איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10429
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

בילד




געווען איז עס אין א דינסטאג אינדערפרי, פרשת קדושים, ווען איך האב באקומען א טעלעפאן-רוף פון א בלאקירטן נומער. געווענליך הייב איך נישט אויף ווען איינער רופט פון א בלאקירטן נומער, אבער דאס מאל, צו מיין מזל, האב איך יא אויפגעהויבן.

"א גוטן, איז דאס אבימלך?" האב איך געהערט אן אומבאקאנטן קול פון דער אנדערער זייט.

ווער, וואס קען אבימלך, קען מיין נומער? האב איך זיך געוואונדערט. איך האב אנגעהויבן טראכטן פון יעדן סארט מעגליכקייט, און אן קיין אנדער אפציע האב איך מיט א שטאלפערנדיגער שטימע גענטפערט א שטילן "יא, ווער רעדט דא?"

"דא רעדט מען פון די 'יונייטעד סטעיטס' סיקרעט סערוויס. וואס איז דיין 'דעיט אוו בוירט', דיין אדרעס, דיין און דיין ווייב'ס לעגאלן נאמען, די 'סאשעל סעקיוריטי' נומערן, אין וועלכער נייעס סטאנציע ביסטו איינגעשטעלט, און וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו א סיקרעט סערוויס אגענט?"

איך האב געוואלט אנהייבען שרייען, גילוי! מען וועט אייך נאך פארשיקן פון אייוועלט… אבער איך האב זיך שנעל געכאפט אז אויב איך וויל צושטעלן פאר מיינע פריינט אויף אייוועלט דעם אינטערוויו וועל איך מוזן אויפגעבן אויף מיין פריוואטקייט. איך האב שנעל באשטעטיגט אלע אינפארמאציע וואס זיי האבן געבעטן, און פרובירט מסביר צו זיין וואס אייוועלט איז, אז איך ווער נישט באצאלט, וכו'.

אן קיין איבריגע ווערטער זאגט מיר יענער אויף דער אנדערער זייט ליניע אז איינער וועט זיין בקשר מיט מיר.

מיטוואך בין איך אויפגעשטאנען צו א מעסעדזש פון דעם אגענט, מיט וועם איך האב געוואלט אפהאלטן דעם אינטערוויו, אז איך בין באשטעטיגט און אז מען קען פאראויסגיין מיט דעם אינטערוויו.

מיר גייען אפהאלטן א שמועס מיט איינעם וואס טראגט דעם נאמען מארק ברענדענבורג, ער איז אן אקטיווער 'סיקרעט סערוויס' אגענט שוין פאר איבער צוואנציג יאר, און האט באשיצט פרעזידענט בוש, פרעזידענט אבאמא, וויצע פרעזידענט מייק פענס, און אסאך אנדערע אויסלענדישע פירער. ווי אויך האט ער באשיצט פאר איבער צוויי יאר דעם ארטאדאקסישן טרעזשורי סעקרעטאר (יעצטיגער אמבאסאדאר צו מדינת ישראל), דזשעק ליו.

וויאזוי איך בין אנגעקומען צו מארק וועט דערווייל נישט פובליצירט ווערן, אבער איר קענט מיר גלייבן אז עס איז נישט געווען א גרינגע ארבעט צו באקומען מארק פאר אן אינטערוויו. בס"ד איז עס מיר געלונגען, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.


***


א גוטן מארק, ש'כח פארן מיר געבן די צייט, לאמיר אנהייבן מיט ווער דו ביסט. פון וואו קומסטו?

בעפאר מען הייבט אן וויל איך אז דו זאלסט פארשטיין אז נישט יעדער פראגע וועל איך דיר קענען ענטפערן, און פארשטייט זיך אז סיי וועלכע פאליטישע פראגע איז א 'וועיסט אוו טיים', סא ניץ אויס דיין צייט ווי עס דארף צו זיין…

אלזא, מיין נאמען איז מארק ברענדענבורג, איך בין אויפגעצויגן געווארן אין דאלאס, טעקסאס, און מיינע יוגנט יארן זענען געווען זייער נארמאל, אן קיין ספעציעלע אינצידענטן אדער עפיזאדן, אזויווי יעדעס אמעריקאנער קינד וואלט געוואלט אויפוואקסן. אין הויך-שולע האב איך געשפילט פוטבאל, איך געהאט אסאך חברים, איך האב געמיינט אז איך וועל ווערן א גרויסער פוטבאל שפילער, אבער מיינע עלטערן זענען זייער גלויביגע און זיי האבן געוואלט אז איך זאל גיין צו א שטארק-רעליגיעזן קאטוילישן קאלעדזש, און זיי האבן אויסגעפירט. נאכ'ן ענדיגן מיינע יארן אין קאלעדזש האב איך געהייראט מיין פרוי און זיך אריבערגעצויגן צו א קליינער שטאט אין קענזעס. איך האב געדארפט לייגן ברויט אויפ'ן טיש, און צו זיצן אין אן אפיס האב איך נישט געהאט צופיל נערוון, איך האב געזוכט אן ארבעט מיט 'עקשאן'.

איין נאכט נאכ'ן ווערן אפגעשטעלט ביים פארן צו שנעל, האב איך געזאגט פאר מיין ווייב אז איך וויל ווערן א פאליציי אפיציר. איך ווייס נישט וואס עס האט מיר מער געצויגן צי עס איז געווען די שטאלצקייט פון בעטן איינעם דעם לייסענס אדער דער פאקט אז עס איז א רעלאטיוו גוט באצאלטע פאזיציע, אבער עס האט נישט גענומען לאנג און אין 1996 בין איך געווארן א פאליציי אפיציר אין אולעיטא, קענזעס. דארט איז דא א פאליציי קראפט פון בערך צוויי הונדערט אפיצירן, נישט קיין גרויסע שטאט אבער עס איז געווען גענוג עקשאן פאר מיר.


נו, האסטו טאקע געטיילט אסאך טיקעטס?

