיטן מכלומרשטע תירוץ ווייל די גדולים האבן געהאלטן מ׳זאל גיין אין קעמפ.

די אלע אין וועמענס הענט עס ליגט עס צו טוישן און זיי טוען גארנישט דערצו וועלן אפגעבן שווערע דין וחשבון פאר דעם. יש דין ויש דיין.
א אויסצוג פון ר' אליעזר קרויס בנוגע מוסדות זאלן זיך יא רעכענען מיט די עלטערן
https://drive.google.com/file/d/1E01yiH ... sp=sharing
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3888
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:02 am

זייענדיג אן אמת'ער אויסגעארבעטער עובד ה', לייגט ער מיר צו אז בעצם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל הוצאת בניו לתלמוד תורה איז דאך נישט נכלל אינעם חשבון וואס איז באשערט מר"ה, אבער למעשה איז אים שווער.
קעמפ האט נישט קיין שייכות צו הוצאת בניו לתלמוד תורה.
אפלעינע רויבעריי לעיני השמש
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

כפרה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:26 am

כ'מיין אז למעשה היינט צו טאגס ווען ער קען נישט שיקן זיינע קינדער ערגעץ אנדערש, איז עס פאר איםיא הוצאת בניו

פאר דעם סיסטעם איז עס נאכאלס אן עולה

אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:28 am

אויב די מוסד זאל אפמאכן אז נאר ווער עס האט א געקויפטע סאמער-האום קען שיקן די קינדער, וועט א סאמער-האום ווערן הוצאת בניו לתלמוד תורה?

כפרה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:51 am

נישט געטראכט דערפון

אבער פארוואס טאקע נישט?
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

כפרה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:26 am
אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:02 am

זייענדיג אן אמת'ער אויסגעארבעטער עובד ה', לייגט ער מיר צו אז בעצם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל הוצאת בניו לתלמוד תורה איז דאך נישט נכלל אינעם חשבון וואס איז באשערט מר"ה, אבער למעשה איז אים שווער.
קעמפ האט נישט קיין שייכות צו הוצאת בניו לתלמוד תורה.
אפלעינע רויבעריי לעיני השמש
I think that it CAN be included in Chinuch costs (not saying that shouldn't be more affordably priced), because there is a certain maturity and responsibility that a child can only learn while he is away from the parents' shelter, and this part is an integral component in Chinuch HaBonim.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3888
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

retiredprofessor האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:23 pm
כפרה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:26 am
אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:02 am

זייענדיג אן אמת'ער אויסגעארבעטער עובד ה', לייגט ער מיר צו אז בעצם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל הוצאת בניו לתלמוד תורה איז דאך נישט נכלל אינעם חשבון וואס איז באשערט מר"ה, אבער למעשה איז אים שווער.
קעמפ האט נישט קיין שייכות צו הוצאת בניו לתלמוד תורה.
אפלעינע רויבעריי לעיני השמש
I think that it CAN be included in Chinuch costs (not saying that shouldn't be more affordably priced), because there is a certain maturity and responsibility that a child can only learn while he is away from the parents' shelter, and this part is an integral component in Chinuch HaBonim.
גייט אפשר אריין אין ללמדו אומנות, אבער נישט הוצאת בניו לתלמוד תורה.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

retiredprofessor האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:23 pm
כפרה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:26 am
אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:02 am

זייענדיג אן אמת'ער אויסגעארבעטער עובד ה', לייגט ער מיר צו אז בעצם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל הוצאת בניו לתלמוד תורה איז דאך נישט נכלל אינעם חשבון וואס איז באשערט מר"ה, אבער למעשה איז אים שווער.
קעמפ האט נישט קיין שייכות צו הוצאת בניו לתלמוד תורה.
אפלעינע רויבעריי לעיני השמש
I think that it CAN be included in Chinuch costs (not saying that shouldn't be more affordably priced), because there is a certain maturity and responsibility that a child can only learn while he is away from the parents' shelter, and this part is an integral component in Chinuch HaBonim.
y you shreibing in גוי'איש?
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
מצות
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 08, 2021 8:10 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצות »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:25 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:05 am
גוט מארגן געלע רעטיך (קרעדיט טישטוך..)!

קיינער קעירט נישט פארן יחיד! קיינער! ס׳האט גארנישט מיטן מכלומרשטע תירוץ ווייל די גדולים האבן געהאלטן מ׳זאל גיין אין קעמפ.

די אלע אין וועמענס הענט עס ליגט עס צו טוישן און זיי טוען גארנישט דערצו וועלן אפגעבן שווערע דין וחשבון פאר דעם. יש דין ויש דיין.
א אויסצוג פון ר' אליעזר קרויס בנוגע מוסדות זאלן זיך יא רעכענען מיט די עלטערן
https://drive.google.com/file/d/1E01yiH ... sp=sharing

ווי באקומט מען דאס?
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

כפרה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:40 pm
retiredprofessor האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:23 pm
כפרה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:26 am
אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:02 am

