'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10403
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

בילד


ארי סאמעט. דארף איך דען זאגן עפעס מער?

א פרייליכער יונגערמאן, וואס איז נישט צופרידן אז ער אליין איז פרייליך, ער וויל אויך מאכן אנדערע פרייליך.

געווען איז עס נאך אפאר רעגנדיגע טעג, מיין שטימונג האט אפגעשפיגלט דעם וועטער, און א חבר מיינער האט מיר אריינגעשיקט א ווידעא פון 'אביסל' סטאטוס, וואו אונזער חבר ר' ארי רעדט צו א באנק פארנט פון 'טשעיס באנק'. פארשטייט זיך אז עס האט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע בעקעלעך, און דער וועטער אויף מיין פנים איז שוין נישט געווען אזוי פארוואלקנט. ווער איז דער ארי סאמעט? האב איך געטראכט צו מיר. פון וואו קומט ער? וויאזוי איז ער אייביג אזוי אויפגעלייגט און פרייליך?

איך האב מחליט געווען אז איך ברויך אפהאלטן אן אינטערוויו מיט אים. איך האב געשיקט א מעסעדזש פאר ארי אז איך וואלט געוואלט אפהאלטן אן אינטערוויו מיט אים, פאר אייוועלט.

אפאר מינוט שפעטער האט איך באקומען אן ענטפער מיט איין ווארט, 'זיכער!'

איך האב זיך געפרייט אז איך וועל קענען צושטעלן פאר דער אייוועלט פאמיליע א פיינעם אינטערוויו, אבער איך האב נישט געוואוסט וואו אנצוהייבן, און וועלכע פראגעס דער עולם וואלט געוואלט וויסן. אבער אז איך האב געהאט א געלעגנהייט אפצוהאלטן אזא אינטערוויו, האב איך עס נישט געוואלט פארפאטשקען. האב איך געשיקט א מעסעדזש פאר אפאר אייוועלט חברים, "וואס וואלטסטו געוואלט פרעגן פון ארי סאמעט?"

דער עולם האט אריינגעשיקט פיינע פראגעס, און כ'האב געענטפערט פאר ארי אז איך בין גרייט פאר דעם אינטערוויו.

ארי האט מיר געזאגט אז ער וויל אז זיין קאלעגע און מיטארבעטער, וואס די וועלט קען אים אלס 'חיימיש', זאל אויך זיין אויפ'ן ליין, אזוי וועט אלעס זיין קלארער אין געשמאקער.

זעצט אייך אראפ מיט א הייסן שאל קאווע, מיט א שטיקל לעקעך צו דער זייט, און איך האף אז איר וועט אלע הנאה האבן פונעם אינטערוויו. איך האב פרובירט די בעסטע וואס מעגליך אראפצושרייבן מיט ווערטער ארי'ס פרייליכע שטימע, איך האף אז איך האב מצליח געווען.

לאמיר אריינטאנצן אינעם אינטערוויו!


בילד


***


אה ענדליך האב איך אייך ביידע אויף דער ליניע. א גוטן חיימיש, א גוטן ארי.

ארי:אקעי, לאמיר אנהייבן, מאך מיך אומבאקוועם…


זארג נישט, איך גיי זיך נישט איינהאלטן. לאמיר אנהייבן אזוי, פון וואו קומט ארי סאמעט, איז דאס דיין עכטער נאמען אדער פשוט א ניק?

ארי:יא, דאס איז מיין עכטער נאמען. איך בין אויפגעוואקסן אין טאהש, און איך בין א רעגולערער מענטש צווישן אכט ביליאן מענטשן אויף דער וועלט, און איז סך הכל אביסל פאפולער.


דעם ערשטן פלאץ וואו דער נאמען ארי סאמעט איז ארויפגעשוואומען אויף דער עפנטליכער ארענע איז געווען ביי חתונה ניגונים. וויאזוי האט זיך דאס אנגעהויבן?

ארי:איך האב געמאכט גראמען פאר א חבר'ס חתונה ניגון, און אז איך האב געמאכט די גראמען האב איך זיך שוין געטראפן אין סטודיא ווען זיי האבן עס רעקארדירט. זיי האבן מיר געבעטן אז איך זאל זינגען איין ליניע פון די גראמען, איך האב זיך געשעמט, עכט האב איך נישט געוואלט, מיך האט מען אלעמאל געהייסן אויפהערן זינגען, ביי מיין טאטן אינדערהיים האב איך נאר שוועסטער, זיי האבן נישט געהאט קיין נערוון מיך צו הערן זינגען 'שבת היום'; אבער פארשטייט זיך אז מיינע חברים האבן געלייגט דרוק, און איך האב געזונגען איין שורה.

נאך יענער חתונה האבן אפאר פון מיינע לאקאלע חברים זייער הנאה געהאט פון יענע גראמען און פון דעם חלק וואס איך האב געזונגען. פארשטייט זיך אז ביי דער קומענדיגער חתונה פון א חבר האט מען מיך נאכאמאל געבעטן צו שרייבן די גראמען און עס אראפזינגען. דארט האב איך אויך נאר געזינגען א קליינעם חלק, און פון דארט און ווייטער איז עס געווארן מער און מער.

חיימיש:איך האק אריין… איך האלט אז די סיבה פארוואס ארי'ס ניגונים זענען געווארן אויפגעכאפט, איז ווייל ביז ער האט געמאכט די חתונה ניגונים איז געווען א סטיל ביי מאנכע צו נעמען א ניגון פון אן עכט גויאישן פלאץ און עס לייגן אויף אנדערע ווערטער. ארי, פון דער אנדערער זייט, פלעגט נעמען ליפא שמעלצער'ס און מיכאל שניצלער'ס ניגונים און אריינלייגען 'טריפי' ווערטער ווי נאר ארי קען, און פארדעם איז עס געווארן אזוי אויפגעכאפט ביי די בחורים.

ארי:בקיצור, די חתונה ניגונים האבן אנגעהויבן ווערן מער און מער, עס איז געווארן אז איך האב באקומען יעדן טאג נאך א ניגון צו מאכן, קיין געלט איז נישט געווען אין דעם, און צופיל נערוון פאר דעם האב איך אויך נישט געהאט, האב איך אנגעהויבן צו בעטן טייער און עס האט זיך אויפגעהערט.


בילד


אקעי, פון חתונה ניגונים ביז 'אביסל סטאטוס' איז א גרויסער שפרונג. בעפאר 'אביסל' האסטו דאך געמאכט א פאדקעסט, לאמיר אביסל רעדן איבער דעם, פארוואס האסטו אנגעהויבן מיט דעם פאדקעסט?

ארי:איך האב געוואלט עפעס אויפטון, נישט סתם זיצן און אויסניצן די וועלט'ס אקסידזשען, איך האב געוואלט מאכן עפעס א קריץ, זיין עפעס 'דיפרענט'. איך בין געזעסן און געטראכט, איך האב געזען אז אין דער גוי'אישער וועלט איז דא גרויסע פאדקעסטס און אין דער היימיש-אידישער וועלט איז דאס נישטא. איך האב דעמאלט געזאגט פאר מיין משפחה אז עס וועט קומען א טאג וואס זיי וועלן זען ווידעאס ווי איך זיץ און שמועס מיט מענטשן, זיי האבן געלאכט פון מיר.

ביז איין טאג, ווען איך האב זיך געטראפן מיט א צדיק וואס הייסט בעריש הערשקאוויטש, פראדוצירער בעריש. מיר האבן צווישן אונז געמאכט א שותפות, און אפגעמאכט אז יעדע פופציג צענט וואס קומט אריין וועט מען זיך צעטיילן. איך האב געמאכט בערך צוועלף דרייצן פאדקעסטס, ביז דער חלום פון זיין א ריזיגער פאדקעסט איז געווארן צעבלאזן. איך מיין אז דער פאדקעסט מיט מיכאל שניצלער איז געווען די לעצטע.


פארוואס טאקע האסטו אויפגעהערט מיט די פאדקעסטס? איך האב גראדע הנאה געהאט פון עס.

ארי:ש'כח פאר דעם קאמפלימענט, פארוואס איך האב אויפגעהערט? איז אזוי, ערשטנס, עס איז נישט געווען קיין געלט, און מען דארף זיין זייער גרויס צו קענען מאכן געלט אויף דעם. אויך ווייל איך האב געפילט ווי עס נעמט מיר אויף די גאנצע וואך, פון זוכן א מענטש וואס איך האלט אז ער וועט זיין גוט, יענער דארף מסכים זיין, נאכדעם דארף מען אפהאלטן דעם פאדקעסט, און עס 'עדיטן', דאס אלעס נעמט אסאך, אסאך צייט, איך בין געווארן אויסגעברענט. א פאדקעסט איז א געצייג פאר ביזנעס, מען קען עס ניצן פאר אדווערטייזינג וכו' אבער קיין גרויס געלט איז נישטא.


בילד


פון דארט ביסטו גלייך אריבער צו אביסל סטאטוס?

ארי:ניין, עס איז געווען א צוויי יאר אינדערמיט וואס איך האב געטון 'ברענדינג'. איך פלעג מאכן גראפיקס און לאגאס פאר א ביזנעס. אבער איך האב עס נישט אזוי ליב געהאט, איך האב געדארפט זיצן אין אפיס און האנדלען מיט די קאסטומערס. מאך דעם חלק מער געל, דאס מער רויט, יענץ גרעסער, דאס קלענער, עס איז נישט געווען פאר מיר, איך האב עס נישט ליב געהאט. איך האב געוואוסט אז איך מוז טון עפעס דיפרענט, עפעס 'עקסייטינג', און איך האב געפילט אז אינטערטעינמענט איז די ליין וואו איך וויל אריינגיין.

איך האב דעמאלט געזען ווידעאס פון מיסטער ביעסט, ווי ער גייט צו היימלאזע מענטשן אדער סתם מענטשן און ער גיט זיי געלט, ער טיילט אויס זאכן און ער מאכט א מצב, און עס האט געקליקט, איך האב דאס אויך געוואלט טון, איך האב פרובירט מיין מזל און ארויס צו א גאז סטאנציע וואו כ'האב אנגעהויבן אנפילן קארס מיט גאז, און איך האב געצאלט. שנעל האב איך איינגעזען אז מיט אונזער היימישן עולם קען מען דאס נישט טון, מען קען נישט צוגיין צו א מענטש און אריינשטעקן א קאמערע אין זיין געזיכט און זאגן איך האב דיר אנגעפילט א טאנק גאז, עס ארבעט נישט.