גראדע נישט, אבער איך האב איינמאל אפגעשטעלט דעם פאליציי אפיציר וואס האט מיר געגעבן א טיקעט יענער נאכט, און איך האב אים געזאגט אז אדאנק אים בין איך א פאליציי אפיציר. איך האב אזוי הנאה געהאט אז איך האב אים אפגעשטעלט אז איך האב אים געלאזט גיין אן א טיקעט.


פון זיין א פאליציי אפיציר צו זיין א סיקרעט סערוויס אגענט איז א לאנגער וועג, וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו דער סיקרעט סערוויס?

איז אזוי, איך ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער דער גרעסטער חלק פון דער ארבעט פון דער סיקרעט סערוויס איז פינאנציעלע פארברעכנס, דאס מיינט למשל נאכגיין און אפשטעלן פאלשע געלטער, קרעדיט קארטלעך גנבים, מארגעדזש שווינדלערייען וכו'. זייענדיג א פאליציי אפיציר איז מיר אויסגעקומען צו ארבעטן, און אויספירן אבלאוועס, צוזאמען מיט דער סיקרעט סערוויס. איך האב שטארק הנאה געהאט פון די אגענטן, זיי האבען געוואוסט וואס טוט זיך, און זיי זענען קלאסיש און צו דער זאך. איך האב פשוט באקומען א רייץ צו ווערן א חלק פון זיי, און נאך בערך פיר יאר זייענדיג א פאליציי אפיציר האב איך אריינגעשיקט אן אפליקאציע צו דער סיקרעט סערוויס.


וויאזוי גייט צו דער פראצעדור פון ווערן אן אגענט?

עס איז גאר א לאנגער פראצעדור, מיר האט עס גענומען איבער א יאר און אהאלב בעפאר איך בין געווארן אנגענומען. זיי גייען דורך יעדעס שטיקל זאמד אויף וואס מען האט אמאל געטרעטן, אלע מיינע חברים האבן באקומען א טעלעפאן רוף און געווארן אויסגעפרעגט איבער מיר, און אלע מיינע סאציאלע מידיא אקאונטס זענען געווארן דורכגעזיפט. זיי זענען למשל אראפ צו א גראסערי וואו איך האב געארבעט פאר א חודש צייט, צו פרעגן דעם מענעדזשער איבער מיר, יענער מענעדזשער איז א חבר מיט מיין טאטן און ער האט אנגערופן מיין טאטן מיט א פאניק אז איך זאל זאפארט אויפנעמען אן אדוואקאט ווייל די סיקרעט סערוויס פרעגט זיך נאך אויף מיר…

נאכדעם בין איך אריבער א סעריע פון אינטערוויוס וואו זיי האבן מיר אויסגעפרעגט איבער יעדן קליינעם דעטאל פון מיין לעבן, זיי האבן געוואוסט מער איבער מיין לעבן ווי וואס איך האב געוואוסט. נאכדעם בין איך אריבער א לאנגן פאליגראף (lie detector) טעסט, דער טעסט איז וואו רוב חברה, וואס ווילן ווערן אגענטן, ווערן פארשיקט. אויב מען זאגט אפילו דעם קלענסטן ליגנט ווערט מען פארשיקט, און עס איז נישט דא קיין צווייטער שאנס. איך קען איינעם וואס ווען זיי האבן אים געפרעגט צי ער האט אמאל געניצט דראגס האט ער געענטפערט אז נאר אביסל, אבער זיי האבן געוואוסט אז ער האט זיך באניצט מיט מאריוואנא ווען ער איז געווען אין קאלעדזש. עס איז זייער מעגליך אז זיי וואלטן אים אנגענומען ווען ער זאגט ווען דעם גאנצן אמת, זיי גייט נישט אן אויב מען האט זיך באנארישט אלס יונגער מענטש, אבער וויבאלד ער האט געזאגט ליגנט איז ער שוין נישט געמאכט פאר דער סיקרעט סערוויס.

די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי שטרענג אויף דעם טעסט איז ווייל א גרויסער חלק פון דער ארבעט איז געשטעלט אויף צוטרוי, זיי דארפן דיך געטרויען אז דו האסט געטון דיין ארבעט און עס איז נישט דא קיין פלאץ פאר אפילו דעם קלענסטן ליגנט אין דער סיקרעט סערוויס. מיין טעסט האט גענומען איבער פינף שעה, זיי האבן מיר געפרעגט אלע סארטן פראגעס, איבער דעם וועטער, שלום בית, דראגס, חברים, צי איך בין א טעראריסט, צי איך האב ליב אמעריקע, וויפיל איך צאל פאר מיין קאר, און צי איך ציטער פון שטארבן. ממש אלעס, יעדן ריר פון מיין לעבן האט מען דורכגעטון.


גלייך נאכדעם ביסטו געווארן אנגענומען?

ניין, נאך אפאר חדשים האב איך באקומען א רוף אז איך בין געווארן אנגענומען און אז איך דארף באלד אנהייבן די טרענירונג פאזע.

איך האב אנגעהויבן זיך טרענירן אין סעפטעמבער פון 2001, דער וועג ווי אזוי עס ארבעט איז אז פאר די ערשטע דריי חדשים גייט מען צו א פלאץ וואס הייסט 'פלעט-סי' (FLETC), דאס איז א פלאץ אין דזשארדזשיע וואו אלע פעדעראלע אגענטורן שיקן אהין זייערע מענטשן זיך צו טרענירן, אריינגערעכנט די עי-טי-עף, די פעדעראלע פארק פאליציי, די גרעניץ פאטראל, די סיקרעט סערוויס וכו'. דארט בין איך געווען פאר דריי חדשים ווען מען לערנט אויס די בעסיקס פון געזעץ און וויאזוי מען איז א פעדעראלער אגענט. זייענדיג א פאליציי אפיציר האט איך שוין געקענט אסאך, אבער דאך האב איך זיך אסאך געלערנט דארט.

דעם צווייטן טאג וואס איך בין דארט געווען האט פאסירט די ביטערע סעפטעמבער עלעווען טעראר אטאקעס, און איך האב ערנסט געטראכט צו פארלאזן די טרענירונגען און אריינגיין אין דער ארמיי, אבער איינער פון די טרענירונג אפיצירן האט מיר געגעבן צו פארשטיין אז איך גיי סערווירן דאס לאנד דעם זעלבן וועג מיט'ן זיין א סיקרעט סערוויס אגענט, אבער אסאך חברה פון מיין קלאס האבן טאקע פארלאזט די טרענירונגען און זיך אנגעשלאסן אין דער ארמיי.

