וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

גרינגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

איז דא אין דיין בית מדרש א שיעור אין עין יעקב?
איז בכלל דא אויף די פאליצע א סעט עין יעקב?
דער תירץ איז אז די שיעור איז שוין נישטדא פאר יארן, עס איז שוין דא א אגאנצע דור וואס געדענקט בכלל נישט אז אזא זאך האט עקזעסטירט אמאל
און אויף די פאליצע איז עס אויך שוין כמעט נישטא אין די שולען.

אינ'אמת'ן אז מען קוקט אביסל צוריק, ווייסט מען אז אין אלע דורות זענען געווען 'עמך אידן' וואס האבן זיך צוגעזעצט ביינאכט צו א שיעור אין עין יעקב, שבת האט מען געלערנט מדרש א.א.וו. און נישט יעדער האט געמוזט זיין דער קענער, דער תלמיד חכם, וכו' וכו'.

דער קשיא איז, וואו זענען דאזיגע סארט אידן היינט? און וואו איז דער שיעור פון עין יעקב נעלם געווארן? איז טאקע יעדער היינט מסוגל צו לערנען ביינאכט גמרא בלאט נאך בלאט? צי איז טאקע נישט פארהאן קיין אידן וואס וואלטן ענדערש געשעפּט זייערע חיות פון אגדה המושכות את הלב?

נאר דער תירוץ איז ווייל קיינער וויל זיך נישט ערקלערן אז איך בין אנדערש (פעיר פרעשער בלע"ז), איך בין א קלענערע בעל השגה, און לו יצויר ס׳וועט זיין א שיעור עין יעקב ביינאכט, וואלט זיך יעדער געשעמט זיך צוזעצן צו אזא שיעור, הגם ער באלאנגט זיכער יא צו אזא סארט שיעור.

אין אמתן הייבט זיך אן דער פראבלעם שוין אלס קינד
מען מיינט אז א אינגל אדער בחור וואס איז שוואך אין לערנען, מוז מען משלים זיין מיט אים פריוואט ״אלעס״ וואס זיינע חברים אין כתה לערנען, ער מוז מיט לערנען די סדרי הישיבה פונקט ווי יעדעם.

דא הייבט זיך אן דער גרייז, ווער זאגט ער מוז לערנען דעם שיעור פון דער וואך? ווער זאגט ער טאר נישט זיין קיין אויסנאם? וואס וואלט אים געפעלט ווען ער לערנט צו אפאר משניות פון א לייכטע מסכת א וואך, און אפאר מדרשים פון דער פרשה, אדער טאקע עין יעקב על הסדר.

אדרבה ואדרבה ווען ער לערנט ווען דאס, וואלט דאס קינד/בחור דאך אויפגעשיינט, און אויפגעלאכטן זעהנדיג דאס שיינקייט פון דברי אגדה, ער דערזעהט זיך אין א קורצע צייט מיט עטליכע פרקים משניות אין דער האנט. און דאס וואלט אים געגעבן מוט און חיות זעהנדיג ער איז יא מסוגל אויפצוכאפן א לייכטע סארט לערנען, וואלט דאס אים ארויסגענומען פון זיין צובראכנקייט מיט זיינע יאוש׳דיגע מחשבות מיט וועלכע ער טראגט זיך כסדר ארום, אז פון אים וועט שוין גארנישט זיין.

איינמאל מען וועט דאס אנערקענען, וועט בעז״ה אויפוואקסן פון די ישיבות אינגעלייט וואס זענען מחשיב צו לערנען משניות, אגדה, עין יעקב, חק לישראל, איינמאל ס׳וועט ווערן א פארלאנג וועט זיך בעז״ה אנהייבן צוריק איינפעדעמען אין די בתי מדרשים שיעורים אין עין יעקב, מדרשים וכו׳, עס וועלן שוין ווערן מקשיבים אויף אזא סארט שיעור. און ועל כולם, די דאזיגע סארט אידן וועלן אנהייבן אויפצובליען, און שפירן א טעם אין קראנטע אידישקייט.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

ייש"כ פארן ארויסברענגען וואס ס'באדערט מיר שוין לאנג!
לאמיר האפן אז ס'וועט ווערן א התעוררות איבערצודרוקן דעם עין יעקב אין א שיינע בא'טעמ'טע אויפלאגע, אזוי ווי דער חק לישראל איז שוין ב"ה עטליכע מאל שיין איבערגעדרוקט געווארן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ביבליאגראף האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:56 am

ס'דא היינט שיינע עין יעקב'ס מיט גוטע ליקוטים דערינען.