חיימיש:דערווייל ארבעט עס נישט, אפשר איין טאג וועט עס נאך געשען…


איך געדענק נישט די ווידעא, האסט עס אמאל ארויסגעלייגט?

ארי:איך האב דעמאלט געמאכט א סובסקריפשאן וואס אויב מען האט געצאלט אכט דאלאר א חודש האט מען געקענט זען מיינע ווידעאס. ס'זענען געווען צוויי און זעכציג מענטשן וואס האבן רחמנות געהאט אויף מיר, און זיי האבן געצאלט די אכט דאלאר, אויב איך געדענק גוט האב איך געמאכט פיר ווידעאס און ס'איז געגאנגען שלאפן. איך פלעג עס אליין מאכן, ס'איז געווען עכט אפגעריסענע ווידעאס, גאר א שוואכער קוואליטעט און נישט גוט אראפגעלייגט, איך האב געוואוסט אז כדי צו מצליח זיין מיט דעם וועל איך דארפן האבן איינעם וואס זאל מיך ארויסהעלפן, איינער וואס קען ווידעא, איינער וואס זאל מיך ארויסהעלפן מיט געדאנקען וכו'.


ווען איך ווייס ווען דערפון, וואלט איך אפשר אויך געצאלט די אכט דאלאר…

ארי:הע, קענסט עס אלעמאל אריינשיקן.

צוריק צו אונזער מעשה. איין שיינעם טאג, האב איך אריינשפאצירט אין א שוויץ, און געטראפן דארט צוועלף בחורים זיצן, אזויווי די צוועלף שבטים. גלייך ווען איך בין אריינגעקומען האט מיר איינער געפרעגט, "דו ביסט ארי סאמעט?"

פארשטייט זיך איך האב זיך געפילט גוט. "יא, איך בין ארי סאמעט, וואס גייט פאר?" האב איך געענטפערט, געפרעגט, נייגעריג.

"מיר מוזן דיר עפעס ווייזן…" זאגן זיי הייזעריג, צייגנדיג אויף א בחור וואס איז געזעסן דארט פארשטעקט אין א ווינקל. (היינט קען מען אים שוין אלס חיימיש.) "זעסט דעם בחור? ער איז עס!"

"ער איז וואס? ער איז א גר? ער פילט נישט גוט? וואס ווילט איר פון מיר? רופט הצלה." בין איך שוין געווען צעמישט.

"ניין, ער איז דער בחור וואס האט געמאכט עפעס וואס מיר מוזן דיר ווייזן." און זיי שלעפן ארויס אן אלטן 'געלעקסי', און פארציילן מיר אז דער בחור האט גענומען מיין חתונה ניגון וואס איך האב געמאכט אויף מיכאל שניצלער'ס 'דריי מאל געטאנצן', און ער האט געמאכט א ווידעא פון דעם.

די זאך מיט מיינע ווערטער אויף דעם ניגון איז אז יעדע ליניע איז אינגאנצן א צווייטע זאך. עס איז נישט אזויווי מען נעמט א ניגון וואס זאגט אז ער איז געקומען און געגאנגען און אויפגעמאכט א טיר און געזאגט העלא און נאכדעם געזאגט ביי ביי, עס איז נישט קיין מעשה וואס מען קען גרינגערהייט אפשפילן. ווען איך האב געזען דעם ווידעא וואס דער בחור האט געמאכט בין איך ממש משוגע געווארן, עס איז נישט סתם אראפגעלייגט א קאמערע און געמאכט א ווידעא ווי מענטשן טאנצן, עס איז געווען עכט גוט געמאכט, יעדע מינוט איז א צווייטע סצענע.

פארשטייט זיך אז איך האב זיי געבעטן דעם ווידעא, אבער זיי האבן זיך נישט געלאזט. עס האט נישט געהאלפן קיין געשרייען אז עס איז מיינע ווערטער, זיי האבן גע'טענה'ט אז ווילאנג אלע בחורים וואס זענען א חלק פון דער ווידעא מאכן נישט חתונה די קינדער, גייט דער ווידעא נישט ארויס.

דאס יא, זיין נומער האב איך גענומען, אין איך האב אים אנגעהויבן שיקן מעסעדזשעס אז ער זאל מיר שיקן דעם ווידעא, אבער איך האב געטאפט א וואנט, ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, ער האט געלערנט אין ארץ ישראל. אזוי איז אריבער בערך א האלב יאר.

בערך יענער צייט האב איך געהערט אז א היימישער אידישער נייעס סטאטוס האט זיך פארקויפט פאר גאר אסאך געלט, און איך האב געכאפט וויפיל געלט מען קען מאכן פון א סטאטוס פלאטפארמע. עס איז מיר אריין א מחשבה אין קאפ, לאמיר אויפמאכען א סטאטוס וואו מען וועט לייגן אינטערעסאנטע ווידעאס און עס וועט גיין א רויך. מענטשן וועלן זיך סובסקרייבן און נאכדעם וועלן מענטשן אדווערטייזן, עס וועט זיין לוסטיג, עס וועט זיין ברויט אויפ'ן טיש. אבער איך האב געוואוסט אז איך קען עס נישט אליין טון, איך דארף א שותף.