נאך בערך דריי חדשים בין איך אריבער צו דעם סיקרעט סערוויס טרענירונגס קעמפ אין מערילענד, דארט האט זיך אנגעהויבן די עכטע טרענירונג פאר אפאר חדשים. דארט האט מען אויסגעלערנט אלעס, פוןנאכגיין פינאנציעלע שווינדלער ביז וויאזוי מען באשיצט א מענטש.


בילד
דער פעדעראלער טרענירונג צענטער


אויב דו קענסט רעדן, וואס איז דיין מיינונג איבער דער טרענירונג?

צופיל קען איך נישט רעדן, ווי דו פארשטייסט אליין, אבער דארט לערנט מען אויס וויאזוי עכט צו דרייוון א קאר, און וויאזוי צו באשיצן א מענטש אין פאל דער מענטש וואס מען באשיצט קומט אונטער אטאקע. ווי אויך לערנט מען אויס פאר דעם מוח צו רעאגירן גאר שנעל צו סיי וועלכער סיטאציע, איך קען רעאגירן און 'ריספאנדן' צו עפעס וואס פאסירט, בעפאר רוב מענטשן וועלן אפילו אויפכאפן אז עפעס גייט פאר. א נארמאלער מענטש, ווען ער קומט אונטער אטאקע, טראכט ער וויאזוי ער וועט זיך באשיצן, א סיקרעט סערוויס אגענט'ס מוח ארבעט אנדערש, ער וועט קודם טראכטן פון דעם מענטש וואס ער באשיצט, אים עוועקואירן, נאכדעם וועט ער טראכטן צי ער איז געשאסן געווארן.

ווי אויך לערנט מען אויס וויאזוי צו ליינען דאס פנים פון א מענטש, דאס קומט זייער צוניץ ווען איינער, וואס מען באשיצט, וואקט צווישן מענטשן, דאן קען מען ליינען דאס פנים פון א מענטש און זען צי ער וויל עפעס שלעכטס טון. ווי אויך לערנט מען זיך וויאזוי צו שיסן גאר פינקטליך מיט אלע סארטן וואפן, און פארשטייט זיך אויך וויאזוי אומשעדליך צו מאכן א מענטש ווען מען האט נישט קיין וואפן מיט זיך. עס זענען כסדר דא טעג וואס מען שפילט אויס פראבעס ווי א וויכטיגער מענטש קומט באזוכן און אונזער ארבעט איז אים צו באשיצן, בשעת ספעציעלע אגענטן פרובירן אים צו שעדיגן. דאס ווערט אנגערופן 'ריעל לייף' טרענירונג. באמבעס רייסן אויף, מ'שיסט אלע סארטן געווער, אבער מיר דארפן האלטן קאפ און טראכטן גראד.

אויך זיצט מען מיט געוועזענע אגענטן און זיי פארציילן איבער זייער ערפארונג, און אויך זענען דא טעג וואס מען זיצט מיט לעגאלע עקספערטן ווען מען גייט דורך אלע געזעצן פון דער סיקרעט סערוויס, און מען דארף זיך פארהערן אויף דעם.

אבער דער עיקר פון דער טרענירונג איז וואס מען רופט 'פארהיטונגס מיטלען', דאס מיינט וויאזוי מען באשיצט א מענטש אז עס זאל נישט צוקומען אז מיר זאלן אים דארפן באשיצן מיט אונזער גוף. עס איז נישט דא צופיל פון דעם וואס איך קען רעדן, אבער דאס איז דער עיקר חלק פון דער טרענירונג פון א סיקרעט סערוויס אגענט.


בילד
סיקרעט סערוויס אגענטן ביים זיך טרענירן ביי א פאלשער מאטארקאדע


עפעס מער איבער דעם קענסטו יא זאגן?

אלזא, בעפאר איינער, וועם מיר באשיצן, קומט צו א פלאץ, איז דא א טיעם וואס גייט אהין אפאר טעג פאראויס, וואס הייסט אן 'עדווענס טיעם'. זיי קוקן איבער וואו דער מענטש גייט זיין און וואו ער גייט זיך אויפהאלטן, זיי לערנען גוט אדורך דעם פלאץ, און זיי טראכטן ווי טעראריסטן, ווי וואס וואלט איך געטון ווען איך וואלט געוואלט שעדיגן א מענטש וואס ווערט באשיצט? און זיי מאכן זיכער אז קיינער זאל נישט קענען טון קיין שלעכטס. ווי אויך גייען זיי איבער אלע 'רוטס' וואו מען גייט פארן, און גייען איבער די וועגן צו די שפיטעלער, וואס גייט מען טון אויב א פייער ברעכט אויס? אויב אן ערדציטערניש פאסירט? אלעס ווערט אויסגעפלאנט, פון א קורצשלוס ביז א באמבע. ווי אויך גייט מען איבער אלע מענטשן פון דער געגנט ארום וואס קענען זיין א פראבלעם, און טייל מאל באקומען זיי א באזוך פון אן אגענט זיי צו לאזן וויסן אז מען קוקט זיי נאך, און אז זיי זאלן זיך האלטן אין די ראמען. פארשטייט זיך עס איז דא נאך אסאך זאכן וואס מען קען נישט אויסשמועסן.

די טרענירונג האט גענומען נאך בערך דריי חדשים, און נאכדעם בין איך געווארן א פולקאמער סיקרעט סערוויס אגענט.


בילד
ביים זיך טרענירן אויף דעם פרעזידענט׳ס העליקאפטער


וואס איז געווען דיין ערשטער פאסטן אלס אגענט?

מען האט מיך אריבערגעפירט צו דעם לאקאלן שיקאגא אפיס, וואס דארט בין איך געווען פארנומען רוב טאג מיטן נאכגיין פינאנציעלע פארברעכער, אבער פון צייט צו צייט, ווי למשל ביי דער יו-ען גענעראל פארזאמלונג אין ניו יארק, האט מען אונז אריבערגעשיקט צו ניו יארק סיטי צו באוואכן אויסלענדישע פירער.