גאר שיין

המבואר
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:00 am

איך האב טאקע געמיינט די מהדורא פון ווילנא החדש / מסורת הש"ס. ס'איז 'גאר שיין' פאר 20 יאר צוריק.
אויך וואלט מען מען געמעגט אמאל מסדר זיין די גירסאות אין עין יעקב, וואס זענען אויסגעשטעלט לע"ע אויף זייער א צומישנדער אופן, ווען די רינגלעך און אויס-רינגלעך ווייזן נישט אויף קיין טעותים נאר אויף די חילוקים צווישן די גמרא שלפנינו און דער עין יעקב. ואכמ"ל.
וועגן המבואר, בין איך נישט קלאר וועלכע מהדורא דאס איז. אבל דכירנא שראיתי איזה 'עין יעקב המבואר', שלצערי לא עמד ע"ז שהמסגרים אינם 'תיקוני טעויות' והשמיטם כליל והציג רק הגירסא 'המתוקנת'. וכסילים מתי תשכילו.

ביבליאגראף האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:15 am
איך האב טאקע געמיינט די מהדורא פון ווילנא החדש. ס'איז 'גאר שיין' פאר 20 יאר צוריק.
מנהגינו ווען מ'קומט אן צו אן אגדתא אפירצונעמען די עין יעקב הנ"ל, די צוגעלייגטע פרפראות פון די אחרוני מאורי הדורות זענען צום שטוינען.

ביינונז אין סאטמאר וואלט א איד זיך געמעגט שעמען ווען ער קען נישט א פארשטופטע עיון יעקב וגו' דער רבי ברענגט עס צו כסדר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

גרינגער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:43 am
איז דא אין דיין בית מדרש א שיעור אין עין יעקב?
איז בכלל דא אויף די פאליצע א סעט עין יעקב?
דער תירץ איז אז די שיעור איז שוין נישטדא פאר יארן, עס איז שוין דא א אגאנצע דור וואס געדענקט בכלל נישט אז אזא זאך האט עקזעסטירט אמאל
און אויף די פאליצע איז עס אויך שוין כמעט נישטא אין די שולען.

אינ'אמת'ן אז מען קוקט אביסל צוריק, ווייסט מען אז אין אלע דורות זענען געווען 'עמך אידן' וואס האבן זיך צוגעזעצט ביינאכט צו א שיעור אין עין יעקב, שבת האט מען געלערנט מדרש א.א.וו. און נישט יעדער האט געמוזט זיין דער קענער, דער תלמיד חכם, וכו' וכו'.

דער קשיא איז, וואו זענען דאזיגע סארט אידן היינט? און וואו איז דער שיעור פון עין יעקב נעלם געווארן? איז טאקע יעדער היינט מסוגל צו לערנען ביינאכט גמרא בלאט נאך בלאט? צי איז טאקע נישט פארהאן קיין אידן וואס וואלטן ענדערש געשעפּט זייערע חיות פון אגדה המושכות את הלב?

נאר דער תירוץ איז ווייל קיינער וויל זיך נישט ערקלערן אז איך בין אנדערש (פעיר פרעשער בלע"ז), איך בין א קלענערע בעל השגה, און לו יצויר ס׳וועט זיין א שיעור עין יעקב ביינאכט, וואלט זיך יעדער געשעמט זיך צוזעצן צו אזא שיעור, הגם ער באלאנגט זיכער יא צו אזא סארט שיעור.

אין אמתן הייבט זיך אן דער פראבלעם שוין אלס קינד
מען מיינט אז א אינגל אדער בחור וואס איז שוואך אין לערנען, מוז מען משלים זיין מיט אים פריוואט ״אלעס״ וואס זיינע חברים אין כתה לערנען, ער מוז מיט לערנען די סדרי הישיבה פונקט ווי יעדעם.

דא הייבט זיך אן דער גרייז, ווער זאגט ער מוז לערנען דעם שיעור פון דער וואך? ווער זאגט ער טאר נישט זיין קיין אויסנאם? וואס וואלט אים געפעלט ווען ער לערנט צו אפאר משניות פון א לייכטע מסכת א וואך, און אפאר מדרשים פון דער פרשה, אדער טאקע עין יעקב על הסדר.