האב איך געשיקט א מעסעדזש צו חיימיש אז איך האב א געדאנק, מען זאל אויפמאכן א סטאטוס פלאטפארמע צוזאמען. ער האט געוואלט צוריקקומען צו אמעריקע נעמען אן ארבעט, האב איך אים געזאגט ער זאל קומען ארבעטן פאר מיר און איך וועל אים שיין באצאלן, ער האט מסכים געווען. איך האב געבארגט געלט פונעם באנק, געעפנט אן על-על-סי, און דער סטאטוס ביזנעס האט זיך אויפגעמאכט! בשעה טובה ומוצלחת.

חיימיש:איין מינוט ארי, איך דארף פארציילן מיין זייט פון דער מעשה.

אלזא, איך בין געווען א 'העד קאונסלער' אין א קעמפ פון ספעציעלע בחורים, דארט האבן מיר א יאר פריער געמאכט א ווידעא אויף א ניגון 'דער סוד פון משקה' פון לוי פאלקאוויטש. איך געדענק אז מיר האבן אריינגעשיקט פאר לוי דעם ווידעא און ער האט אונז געגעבן א גרויסן קאמפלימענט, מיר האבן זיך געשפירט ווי אפאר מיליאן דאלאר.

דעם קומענדיגן יאר בין איך אויפגעקומען מיט דעם געדאנק פון ניצן ארי'ס ניגון, און אין מיין קאפ האב איך געטראכט אז איך וועל עס נאך איין טאג ווייזן פאר ארי.

דעם לעצטן טאג פון זומער זענען מיר געגאנגען אין שוויץ, און והנה, ער איז דא. איך האב געשריגן "ווייזט עס נישט…" איך האב זיך געשעמט, אבער מיינע חברים האבן אים עס געוויזן.

ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל ווען ארי האט אנגעהויבן רעדן פון סטאטוס האב איך אים געשיקט א קליינע ווידעא וואס איך האב געמאכט, איבער א ווארט פון דעם בעל שם טוב, און ארי האט זיך גענומען שרייען, "דאס וויל איך! דאס זוך איך!" איך בין אהיימגעקומען קיין אמעריקע, און מען האט אנגעהויבן.

ארי:האט מען אנגעהויבן זייער שטארק, מיט איין ווידעא א טאג, און יעדן טאג עפעס אנדערש, פון א חסידי'ש ווארט ביז ביזנעס ראט, יעדן טאג איז געווען עפעס אנדערש.


בילד


ווער איז אויפגעקומען מיט דעם נאמען 'אביסל'?

ארי:חיימיש איז אויפגעקומען מיט דעם נאמען און מיט דעם קליינעם הענטעלע סימבאל. ער האט געוואלט עס זאל זיין צוויי ווערטער, 'א ביסל', ווייל ער האט געוואלט עס זאל זיין אביסל פון אלעס, א תורה, א ביזנעס עצה, א רעקלאמע, א -בימלך… פארשטייסט? אביסל פון אלעס. אבער איך האב עס געטוישט צו איין ווארט, איך האב עס בעסער ליב געהאט אזוי.


וויאזוי האסטו באקומען סובסקרייבערס?

איך האב געמאכט א 'פראמא' ווידעא און עס ארומגעשיקט פאר צוויי הונדערט קאנטעקטס וואס איך האב אויף מיין פריוואטן טעלעפאן, און זיך געבעטן ווי א גזלן אז זיי זאלן עס לייגן אויף זייער סטאטוס. איך האב עס אויך געלייגט אויף אפאר באצאלטע פלאטפארמעס, און דורכאויס דער קומענדיגער וואך האב איך געהאט כמעט צוויי טויזנט מענטשן וואס האבן זיך איינגעשריבן.

מיר האבן זיך זייער געפרייט, צוויי טויזנט מענטשן איז נישט קיין קליינער נומער, און מיר האבן ארויסגעלייגט אונזער ערשטע ווידעא. פון דארט איז עס ב"ה געווארן א שטורעמווינט, און דער ווינט בלאזט עס נאך ווייטער, יעדן טאג קומען צו נאך מענטשן ב"ה.


בילד


וויפיל מענטשן זעען היינט א ווידעא וואס דו לייגסט ארויס?

ארי:איך האב היינט ארויסגעלייגט א ווידעא, און דעם נומערן וואס איך זע איז איבער פופציג טויזנט. עס איז עכט אסאך, אסאך מער, ווייל מען שיקט עס אויף אימעל אויך פאר זייער אסאך מענטשן, עס גייט אויף אנדערע וואצעפ גרופעס, און מענטשן לייגן עס אויף אייוועלט און אויף אסאך אנדערע פלעצער. עס זענען דא ווידעאס וואס אויף אנדערע פלאטפארמעס אליין האלט עס ביי איבער ניינציג טויזנט, עס איז אוממעגליך עכט צו וויסן וויפיל מענטשן זעען עס, אבער עס איז זייער אסאך ב"ה.