דער וועג וויאזוי עס ארבעט אין אמעריקע איז אז יעדער אויסלענדישע פירער באקומט שוץ פון דער סיקרעט סערוויס ווען זיי באזוכן אמעריקע. אנגעהויבן פון פוטין ביז דעם פירער פון דעם קלענסטן לאנד, אלע באקומען שוץ, אפילו אמעריקע'ס גרעסטער פיינט, צב"ש דער פירער פון איראן אדער כינע, די סיקרעט סערוויס שפילט נישט קיין פאליטיק. ווי אויך וועט די סיקרעט סערוויס נישט מיטארבעטן מיט סיי וועלכן אמעריקאנער שפינאזש אגענטור וואס וועט וועלן נאשן אינפארמאציע פון די מענטשן וואס מיר באשיצן, און די אויסלענדישע פירער ווייסן דאס, און זיי געטרויען די סיקרעט סערוויס.

ווי אויך בין איך גאר אפט געשיקט געווארן צו באשיצן פרעזידענט בוש דער צווייטער, אין זיין 'רענטש' אין טעקסאס וואו ער פלעגט אפט צו פארן. פרעזידענט בוש און זיין פרוי זענען געווען גאר שיין און פריינטליך צו אונז, זיי פלעגן כסדר ארויסשיקן פרישע קוכנס וואס זיי האבן געמאכט, און אויף א קאלטער נאכט פלעגט דער פרעזידענט ארויסקומען מיט ווארעמע שאקאלאד מילך פאר די אגענטן.

איך בין געווען אין שיקאגא פאר בערך זיבן יאר, אין יענער צייט האט א פרישער שטערן בעולם הפאליטיק, מיטן נאמען באראק אבאמא, אויפגעשיינט. ער איז געווען א לאקאלער פון שיקאגא, און ווען די סיקרעט סערוויס האט אים אנגעהויבן באשיצן זענען מיר, אין דעם לאקאלן שיקאגא אפיס, געווארן גאר פארנומען מיט דעם. עס איז געווען גאר א שווערע ארבעט ווייל ער איז געווען זייער פארהאסט ביי די ראסיסטן און ער האט כסדר באקומען סטראשונגען וואס מיר האבן געדארפט מסדר זיין און נאכגיין, דאס איז חוץ פון דעם וואס מיר זענען מיטגעגאנגען מיט אים וואו ער איז געווען.


ביסטו אריבער מיט אבאמא קיין וואשינגטאן די-סי?

יא, גלייך נאך וואס ער איז געווארן פרעזידענט האט מען מיך אריבערגעשיקט צו וואשינגטאן, איך האב זיך געצויגן מיט מיין פאמיליע צו וואשינגטאן די-סי און איך בין געווארן א חלק פון דער פרעזידענטליכער באשיצונגס דעוויזיע, דאס איז א פלאץ וואס איז דער חלום פון יעדן אגענט אנצוקומען דארט! איך האב געארבעט אין דעם ווייסן הויז, געפארן אויף מארין-וואן און אויף עיר פארס וואן, דאס איז די 'טשערי אן טאפ', די אגענטן זענען די וואס געפינען זיך די נענטסטע צום פרעזידענט.

פארשטייט זיך אז איך בין אריבער נאך א רונדע גאר שווערע און אינטענסיווע טרענירונג פאר אפאר וואכן, און נאכדעם האב איך אנגעהויבן מיין ארבעט צו באשיצן פרעזידענט אבאמא. די ארבעט פון די אגענטן איז בעיקר צו נעמען א קויל אנשטאט דעם פרעזידענט, אויב אלע אנדערע מיטלען, ווי מיר האבען פריער גערעדט, ארבעטן זיך נישט אויס, זענען מיר די לעצטע ליניע פון דעפענס.

איך האב אסאך געדרייווט דעם פרעזידענט, אין דעם פרעזידענטליכן לימוזין.


בילד
מיט אבאמא אויף מארין-וואן


אנטשולדיגט איך האק אריין, עפעס איז געווען אמאל א מעשה מיט פרעזידענט אבאמא ווי זיין קאר איז געווארן שטעקן אין אירלאנד ביי א באזוך. איז דאס געווען מיט דיר?

חחח… ניין, א קאלעגע מיינער האט דעמאלט געדרייווט דעם קאר, אבער איך געדענק גוט די מעשה. עס איז נישט געווען דעם דרייווער'ס שולד, נאר דארט וואו די מאטארקאדע איז ארויסגעפארן פון דער אמעריקאנער אמבאסאדע, איז דא א שטיקל באמפ אויפן ראוד ביי דעם צוים, און ווען די 'עדווענס טיעם' האט אויסגעשפירט די גאס זענען זיי געפארן איבער דעם באמפ מיט א ליידיגן לימוזין, נישט מיט מענטשן אינעווייניג. און ווען דער פרעזידענט איז געווען אין דעם קאר מיט זיינע מענטשן, האט דער קאר אראפגעוואויגן און איז שטעקן געבליבן אויף דעם באמפ אינמיטן דעם ראוד.


בילד
דעם פרעזידענט׳ס קאר ווען עס איז שטעקן געבליבן אין אירלאנד ביי דער אמבאסאדע אריינגאנג


אבער נישט געזארגט, די אגענטן זענען געווען גרייט פאר דעם און דער פרעזידענט איז גלייך אריינגעגאנגען אין א צווייטן קאר וואס איז געווען גרייט אויב דער ערשטער וועט מאכן פראבלעמען, און דער פרעזידענט איז ארויסגעפארן פון א זייטיגן צוים. דער פרעזידענט איז נישט געווען אין א סכנה, ווייל אלע מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען זענען געווען מענטשן וואס די סיקרעט סערוויס האט שוין אונטערגעזוכט, אבער עס איז יא געווען פיינע בושות.


בילד
ביים אוועקשלעפן דעם קאר


וועלכע נאך אינטערעסאנטע זאכן געדענקסטו פון די צייטן מיט פרעזידענט אבאמא?