אדרבה ואדרבה ווען ער לערנט ווען דאס, וואלט דאס קינד/בחור דאך אויפגעשיינט, און אויפגעלאכטן זעהנדיג דאס שיינקייט פון דברי אגדה, ער דערזעהט זיך אין א קורצע צייט מיט עטליכע פרקים משניות אין דער האנט. און דאס וואלט אים געגעבן מוט און חיות זעהנדיג ער איז יא מסוגל אויפצוכאפן א לייכטע סארט לערנען, וואלט דאס אים ארויסגענומען פון זיין צובראכנקייט מיט זיינע יאוש׳דיגע מחשבות מיט וועלכע ער טראגט זיך כסדר ארום, אז פון אים וועט שוין גארנישט זיין.

איינמאל מען וועט דאס אנערקענען, וועט בעז״ה אויפוואקסן פון די ישיבות אינגעלייט וואס זענען מחשיב צו לערנען משניות, אגדה, עין יעקב, חק לישראל, איינמאל ס׳וועט ווערן א פארלאנג וועט זיך בעז״ה אנהייבן צוריק איינפעדעמען אין די בתי מדרשים שיעורים אין עין יעקב, מדרשים וכו׳, עס וועלן שוין ווערן מקשיבים אויף אזא סארט שיעור. און ועל כולם, די דאזיגע סארט אידן וועלן אנהייבן אויפצובליען, און שפירן א טעם אין קראנטע אידישקייט.
היינט איז דא שעורים און חוק אנשטאט , אגב נישט אלע גדולי ישראל האבן מסכים געווען מיטן דרוקן די עין יעקב
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7532
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט.. ס׳ליגט ביי מיר אויפן טיש. קענסט קומען בארגן א באנד.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:20 am
אגב נישט אלע גדולי ישראל האבן מסכים געווען מיטן דרוקן די עין יעקב
אזוי גאר?! עפעס א מקור?
ואני שמעתי להיפך, על חק לישראל, שבזידיטשוב הקפידו שלא ליכנס לבית שנמצא שם חק לישראל.
ואגב, זה מכבר חשבתי להתעסק בזה לאדפוסי אידרא העין יעקב, אבל לא ידעתי מה לעשות אודות פירוש 'הבונה' הנדפס בתוך הע"י, אם להדפיסו או להשמיטו, ולכן פרשתי מזה. והמסכיל יבין.
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

ביבליאגראף האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:29 am

די ערגות הבושם איז געווען דערקעגען. אגב איך האב נישט געזאגט אז מען זאל עס נישט לערנען נאר פארציילט א שטיקל הסטעריע
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

ביבליאגראף האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:29 am
גדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:20 am
אגב נישט אלע גדולי ישראל האבן מסכים געווען מיטן דרוקן די עין יעקב
אזוי גאר?! עפעס א מקור?
ואני שמעתי להיפך, על חק לישראל, שבזידיטשוב הקפידו שלא ליכנס לבית שנמצא שם חק לישראל.
ואגב, זה מכבר חשבתי להתעסק בזה לאדפוסי אידרא העין יעקב, אבל לא ידעתי מה לעשות אודות פירוש 'הבונה' הנדפס בתוך הע"י, אם להדפיסו או להשמיטו, ולכן פרשתי מזה. והמסכיל יבין.
אגב וועגן זידיטשויב האט הרה"ק מטאהש זי"ע געזאגט אז ער האט געקענט געהויבענע זידיטשויבע חסידים וואס האבן געהאט א חוק ביי זיך אינדערהיים.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

