זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2079
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

צ"ק

ווער דען זאל עס בלאקן?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

ווישוואש האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:17 pm
דער כולל אינגערמאן איז ווייניגער בארעכטיגט זיך אויסצולופטערן אויף אייוועלט ווי דער ארבעטער?
ער האט דאך געשריבן אז זיי ווילן דאס נישט. זיי פאלן אריין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נישט געליינט דא גארנישט חוץ די קעפל, מיין ענטפער דערויף איז "הלוואי"...
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7105
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ער רעדט פאר אלע כולל אינגעלייט? כידוע אז כולל אינגעלייט גלייכן צו זיין אויסגעטון פון די וועלט און דיסקוטירן קיינמאל נישט קיין נייעס און פאליטיק.

אפשר זאלן די פילטערס בלאקן אייוועלט פאר די ארבעטער וואס 'פאלן אריין'?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

ווישוואש האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:17 pm
דער כולל אינגערמאן איז ווייניגער בארעכטיגט זיך אויסצולופטערן אויף אייוועלט ווי דער ארבעטער?
ניין. אבער קען זיין אז ס׳שטערט אים פשוט מער נאכ׳ן פעניען דארט אפאר שעה.

אפשר.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

ווישוואש האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:24 pm
ער רעדט פאר אלע כולל אינגעלייט? כידוע אז כולל אינגעלייט גלייכן צו זיין אויסגעטון פון די וועלט און דיסקוטירן קיינמאל נישט קיין נייעס און פאליטיק.

אפשר זאלן די פילטערס בלאקן אייוועלט פאר די ארבעטער וואס 'פאלן אריין'?
האסט א פוינט.
האסט א פראבלעם
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2023 6:22 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט א פראבלעם »

פרעג בעסער
זאל אייוועלט בלאקן אריינצילאגען פין א פליפ פאון?


סוועט שפארען צייט פאר די ליינער נישט נאר פין קיאסקן
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

א געוויסע אידישע סייט האבן זיי געבלאקט, זעהט אויס עס האט גיידליינס וואס יא און וואס נישט
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2836
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אמאל האט מען געוויסט אז אויב איינער האט א פראבלעם מיט פעניען די צייט דארף ער אליין ארבעטן און אויב ס'איז שווער איז לפום צערא אגרא.
אין די היינטיגע באקוועמע וועלט, אויב איינער האט נישט די כוחות זיך צו קאנטראלירן פארלאנגט מען פונעם גאנצן ציבור זיך צוצושטעלן צו זיינע שוועריקייטן.
טראץ אייוועלט איז לכו"ע א הינדערט פראצענט אויסגעהאלטענע סייט פארלאנגט מען אבער צו בלאקירן אייוועלט טאטאל. פארוואס? ווייל איך קען מיך נישט איינהאלטן פון זיצן שעות דערויף....
דיאסעג
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:50 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיאסעג »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:12 pm
חיים יצחק האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:03 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:55 pm
קהילות זאלן עפענען קיאסקן ווי ענטערטעינמענט איז גענצליך געבלאקט. דער וואס וועט ניצן די אלגעמיינע קיאסקן, וועט יעדער וויסן פארוואס ער גייט אהין.
יעדע זאך איז קהל שולדיג…

שיגע מעטורע
בכלל נישט

איך האב פארגעשלאגן אז דאס זיין א קהל'ישע זאך, בלויז ווייל פון א ביזנעס פערספעקטיוו לוינט זיך נישט צו בלאקירן סייטס. די קיוביקילס זענען דא פאר ביזנעס און וועלן עס נישט וועלן טון; מצידם זאל מען אפזיצן ווי לענגער ביים קאמפיוטער. דטרף זיין איינער וואס איז דאס גרייט צו טון אביסול לשם מצוה.

קהילות קענען דאס צושטעלן, למשל, אין א ווייבער שול וואס מ'ניצט נישט אגאנצע וואך.
און וואו וועט מען מאכן וואכנאכט'ס?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 22107
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דער אינגערמאן זאל נעקסט טיים נאר אריינלייגן געלט פאר וויפיל צייט ער האלט אז די אימעיל וואלט גענומען צו מסדר זיין.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ההרים
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 21, 2022 12:28 am