יעדן טאג איז געווען א היסטארישער, וואו נאר דער פרעזידענט גייט שפילט זיך אפ היסטאריע, דו פרעגסט אויף א ספעציעלער זאך וואס איך געדענק?

אין מאי 1 2012, איז פרעזידענט אבאמא אנגעקומען אויף אן איבערראשונגס באזוך צו אפגאניסטאן וואו ער איז אריינגעפארן אין דער הויפטשטאט קאבול, וואו ער האט זיך געטראפן מיט דעם פרעזידענט, האמיד קארזיי. די גאנצע רייזע איז געווען גאר א גרויסער סוד, פאר דער זיכערהייט פון דעם פרעזידענט האט קיינער נישט געמעגט וויסן דערפון, די פרעסע וואס איז מיטגעפארן מיט אבאמא האט פון גארנישט געוואוסט, די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט א פאלשן סקעדזשועל פונעם טאג, און די פאר אויסגעקליבענע רעפארטער האט מען געזאגט אז זיי זאלן קומען צו א פארקינג לאט נעבן וואשינגטאן די-סי, ווען זיי זענען אנגעקומען אהין האט מען אוועקגענומען אלע זייערע סעלפאונס, טעבלעטס, קאמפיוטערס, און סיי וועלכע עלעקטראנישע דעווייסעס און מען האט זיי ארויפגעלייגט אויף א באס וואס האט זיי גענומען צו דעם עיר פארס וואן. אלע לעקטערס אויפן פליגער זענען געווען אויסגעלאשן, און מען האט זיך געהויבן אין דער טונקלקייט פון דער נאכט, די רעפארטער האבן אויסגעפונען וואו זיי זענען נאכדעם וואס מען האט געלאנדעט.

עניוועי, איך בין אויף יענער רייזע געווען אחראי אויף דעם עדווענס טיעם, איך בין געפארן פאראויס מיט צוויי טעג, און געמאכט זיכער צוזאמען מיט א טיעם פון אגענטן פון די נעיווי סיעלס אז דארט וואו דער פרעזידענט גייט זיין איז פארזיכערט.

יענע פאר טעג זענען געווען די שווערסטע, אבער בעסטע, טעג פון מיין ארבעט אלס סיקרעט סערוויס אגענט. שווערסטע, ווייל די זיכערהייט פון דעם פרעזידענט פון אמעריקע איז געווען אויף מיינע פלייצעס, און בעסטע, ווייל דאס אז מען האט מיך געטרויט מיט דער אויפגאבע איז דער גרעסטער קאמפלימענט וואס אן אגענט קען נאר באקומען.

גראדע האט א לאקאלער אפגאנער רעפארטער ארויסגעשיקט א טוויט, מיט בערך צוויי שעה פאר דער פרעזידענט האט געלאנדעט, אז דער פרעזידענט איז אין אפגאניסטאן, איך האב געמיינט אז איך וועל עס נישט איבערטראגן, דער סוד איז ארויסגערונען! מיר זענען שנעל נאכגעגאנגען פון וואו עס קומט, און דערגאנגען אז עס איז געקומען פון דעם אפגאנער פרעזידענט'ס פאלאץ. די אמעריקאנער אמבאסאדע האט שנעל ארויסגעשיקט א מעלדונג אז עס הייבט זיך נישט אן, און דאס ווייסע הויז האט זיכער געמאכט אז די אמעריקאנער מידיא נעטווארקס זאלן עס נישט מעלדן צוליב דער זיכערהיייט פון דעם פרעזידענט.

דער פרעזידענט איז געווען אין אפגאניסטאן פאר פונקטליך זעקס שעה און פינף מינוט. איך געדענק נאך ביז יעצט דעם אטעם וואס איך האב געגעבן ווען עיר פארס וואן האט זיך געהויבן זיכערערהייט אן קיין אינצידענט!


האט פרעזידענט אבאמא דיך געקענט ביים נאמען, אדער ביסטו בלויז געווען נאך אן אגענט?

זיכער האט ער מיך געקענט, ער האט מיך געזען אפאר מאל יעדן טאג, איך בין געווען פון די אגענטן וואס זענען געווען נאנט צו אים אין אלע צייטן פון טאג. ער פלעגט זיך כסדר נאכפרעגן אויף מיינע קינדער און אויף מיין משפחה, און ווען מיין מאמע איז נישט געווען געזונט האט ער זיך נאכגעפרעגט אויף איר, אבער יענץ גלייב איך איז געווען די ארבעט פון זיין רעכטער האנט, רעדזשי לאוו (דו קענסט אים גוט…), איך גלייב נישט אז ער האט אליין געדענקט איבער מיין מאמע'ס געזונט צושטאנד.


א אינטערעסאנטע פראגע; די סיקרעט סערוויס אגענטן דרייען זיך מיט דעם פרעזידענט און זיין פאמילע אין אלע צייטן, און עס איז אוממעגליך אז זיי זאלן נישט מיטהאלטן פריוואטע משפחה אנגעלעגענהייטן. וויאזוי האט דער פרעזידענט מחנך געווען זיינע צוויי קינדער אינעם ווייסן הויז?

א גרויסער חלק פון אונזער טרענירונג איז אז מיר ווערן א חלק פון די ווענט אדער דעם דאך, די מענטשן וואס מיר באשיצן ווערן שנעל צוגעוואוינט אז די סיקרעט סערוויס אגענטן הערן נישט און זעען נישט, נאר וואס עס פעלט זיך אויס פאר זייער ארבעט, און פארשטייט זיך אז גארנישט, אבער ממש גארנישט, ווערט איבערגעזאגט! ווען איך ליין אין דער נייעס אז א סיקרעט סערוויס אגענט האט געזאגט אזוי אדער אזוי איבער סיי וועלכן פרעזידענט ווייס איך אז עס איז ניין און ניינציג פראצענט ליגנט, א סיקרעט סערוויס אגענט זאגט נישט איבער.