אמאל זענען געווען קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מען האט געשפירט די ארעמקייט אויף אלע זייטן, עס איז נישט געווען קיין געלט פאר אן עקסטערע רעפטל ברויט פאר יעדע קינד, נאר איין מאל א וואך מערסטנס איז געווען א זופ פאר נאכטמאל דער טאטע איז געווען פארנימען שעפן וואסער און ארומטראגן צו זיינע קונדן איבער די שטאט, ווען זיין יונגל איז עלטער געווארן האט ער שוין געקענט צולייגן א פלייצע צו טאטעס ארבעט, און אזוי איז אנגעגאנגען דורות, די זיידע און קינדער, זיי זענען געווען עמי הארצ׳ם פון וואס די פסוק רעדט, די קינדער זענען נישט געווען ביים מלמד קיינמאל, די איינציגסטע זאך וואס מען האט געקענט איז געווען תהלים (און אמאל דאס אויך נישט), זיי האבן וויכטיג געדארפט א עין יעקב שיעור, די שיעור איז למעשה געבליבן אפילו אין די לעצטע הונדרעט יאר צירוק, טראץ וואס יענע עמי הארצים זענען שוין נישט געווען אזוי, אבער נאך א שווערע טאג ארבעט האט מען געגאנגען צו א שיעור עין יעקב.

היינט לערנט יעדע יונגל אין חדר און ישיבה, אפילו דיר שוואכסטער האט עפעס א השגה אין גמרא, און סזענען דא היינט פיינע שיעורים מיט פיינע מגידי שיעור אין רוב בתי מדרשים, פאר יעדע סארט מענטש, קיינער בלייבט ב״ה נישט אויסגעשפילט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:20 am
אגב נישט אלע גדולי ישראל האבן מסכים געווען מיטן דרוקן די עין יעקב
ס'קען זיך דאכטן אז דער ר"י ן' חביב איז געווען א קטלא קניא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20504
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

און ווי זענען די עמעראצים הנחשדין על הדמאי נעלם געווארן?.. האסט בעצם א ריכטיגע פונקט און עס איז זיכער די דרך הנכונה אז א מענטש זאל זיך גוט אפשאצן און קובע עיתים זיין אין א מסגרת וואס איז געאייגענט פאר איהם. אבער ס'איז דא נאך צו די מציאות, א. טאקע ווייל יעדער לערנט אין א חדר און ישיבה האט יעדער א ידיעה אין גמרא. ב. ארטסקרול האט געמאכט א מהפיכה און געמאכט די שווערסטע גמרות פאר א לימוד השווה לכל נפש

-
האקט מיט ענליכס
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:38 am
גדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:20 am
אגב נישט אלע גדולי ישראל האבן מסכים געווען מיטן דרוקן די עין יעקב
ס'קען זיך דאכטן אז דער ר"י ן' חביב איז געווען א קטלא קניא.
חס ושלום סמעגען זיין חלוקי דעות
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20504
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ביבליאגראף האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:15 am
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:00 am
ביבליאגראף האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:56 am
ייש"כ פארן ארויסברענגען וואס ס'באדערט מיר שוין לאנג!
לאמיר האפן אז ס'וועט ווערן א התעוררות איבערצודרוקן דעם עין יעקב אין א שיינע בא'טעמ'טע אויפלאגע, אזוי ווי דער חק לישראל איז שוין ב"ה עטליכע מאל שיין איבערגעדרוקט געווארן.
ס'דא היינט שיינע עין יעקב'ס מיט גוטע ליקוטים דערינען.

גאר שיין

המבואר
איך האב טאקע געמיינט די מהדורא פון ווילנא החדש / מסורת הש"ס. ס'איז 'גאר שיין' פאר 20 יאר צוריק.
אויך וואלט מען מען געמעגט אמאל מסדר זיין די גירסאות אין עין יעקב, וואס זענען אויסגעשטעלט לע"ע אויף זייער א צומישנדער אופן, ווען די רינגלעך און אויס-רינגלעך ווייזן נישט אויף קיין טעותים נאר אויף די חילוקים צווישן די גמרא שלפנינו און דער עין יעקב. ואכמ"ל.
וועגן המבואר, בין איך נישט קלאר וועלכע מהדורא דאס איז. אבל דכירנא שראיתי איזה 'עין יעקב המבואר', שלצערי לא עמד ע"ז שהמסגרים אינם 'תיקוני טעויות' והשמיטם כליל והציג רק הגירסא 'המתוקנת'. וכסילים מתי תשכילו.
המאור'ס איז ארום 10 יאר אלט און ממש לא נראה כבושם הזה. כ'ווייס נישט וועגן מהדורא אבער די ביאורים און ליקוטים זענען הערליך שיין, מלוקט ומבואר באופן מבהיל
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אגב דער שבות יעקב האט געלערנט עין יעקב ווען ער איז געוועזן פארוואגלט און די מאורעות הזמן האבן אים אוועקגענומען די קאפ פון לערנען בעיון ווי געוואוינט, און דורכדעם האט כלל ישראל זוכה געווען צו אזא דיימאנט שטיין ווי דעם "עיון יעקב".