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ההרים »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:32 pm
אמאל האט מען געוויסט אז אויב איינער האט א פראבלעם מיט פעניען די צייט דארף ער אליין ארבעטן און אויב ס'איז שווער איז לפום צערא אגרא.
אין די היינטיגע באקוועמע וועלט, אויב איינער האט נישט די כוחות זיך צו קאנטראלירן פארלאנגט מען פונעם גאנצן ציבור זיך צוצושטעלן צו זיינע שוועריקייטן.
טראץ אייוועלט איז לכו"ע א הינדערט פראצענט אויסגעהאלטענע סייט פארלאנגט מען אבער צו בלאקירן אייוועלט טאטאל. פארוואס? ווייל איך קען מיך נישט איינהאלטן פון זיצן שעות דערויף....
אט אדאס וואונדער איך מיך, וויאזוי די היימישע וועלט היינט איז געווייערט צו בלאקן יעדע זאך וואס קען אפשר ארויסקומען א פראבלעם, (אנשטאט צו דיעלן מיט עס.)
מקען נישט סטאפן קארס, אפילו סקען געשעהן עקסידענטס. לערן דיך אויס צו דיעלן מיט עס. וועט אייך גוט זיין.

וואס יא? אפשר קענען זיי מאכן אפאר קאמפיוטערס אהן ענטערטעינמענט סייטס, אזוי אז די וואס ווילן נאר ערלעדיגן עססענטשעלס זאלן וויסן צו נוצן נאר דעי באשטימטע דעסקס.
שמעי' לאנדא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:45 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי' לאנדא »

ברדלס האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:40 pm
אין די הבדלה בליצן פון דעם חודש אייר איז געווען געדרוקט א הארציגע בריוו פון א חשובע יונגערמאן וואס זיצט אין כולל על התורה ועל העבודה, און איז אריין אין קיאסק טשעקן זיין אימעיל און ערלעדיגן עפעס, אז ער איז שוין דארט געווען האט ער שוין געכאפט א בליק אין די אויסגעהאלטענע סייט, וואס איז פול מיט נייעס און קליפס, און האט זיך געטראפן פארשווענדן שעות ארוכות און אויסגעהארעוועטע געלטער, פאר נארישע גוי'אישע קליפס און שטותימ'דיגע נייעס און טענה'רייען.

דאס איז נישט די איינציגע פאל, אין די לעצטערע וואכן איז געווען עטליכע אזוינע בריוון, סיי אין יעזורו און אין אנדערע פלעצער, דאס ווייזט אז ס'איז א פארשפרייטע מכת מדינה.
היינטיגע טעג זענען די קיאסקן פארשפרייט אל אווער די פלעיס, די חשובע כולל יונגעלייט ברויכן אריינגיין ערלעדיגן זייערע זאכן, און אנשטאט דער יונגערמאנ'ס מוח זאל זיין פארנומען מיט די סימנים און שו"ע און/אדער פירצת הדור איז ער בקי בכל שבילי דאייוועלט כחד מנן.
די שאלה איז צי די בריוון זענען אויטענטיש, מיין געס איז אז נישט.

ווי ווייט מיין מח פארשטייט און מיינע אויגן זעען, זענען די יונגעלייט וואס זיצן אפ אויף אייוועלט, נישט די זעלבע יונגעלייט וואס זייערע מוחות זענען פארנומען מיט די סימנים אין שו"ע.

אלזא איך וואלט געטוישט די פראגע צו: "איז בלאקן אייוועלט די לעזונג?"
יעדע זאך נעמט צייט
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

עס זאל זיין צוגעשטעלט שטיפ פלעצער ווי אינגעלייט זאלן פאר'תכלעווען יאארען און ווערן עדיקטעט צו סייט'ס איז א מכשול לרבים.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הדא הוא דכתיב
מען דארף זיך נישט זארגן?
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

דיאסעג האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:33 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:12 pm
חיים יצחק האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:03 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:55 pm
קהילות זאלן עפענען קיאסקן ווי ענטערטעינמענט איז גענצליך געבלאקט. דער וואס וועט ניצן די אלגעמיינע קיאסקן, וועט יעדער וויסן פארוואס ער גייט אהין.
יעדע זאך איז קהל שולדיג…

שיגע מעטורע
בכלל נישט

איך האב פארגעשלאגן אז דאס זיין א קהל'ישע זאך, בלויז ווייל פון א ביזנעס פערספעקטיוו לוינט זיך נישט צו בלאקירן סייטס. די קיוביקילס זענען דא פאר ביזנעס און וועלן עס נישט וועלן טון; מצידם זאל מען אפזיצן ווי לענגער ביים קאמפיוטער. דטרף זיין איינער וואס איז דאס גרייט צו טון אביסול לשם מצוה.