זיכער זענען געווען צייטן ווען איך בין געווען אומבאקוועם, אבער מיין ארבעט האט פארלאנגט אז איך מוז דארט זיין. דו פרעגסט איבער חינוך? דאס וועסטו דארפן פרעגן א צווייטן, אבער איין זאך קען איך יא זאגן, אז דער פרעזידענט האט פרובירט צו טון אלעס אין דער וועלט אז זיינע קינדער זאלן אויפוואקסן אין דער נארמאלסטער אטמאספער וואס מעגליך אינעם ווייסן הויז.


איז געווען אמאל וואס דו האסט פיזיש געדארפט אפשטעלן א מענטש וואס איז געווען א סכנה צו דעם פרעזידענט?

ווי מיר האבן שוין גערעדט וועט כמעט נישט פאסירן אז איינער וואס האט בייזוויליגע מחשבות זאל אנקומען אפילו נאנט צו דעם פרעזידענט, צוליב אלע מיטלען וואס די סיקרעט סערוויס נעמט אונטער צו פארזיכערן דאס פלאץ פון פריער. איין מאל, בשעת א ראלי וואס פרעזידענט אבאמא האט אפגעהאלטן, האט ער אויפגעהייטערט די מאסן, און לאמיר נישט פארגעסן אז אבאמא איז א מעכטיגער רעדנער, ער האט פארגאפט די מענטשהייט ביי יעדער פון זיינע דרשות, איז געווען דעמאלט א פרוי וואס איז פון גרויס עקסטאז איבערגעשפרונגען דעם צוים און געוואלט ארויפשפרונגען אויפ'ן סטעידזש. פארשטייט זיך עס האט נישט גענומען מער ווי א מילי-סעקונדע און די פרוי איז שוין געווען אויף דער ערד, מיר האבן גלייך צוזאמענגעשטעלט אז זי האט נישט געמיינט קיין שלעכטס, אבער מען האט איר ארויסגעפירט פון זאל צו זיין אויף דער זיכערער זייט.


בילד
מיט אבאמא ביי א ראלי


ביז ווען האסטו באשיצט פרעזידענט אבאמא?

סוף פון יאר 2013 בין איך אריבער צו זיין דער זיכערהייטס פירער פון דעם טרעזשורי סעקרעטאר, און היינטיגער מדינת ישראל אמבאסאדאר, דזשעק ליו, דאס איז געווען ווען איך האב זיך באקענט מיט אידישקייט.


אה, איך קען הערן מער איבער דעם?

דזשעק איז, ווי דו ווייסט, א שומר שבת. זייענדיג דער וואס האט אנגעפירט מיט זיין זיכערהייטס שוץ האב איך געדארפט מיטהאלטן זיין סדר היום, איך האב זיך אויסגעלערנט וואס א זמן שבת און מוצאי שבת מיינט, וואס עסן כשר'ס מיינט, דאס גאנצע געשעפט. דזשעק האט אפילו חוזק געמאכט פון מיר אז איך קען באלד ווערן א גר צדק…

איך פלעג מיטגיין מיט אים אין שול, איך האב זיך אויסגעלערנט אלע אידישע מנהגים. איך געדענק אז איינמאל האט ער פארגעסן זיינע סניקערס אין ניו יארק, וואו ער האט געוואוינט, און עס איז דאן געווען דער פאסט-טאג אינמיטן זומער ווען מען טאר נישט גיין מיט קיין לעדערנע שיך. מיר זענען געווען אין וואשינגטאן די-סי און ער האט געדארפט סניקערס, און איך האב געדארפט שיקן איינע פון די אגענטן צו גיין קויפן סניקערס פאר אים.

אויך האב איך זיך אויסגעלערנט די ניגונים וואס מען זינגט פרייטאג ביינאכט אין שול, איך געדענק עס נאך ביז היינט… (נעמט זיך זינגען)

היינטיגע צייטן בין איך אסאך אין ניו יארק, און ווען איך טרעף זיך אן אין די מענטשן וואס לייגן תפילין אויף אנדערע מענטשן, גיי איך אלעמאל צו צו זיי און איך זינג פאר זיי דעם ניגון, זיי קענען נישט גלייבן אז א קאטוילישער גוי קען די אידישע לידער.

איך דערמאן זיך יעצט אז עס איז געווען אמאל אין א ווינטערדיגן פרייטאג, ווען דער זמן איז געווען בערך האלב פינף אויב איך געדענק גוט, און עס איז געווארן שפעט. דער טרעזשורי סעקרעטאר האט געוואלט זיין אינדערהיים בעפאר שבת, און מיר זענען געווען אויפ'ן וועג צו זיין פריוואטן פליגער ווען עס האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, ממש אזוי ווי עס שטייט אין חומש, א מבול.

דער פילאט האט אונז געלאזט וויסן אז ער וועט זיך נישט קענען הייבן אין דעם וועטער, און דזשעק איז געווען זייער אנגעצויגן, ער האט שטארק געוואלט זיין אויף שבת אין ניו יארק. איך האב אים געלאזט וויסן אז עס איז דא אן עמטרעק באן וואס פארט באלד ארויס קיין ניו יארק, און אויב ער וויל קען מען פרובירן זיך צו יאגן און כאפן דעם באן. פארשטייט זיך אז ער האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם פלאן, און די מאטארקאדע האט אנגעהויבן פארן צו דער באן סטאנציע, אבער עטליכע גאסן פאר דער סטאנציע איז געווען א שווערן טראפיק, און עס האט נישט געהאלפן קיין בליצנדיגע לעקטערס אדער סירענעס, אמיר זענען געבליבן שטעקן. קיין שירעם האט מען נישט געהאט אינעם קאר, אבער ער האט געוואלט כאפן דעם באן, איז ער אן פרעגן ארויסגעטאנצן פונעם קאר און זיך גענומען לויפן אין דעם גאס רעגן צו דער באן סטאנציע. פארשטייט זיך אלע אגענטן חוץ די דרייווערס זענען נאכגעלאפן, און מיר האבן זיך געטראפן זיצן אויף דעם באן דורכגעווייקט נאס, מיט דעם לעצטן אטעם. אלע אנדערע מענטשן אויף דעם באן האבן געקוקט מיט בייז-וואונדער אויף דעם טרעזשורי סעקרעטאר פון אמעריקע מיט עטליכע סיקרעט סערוויס אגענטן וואס זיצן דורכגעווייקט נאס אויף א באן צו ניו יארק סיטי, אבער מיר האבן נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט ווייל מיר האבן פארשטאנען וואס שבת מיינט פאר אים.