דוכט זיך אז בדורינו אלה זעמיר גענוג מאל נישט דערביי צו שווערע ענינים און דער עין יעקב ומפרשיו וואלט געווען א גלענצנדע אפציע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7532
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:45 am
אגב דער שבות יעקב האט געלערנט עין יעקב ווען ער איז געוועזן פארוואגלט און די מאורעות הזמן האבן אים אוועקגענומען די קאפ פון לערנען בעיון ווי געוואוינט, און דורכדעם האט כלל ישראל זוכה געווען צו אזא דיימאנט שטיין ווי דעם "עיון יעקב".

דוכט זיך אז בדורינו אלה זעמיר גענוג מאל נישט דערביי צו שווערע ענינים און דער עין יעקב ומפרשיו וואלט געווען א גלענצנדע אפציע.
ר׳ יעקב מאיר שרייבט ממש דאס אין א בריוו צו איינעם וואס זוכט הילף מיטן לערנען. ער שרייבט דארט אז ס׳איז געווען תקופות ווען ער האט ממש נישט געקענט זיך צוזאמנעמען און ער האט דעמאלטס געלערנט לייכטע געשמאקע לימודים ווי עין יעקב, מדרשים על התורה וכדו׳.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:40 am
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:38 am
גדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 11:20 am
אגב נישט אלע גדולי ישראל האבן מסכים געווען מיטן דרוקן די עין יעקב
ס'קען זיך דאכטן אז דער ר"י ן' חביב איז געווען א קטלא קניא.
חס ושלום סמעגען זיין חלוקי דעות
געדענק אז דער עין יעקב איז געדרוקט דורך מהר"י ן' חביב, און געלערנט געווארן במשך הונדערטער יארן דורך גדולים וקדושים, אדרבה כאפ א בליק אין היברובוקס וויפיל גדולי ישראל האבן פארפאסט פירושים אויפן עין יעקב! און מעגסט וויסן אז דער מהרש"א האט געשריבן זיין "חידושי אגדות" אריגינעל אויפן עין יעקב, כמבואר בהקדמתו לח"א!
טראכסט אז נאך 300 יאר האט דער ערוגות הבושם אנגעהויבן מפקפק זיין?!
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4450
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

צ/ק
ווייל ס'שוין נישטא די עלטערע אידן וואס פארשטייען נאך די סארט אידיש
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

זייער א שיינע זאך צירוק אויפצולעבן לימוד העין יעקב, אבער לגוף הענין פארוואס שיערים דערין זענען כמעט בטל געווארן מיינעך אז גאנץ פשוט, אז די פון די בעל הבית'שע שיכט- וואס פון זיי איז באשטאנען די חלק הארי פון לומדי ע"י- וואס האלטן ביים עפענען א ספר, יעלן ענדערש עפענען א גמרא אדער אפי' א שו"ע פארוואס? ווייל ער האט געלערט אין א פיינע ישיבה, א זאך וואס בדורות עברו האבן זייער אסאך נישט געהאט די זכי'.

ועוד, די תמימות'דיגע צוגאנג צו אידישקייט איז שטארק שוואכעך ווי אמאל (א חלק סיבה דערצו איז טאקע דאס, אז יעדער גייט אין ישיבה) וועגן דעם איז אויך דאס תהילים זאגן שוואכער געווארן.
אלץ בדרך אפשר.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

לכאורה איז טאקע דאס דער סיבה, אמאל האסטו נישט געהאט די אלע פירושים ווי היינט, די אלטע דרוקן, מיט ווייניג פירושים אויף מאמע לשון האט געמאכט שווער צו לערנען פלעין גמרא.
היינט אויב ווילסטו לערנען האסטו אלע סארט פירושים,האטליינס, מגידי שיעור, פשוט, עיון, לומדיש, חסידיש, ליטוויש, אלעס איז הענדי, ממילא איז גרינגערע לימודים ביי טאטעס אביסל אראפ פון די ארענע.