זייענדיג אן אמת'ער אויסגעארבעטער עובד ה', לייגט ער מיר צו אז בעצם איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל הוצאת בניו לתלמוד תורה איז דאך נישט נכלל אינעם חשבון וואס איז באשערט מר"ה, אבער למעשה איז אים שווער.
קעמפ האט נישט קיין שייכות צו הוצאת בניו לתלמוד תורה.
אפלעינע רויבעריי לעיני השמש
I think that it CAN be included in Chinuch costs (not saying that shouldn't be more affordably priced), because there is a certain maturity and responsibility that a child can only learn while he is away from the parents' shelter, and this part is an integral component in Chinuch HaBonim.
גייט אפשר אריין אין ללמדו אומנות, אבער נישט הוצאת בניו לתלמוד תורה.
אפשר קען מען זאגן אז ס'גייט יא אריין אין די הלכה פון תורה, און נישט אין כלל פון אומנות, ווייל מ'דארף מחלק זיין וואס הייסט תורה און וואס הייסט אומנות. למשל, וועגן מידות טובות הייסט תורה אדער אומנות? אויב מען טוט עס וועגן צו מאכן א סך געלט אדער אפילו אביסל פרנסה, הייסט עס אומנות. און אויב מען טוט עס וועגן צו לעבן אזויווי דער באשעפער וויל, דעמאלטס הייסט עס תורה.

איך טראכט אז מ'דארף אויסלערנען אונזערע קינדער אחריות ווען זיי זענען אינג, אפילו אויב איינער האט אוועקגעלייגט פאר זיי א מיליאן דאללאר (איך האב נישט). דאס מיינט אז דער טעם איז נישט וועגן פרנסה, נאר ווייל איך וויל אז די קינדער זאלן לעבן אזויווי דער באשעפער וויל.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20417
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט- און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מצות האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:43 pm
moishy56 האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:25 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 10:05 am
גוט מארגן געלע רעטיך (קרעדיט טישטוך..)!

קיינער קעירט נישט פארן יחיד! קיינער! ס׳האט גארנישט מיטן מכלומרשטע תירוץ ווייל די גדולים האבן געהאלטן מ׳זאל גיין אין קעמפ.

די אלע אין וועמענס הענט עס ליגט עס צו טוישן און זיי טוען גארנישט דערצו וועלן אפגעבן שווערע דין וחשבון פאר דעם. יש דין ויש דיין.
א אויסצוג פון ר' אליעזר קרויס בנוגע מוסדות זאלן זיך יא רעכענען מיט די עלטערן
https://drive.google.com/file/d/1E01yiH ... sp=sharing

ווי באקומט מען דאס?
פון זיינע קול מבשר שמועסען בערך 5 יאר צוריק
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6591
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך וויל אייביג וויסן די פשוט'ע אפטייטש פון די הוצאות בניו לת"ת.

מעג א מוסד בעטן 15 מיליאן דאלער פאר א קינד פער חודש? מען גלייבט דאך אז אלעס קומט צוריק, ניין?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט. איך וויל באמת הערן א תורה'דיגע תשובה.
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

איך ווייס נישט, ווער ס'מיינט א תורה'דיגע תשובה. און אויב ער גייט דיר זאגן דא עפעס, מיינט אז ס'איז תורה'דיג.

אויב דו פרעגסט וועגן דעם ווייל איך פריער געשריבן אז איך מיין אז ס'האט א הלכה פון הוצאת בניו לתלמוד תורה, מוז איך שרייבן דריי זאכן:

1) איך בין נישט קיין דעת תורה, מען דארף פרעגן א דיין. נאר איך וויל שרייבן אז ס'איז נישט אזוי זיכער.

2) איך האב פריער געשריבן אז איך ווייס נישט אויב ס'איז בארעכטיגט די פרייז, נאר אז איך טראכט אז קעמפ האט יא צו טון מיט הוצאת בניו לתלמוד תורה.

3) איך קען נישט פאסקענען אויב די מוסד איז גערעכט (אפשר דארף מען יא מאכן אין שטאט, אפשר דארף זיין ביליגער, איך ווייסט נישט), נאר איך וויל בארואיגן פאר די מענטשן, אויב וועגן די פאקט האט מען נישט קיין ברירה.
אוועטאר
SimpleSimon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

Re: קעמפ - איך בין אמת'דיג געווארן שאקירט - און זוך אן עצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimpleSimon »

Ozd האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:16 am
How about צאלן א מגיד שיעור נישט ווייניגער ווי א פיפיגע בעבי פאאד סעליסמאן וואס דרייווט א טראק מיט גוים פון סטאר צו סטאר?
מהאט מיר געמעקט מיין תגובה, לאמיר פרובירן מגיב צוזיין אנדרעש.
מגידי שיעורים וואס ארבעטן די זעלבע שעות וואס א טראק דרייווער ארבעט מיט אריינרעכענען די בענעפיטס וואס קומט מיט מאכן די זעלביגע (איך רעד נישט פון א סעילסמען וואס ברענגט שטארקע סעילס פארן קאמפעני דאן באקומט ער סאך מיר באצאלט און גאר שטארקע מגידי שיעורים ביי ברענד נעים ישיבות באקומען אויכט גרויס באצאלט).

אבער ביסט גערעכט אז די אידישע הוצאות איז נישט מעגליך פאר די מיטל קלאס און $22,000 קעמפ ברעכט אונטער די מגידי שיעורים און אלע מיטל קלאס ארבייטער און מברויך א לעזונג אויב סאיז דא בכלל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”