בלאט 1פון 1

בלויע פעדימער

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:11 pm
דורך ענדע צדיק!
בס״ד


CGO_2548-Edit copy 2 2 copy.jpg
CGO_2548-Edit copy 2 2 copy.jpg (355.89 KiB) געזען 268 מאל


ווען שטריקן
טוט שטיקן
מיין האלז
און די שטריק
פונעם בריק
פאלט
מיט שטריקן
אין נעץ
פארכאפט
ווי מיט שטריק
אינעם יעצט
פארקלאפט

מיט די שטריקל
איבערן בריקל
איך שפאן
ווייל שטריק
אויף צוריק
איז נישט פארהאן
דער שטריק
בלוי געשטיקט
פון זייטן פיר
שטריק
וואס קניפט צוריק
צום שורש איר

די שטריקן
זיי דערשטיקן
און אפהיטן
און די שטריקן
זיי דערקוויקן
פון אלעם גוטן
מיינע שטריקן
אין הארץ שטריקן
טיפע קניפן
א קוש שיקן
אויף אייער רוקן
פון מיינע ליפן

ליבע שטריקן
איך וויל אייך קוקן
אין די אויגן
כ'בעט אייך - שטריקן
האלט מתוקן
מיינע אויגן.

Re: בלויע פעדימער

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:25 pm
דורך אונטערגעשריבענערהייט
הייליג און ריין ! !

Re: בלויע פעדימער

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:27 pm
דורך קארלסבורג איד
וואאאאף... ווער בין איך צו קאמפלימענטירן אזא אלט געזעסענער.... אבער דאס איז פיינע נייעס........

Re: בלויע פעדימער

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:40 pm
דורך קארלסבורג איד
קארלסבורג איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:27 pm
וואאאאף... ווער בין איך צו קאמפלימענטירן אזא אלט געזעסענער.... אבער דאס איז פיינע נייעס........
ווער עס גייט מיר אויף דעם תגובה א לייק געבן

וועל איך האבן א שטיקל רוגזה און זיך רעגן

ווייל דאס איז אפילו נישט קיין שאלה

סאך הכל בין איך מיין פליכט ממלא

וואס הייסט ווער בין איך?

איך בין די זעלבע ווערט ווי דיך

פראביר נאר אריין צו גיין אין מיינע שיך

ווען די האסט קאמפלימענטן געזוך

די ביזט אויך אמאל אויף אייוועלט געווען נייער

און עני קאמפלימענט פון עני שר איז דיר געווען טייער

עס האט דיר געגעבן חיזוק עד אין לשער

זאג איך דיר מיט ברען און פייער

די ביזט גוט איך זאג דיר עס אין פנים אריין

און זיכער אז שטיל וועל איך נישט זיין

ווען איך זעה עפעס שיין

וועל איך מיר נישט אפהאלטן אליין

דיר צו געבן א קאמפלימענט ווייל די גראמען מיט די פוינט זענען מלא חן

Re: בלויע פעדימער

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 2:12 am
דורך מיינע געדאנקען
@ענדע צדיק! דיינע ווערטער ערפילט
וואס מען זעהט אינעם בילד!!!!

Re: בלויע פעדימער

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 10:21 am
דורך ענדע צדיק!
ייש״כ.

@קארלסבורג איד שיין!

Re: בלויע פעדימער

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 11:47 am
דורך שלמה מולכו
הערליכע פיעס אוו ארט, איך גיי פאר די פעינטינג מער אפילו ווי די פאעט.

נישט געוואוסט ביי ענק טראגט מען תכלת...

Re: בלויע פעדימער

געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:01 pm
דורך שוואכער
וואף! הייליג!

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: