מונח בקופסא - טעלעפאן סיסטעם

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דאבעליו
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:00 pm

מונח בקופסא - טעלעפאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאבעליו »

ס'איז ראוי ארויפצוברענגען דא אינעם ספרים ומחברים פארום א נייע נוצבארע טעלעפאן סיסטעם, וואס איז א שטארקע חידוש און הילף פאר מחברי ספרים, און בכלל בעלי מחדשים, אידן מיט רעיונות, כולל אינגעלייט, מגידי שיעורים און ערנסטע בעלי בתים.

די טעלעפאן סיסטעם הייסט "מונח בקופסא".

ס'זענען דא הונדערטער אידן וואס האבן כסדר חידושים, געדאנקען, רעיונות, צי אויף די וואכעדיגע סדרה, צי מועדים, גמרא, שולחן ערוך, און עס ווערט נישט געסעיווט און אוועקגעלייגט, ווייל זיי גייען זיך נישט אראפזעצן עס אפשרייבן, אבער זיי וואלטן שטארק געוואלט אז די אלע חידושים זאל ווערן אוועקגעלייגט למען יעמדו ימים רבים, אז זיי זאלן עס קענען איבערהערן ווען זיי דארפן עס, אדער אמאל אפשר ארויסגעבן א ספר וכדומה.

אזא איד עפנט א מונח בקופסא אקאונט, ער באקומט א קעסטל אויפ'ן סיסטעם וואו ער קען אריין ריקארדירן אלעס וואס ער וויל, צעטיילט לויט קאטאגאריעס און אפטיילונגען, און אלעס ווערט געסעיווט אויפ'ן סיסטעם. בנוסף צו דעם איז אלעס געסעיווט אויף א גוגל דרייוו לינק, וואו ער קען אלעמאל עס גיין אויפזוכן, איבערהערן אדער עס שעירן מיט א טייפיסט א.ד.ג.

די סיסטעם האט נאך אסאך אפציעס און מעגליכקייטן, אבער דאס אליינס איז שוין גענוג אז עס זאל זיין א נייעס און אינטערעסאנט פאר די וואס זוכן עס.

די טעלעפאן נומבער צו די סיסטעם איז 929-322-1414
אטעטשמענטס
Munach.pdf
(199.65 KiB) געווארן דאונלאודעד 31 מאל
דאבעליו
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:00 pm

Re: מונח בקופסא - טעלעפאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאבעליו »

כ'האב גענומען אפאר סקרינשאטס פון די גוגל דרייוו פאלדער, וואו ס'ווערט געסעיוועט לויט קאטאגאריעס אלעס וואס מ'זאגט אריין אינעם טעלעפאן סיסטעם.
אטעטשמענטס
Capture (1).PNG
Capture (1).PNG (17.18 KiB) געזען 460 מאל
Screenshot 2024-06-06 160226.png
Screenshot 2024-06-06 160226.png (33.77 KiB) געזען 460 מאל
Screenshot 2024-06-06 160312.png
Screenshot 2024-06-06 160312.png (37.47 KiB) געזען 460 מאל
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: מונח בקופסא - טעלעפאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

וויפיל איז די פרייז ?
דאבעליו
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:00 pm

Re: מונח בקופסא - טעלעפאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאבעליו »

די בעיסיק פלען איז $24.99

עס איז דא א אפגרעידעד פלאן פאר $44.99, וואס גיבט אויך די מעגליכקייט אז אנדערע מענטשן זאלן קענען אריינקאלן דיין אוצר און אויסהערן פון דארט די אריינגעזאגטע שיעורים. למשל א מגיד שיעור וואס זאגט אריין שיעורים און די תלמידים קענען אריינקאלן מיט א פעסווארד און עס אויסהערן, אדער א זיידע וואס רעקארד זיינע תורה'לעך און די קינדער און אייניקלעך קענען עס אויסהערן.
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: מונח בקופסא - טעלעפאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

דאבעליו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 3:18 pm
די בעיסיק פלען איז $24.99

עס איז דא א אפגרעידעד פלאן פאר $44.99, וואס גיבט אויך די מעגליכקייט אז אנדערע מענטשן זאלן קענען אריינקאלן דיין אוצר און אויסהערן פון דארט די אריינגעזאגטע שיעורים. למשל א מגיד שיעור וואס זאגט אריין שיעורים און די תלמידים קענען אריינקאלן מיט א פעסווארד און עס אויסהערן, אדער א זיידע וואס רעקארד זיינע תורה'לעך און די קינדער און אייניקלעך קענען עס אויסהערן.
חודש'לעך?
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2963
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: מונח בקופסא - טעלעפאן סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

וויאזוי ווערט די דרייוו פאלדער מסודר מיטן נאמען, כ'שטעל זיך פאר אז מען ברויך אליין געבן די נעמען אויפן דרייוו פאלדער, איז ריכטיג?
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”