מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

חלק א'

היום יום ג במדבר כ''ז אייר תשפ''ד לפ''ק

ב''ה היגיע הזמן, מלאז מער זיך היינט ארויס אויף די נסיעה ''לעורר מקדם'' צוזאמען מיטן הייליגן רב,
מיר וועלן זיך אי''ה הייבן היינט פארנאכטס בשעה 8:30, ובשם השם נעשה ונצליח!!

8:15 מיר שפאנען שוין אינעם קארידאר וואס פירט צום דזימאנגעס סוויס ערליינס פליגער, שטייצעך אפאר חשובע אידן האב דאס זיץ באקומען צווישן נישט אידן + מענער, אבער נאך אפאר מינוט איז דאס אלץ מסודר גאווארן ב''ה,

אין די זיץ נעבן מיר, איז ליידיג , (ווי צו לייגן מיינע טויזנטער בעגס האב איך שוין,)


9:00 ב''ה מיט פרייליכע געמיטער האבן מיר זיך אין די לופטן געהויבן,
איך זיץ דא אויפן עראפלאן מיט בערך נאך 25 אנ''ש,
אידן וואס קומען מיט אויפן נסיעה אויסצופויעלן אלעס גוטס,
אויפן סקרין שטייט אז די וועג וועט נעמען בערך 7 שעה מיט 20 מינוט,
די הרגשים זענען גאר גרויס משפירט עס און די לופט, (גראדע אביסל שטיקעדיגע לופט דא, אבער שוין...)

מען טיילט וואסער מיט נאך עטליכע ערליי געטראנקען, צו שטילן דאס דארשט פון די הולכי צמעים,

9:55 (ניו יארקע זייגער)מען טיילט אויס די נארהאפטיגע קאושער מיל נאכטמאל א מזל איך האב מיר מיטגעברענגט פיינע היימישע פלייש פון שטוב, (געוויסע עסן האט מען מיר טאקע צוגענומען ביי סוקיורעטי, נו וואזשע קען מען טאן? גיי זיי מסביר אז געקאכט האט מען דאס פאר מיר, און נישט פאר דעם שווארצן סקיורעטיסט...)

10:30(ניו יארקע זייגער) מען טיילט שוין ווידער אמאל אויס געטראנקען, און איך הייב שוין אן טראכטן וואס פון די פילצאליגע זאכן וואס איך האב זיך אנגעגרייט, ווי למשל מיינע לימודים ספירה מוזיק דרשות עסן אדער שלאפן אדער פשוט שמועסן, קודם הייב איך אן מיט ספירה מוזיק,
11:30 (ניו יארקע זייגער) די חברה מאכן שוין נאכט(אזוי פרי?) די לעקטערס ווערן פארלאשן, און מען גייט פרובירן אביסעלע צו דרימלען,

12:30 איך האלט שוין נאכן איינזעהן אז שלאפן וועט מען שוין נישט דא, גראדע א גרויסע עולם שלאפט גאר גוט,

1:30 (ניו יארקע זייגער) די רה''כ ר' שמחה ראבינאוויטש קומט איבערגעבן אז מען דארף שוין ליינען קרי''ש, געווארן טאג איז שנעלער ווי געראכטן,
און אזוי אויך האבן מיר יעצט גענדיגט לערנען אביסל פון די ספר יזכור אהבתם, איבער די גרויסקייט פון גיין אויף קברי אבות, וואס איז געטיילט געווארן לכבוד הנסיעה,
אויפן סקרינע שטייט שוין אז מיר האבן נאך כמעט 3 שעה ביז מיר קומען אן צו שווייץ פאר די סטאפ,
עס איז דא א גרויסע עולם וואס האט זיך שוין געשטעלט דאווענען בכדי צו כאפן סוף זמן תפילה, און פאר די וואס שלאפן נאך וועט זיין א מנין אין ציריך שווייץ, ביים סטאפ,

2:30 (ניו יארקע זייגער) דערוילעם הייבט אן ביסלעכווייז אויפצושטיין ווי די שטייגער פון חסידישע אידן וואקט מען הין און צוריק, מ'זוכט און מ'פרעגט: וואס מען קען אפשר טוען, אפילו יעדער ווייסט זייער גוט דעם איין איינציגע תירוץ...

