איין ווארט פורים - קרי”ש א גאנץ לעבן
ערב פורים תשפ”ג
ס’איז ערב פורים. אין עפעס א ישיבה קטנה, גרייט מען זיך שוין צו מיט העפטיגע טעטיגע הכנות צום גרויסארטיגן יו”ט, וואס בחורי ישראל פארנעמען גאנץ א שיינע אויבן-אן זיץ ביי די יו”ט.
אזויווי ביי אסאך ישיבות, האט מען אין די ישיבה אויך זיך אנגעגרייט גאר שטארק צום צווייטן נאכט פונעם יום, צו א גרויסע משתה היין, פראווען מיט’ן פורים רב אינאיינעם, מ’טרינקט מ’עסט, מ’טאנצט און מ’שפרינגט. ווי נישט ווי קומט זיך עפעס פאר די טייערע בחורים וואס האבן א גאנצן טאג געקלעטערט נאך געלט פאר’ן ישיבה.
די בחורים האבן גערופן עפעס א יונגערמאן, רך בשנים ואב בבדיחות, זאל קומען רעדן און מאכן אפאר ווערטלעך, לשמח אלוקים, (ועיקר -) אנשים. די יונגערמאן האט מסכים געווען. (כ’האף אז די ישיבה יא.....)
די בדחן, נאך וואס ער האט זיך געטראפן אין אזא געלעגנהייט, אז ער גייט רעדן פאר 40-50 חשוב’ע בחורים, האט ער געטראכט צו זיך, פאר איך וועל מאכן די דזשאוקס, העל איך רעדן 3-4 מינוט, אביסל ערענסטע זאכן, אביסל חיזוק און טייערע געדאנקען צו שטיצן און אויפהייבן די בחורי חמד.
ואכן כך הוה.
די יונגערמאן איז געקומען גערדט קודם אפאר מינוט דברי חיזוק, שפעטער אסאך מינוט דברי בדחנות. והישיבה צהלה ושמחה.
בעצם, וואלט זיך די מעשה געענדיגט דא.
אזוי האט די יונגערמאן געמיינט.
אפאר וואכן שפעטער, באקומט די יונגערמאן/בדחן א טעלעפאון קאלל פון איינע פון די בחורים וואס זענען דארט געווען אין ישיבה בשעת ער האט גערעדט. די בחור פארציילט פאר די יונגערמאן:
ביסט געקומען רעדן, און פאר די ווערטלעך האסטו געזאגט אביסל דברי חיזוק. בתוך הדברים האסט געגעבן עפעס א זאג, ’איינער פון די יסודות פון א חסיד’יש"ע בחור איז, ליינען קרי’’ש שעל המיטה ביינאכט, מיט הוט-רעקל-גארטל”.
פארציילט די בחור ווייטער:
איך האב מיר געמאכט א חשבון, און איך האב באמערקט אז איך ליין פשוט נישט קיין קרי”ש. זאלסטו וויסן - זייט דעמאלטס ליין איך קרי”ש יעדע נאכט! מיט א הוט-רעקל-גארטל פון אינעווייניג!
די יונגערמאן, האט ניטאמאל געדענקט אז ער האט עס געזאגט.... זייענדיג בגילופין בשעת מעשה, אבער..... ער האט עס פשוט נישט געגלייבט.... אזא מעשה.... ער האט שוין אנגעהויבן חרטה האבן פארוואס ער האט נישט גערעדט מער... ער האט באמת נישט געגלייבט אז ווערטער וואס ער גייט זאגן פורים אויפדערנאכט פאר אפאר אויסגעמאטערטע בחורים - העט האבן אזא השפעה.
יעצט, אייר תשפ”ד.
די יונגערמאן באקומט עודך א טעלעפאון, פון די בחור. די בחור זאגט אים איבער די זעלבע זאך. און די יונגעמאן פארשטייט נישט. ’האסט מיר עס שוין געזאגט? פאר וואס רופסטו מיר אן נאכאמאל פארציילן די מעשה?
זאגט די בחור:
איך האב דיר נאר געוואלט זאגן. אז נאכאלס. איך ליין קרי”ש יעדע נאכט פון אינעווייניג - נאר וועגן דיר!
~~~~~~
ווען אונז וואלט ווען געוואוסט ווי א שטארקע השפעה אונזער ווערטער האבן, לטב ולמוטב, וואלטן מיר אפשר מער גערעדט.
איין ווארט פאר א בחור’ל, א גוט מארגן, א גריס נאך שחרית, אדער אפילו א שאקל מיטן קאפ, קען און ראטעוועט דורות!
וואס איין ווארט קען אלס אויפטון.... הלוואי וואלטן מיר געוואוסט....
יודעלעך, ברודערלעך, לאמיר זיך מחזק זיין איינער דעם אנדערען, און פרובירן צו געבן א גוט ווארט, א קומפלימנט פאר א חבר. עס שפארט אסאך עגמת נפש.
עניוועיס, כ’בין שוין מיד.
א גוטע נאכט.