אן אינטערעסאנטע פראגע; דו שעמסט זיך נישט זיך נאריש צו מאכן אין פובליק, און נאכדערצו ארומשיקן ווידעאס פון דעם?

ארי:זאג, דו שעמסט זיך מיט דיין פרנסה? דאס איז מיין פרנסה. אזויווי דער יונגערמאן וואס דרייווט א טראק אדער ארבעט אין א גראסערי טאר זיך נישט שעמען, די זעלבע זאך איז מיט מיר, דאס איז מיין פרנסה. איך קוק עס נישט אן ווי איך גיי זיך משוגע מאכן, נאר דאס טו איך פאר פרנסה, איך גיי יעצט טון מיין ארבעט. דער פלאמבער וועט אריינקומען און שול מיט זיינע ארבעטס קליידער, איך וועל גראדע נישט גיין אין שול מיט א רויטן בארד, אבער איך שעם זיך זיכער נישט מיט דעם.


א היימישע פראגע; איז סטאטוס א גוטע פרנסה, און צי קען מען מאכן געלט פון דעם?

ארי:זיכער אזוי. איך טו עס נישט לשם מצוה, איך בין נישט קיין וואלונטיר, אויב עס וואלט נישט געברענגט קיין געלט וואלט איך עס נישט געטון, איך דארף דאך לייגן ברויט אויפ'ן טיש.


בילד


איז געווען אמאל וואס דו האסט חרטה געהאט פאר עפעס וואס דו האסט ארויסגעלייגט?

ארי:עס איז געווען איינמאל וואס איך האב עפעס געזאגט אויף א ווידעא, וואס איך האב שפעטער נאכגעהערט אז עס האט נישט אויסגעפעלט. צוריקטראכטנדיג מיין איך אז איך וואלט עס נישט געזאגט. אבער עס איז נישט געווען געפערליך.

חיימיש:ארי, זאג אים נישט, איך וויל נישט יעדער זאל יעצט גיין זוכן יענע ווידעא…

ארי:יא יא, גערעכט.

עס זענען דא אסאך מענטשן וואס האבן נישט ליב אלעס וואס איך זאג, אבער איך קוק עס נישט אן דעם זעלבן וועג ווי זיי קוקן עס אן. עס זענען דא מענטשן וואס וועלן אלעמאל זיין נעגאטיוו אויף סיי וואס איינער טוט, אבער ווען א נארמאלער מענטש זאגט עפעס קריטיק אויף א נארמאלן וועג קען איך עס הערן. איך פרוביר אז מיינע זאכן זאלן זיין אויסגעהאלטן, איך בין נישט דער מערסט אויסגעארבעטער מענטש, אבער איך פרוביר.


ווי דו האסט פריער דערמאנט לייגן מענטשן דיינע ווידעאס אויף אייוועלט. דו האלטסט מיט די קאמפלימענטן און קריטיק פון די מענטשן וואס שרייבן אויף אייוועלט?

ארי:אנהייב האט מיר איינער געשיקט א לינק ווי מען רעדט פון מיר, אהין און צוריק. מיר איז עס עכט נישט אנגעגאנגען, רעד פון מיר גוטס, רעד פון מיר שלעכטס, ווילאנג מען רעדט פון מיר. מאך נאר זיכער אז מיין נאמען איז גוט אויסגעלייגט.

סיריעס גערעדט, איך קען אייוועלט, איך האב משפחה וואס שרייבן אויף אייוועלט, און איך האב עס גענומען אלס עכטע קאמענטארן, פון עכטע מענטשן. נישט סתם איינער שרייבט פשיהא זייער א פיינע ווידעא, דא שרייבט א מענטש וואס ער האלט באמת אזוי, אפילו א קריטיק, דער מענטש האט געקוקט די ווידעא אפאר מאל פאר ער האט געשריבן די קריטיק. אן איך האב הנאה געהאט, אה קוק, דער האט געטראפן דעם טעות, יענעם גרייז, איך האב זיך אסאך געלערנט פון די אייוועלט קאמענטארן אויף מיינע זאכן.


בילד




וואס טוסטו מיט אלע מענטשן וואס שטייען אין דער זייט ווען דו מאכסט א ווידעא אויף דער גאס, עס שטערט דיר?

ארי:איך האב אזא ווערטל מיט חיימיש, אז ווען מען האט אנגעהויבן האב איך אים פארציילט א מעשה אז יעדעס מאל מרדכי ווערדיגער גייט אין סטודיא עפעס אפזינגען, נעמט ער מיט פופצן צוואנציג מענטשן אז זיי זאלן מיטהאלטן, ווייל ער זינגט בעסער ווען מענטשן באאבאכטן אים.

אין אנהייב האט מיר עס אפשר מער געשטערט, פארשטייט זיך אז אויב א מענטש שטייט דארט און איז א פגע פון דער זייט קען איך נישט טון מיין ארבעט, אבער ווען סתם מענטשן שטייען ארום און איך שעם זיך אביסל, שרייט חיימיש אריין, עם-בי-די עם-בי-די, אז איך זאל זיך דערמאנען אז עס איז נאר בעסער ווי מער מענטשן ס'האלטן מיט.