איך בין נאך היינט נאנט מיט אים, ווען עס קומט אויס אז מיר טרעפן זיך, גיי איך צו צו אים און מיר באגריסן זיך, ער פרעגט זיך נאך אויף מיין משפחה, ער געדענקט אלע זייערע נעמען. איך האב רחמנות אויף אים, יעצט, אלס אמבאסאדאר, האט ער גאר א שווערע ארבעט.


בילד
דער טרעזשורי סעקרעטאר, דזשעק ליו, מיט פרעזידענט אבאמא אין ווייסן הויז


נאכדעם וואס טראמפ איז געווארן פרעזידענט, וועם האסטו באשיצט?

פאר די ערשטע זעקס חדשים האב איך באשיצט דעם היימלאנד זיכערהייטס סעקרעטאר, דזשאן קעלי. נאכדעם בין איך געווארן אן אויפזעער אויף דעם וויצע פרעזידענט מייק פענס' באשיצונגס טיעם. דאס איז געווען א העכערע פאזיציע ווי ביז דעמאלט, און אסאך מער קאמפליצירט. עס איז א גרעסערע אויפגאבע, און איך האב געדארפט מאכן זיכער אז אלעס פארט ווי א זייגער, אז אלע אגענטן זענען אויף די באשטימטע פלעצער וואו זיי דארפן זיין, וכו'.

איך בין דאן געווארן גאנץ נאנט מיט דער פענס פאמיליע, זיי זענען באמת לייטישע מענטשן.


קענסטו מיטטיילן עפעס אן אינטערעסאנטע ערפארונג וואס דו האסט געהאט מיט מיט דעם וויצע פרעזידענט?

אזויווי ביי פרעזידענט אבאמא איז יעדן טאג געווען גאר אינטערעסאנט. איך געדענק נישט עפעס ספעציעל פון וואס איך קען רעדן, איך בין מיטגעפארן מיט דעם וויצע פרעזידענט וואו ער איז נאר געגאנגען. איך געדענק ווען פרעזידענט טראמפ האט געשיקט וויצע פרעזידענט פענס קאמפיינען פאר דעם פלארידער גאווערנאר, דיסענטיס, האב איך אנגעקניפט פיינע באציאונגען מיט ראן דיסענטיס, איך האב שטארק הנאה געהאט פון אים, איך געדענק איך האב דעמאלט געזאגט פאר מיינע קאלעגעס אז דיסענטיס גייט נאך איין טאג זיין פרעזידענט, צי עס וועט טאקע פאסירן ווייסט נאר דער וואס פירט די וועלט.

איך געדענק אז מיר זענען איינמאל געפארן מיט דעם וויצע פרעזידענט און זיין פאמיליע פאר א וואקאציע צו א שטאט אין קאליפארניע, ער האט געוואלט גיין שפאצירן מיט זיין פאמיליע ביים ים, און מיר האבן שטארק פרובירט אים אפצורעדן פון דעם. די שטאט וואו ער איז געווען איז זייער א לינקע דעמאקראטישע שטאט, און עס האט נישט אויסגעפעלט אז מען זאל אים נאכשרייען און נאכלויפן, עס איז נישט געווען מעגליך אז מיר זאלן אים קענען באשיצן ווי עס דארף צו זיין. אבער ער האט אראפגעשטעלט א פוס, ער האט זיך אנגעטון א היטל, און ער האט ארויסגעוואקט פון שטוב מיט זיין פאמיליע. מיר זענען טרענירט זיך אויסצומישן אינעם ארום אז מען זאל אונז נישט באמערקן, און דאס איז וואס מיר האבן געטון, האפנדיג אז קיינער וועט אים נישט באמערקן.

איך לאך נאך היינט איבער דעם אז דער וויצע פרעזידענט פון דער טראמפ אדמיניסטראציע איז געווען ביים ים מיט גאר אסאך לינקע ליבעראלן וואס וואלטן זייער שטארק געקענט באשטיין צו זאגן זייער מיינונג פאר'ן וויצע פרעזידענט, און קיינער האט אים נישט באמערקט.


ביז ווען ביסטו געווען מיט דעם וויצע פרעזידענט?

נאך אפאר יאר האט מען מיך אריבערגעפירט צו אן אנדער פאזיציע, איבער וואס מען וועט נישט רעדן אויף דעם יעצטיגן אינטערוויו, אפשר אן אנדער מאל יא, אבער יעצט נישט; און בערך אין 2019 בין איך אריבער צו די אלגעמיינער דיפלאמאטישער באשיצונג, וואס מיינט אז ווען סיי וועלכער דיפלאמאט פון איבער דער וועלט, וואס באקומט סיקרעט סערוויס שוץ, באזוכט אמעריקע, בין איך זייער פארמישט אין זייער זיכערהייט. איך דריי זיך טאקע זייער אפט אין ניו יארק סיטי, אבער עס איז מער א שטילערע ארבעט ווי ביז יעצט, סוף כל סוף בין איך שוין אן אגענט פאר מער פון צוויי און צוואנציג יאר.


וואס איז דיין פלאן אויף ווייטער?

איך בין פאריגער וואך געווארן באשטעטיגט צוריקצופארן קיין קענזעס, וואו איך גיי ווערן א חלק פון דעם לאקאלן אפיס דארט, און איך פלאן שוין בקרוב צו פענסיאנירן. אפשר אויפמאכן א פריוואטע זיכערהייטס פירמע? ווער ווייסט…


זייענדיג א מענטש וואס פארשטייט צו זיכערהייט, וואס האלטסטו זאל א מענטש וואס האט נישט קיין ביקס טון מיט דעם יעצטיגן מצב פון אנטיסעמיטיזם וכו' צו זיין מער פארזיכערט?