3:00 ס'איז אינמיטן נאכט, און זיי טיילן שוין פרישטאג!! (וואס די פרישטאג ענטהאלט, און נאך אנדערע דעטאלן, איז איבעריג צו שרייבן...) א פיינע קאווע שאדט זיכער נישט,

10:30( שווייצע זייגער...) מלאנדעט אין ציריך שווייץ, פאר א סטאפ, און מיאגט זיך צום נעקסטן פלייט וואס פארט אי''ה בקרוב, די וואס האבן נאכנישט געדאווענט שחרית שטעלן זיך ביים געיט,

12:30 מען הייבט זיך מיט'ן צווייטן פליגער פון ציריך שווייץ צו באדאפעסט, ב''ה מען האט געלאנדעט בשטו''מ יעצט הייבט זיך אן די נסיעה,


צווייטע טייל וועט נאכפאלגן בקרוב
,
לעצט פארראכטן דורך יוחנן כהן אום דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמור מדינוב צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

זייער שיין!

וואס קוקסטו אויפן סקרין? מ'האט נישט געטיילט א בילד פונעם רב צו באדעקן די סקרין..?
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמור מדינוב צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

חלק ב'

היינט וועט מען אי''ה גיין צו קאלוב און צו קערסטיר,
מיר זיצן שוין אינעם באקוועמען באס, וואס ללכת האט אונז צוגעשטעלט, און מ'הייבט אן פארן,

אויפן וועג פון בודאפעסט קיין קאלוב האט ר' שלמה שטיינבערג גענומען דאס מייקרעפואן אין די האנט, און האט שטארק אנגעווארעמט די עולם, ער האט גערעדט איבער די מקומות ווי מיר גייען פוקד זיין, און פון די גרויסקייט פון די הייליגע צדיקים, צו ווי מען גייט היינט און מארגן,

אנ''ש אויפן באס שמועסן ארום סיפורי צדיקים, אין יעדע וואונקל פונעם באס זיצט אן אנדערע קרעמל, ווי נמשל ר' שמעון פראטווין וואס פירט א געשמאקע שמועס ביי איין זייט, אדער ר' מרדכי שמעי' פאללאק (מנהל ישיבה ג') וואס וואס פירט זיינע אינטערעסאנטע שמועסן פון צדיקים און נאך,

5:00,(אונגארישע זייגער) טייל עולם כאפט אזאלעכע קליינע דרומלען,
און נאך א טייל כאפן אריין צו לערנען דעם ספר בשבילי קד''ם, וואס ר' שמעון פראטווין האט ספעציעל געשריבן לכבוד דעם יעצטיגן נסיעה,
ווי ער שרייבט פון יעדע צדיק וואס מען וועט אי''ה גיין, שיינע מעשיות פון די צדיקים, אזוי אויך די ניגונים פון ר' אזיקל קאלוב'ער,

5:45 די דיין ור''י דערציילט עובדות און מעשיות פין ר' אייזיקל מקאלוב, יעצט פארן אנקומען קיין קאלוב,.

6:50 מיר האבן יעצט גענדיגט אין קאלוב, קודם האט מען געזאגט די ערשטע 10 קפיטלעך פון תהילים,
און דערנאך האט רבינו שליט''א געזאגט קדיש, דערנאך האט מען געזונגען די ווארעמע ניגונים, סאל הקאקאש, גלות גלות,
און דערנאך האט די רבינו שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש, איבער די גרויסקייט פון ר' אייזיקל קאלוב'ער און וויפיל מען קען אלץ פועל'ן, ביי אזא גרויסע פלאץ,

דערנאך איז מען אריבער צום הכנסת אורחים אקעגן איבער דעם ציון, און טועם געוועהן טעימה קלה,

7:00 און יעצט לאזן מיר זיך ארויס אויפן וועג צום הייליגן צדיק ר' ישעיה'לע קערעסטירער די וועג דארף צו נעמען בערך א שעה,