זענען דא סטאנדארטן צו וואס דו האלטסט זיך? ווי למשל איז דא עפעס וואס דו גייסט נישט לייגן פאר אן רעקלאמע, אדער א ווידעא וואס דו גייסט נישט מאכן?

ארי:זיכער! איך גיי נישט מאכען קיין אנאנסן אויף ענגליש, איך רעד נאר אונזער היימישע שפראך אידיש. איך פרוביר אויך אלעמאל אז מיין וואלענער ציצית זאל אלעמאל זיין א חלק פון מיין פארשטעלעכץ, אפילו אויב איך דארף לויפן אדער אריינגיין אין א וואסער, איך טויש נישט מיין לבוש, דאס איז עפעס וואס איך פלעג נישט טון אין אנהייב. חיימיש, וואס נאך?

חיימיש:איך געדענק נישט אויף דער מינוט, אבער עס איז שוין געווען מער ווי איינמאל וואס מיר האבן אפגעזאגט רעקלאמעס ווייל ס'איז נישט געגאנגען מיט אונזער ליניע.


נו, ווי אזוי מאכסטו זיכער אז דיין ציצית זאל אלעמאל זיין ציכטיג ריין?

ארי:מען קויפט אסאך אויפאמאל, און איך האב אלעמאל אן עקסטערן ציצית אינעם טראנק, טאקע פאר דעם. און אזויווי איך קען נישט ארויסגיין מיט צעפלויגענע פיאות, אזוי קען איך נישט ארומגיין מיט פארשוועכטע ציצית.


בילד


האסטו זיך געראכטן אויף דעם רעש וואס די 'מען דארף זיך נישט זארגן' סעריע גייט אנמאכן, און האסטו עס גענומען פון דעם גוי אדער דער גוי פון דיר?

ארי:עס איז געווען חיימיש'ס איידיע, איך האב זיך בכלל נישט געראכטן אויף דעם רעש וואס עס האט געמאכט. ווער עס איז געווען קודם? איך גלייב אז דער גוי, אבער דו ווייסט דאך אז יעדע גוטע זאך פון דעם גוי קען מען אריינברענגען אויף אן איידעלן וועג צום איד, פארוואס זאל א איד נישט הנאה האבן פון דעם? איך האב טאקע באקומען אסאך פידבעק אז מענטשן האבן עס געניצט ווען איינער איז געווען שטארק נערוועז, האבן זיי געמאכט ליצנות פון דער נערוועזקייט מיט דעם 'מען דארף זיך נישט זארגן' ניגון. ווייל צווישן מיר און דיר, דארף מען זיך דען זארגן, וואס וועט זארגן אויפטון, גארנישט. הער אויף מיט דעם זארגעריי וועט דיין לעבן זיין גרינגער.


בילדבילד


דו האסט אמאל, אויף איינער פון די ווידעאס, אוועקגעלייגט בלעטלעך וואס זענען געפאלן פון ביימער. וואס האסטו געטון מיט דעם? דו האסט עס נאך?

ארי:זיכער, עס ליגט אוועקגעלייגט אין דעם זעלבן קעלער וואו עס ליגט דאס וויין וואס מען גייט טרינקען מיט דעם שור הבור. איין טאג וועט מען נאך טון עפעס מיט דעם, מען וועט מאכן פון דעם שבת בלעטלעך.


דאס איז א פראגע וואס מען קען עכט פרעגן יעדן מענטש, אבער דו אלס א פובליק פיגור, וואס טוסטו אויב דו שטייסט אויף איין טאג אין א צעריסענער גוסטע, דער נאז איז פארשטאפט, די אויגן פארקלעבט, בקיצור ביסט נישט אין דער ריכטיגער גוסטע, אבער דו דארפסט היינט מאכן א ווידעא; וויאזוי דרייסטו זיך ארויס פון דעם?

ארי:צוויי זאכן, קודם בין איך געבענטשט מיט א נאטור וואס לאזט נישט זיין אנגעזעצט פאר מער ווי אפאר מינוט, אבער אויב עס מאכט זיך יא א קאטאסטראפישע שלעכטע גוסטע, קען עס אויספלאצן אדער אויף חיימיש אדער אויף מיין ווייב. אמת'דיג גערעדט, ס'איז דא טעג וואס איך זאג פאר חיימיש אז היינט קען איך נישט, עס וועט נישט גיין, און מען מאכט די ווידעא דעם קומענדיגן טאג.

חיימיש:מען קען נישט מאכן א ווידעא ווען ארי איז אין א שלעכטער גוסטע, דער מענטש וואס גייט עס זען, גייט קענען זען אז ארי איז צעבלאזן. עס לוינט זיך צו ווארטן אויפצומארגנס אז ארי'ס וועטער זאל זיין מער זוניג.


היינטיגע טעג ביסטו דאך א גאנצער 'סעלעברעטי', יעדער קען דיך, און כמעט יעדער בחור אדער יונגערמאן קען דיין פנים. וואס טוסטו ווען דו גייסט מיט דיין משפחה אין גראסערי, אין פיש געשעפט, אדער סיי וועלכער פריוואטער צייט, און דו ווילסט נישט זיין דער פובליק ארי סאמעט, נאר יעצט ווילסטו זיין דער פריוואטער מענטש, און מען קומט צו צו דיר מיט א זיס שמייכל, ארי מאך א וויץ, ארי זאג מען דארף זיך נישט זארגן, וכו'?

