עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

פאר ביז איר גייט צום דענטיסט אין אפילו נאכדעם.
האסטו ווייטאג אין די ציין ?
די לעצטע שטיק צייט קימט מיר זייער צוניץ א טוט פעיסט וואס הייסט natures miracle,
מען דארף פארשטייט זיך גיט פיצן די ציין, נאכדעם דארף מען עס לאזן אין די מויל אין נישט אויסשווענקן פאר מינימום 2 מינוט, עס העלפט וואונדערבאר ברוך השם !!

איך שמיר אן די בראש 4 מאל פאר אויבן אין אינטען ביידע זייטן, א יעדן נאכט, צופרי ניץ איך א רעגולער טוט פעיסט

עס קאסט גאנץ טייער אבער עס איז ווערט אלע געלטער

איך האב עס געקויפט אין קרית יואל פארמעסי אין שאפינג צענטער, עס קאסט בערך $35 איך געדענק שוין נישט פינקטלעך.
פראבירט עס אויס אין איבערצייגט אייך.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

תגובה דורך קנאפער ידען »

https://naturescue.com/products/nature- ... 0668446010

עס דארף אויך צו העלפן מער פערמענאנט צו העלפן פאר ציין/גאם פראבלעמען.

(אפיציעל דארף מען עס לייגן אסאך לענגער ווי צוויי מינוט. זיי שרייבן עטליעסט 15-20 מינוט.)
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

חיים טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 1:42 am
פאר ביז איר גייט צום דענטיסט אין אפילו נאכדעם.
האסטו ווייטאג אין די ציין ?
די לעצטע שטיק צייט קימט מיר זייער צוניץ א טוט פעיסט וואס הייסט natures miracle,
מען דארף פארשטייט זיך גיט פיצן די ציין, נאכדעם דארף מען עס לאזן אין די מויל אין נישט אויסשווענקן פאר מינימום 2 מינוט, עס העלפט וואונדערבאר ברוך השם !!

איך שמיר אן די בראש 4 מאל פאר אויבן אין אינטען ביידע זייטן, א יעדן נאכט, צופרי ניץ איך א רעגולער טוט פעיסט

עס קאסט גאנץ טייער אבער עס איז ווערט אלע געלטער

איך האב עס געקויפט אין קרית יואל פארמעסי אין שאפינג צענטער, עס קאסט בערך $35 איך געדענק שוין נישט פינקטלעך.
פראבירט עס אויס אין איבערצייגט אייך.
עס איז נישט נאר טעמפערערי.
עס העלפט די ציין צוריקוואקסן און עס פארמאכט לעכער.
איך ווייס פון געוויסע וואס די עקסרעי האט געוויזן אז זיי ברויכן א רוט קאנאל, און נאכן נוצן די ציין פיץ פאר א וויילע און זיי זענען צוריק געקומען צום דענטיסט, איז געניג געווען א געווענליכע פילינג.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

סדארף / סהאט א הכשר?
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כרוספדין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:11 am
סדארף / סהאט א הכשר?
האט. דעברעצין.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

וואס איז די גויאישע ווערסיע פון דעם? א איד האט נישט ערפינדן קיין ציין פוץ. אדער איז דא א גויאישע ווערסיע און דאס פשוט האט א הכשר, אדער איז עס אזוי ווי די אלע היימיש אויפגעמאכטע שמירן וכדומה.

איך וויל באמת וויסן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

משהלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:30 am
וואס איז די גויאישע ווערסיע פון דעם? א איד האט נישט ערפינדן קיין ציין פוץ. אדער איז דא א גויאישע ווערסיע און דאס פשוט האט א הכשר, אדער איז עס אזוי ווי די אלע היימיש אויפגעמאכטע שמירן וכדומה.

איך וויל באמת וויסן.
עס איז אזא סארט נעטשרול מיינדעד פראדוקט, וואס דו קענסט רופן אויפגעמאכט.

כמובן אז עס איז דא אנדערע נעטשרול מיינדעד טוטפעיסטס, אבער יעדער פראדוצירער מאכט דאך אנדערש מיט אנדערע באשטאנדטיילן (און ער גייט דאך אוודאי נישט ארויסגעבן דער סוד) סאו כ'גלייב נישט דו קענסט טרעפן דער גוי'שע ווערסיע "פון דעם".