קהילות קענען דאס צושטעלן, למשל, אין א ווייבער שול וואס מ'ניצט נישט אגאנצע וואך.
אינטערסאנטע געדאנק.
פארוואס זאלן די קהילות נישט צאלן פאר יעדעם'ס פילטער
אויסגעלאשענע פען
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 7:28 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעלאשענע פען »

רעדנדיג צו א פריש חתונה געהאטע אינגערמאן האט ער זיך גע'עפענט זיין הארץ צו מיר איבער זיין אלקאהאל אדיקציע, ווי דאס הרגעט זיין לעבן, צושטערט זיין שלום בית אין שטייציך זיין רוחניות

פארוואס למאן השם שפארט מען נישט צו אלע וויין געשעפטן,?? פארוואס פארקויפט מען אלקאהאל אין די שמשים שטיבלעך???

ווי זענען די עסקנים? ווי זענען די רבנים?
חברונער
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:19 pm
צ"ק

ווער דען זאל עס בלאקן?
די פילטער קאמפעניס
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אויסגעלאשענע פען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 3:21 pm
רעדנדיג צו א פריש חתונה געהאטע אינגערמאן האט ער זיך גע'עפענט זיין הארץ צו מיר איבער זיין אלקאהאל אדיקציע, ווי דאס הרגעט זיין לעבן, צושטערט זיין שלום בית אין שטייציך זיין רוחניות
ס'זעכער אז מען קען נישט אפשטעלן יעדע מסוכנדיגער אדיקציע, אבער וויפיל מען קען איינשפארן איז הצלת נפשות
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די שאלה אויפן קעפל וואלט געדארפט זיין אביסעל אנדערש:
זאלן זיין קיאסקן וואס בלאקירן ענטערטעינמענט?

נישט אז ס'זאל ווערן אזא תקנה אז קיאסקן מוזן זיך צושטעלן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

כ'וויל וויסן וויפיל פון די "יא" תגובות זענען געשריבן געווארן פון קיאסק...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

ברדלס האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:40 pm
אין די הבדלה בליצן פון דעם חודש אייר איז געווען געדרוקט א הארציגע בריוו פון א חשובע יונגערמאן וואס זיצט אין כולל על התורה ועל העבודה, און איז אריין אין קיאסק טשעקן זיין אימעיל און ערלעדיגן עפעס, אז ער איז שוין דארט געווען האט ער שוין געכאפט א בליק אין די אויסגעהאלטענע סייט, וואס איז פול מיט נייעס און קליפס, און האט זיך געטראפן פארשווענדן שעות ארוכות און אויסגעהארעוועטע געלטער, פאר נארישע גוי'אישע קליפס און שטותימ'דיגע נייעס און טענה'רייען.

דאס איז נישט די איינציגע פאל, אין די לעצטערע וואכן איז געווען עטליכע אזוינע בריוון, סיי אין יעזורו און אין אנדערע פלעצער, דאס ווייזט אז ס'איז א פארשפרייטע מכת מדינה.
היינטיגע טעג זענען די קיאסקן פארשפרייט אל אווער די פלעיס, די חשובע כולל יונגעלייט ברויכן אריינגיין ערלעדיגן זייערע זאכן, און אנשטאט דער יונגערמאנ'ס מוח זאל זיין פארנומען מיט די סימנים און שו"ע און/אדער פירצת הדור איז ער בקי בכל שבילי דאייוועלט כחד מנן.

וואס איז די סעלושן?

זאגן פאר א יונגערמאן, קוק נישט אייוועלט, איז זייער שווער. ער זיצט סיי ווי דארט אויף א באקוועמע בענקל, א גרויסע סקרין און שיינע מוזיק. ער וויל נאר געבן איין בליק וואס טוט זיך. און מען פארט אריין אומוועלנדיג. מ'קען אפשר מאכן קבלות מיט גורלות... אבער כ'מיין ס'איז נישט אזוי געשמאק...

זאל'ן די פילטערס פארמאכן אייוועלט? ווילאנג ס'איז אן אויסגעהאלטענע סייט און ראטעוועט מענטשן פון זען פיל ערגערס, ווייס איך נישט ווער ס'נעמט אזוינס אויף זיך.

זאל מען פארשפארן די קיאסקן? קענען דאך מענטשן קויפן ח"ו קווין פאונס צו זען זייערע אימעילס... ערנסט גערעדט, מענטשן דארפן עס האבן, און למעשה איז דאס דער זאך וואס האלט אפ אסאך מענטשן פון האבן אינטערנעט און שטוב, און ווילאנג ס'האט א גוטע פילטער, קען מען נישט זאגן עס צוצושפארן.

וואס יא, מ'קען פשוט זאגן פאר די פילטערס זאלן בלאקן אייוועלט פון די קיאסקן...
די אלע מענטשן וואס דארפן קוקן אייוועלט לצורך פרנסה האבן סיי ווי אייגענע דעווייסעס. די מענטשן וואס זיצן אין קיאסקן ווילן זיך שפאר געלט, און ס'זאל זיי נישט אריינקאסטן אין די הויזן.
די פראבלעם איז נאר אז די קיאסקן ווילן נישט דערלייגן קיין געלט... אבער כ'מיין ס'איז אויך פאר זייער טובה, אז מען זאל פשוט אויפהערן האקן אויף די קיאסקן, ווייל ווי מער יונגעלייט און בחורים ווערן פארכאפט אין שוואוילטאג און צייט אויסברענעריי, גייט דאס גורם זיין מער צו האקן אויף זיי.

גראדע איז דא א קיאסק אין וומב"ס וואס האט לעצטנס איינגעפירט פילטער לעוולס, מען קען אויסוועלן וועלכע לעוול פילטער מען זאל האבן, און די דיפאולט לעוול לאזט נישט קיין ענטערטעימענט. מען קען עס אליינס אנשטעלן די ערשטע מאל, און שפעטער דארף עס שוין די מענטש טוישן. ס'איז א שטיקל מהלך ארויס, עס נישט אינגאנצן צו פארבאטן אויב איינער וויל עס שטארק.
ברדלס האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 3:55 pm
הודו לה'!

און מיין שכן וואס האט נישט קיין אייוועלט האט געקענט ארבעטן רואיג די לעצטע 15 מינוט...


כ'טריי צו כאפן אויב די ביסט קעגן קיאסק'ס - כולל אינגעלייט אדער בעצם אייוועלט...
אויסגעלאשענע פען
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 7:28 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעלאשענע פען »

סמעטענע האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 3:41 pm
אויסגעלאשענע פען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 3:21 pm
רעדנדיג צו א פריש חתונה געהאטע אינגערמאן האט ער זיך גע'עפענט זיין הארץ צו מיר איבער זיין אלקאהאל אדיקציע, ווי דאס הרגעט זיין לעבן, צושטערט זיין שלום בית אין שטייציך זיין רוחניות
ס'זעכער אז מען קען נישט אפשטעלן יעדע מסוכנדיגער אדיקציע, אבער וויפיל מען קען איינשפארן איז הצלת נפשות
כהאף אז די ביסט סארקאסטיש..... מ'ברויך האבן כאטש אביסל אייגענע סעלף קאנטראל,
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

דאס איז איינמאל זיכער אז די רבנים און מגידים דארפן זיין מער אWער וואס טוט זיך דא. אזוי קען מען מעורר זיין און צוגרייטן די יוגענט צו די נסיון פון אייוועלט (צייט פארשווענדונג) וואס זיי וועלן אנטרעפן ביים ערלעדיגן ווכיטיגע זאכן אויף'ן וועב.

די פאקוס ביז היינט איז בעיקר אז די וועב איז אנגעפיקעוועט מיט שמוץ, דור המבול (ציונות). אבער עס ווערט נישט גענוג געווארענט אז עס איז דא היימישע ענטערטעימענט וואס קען אריינצוען א מענטש אומוועלענדיג.

איך האב נאך נישט געהערט אז ביי א דרשה פאר בני תורה זאל מען דערמאנען 'אייוועלט' בשם המפורש
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

הרים סביב האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 4:08 pm
דאס איז איינמאל זיכער אז די רבנים און מגידים דארפן זיין מער אWער וואס טוט זיך דא. אזוי קען מען מעורר זיין און צוגרייטן די יוגענט צו די נסיון פון אייוועלט (צייט פארשווענדונג) וואס זיי וועלן אנטרעפן ביים ערלעדיגן ווכיטיגע זאכן אויף'ן וועב.

די פאקוס ביז היינט איז בעיקר אז די וועב איז אנגעפיקעוועט מיט שמוץ, דור המבול (ציונות). אבער עס ווערט נישט גענוג געווארענט אז עס איז דא היימישע ענטערטעימענט וואס קען אריינצוען א מענטש אומוועלענדיג.

איך האב נאך נישט געהערט אז ביי א דרשה פאר בני תורה זאל מען דערמאנען 'אייוועלט' בשם המפורש
אבער וואס האט מען פון אסר'ן אייוועלט ווען ס'דא דעי אלע אינטערנעט קאמפיין'ס וואס רב וואזנער האט גע'אסר'ט נאך ביים כינוס כלל ישראל, און דאס שלעפט אריין צו ווערן עדיקטעט צו די אינטערנעט😭😭😭😭אינגעלייט גייען נאר קוקן ווי די קאמפיין האלט, און זיי בלייבן שוין אדיקטעט לעולם וועד...

כ'ווייס אליינס נישט אויב מען דארף לאכן אדער וויינען. רבש"ע קוק וואס אינזערע דאגות זענען.. אייוועלט....!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”