ארי:עס איז טאקע די פראגע וואס ווערט געפרעגט די מערסטע, דער אמת איז אז אין אנהייב האט מיר עס אסאך מער געשטערט, אבער איך האב זיך אויסגעלערנט צו פארשטיין דעם מענטש. ער טרעפט דעם מענטש וואס ער האט ליב, וואס וואלט איך געטון ווען איך טרעף דעם מענטש וואס איך האב שטארק ליב? איך וואלט אויך צוגעגאנגען צו אים.

פרעגסט אויב עס איז בעסער אויב מען קומט נישט צו ווען איך שטיי ביי דעם רעדזשיסטער אין גראסערי מיט מיין ווייב? איך גלייב אזוי, אבער עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען דאס נישט, פאר זיי גיב איך א שמייכל און יענער גייט אהיים פרייליך.


וואס איז די פראגע וואס מ'פרעגט דיר די מערסטע?

צי מיין לאך איז אן עכטער לאך אדער א געמאכטער? און יאפ, עס איז אן עכטער לאך, אזוי לאך איך.


בילד


ווען איך האב געפרעגט מיינע חברים וואס זיי ווילן פרעגן פון ארי סאמעט האט איינער געשיקט די פאלגנדע פראגע: פארוואס למען ה' האט ער אויפגעהערט מיט דער 'ריעקטס' סעריע? ס'האט מיר אסאך א ארויסגעהאלפן מיט שלום בית. ווען כ’האב געוואוסט אז זי איז אין א שלעכטער גוסטע, האט מען געגעבן א שיק אריין א ריעקטס און שוין. ערנסט גערעדט, פארוואס טאקע? ס'איז לכאורה געווען זיין בעסטער פראיעקט.

ארי:פאר דעם מענטש ספעציפיש, אויב האב איך ארויסגעהאלפן מיט זיין שלום בית זאל ער שנעל אריינשיקן א קוויקפעי! איך טו נישט קיין טעראפי בחינם…

אבער דער אמת איז אז איך האב שוין געמאכט צוואנציג שטיק, וויפיל קען מען לאכן פון דער זעלבער זאך? עס וועט זיין אזויווי איך גיב יעצט ארויס נאך א ווידעא אז מען דארף זיך נישט זארגן. יא, עס זענען דא מענטשן וואס זאגן אז איך זאל ארויסגעבן נאך א 'מען דארף זיך נישט זארגן' ווידעא, אבער יעדער ווייסט אז מען קען נישט איבערציען דעם שטריק, עס איז שוין אויסגעברענט, גיי זינג יעצט ואפילו בהסתרה, עס גייט נישט.

חיימיש:דארפסט פארשטיין אז פונקט ווי עס זענען דא מענטשן וואס האבן עס שטארק ליב, זענען דא מענטשן וואס האבן עס די זעלבע שטארק נישט ליב, מען דארף פרובירן צו געבן פאר יעדן וואס זיי ווילן.

ארי:איך האב אויך באקומען גאר אסאך קריטיק אויף דער ריעקטס סעריע, אז איך האב א פראסטן לאך, און אז מען ווייזט ווידעאס ווי מענטשן טוען זיך וויי, וכו'.

גראדע האב איך פרובירט אכטונג צו געבן אז עס זאל נישט זיין צו שווערע זעצעס, עס זענען דא אסאך ערגערע סצענעס וואס איך וואלט געקענט לייגן, אבער שוין, עס זענען געווען מענטשן וואס האבן עס זייער נישט ליב געהאט.

איך וויל נישט בלייבען שטעקן ביי אלטע זאכן, איך זוך נייע זאכן, פרישע ווארע פאר'ן עולם!


נו, אפשר טאקע מאכסטו אויף א ניק אויף אייוועלט?

ארי:איך האב שוין געטראכט דערפון, אבער איך וויל נישט אז עס זאל ווערן אז איך גיי זיך גיין קריגן מיט מענטשן וואס האבן קריטיק. אפשר וועל איך מאכן אז עס זאל זיין א קאמפאני ניק, קיינער וועט נישט וויסן ווער האט עס געשריבן, צי איך, חיימיש, אדער אן אנדער ארבייטער.

חיימיש:אין אנהייב ווען איך האב געזען עפעס וואס איינער שרייבט איבער אונז האב איך געוואלט אויפמאכן א ניק, כדי איך זאל קענען צוריקענטפערן, אבער נאכ'ן קוקן אביסל ווייטער האב איך אלעמאל געזען אז איינער האט שוין געענטפערט פאר אונזער וועגן, און עס פעלט נישט אויס אז איך זאל עפענען א ניק. אבער איין זאך וויל איך קלאר מאכן פאר די אייוועלט ליינער, אז גערשי שווארץ איז נישט דער וואס עדיט די ווידעאס.


דו האסט שוין היינט נאך ארבעטער חוץ דיך און חיימיש?

ארי:יא, עס איז דא נאך איינער וואס נעמט ווידעא, און נאך איינער אין אפיס.


וואס איז דער פלאן פאר אביסל סטאטוס, און אויף וועלכע נייע פראיעקטן ארבעט מען?

ארי:אה, פאר דעם דארף מען אפהאלטן נאך א גאנצן אינטערוויו, אבער זארג נישט, עס זענען דא אסאך פיינע זאכן אין דעם פייפליין!


פיין, איך האב זייער הנאה געהאט פון אונזער שמועס, און איך קוק ארויס אויף די פרישע זאכן פון אביסל סטאטוס. א גרויסן ש'כח פאר'ן מיר גיבן די צייט. צום ווידערזען!

ארי:יא, איך האב אויך זייער הנאה געהאט צו פארברענגען צוזאמען. צום ווידערזען! און א מזל טוב אויף דיינע צען טויזנט תגובות…

***

א ספעציעלע שכח קימט זיך פאר מיין ידיד, הרב @היסטאריש וואס ער האט אריינגעלייגט אסאך צייט און מוח, אז די ארטיקלען זאלן זיין געשריבן ווי עס דארף צו זיין, ווי אויך קימט זיך א גרויסן שכח פאר א געטרייע אייוועלט ניק וואס האט געמאכט די הערליכע גראפיקס פאר די ארטיקלען,
ווי אויך א גרויסן שכח פאר הרב @בלא בלא בלא פארן מאכן די הערליכע פי.די.עף. פאר די ארטיקלען
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10403
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

פי-די-עף

קרעדיט: @בלא בלא בלא
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אויף דעם האמיר געווארט אביסל! או יעס! גיימער ליינען!
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

וואף!
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

אבימלך! האסט אונז נישט אנטוישט!!!
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »


Wow wow wow!!!!!
king
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

Woof ! ! !
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

גיימער ליינען דאבל


מזל טוב קעניג
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10864
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOOF אפפס איינער שוין געשריבן די ווארט!..
וואס דער קעניג (אבי ? מלך) האט אהערגשטעלט..

אן עקסטערען דאנק פארן PDF גיימיר עס ארויספרינטן און געהעריג אדורליינען מיט ישוב הדעת!
און פאר כ'פארגעס א ריזן דאנק פארן אונז אהערשטעלן 10000 (גענוג 0 ? ) רייכע און אינטערסאנטע ארטיקלען
@אבימלך איז די קינג!!!!!!
יחי המלך!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

Willy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

Wow דעס איז א חידוש!
אוועטאר
Mr. President
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 12, 2023 8:58 am

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr. President »

👑🥳👑
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

יישר כח מלך השרייבער'ס @אבימלך
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

געליינט
נודניק
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

Avi milich אין Ari Samet
שוין גארנישט אזוי ״ציפאכעט״!!
אוועטאר
למשל
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:19 pm
לאקאציע:אין מיינע חלומות

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למשל »

אייזן גוט!
שטארק הנאה געהאט!
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!

פאר אלע נייע מוזיק דרוקט דא

עזרא באדאנסקי
שמילי-קעסט
לעיטעסט טאלקס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער דאקטאר האט פארשריבן א דאפלטע דאזע אבימלך מעדיצין פאר'ן היינטיגן זונטאג

יישר כח אבימלך פאר'ן ערפילן די פרעסקריפציע

---
כ'בין סתם נייגעריג, דער המכונה "חיימיש" האט א נאמען? בילד? אדער איז ער הינטער די קוליסן
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

@אבימלך ביסט נישט נארמאל!!!
אזא איינער ווי דיר קומט אראפ איינמאל אין 1000 יאר!!!!
א לייק איז שרעקלעך קארג פאר אזא ארבייט!!!
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יישר כח אבי מלך!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

WOW!!!!
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

געווואלדיג, קען איך שוין חיימיש א פאר יאהר. דער איז מלא טאלאנטן. למעשה האב איך יא געזען די ווידאו פון די חתונה.....
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

רעקאָרד אויף אייוועלט!!
ס'רייסט לייקס!!!!

דערולעם האקט
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5320
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איי דידידיידאם איי דידידיידאם אחת ואחת, איי דידידיידאם איי דידידיידאם אחת ושתים…

אביסל אבימלך, אביסעלע ארי, אביסל סטאטוס, אביסעלע אייוועלט, זייער מאסיוו, מורא׳דיג אינטערעסאנט, געב מיר אביסל…

דאס איז א איידיע וואס יעדער קען טראכטן פון, אבער קיינער האט עס נאכנישט געמאכט. נייס דזשאב!!

@אבימלך געב עס אפאר מינוט, גייסט טרעפן אין אישי מעסעדזשעס פון אלע מאגאזינען… כאניש קיין השגה פארוואס די הנהלה לייגט דיר נישט ארויף אויף א פעיראל…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10403
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 5:18 pm
דער דאקטאר האט פארשריבן א דאפלטע דאזע אבימלך מעדיצין פאר'ן היינטיגן זונטאג

יישר כח אבימלך פאר'ן ערפילן די פרעסקריפציע

---
כ'בין סתם נייגעריג, דער המכונה "חיימיש" האט א נאמען? בילד? אדער איז ער הינטער די קוליסן
חיימיש באהאלט זיך.. עפעס אזוי ווי אבימלך…
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: 'אביסל' אן אינטערוויו | אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

דאס איז אבימלך אבער נישט נאר אביסל!

געליינט מיט הנאה.

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”