פארוואס נישט לערנען און מאכן א סיום? ובפרט אויב מיט אלע היינטיגע מהלכים קענען זיך מסתמא רוב מענטשן עפארדן, איז פארוואס בלייבן מצומצם צום עיין יעקב?
(נישט אוועקצומאכן דעם עצם עיין יעקב כמובן, נאר ארויסצוברענגען די סיבה)
כנלפע"ד.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7532
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מפי השמועה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:01 pm
צ/ק
ווייל ס'שוין נישטא די עלטערע אידן וואס פארשטייען נאך די סארט אידיש
אידיש? כאפ א בליק אין די המאור סעט. גן עדן.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך מיין אז אין א געוויסן זין האט דאס סך הכל געשיפט פון א שיעור וואס מען לערנט פאר עין יעקב צו א שיעור וואס מען לערנט אליין חק.
דער מגיד שיעור איז געווארן ריפלעיסד מיט א פירוש על הדף...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גרינגער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 10:43 am
נאר דער תירוץ איז ווייל קיינער וויל זיך נישט ערקלערן אז איך בין אנדערש (פעיר פרעשער בלע"ז), איך בין א קלענערע בעל השגה, און לו יצויר ס׳וועט זיין א שיעור עין יעקב ביינאכט, וואלט זיך יעדער געשעמט זיך צוזעצן צו אזא שיעור, הגם ער באלאנגט זיכער יא צו אזא סארט שיעור.

אין אמתן הייבט זיך אן דער פראבלעם שוין אלס קינד
מען מיינט אז א אינגל אדער בחור וואס איז שוואך אין לערנען, מוז מען משלים זיין מיט אים פריוואט ״אלעס״ וואס זיינע חברים אין כתה לערנען, ער מוז מיט לערנען די סדרי הישיבה פונקט ווי יעדעם.
איך מיין סאיז נישט פונקטליך.
פעיר פרעשור איז א מכת מדינה באט בעצאפל אין דעם איז דא וואס טענהן אז סאיז גאר פארקערט אמאל איז געווען די תורה אידן וואס יעדער האט געוואוסט אז זיי זענען תורה אידן און דערנאך זענען געווען בעלי בתים. היינט וועט יעדער בעל הבית וואס האט א שיעור ביינאכט זיך אהער שטעלן ווי א תורה וגדולה איד כאטש ער פילט בכלל נישט אויס און פאדערט בכלל נישט פון זיך אז סזאל טאקע זיין תורה אזוי ברייט ווי זיין גדולה איז, ווען ער נעמט ווען פעיר פרעשור אין דעם חלק וואלט ער אפשר אנגעקומען אהין, אדערווייל איז ער פיין צופרידן מיט זיין שיעור…

די חלק פון חיידער מיין איך סאיז איבערגעטריבן. היינט צוטאגס איז זייער גאנגבאר אז נישט יעדער מוז ״אלעס״ קענען. מוועט צושטעלן חדרי עזרה צו נעמען דעם קינד דאס העכסטע שייך, באט סאיז קלאר אז די קאנסעפט אז נישט יעדער איז א צוקופנדיגער רשכבה״ג איז היינט אנגעקומען ביי רוב מנהלי המוסדות.
צי יש לתקן, איך גלייב אז אזוי ווי אין יעדע אינזיכט קען מען אייביג גיין בעסער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז די עין יעקב נעלם געווארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ס'דא נאך טעמים וענינים אויף לערנען עין יעקב
תניא אגרת הקודש סימן כ"ג האט געשריבן:
על כן אהוביי אחיי ורעיי אל נא תרעו הרעה הגדולה הזאת ותנו כבוד לה' אל[ק]יכם בטרם יחשך דהיינו בין מנחה למעריב כל ימות החול ללמוד בעשרה פנימיות התורה שהיא אגדה שבס' ע"י שרוב סודות התורה גנוזין בה ומכפרת עונותיו של אדם כמבואר בכהאריז"ל והנגלות שבה הן דרכי ה' שילך בהם האדםוישית עצות בנפשו במילי דשמיא ובמילי דעלמא וכידוע לכל חכמי לב וגם ללמוד מעט בשו"ע או"ח הלכות הצריכות לכל אדם וע"ז ארז"ל כל השונה הלכות בכל יום כו' שהן הלכות ברורות ופסוקות הלכה למעשה כמבואר בפרש"י ז"ל שם
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”