די וויכטיגסטע זאך איז אז יעדעס מאל בעפאר דו גייסט אריין אין א פלאץ זאלסטו זיך באקענען מיט דעם פלאץ. זאלסט אלעמאל האבן א צווייטן וועג ארויס, נישט דעם וועג פון וואו דו ביסט אריינגעקומען. ווי אויך אויב ח"ו עפעס פאסירט, בלייב קיינמאל נישט אויף איין פלאץ, לויף! דיין לעצטע אפציע זאל זיין זיך צו באהאלטן, ווען דו לויפסט ביסטו א שווערערער ציל.


איך האף אז קיינער זאל קיינמאל נישט דארפן ניצן דיינע עצות…

איך האף אויך אזוי!


מארק, א גרויסן דאנק פאר'ן אוועקגעבן פון דיין טייערער צייט, איך האב באמת הנאה געהאט, און איך גלייב אז די אייוועלט ליינער וועלן אויך שטארק הנאה האבן.

איך האב אויך שטארק הנאה געהאט צו פארברענגען צוזאמען, צום ווידערזען… סטעי סעיף!

***
א ספעציעלע שכח קימט זיך פאר מיין ידיד, הרב @היסטאריש וואס ער האט אריינגעלייגט אסאך צייט און מוח, אז די ארטיקלען זאלן זיין געשריבן ווי עס דארף צו זיין, ווי אויך קימט זיך א גרויסן שכח פאר א געטרייע אייוועלט ניק וואס האט געמאכט די הערליכע גראפיקס פאר די ארטיקלען,
ווי אויך א גרויסן שכח פאר הרב @בלא בלא בלא פארן מאכן די הערליכע פי.די.עף. פאר די ארטיקלען
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10429
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

פי-די-עף

קרעדיט: @בלא בלא בלא
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

אקעי, הונדערטער טויזענטער ניקס שטייען גרייט מיט די מיטלסטע פינגער אויף די "שיק" קנעפל גרייט צו זיין די ערשטע תגובה אינעם אשכול.. חחח האט זיך חחחיריק צולאכט. שטייט ווייטער.. דו ווייסט נישט אז מ'דארף ריפרעשן די פעידזש?..

אקעי, גענוג געריטן אויף ענקערע נערווען. אבימלך שיק שוין טאקע און לאז מיין תגובה דא.







וואף.. אבימלך איז אנגעקומען צו די שטויענדע נומבער פון צען טויזענט תגובות!!

ווען אייוועלט וואלט געווען וועלט און ווען וויכי וואלט געווען פון די אנשי כנסת הגדולה וואלט ער געמאכט א יום טוב.

מזל טוב אבימלך, נאך צען טויזענט בקרוב.. ווייסטא'ווא איך דארף נישט נאך צען טויזענט. שיק נאר נאך ארטיקלען.

גיימער זיך זעצן ליינען.
לעצט פארראכטן דורך חיריק אום זונטאג יוני 02, 2024 4:58 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

מזל טוב
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

מאסיוו, שכויח
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

וואף!
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

מזלא טבא!!!
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6890
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

מזל טוב @אבימלך ! וואט עי סיקרעט! נישט סתם א סיקרעט! גיימער ליינען!
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
king
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »


א דאנק אבי
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געליינט מיט איין אטעם (עכט צוויי, אבער נישט אלעס קען מען ארויסגעבן, עכ"פ יעצט)

יישר כח אבימלך, שרייב נאך אסאך תגובות און שטייג נאך העכער אין ראנק, להנאת כל התושבים
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4940
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

שיין ...
יישרכח
כה לחי
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

@אבימלך ביזט ריזיג!!!!!!!!!!!!!!

שטא קיין ווערטער, א מעכטיגע ארבעט!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3078
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

וואס האט געקענט בעסער הייבן די מוט און א הייסן זונטאג, ווי אן ארטיקל פון @אבימלך ?

און נאכאמאל, יאפ, ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן, שכח!
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לייק הונדערט, יא גענוג נישט גענוג וואטעווער...

איין זאך ווייס איך, ביים נעקסטן רומער אז אבימלך האט אינטערוויועט פרעזידענט טראמפ, גיי איך בכלל נישט זיין סורפרייזד!

יישר כח איז א אנדערסטעיטמענט!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10592
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מזל טוב!! פארן צענער.

שכח.

גיי מיר עס ליינען.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

מאסיווע ארטיקל!!
רייך ווי אבימלך!!!

מזל טוב צום עשרת (מיט אן אזלא גרש) פון טאפ קוואליטי תגובות!!
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

@אבימלך מזל טוב און א גרויסן דאנק פארן מהנה זיין כלל ישראל! געליינט געשפאנט!
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

wow




אמאל פלעגט מען אויף דעם צושרייבן

פ"פ
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

שכח אבי

זייער ציענד געווען
אזוי גייט אויסקוקן דיין אונטערשריפט נאך יעדע פון דיינע תגובות
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

נעקסט לעוועל!!!

וואף, א געהעריגע פולשטענדיגע אינטערוויו מיט א אקטיווע אגענט, דאס איז עפעס וואס קיינער האט נאכנישט געהאט.

@אבימלך יעצט קענסטו מער נישט זאגן אז קיינער קען נישט דיין עכטע נאמען…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אן ארטיקל צום זאך! נעקסט נעקסט לעוועל!

מיין קאפ טוט מיר וויי פון טראכטן מיט וואס נאך דער גייט אויפקומען...

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

רבי יוד די דארפסט א דאקטער ביסט עפּעס נישט נארמאל!!!
הערליך הערליך!!!
איך שעם מיר פשוט דיר צי געבן א לייק ביסט אמעיזינג!!!!
טענקס א מיליאן!!!
איך לעק מיר אפ אלע 14 פינגער!!!
ווער דארף נאך סאפער היינט?!?
לעצט פארראכטן דורך FDR אום זונטאג יוני 02, 2024 5:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »


שטא וואס צו זאגן, אלע ווערטער שוין פארנומען..
מזל טוב @מלך !!
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: איך האב באשיצט אמעריקאנער פרעזידענטן פאר איבער צוואנציג יאר | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

מזל טוב העכסט אינטרעסאנט שטארק הנאה געהאט יישר כח גדול
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”