דער "מיריקעל קלעי" זאך איז בעיקר געבויעט אויף Bentonite Clay, אבער כמובן אז דער ספעציפישער פראדוקט קען האבן נאך זאכן אין זיך.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

ווי לאנג דארף מען עס ניצן צו זען רעזולטאטן?
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס... מיט א שווערע אינפעקציע אויף די צינג
סאו, ....
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס...
סאו, ....
😱
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס...
סאו, ....
אוי וויי! וואס זענען געווען די סייד עפעקסט?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:04 am
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס...
סאו, ....
אוי וויי! וואס זענען געווען די סייד עפעקסט?
א שווערע צינג אינפעקציע (א יודענע אין די זעכציגר)
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מירעקל קלעי קרעים ציעט ארויס אינפעקציע'ס.
איך ווייס נישט וועגן אויסהיילן לעכער אין די ציין, אבער איך האב שוין פראבירט די קריעם ווערסיע מערערע מאל אויף הויט אינפעקציעס, און עס האט געארבעט בעסער ווי Bactroban.
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

איך נוץ שוין די טוט פעיסט פאר א שיינע שטיק צייט אן קיין סייד עפעקטס בה, מיינע ציינער זענען געווארן סך ווייסער
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס... מיט א שווערע אינפעקציע אויף די צינג
סאו, ....
פארוואס מיינסטו אז עס האט געהאט שייכות מיטן דאס נוצן?

עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

דו קענסט עס ערקלערן? וויאזוי איז דאס גורם אינפעקציעס?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:42 am

פארוואס מיינסטו אז עס האט געהאט שייכות מיטן דאס נוצן?

עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

דו קענסט עס ערקלערן? וויאזוי איז דאס גורם אינפעקציעס?
מסביר זיין וויאזוי ער ווייסט אז עס האט שייכות וועלעך לאזן פאר אים, אויב ער ווייסט.

אבער דער סענס טענה איז אומריכטיג, און איז א דזשענעראלע טעות וואס מאנכע האבן אז זינט עס איז נעטשרול און סופאוזעדלי געזונט מוז זיין אז עס קען נישט טון שאדן.

דער מציאות איז אבער אז "עס טוט עפעס" צו דער מענטש'ס גוף סיסטעם. רוף עס "ארויסציען אינפעקשענס" אדער וויאזוי דו ווילסט. אבער אז עס טוט "עפעס" קען עס פונקט אזוי "צומאל מעגליך" טון עפעס נישט וואס מ'וויל (לדוגמא: ארויסציען עפעס צופיל און איבערלאזן א void אינעם גוף עלול צו האבן פראבלעמען, אדער אריינגעבן צופיל פון א געוויסע מיניראל וואס דער גוף דארף אבער דארף עס באלאנסירט מיט אנדערע מיניראלען וואס קאונטערן עס.)
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

FDR האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:59 am
ווי לאנג דארף מען עס ניצן צו זען רעזולטאטן?
ביי מער איז פארשווינדן שווערע ווייטאג נאך 4 טעג
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:48 am
נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:42 am

פארוואס מיינסטו אז עס האט געהאט שייכות מיטן דאס נוצן?

עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

דו קענסט עס ערקלערן? וויאזוי איז דאס גורם אינפעקציעס?
מסביר זיין וויאזוי ער ווייסט אז עס האט שייכות וועלעך לאזן פאר אים, אויב ער ווייסט.

אבער דער סענס טענה איז אומריכטיג, און איז א דזשענעראלע טעות וואס מאנכע האבן אז זינט עס איז נעטשרול און סופאוזעדלי געזונט מוז זיין אז עס קען נישט טון שאדן.

דער מציאות איז אבער אז "עס טוט עפעס" צו דער מענטש'ס גוף סיסטעם. רוף עס "ארויסציען אינפעקשענס" אדער וויאזוי דו ווילסט. אבער אז עס טוט "עפעס" קען עס פונקט אזוי "צומאל מעגליך" טון עפעס נישט וואס מ'וויל (לדוגמא: ארויסציען עפעס צופיל און איבערלאזן א void אינעם גוף עלול צו האבן פראבלעמען, אדער אריינגעבן צופיל פון א געוויסע מיניראל וואס דער גוף דארף אבער דארף עס באלאנסירט מיט אנדערע מיניראלען וואס קאונטערן עס.)
איך פארשטיי.

איך פרעג ווייל עס איז די ערשטע מאל וואס איך הער אז עס פאראורזאכט פראבלעמען, ביז היינט האב איך נאר געהערט רעדן גוטס דערויף. (סיידן פון די וואס מאכן חוזק דערפון און פון אלע אנדערע נאטירלעכע זאכן)

איך וויל באמת פארשטיין.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:42 am
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס... מיט א שווערע אינפעקציע אויף די צינג
סאו, ....
פארוואס מיינסטו אז עס האט געהאט שייכות מיטן דאס נוצן?

עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

דו קענסט עס ערקלערן? וויאזוי איז דאס גורם אינפעקציעס?
איך בין נישט קיין דאקטער און נישט קיין ווייטעמיניסט, נישט פרא און נישט אנטי
איך פארצייל דיר א מעשה שהיה
ווער ס'וויל עס נוצן זאל מאכן ריסוירטש דערויף נישט כאפן און נוצן בלינדערהייט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:17 am
נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:42 am
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס... מיט א שווערע אינפעקציע אויף די צינג
סאו, ....
פארוואס מיינסטו אז עס האט געהאט שייכות מיטן דאס נוצן?

עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

דו קענסט עס ערקלערן? וויאזוי איז דאס גורם אינפעקציעס?
איך בין נישט קיין דאקטער און נישט קיין ווייטעמיניסט, נישט פרא און נישט אנטי
איך פארצייל דיר א מעשה שהיה
ווער ס'וויל עס נוצן זאל מאכן ריסוירטש דערויף נישט כאפן און נוצן בלינדערהייט
דאס איז וואס איך טוה יעצט, איך מאך רעסוירטש.

איז אפשר מעגליך פאר דיר אויסצוקלארן ביי דיין קרובה וואס ביי איר האט פאסירט?

מיטן ברענגן אינפארמאציע קענסטו שטארק בייהילפיג זיין פאר די פילע כאבי שיניים.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:42 am
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס... מיט א שווערע אינפעקציע אויף די צינג
סאו, ....
פארוואס מיינסטו אז עס האט געהאט שייכות מיטן דאס נוצן?

עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

דו קענסט עס ערקלערן? וויאזוי איז דאס גורם אינפעקציעס?
סתם נייגעריג, ווען דו האסט געשריבן די פאלגענעדע תגובה אז די טוט-פעיסט העלפט די ציין צוריקוואקסן און עס פארמאכט לעכער אפילו רוט-קאנאל'ס, האסטו אויך געוואלט פארשטיין וויאזוי עס מאכט סענס?
נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:04 am
עס העלפט די ציין צוריקוואקסן און עס פארמאכט לעכער.
איך ווייס פון געוויסע וואס די עקסרעי האט געוויזן אז זיי ברויכן א רוט קאנאל, און נאכן נוצן די ציין פיץ פאר א וויילע און זיי זענען צוריק געקומען צום דענטיסט, איז געניג געווען א געווענליכע פילינג.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז

אמר"ש, אמאל געווען אן אשכול איבער K2 ווייטעמין סופאזדלי היילט לעכער אין די ציין, עס האט קיינער נישט געברענגט קיין באווייז אז דאס ארבעט טאקע.
viewtopic.php?t=25253
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5597
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך פראביר צו פארשטיין וויאזוי א טוטפעיסט פארמאכט לעכער פון די ציין?
עס בלייבט זיצען אינעם לאך און ווערט הארט?...

איינער קען מיר ביטע מסביר זיין?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך האב אסאך געהערט דערפון און עס געקויפט, אבער ס’טעיסט גרויליג... וועך.
כ’בין צוריק צו סינסעדיין.
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: עס איז ברוך השם דא טעמפערערי הילף פאר ציין ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

כפרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:01 am
נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:42 am
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am
ווייסעך פון א קרובה מיינער וועלכע איז האספיטאליזרט געווארן נאכן נוצן דאס... מיט א שווערע אינפעקציע אויף די צינג
סאו, ....
פארוואס מיינסטו אז עס האט געהאט שייכות מיטן דאס נוצן?

עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.

דו קענסט עס ערקלערן? וויאזוי איז דאס גורם אינפעקציעס?
סתם נייגעריג, ווען דו האסט געשריבן די פאלגענעדע תגובה אז די טוט-פעיסט העלפט די ציין צוריקוואקסן און עס פארמאכט לעכער אפילו רוט-קאנאל'ס, האסטו אויך געוואלט פארשטיין וויאזוי עס מאכט סענס?
נישט מיר נישט דיר האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:04 am
עס העלפט די ציין צוריקוואקסן און עס פארמאכט לעכער.
איך ווייס פון געוויסע וואס די עקסרעי האט געוויזן אז זיי ברויכן א רוט קאנאל, און נאכן נוצן די ציין פיץ פאר א וויילע און זיי זענען צוריק געקומען צום דענטיסט, איז געניג געווען א געווענליכע פילינג.
איך האב געשריבן וואס זיי זאגן.

אויכעט האב איך דיר פארציילט וואס איך האב געהערט פון עטליכע וואס טענה'ן אז עס האט זיי געהאלפן.
נאך אפאר האבן געשריבן אז עס האט זיי געהאלפן.

איך האב נישט קיין שום נגיעה, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”