8:00 מיר קומען שוין אן צו קערעסטיר, די סדר איז ווי פאלגענד: מקוה ,מנחה עליה לציון,
און דערנאך וועט מען גיין צום האטעל זיך אביסל אויסצירוהען פונעם לאנגען וועג און שעפן פרישע כוחות פאר די מארגען'דיגע פולע טאג,

גאר א פיינע מקוה איז געוועהן אין קערעסטיר, מיר האבן געדאווענט מנחה, און דאן ארויף מיט די שאטעל צום ציון,

ביים ציון הקדוש האט מען קודם געצינדן ליכט, און דערנאך האט מען געזאגט תהילים פון קפיטל י''א ביז ל''א, רבינו שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש, און גערעדט ווי שטארק ר' ישעיה'לע פלעגט ווילן, אין משפיע זיין פרנסה פאר כלל ישראל,

דערנאך הא מען געזינגען די ניגונים, ויהו זרעי, אך לאלקים, רבינו שליט''א האט נאכאמאל גערעדט, איבער די גרויסע מלוה דמלכה'ס ביי ר' ישעיה'לע,
און דאן האט מען געזינגען ועל ידי זה,
מען זאל האבן געפועל'ט אלעס גוט'ס אמן!!!

נאכן אראפ קומען פון ציון הק' איז מען געגאנגען צו ר' ישעיה'לעס הויז ווי דארט האט מען געגעסן א רייכע נאכטמאל צוגעשטעלט ביי די רובין'ס,
דערנאך איז מען געגאנגען צו ר' ישעיה'לעס ביהמ''ד און געדאוונט מעריב,

11:45 מען לאזט זיך ארויס צום גיגאנטישן מעקיא''ר האטעל, מיט'ן שאטעל,
עס איז זייער א שיינע האטעל, אלעס צוגעשטעלט על צד היותר טוב, און מען האט אויסגערופן, אז מען וועקט מארגן 6:00 און 6:30 פארט ארויס די באס קיין אוהעל, צום הייליגן ישמח משה, ווי דארט וועט מען מקוה'נען און דאווענען שחרית,


און א גוטע נאכט!!


(איך וועל בעזרת השי''ת לייגן דעם דריטן חלק בקרוב)
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מאכסט מיר חרטה האבן פארן נישט מיטפארן

די עיקר וואלט איך געוואלט הערן די דברי התעוררת פון ר' שלמה שטיינבערג...
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:12 am
מאכסט מיר חרטה האבן פארן נישט מיטפארן

די עיקר וואלט איך געוואלט הערן די דברי התעוררת פון ר' שלמה שטיינבערג...
דאכצעך מיר אז מ'קען עס הערן אויף קול דינוב,
דארפסט אבער דרוקן אסאך מאל # (זייער אסאך מאל)
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף מיך »

יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:28 am
תרמב האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:12 am
מאכסט מיר חרטה האבן פארן נישט מיטפארן

די עיקר וואלט איך געוואלט הערן די דברי התעוררת פון ר' שלמה שטיינבערג...
דאכצעך מיר אז מ'קען עס הערן אויף קול דינוב,
דארפסט אבער דרוקן אסאך מאל # (זייער אסאך מאל)
קענסט עס דא ברענגען
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5593
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:12 am
מאכסט מיר חרטה האבן פארן נישט מיטפארן

די עיקר וואלט איך געוואלט הערן די דברי התעוררת פון ר' שלמה שטיינבערג...
תרמב איז אויף אפענסיווע...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

טרעף מיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:47 am
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:28 am
תרמב האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:12 am
מאכסט מיר חרטה האבן פארן נישט מיטפארן

די עיקר וואלט איך געוואלט הערן די דברי התעוררת פון ר' שלמה שטיינבערג...
דאכצעך מיר אז מ'קען עס הערן אויף קול דינוב,
דארפסט אבער דרוקן אסאך מאל # (זייער אסאך מאל)
קענסט עס דא ברענגען
אפשר נאכן נסיעה
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

חלק ג'


א גוט מארגן! א פרישע טאג אויף די אונגערישע באָדנס,
קיין וועקער איז טאקע נישט געוועהן,
אבער וויס'קוקט אויס איז דערוילעם שווער טרמאטאזירט געווארן פון די שטרענגע ווערטער פון די ללכת פירערס, אז ווער ס'נישט אויפן באס 6:30 אינדערפרי, לאזט מען איבער אין קערעסטיר!

7:00 האט די ללכת באס אנגעצינדען, אירע מאטארן, און מ'לאזט זיך ארויס קיין אוהעל, א וועג פון בערך 20 מינוט,
ווי דארט וועט מען גיין אין מקוה און דאווענען שחרית,

ביי תפילת שחרית קריה''ת האט רבינו שליט''א געבענטשט גומל, און מוצא געוועהן דעם גאנצען ציבור, (היות ס'נישט געוועהן קיין לוי, האט ''יוחנן כהן'' נישט באקומען כהן...(ע' דרכי חיים ושלום)

נאכן דאווענען איז געוועהן צוגעשטעלט א רייכער פרישטאג, אינעם הכנסת אורחים בנין,

10:00 איז מען אריין צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה, מען האט געזאגט תהילים פון קפיטל ל''א ביז מ''ב,
רבינו שליט''א האט משמיע געוועהן דברת קודש, ווי ער האט זיך געבעטן ביי די צדיקים, זיי זאלן פויעלן אז די ''גזירת החינוך'' זאל בטל ווערן,
דערנאך האט מען געזינגען די ניגונים, אהבה רבה, והערב,
מזאל האבן געפועל'ט אלעס גוטס!

1:00 מיר לאזן זיך ארויס אויפ'ן וועג צו מונקאטש אוקריינע, בשעה 3:30 (אוקריינישע זייגער) איז מען ב''ה אריבער די גרעניץ קיין אוקריינע בשלום,

מיט דעם אלטן אומספיסטעקירטע גרעניץ האט עס גענומען איבער א שעה פשוט דורך צו וואקן דעם גרעניץ, ספעציעל ווען עס ווערט געפירט דורך אפאר עלטערע אוקריינישע גוים, וואס די פאליציי האט נישט מצליח געוועהן זיי צו שלעפן, דינען אין מיליטער,

און בס''ד מאכט מיר קודם א סטאפ אין אונגוואר, ווי עס ליגט דארט די הייליגע סטרוזוב'ע זיידע

אויפן וועג צו סטרוזוב האט ר' שלמה שטיינבערג נאכאמאל גערעדט און פארציילט מעשיות, און אונטערגעהאלטן דעם עולם אביסל,

בשעה 5:00 איז מען ארויס פון אנגוואר, נאכן זיין ביי ר' משה לייב מסטרוזוב,
אזוי אויך ליגט דארט דער בעל קיצור שלחן ערוך מיט זיין טאטע,
געזאגט האט מען תהילים פון קאפיטל מ''ב ביז נ''ב,
רבינו שליט''א האט דערציילט א עובדא פונעם זיידן ר' משה לייב מסטרוזוב,
און מען האט געזינגען די ניגון וואס מען זינגט, פאר רבינו שליט''א טאנצט מצוה טאנץ,
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס!

און יעצט לאזט מען זיך בשטו''מ ארויס צו עיר האבות מונקאטש,

(איך וועל בעזרת השם לייגן דעם פערדן טייל בקרוב)
לעצט פארראכטן דורך יוחנן כהן אום פרייטאג יוני 07, 2024 2:03 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
לג בעומר
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 04, 2024 9:09 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לג בעומר »

ישר כח ליידער נישט געקענט מיט פארן כאטשיג אביסל מיט האלטן
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 1:45 am
חלק ג'


ביי תפילת שחרית קריה''ת האט רבינו שליט''א געבענטשט גומל, און מוצא געוועהן דעם גאנצען ציבור, (היות ס'נישט געוועהן קיין לוי, האט ''יוחנן כהן'' נישט באקומען כהן...(ע' דרכי חיים ושלום)
)[/i]
פארוואס דארף יעדער וויסן אז ר' ש"ש איז פארשלאפן...?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

דריידל האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 9:06 am
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 1:45 am
חלק ג'


ביי תפילת שחרית קריה''ת האט רבינו שליט''א געבענטשט גומל, און מוצא געוועהן דעם גאנצען ציבור, (היות ס'נישט געוועהן קיין לוי, האט ''יוחנן כהן'' נישט באקומען כהן...(ע' דרכי חיים ושלום)
)[/i]
פארוואס דארף יעדער וויסן אז ר' ש"ש איז פארשלאפן...?
גראדע ביסטו פונקט נישט גערעכט, ער האט געדאווענט אין א פריעדיגע מנין,
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

חלק ד'

אויפן וועג קיין מונקאטש האט די דיין ר''י שליט''א דערציילט שיינע עובדות וסיפורים פונעם הייליגן מנחת אלעזר,

אריין קומענדיג און מונקאטש איז מען קודם געגאנגען צום אלטן בה''ח, מ'האט דארט געזאגט אפאר קפיטלעך תהילים, און רבינו שליט''א האט געזאגט א קדיש,

7:00 (אוקריינע זייגער)איז מען אנגעקומען צום חצר פון די מנחת אלעזר'ס הויז (דארט ווי ס'איז פארגעקומען די חופה, ביים גרויסן חתנה) גלייך האט אונז אפגעווארט די פאר איבערגעבליבענע עלטערע אידן וואס וואוינען אין מונקאטש, זיי פרייען זיך אזוי שטארק ווען עס קומען באזוכערס!!

די הייליגע הויז איז פיל געווארן מיט פולע אנ''ש, וואס האבן באטראכט די מקום קדוש, ווי רבותינו הקדושים, הדרכי תשובה, שם משלמה, מנחת אלעזר, האבן געפראוועט זייער עבודה,

דאן איז מען געגאנגען עסן מיטאג אינעם אמאליגן סוכה פונעם מנחת אלעזר, עס איז געוועהן דארט צוגעשטעלט כסעודת שלמה בשעתו,

8:45 האט מען זיך געשטעלט מיט רבינו שליט''א דאוונענען מנחה, אינעם דאווען שטוב פון רבותינו הק' רבינו שליט''א איז געזיצן אויפן מקום שהתפללו אבותיו,

9:15 איז פארגעקומען א גרויסע מעמד ''בקשת רחמים'' אינעם הויז פונעם רב הצעיר, קודם האט מען געזונגען ניגוני התעורורות דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געוועהן ד''ק, איבער די גרויסע זמן אין וואס מיר שטייען און ווי סאך מען קען יעצט אויס פועל'ן, מ'האט דערקענט אויף יעדעם די ערנטסטקייט, (פון די עלטערע תושבים אין שטאט מונקאטש, האט מען געזעהן טרערן!)

(ס'דא צוויי הייזער דארט און חצר, די סדר איז געוועהן אז ווען די רב האט געוואוינט אונעם רבי'שען הויז, האט די רב הצעיר געוואוינט אינעם צווייטן הויז)

דערנאך האט אויפגעטרעטן אב''ד בארא פארק שליט''א, וואס האט ארום גערעדט איבער די גרויסקייט, אז מיר קומען פון א ווייטע וועג, און מ'וועט זעכער פועל'ן אלע ישועות וואס מ'ברויך,

דערנאך האט רבינו שליט''א טועם געוועהן פון די לקח און פון די ברוינפן, און געוואונטשן לחיים,
דערנאך האט מען מיט פרייליכע התרגשות געזונגען, תהא השעה הזאת שעת רחמים,

בשעה 10:15 איז מען ארויף צום ציון הק'
ביים ציון האט מען קודם אנגעהויבן מיט'ן תפילת השל''ה, וואס מ'פירט זיך צו זאגן ערב ר''ח סיון, און דערנאך האט מען געזאגט תהילים פון קפיטל צ' ביז ק'ז, מיט גרויס השתפכות הנפש, רבינו שליט''א האט גערעדט אינעם אוהל,

קודם האט רבינו שליט''א אנגעהויבן מיט א גרויסע דאנק, פאר ר' ישראל דוד ראטטשטיין, פאר'ן טון אזופיל פאר'ן הייליגע צדיק, מיט'ן איבערבויען דעם הערליכע שיינע אוהל,
און דערנאך האט מען געזינגען צוזאמען די ווארימע ניגונים, והערב נא, ארשת, זכור אהבת קדימים, אני מאמין,
דערנאך האט ר' שמעון מארגליות גבאי צדיק ילבש, אויפגטרעטן און דערציילט צוויי שיינע מעשיות פונעם הייליגן מנחת אלעזר, דערנאך האט מען ווייטער געזינגען, אב הרחמים העלף שוין אלע יודן, מיט האטס געפועלט אלעס גוטס,

אויפן וועג אראפ פונעם ציון, האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט זאגן קדיש ל''נ אלע נפטרים, וואס ליגן אין געם בה''ח און מען קומט נישט צו זיי דורך אויס די יאר,

1:15 איז מען צוריק געקומען סוכה,וואס דארט איז געוועהן צוגעגרייט א פיינעם נאכטמאל,

2:15 האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף'ן וועג קיין ליזענסק, מען איז קודם געפארן א שעה מיט פערציג מינוט, ביז די גרעניץ פון אוקריינע צו סלאוואקיע,

נאכן גרעניץ האט מען צוריק גענומען דעם ערשטן באס וואס מ'האט געלאזט ביים גרעניץ,
מ'פארט צו ר' ר' אלימלך, און דא אויפן באס וועלן מיר שלאפן פאר די נאכט,

9:45 באריכטן זענען אריין געקומען אז די ספרינטער פון רבינו שליט''א איז אויפגעהאלטן געווארן פאר א שטיק צייט ביים בארדער,
ציליב דעם האבן מיר געמאכט אן עקסטערע סטאפ, נישט ווי אין פלאן, אינעם הייליגן שטאט שינאווא, ביים הייליגן צדיק דער דברי יחזקאל, ווי אנ''ש האבן געזאגט תהילים, געלייגט קוויטלעך,

10:30 מ'איז יעצט אנגעקומען אין ליזענסק, געכאפט א טבילה, זיך געשטעלט דאווענען א פלאמעדיגע ראש חודש'דיגע שחרית,
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען הלל,
נאכן דאווענען איז טייל עולם געגאנגען עסן פרישטאג אינעם הכנסת אורחים ליזענסק,

רבינו שליט''א איז ארויף צום ציון הק' ווי מען האט געזאגט קאפיטלעך תהילים, אזוי אויך האט מען געזונגען ווארומע ניגוני התעורורות, קה אכסוף, השיבינו(מרבינו שליט''א),
די התעורות וואס איז פארגעקומען אין אוהל איז אומבאשרייבלעך, (ווייל איך בין נישט אריין דארט #כהן...)

2:00 האט מען גענדיגט אין עיר קדישא ליזענסק, ווי מיר לאזן זיך ארויס קיין לאנצהוט,

2:30 מען גייט יעצט ארויף צו רבינו הק' בעל יודעי בינה, און צום הייליגן ראפשיצער רב,

מען האט געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים, רבינו שליט''א האט געזאגט קדיש, דערנאך האט רבינו שליט''א מעורר געוועהן איבער די גרויסע צדיקים וואס ליגן דא,

און יעצט גייט מען צוריק אויפן באס צו פארן אויף עה''ק דינוב, די וועג דארף צו נעמען בערך פערציג מינוט,
דארט וועט מען אי''ה וויילן, און פראווענען א געהויבענע שבת מיט רבינו שליט''א, במחיצת רבינו הק' בעל בני יששכר זי''ע,

(א באריכט איבער דעם גרויסן דערהויבענעם שבת אין עה''ק דינוב וועט אי''ה נאכפאלגן בקרוב)


א גוט שבת!
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

חלק ה'


א גוטע וואך,
די שבת איז געוועהן גאר דערהויבן!
ממש לעילא ולעילא!

אנגעקומען זענען מיר בשעה טובה ומצלחת צום האטעל בערך צוויי שעה פארן זמן, ווי דערוילם האט זיך געזעצט עסן א פיינע טועמיה, און געלאפן אין מקוה, זיך צוגרייטנדיג מיט די לעצטע הכנות צום דערהויבענע שבת, אין עיר רבותינו הק',

תפלת מנחה ערש''ק איז געוועהן בשעה 9:00,
פאר קבלת שבת האט די דיין ר''י שליט''א גערעדט, און האט ארויס געברענגט אז כאטשיג מיר קומען נישט צו, צו די גרויסע מדריגות פון די צדיקים, דאך אין אזא הייליגע פלאץ קען מען אלעס פוע'לן,

דערנאך האט מען אראפ געלייגט א ווארומע קבלת שבת, ווי רבינו שליט''א האט פאר געדאווענט, לרגל די יומדה''ל

ביפארן סעודות שבת האט מען געזונגען די ניגון שבת שלום ומבורך, וואס איז מיוחות צום הייליגן בני יששכר,
דערנאך האט מען געזונגען זמירות און דער עולם האט קידוש געמאכט,
און אזוי האט זיך געפירט די סעודה ביז אין די שפעטע נאכט שטונדען, די חידוש איז געוועהן אז טראץ וואס די עולם איז געוועהן אזוי אפגעמוטשעט פון די לאנגע וועג, דאך איז אלעס אנגעגאנגען מיט א פלאם,

שבת אינדערפרי בשעה 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו שחרית, שחרית האט פארגעדאווענט ר' הערשל פון מאנסי, קריאת התורה האט געליינט די בעל קורא קבוע ר' שמחה,
רבינו שליט''א האט מכבד געוועהן ר' מרדכי שמעי' פאללאק מנהל בי''ג, מיט עליות שישי, און רבינו שליט''א האט עולה געוועהן מפטיר לרגל די יארצייט, רבינו שליט''א האט פארגעדאווענט מוסף,

נאכן דאווענען איז געוועהן א קידוש,
און גלייך דערנאך איז געפראוועט געווארן די סעדות שבת אינאיינעם מיט די שלחן הטהור פון רבינו שליט''א,
במשך פון די סעודה האט ר' מרדכי שמעי פאללאק אויפגעטרעטן, און ארום גערעדט איבער די גרויסע זכי' וואס מיר האבן, צו גיין אין די דרכים פון אינזערע הייליגע רבי'ס בראשות רבינו שליט''א,
דערנאך האט רבינו שליט''ט משמיע געוועהן דברות קודש,

נאכן סעודה איז טייל עולם געגאנגען אביסל זיך צולייגן, און טייל עולם איז געגאנגען שפאצירן, אינדערזייט האט ר' שלמה שטיינבערג געפירט א געשמאקע קרעמל, געוויסע זענען גאר געגאנגען זיך טובל'ען אינעם מעין בני יששכר,(גלייב מיר! די קוואל איז זייער קאלט!!!)

בשעה 7:30 איז געוועהן א פרק שיעור דורך ר' ראובן חיים שטיינבערג,

8:00 איז געוועהן תפלת מנחה,
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו שלש סעודות, רבינו שליט''א האט געזאגט תורה, און גערעדט איבער די גרויסקייט פונעם הייליגען יארצייט, און פונעם הייליגן מקום ווי מיר זענען,
באזינדער האט רבינו שליט''א גערעדט איבער די ניגון, וואס די שם שלמה האט געזונגען, ניסעלעך אפרייסן,
דערנאך האט מען מיט גרויס התעוררות געזונגען דעם ניגון,

דערנאך איז געוועהן תפלת מעריב,
רבינו שליט''א האט געמאכט הבדלה,
מען האט זיך געזעצט זאגן ויתן לך,

11:45 איז געוועהן צוגעשטעלט א ריזיגע רייכע מלוה דמלכא,
ביים מ''מ האט הרב ר' הערשל פון מאנסי גערעדט איבער די גרויסקייט פון די הייליגע בני יששכר, און אויך דערציילט צוויי מעשיות, איידער'ן ארויף גיין צום ציון,

דערנאך האט אויך הרב ר' בנציון  דערציילט איין פלא'דיגע היינטיגע מעשה וואס מען זעהט די יד ה', און וואס מ'קען אלץ פועל'ן ביי די צדיקים,

תיכף נאך מ''מ האט מען זיך ארויס געלאזט צום ציון הק', מען האט געזאגט תהילים פון קאפיטל ע''ג ביז פ''ג,
דערנאך האט רבינו שליט''א גערעדט, איבער די שטארקייט פונעם הייליגן בני יששכר, וואס האט מיט אלע כוחות מלחמה געהאלטן קעגן די נסיון הדור די אלע וואס האבן געוואלט אוועק רייסן די ערליכע אידן פונעם ריכטיגן וועג,

רבינו שליט''א האט ארויס געברענגט אויף למעשה, אז די צדיקים זאלן פועל'ן אז די גזרת החינוך זאל פטור ווערן, און מען זאל נישט קענען צושטערן די הייליגע דרך מאבותינו ורבותינו זי''ע,
דערנאך האט מען געזונגען ניגונום מיחות צום הייליגן בני יששכר זי''ע,
מ'זאל האסן געפועל'ט אלעס גוט'ס!

מחיל אל חיל האבן מיר זיך ארויס געלאזט אויף א שעה'איגע וועג קיין רימנוב,
אויפן וועג האט די דיין ר''י שליט''א גערעדט און דערציילט עובדות וסיפורים פון הרב הק' ר' מענדל מרימנוב זי''ע,


3:30 זענען מיר אנגעקומען קיין רימנוב, עס האט אונז אפגעווארט צוויי שאטעל'ס, ארויף צו גיין צום ציון,
צום ערשט איז מען געגאנגען צו ר' מענדלע מרימנוב,
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט ביי ר' מענדלע מרימנוב'ס זוהן ר' נתן לייב, (וואס אגב די ציון האט רבינו שליט''א אנטדעקט פאר פערציג יאר צוריק)

און דאן איז מען צוגעגאנגען צו ר' צבי הירש הכהן, ווי דארט האט מען אויך געזונגען דעם אהבה רבה ניגון (מיוחות צום הייליגן צדיק), מיט גרויס התלהבות,
דערנאך האט רבינו שליט''א געזאגט קדיש,

דערנאך זענען מיר צוריק ארויף אויפ'ן שאטעל, צוריק צום באס, ווי מען האט זיך ארויס געלאזט אויף א צווי שעה'איגע וועג, קיין עיר הקודש צאנז,

7:00 איז מען אנגעקומען אין צאנז ווי דארט האט מען געכאפט א מקוה, און זיך געשטעלט דאווענען שחרית, און עסן פרישטאג,

דערנאך איז מען ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן צאנז'ער רב זי''ע,
מען האט געזאגט תהילים פון קאפיטל ק''ז ביז קי''ח,
דערנאך האט רבינו שליט''א געזאגט קדיש,
אראפ קומענדיג פון ציון האט מען פריילעכערהייט געזונגען, אויסגעפועל'ט אלעס גוט'ס,

אנגעשעפט פיל מיט ישועות, פונעם לאנגען הייליגע דערהויבענע נסיעה,
לאזן מיר זיך ארויס צום ערפארט אין קראקע, ווי מיר וועלן מאכן א ניין און א האלב שעה'דיגע פלייט, א סטאפ און דערנאך די קאָנעקטינג פלייט, ביז מיר וועלן לאנדן אין JFK אריין צוריק אין שטאט אריין!!!

הקב''ה זאל העלפן אז מיר זאלן האבן געפועל'ט אלעס גוט'ס! אמן ואמן!!!!!

!הצלחה
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5593
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

וואס הייסט אנדעקט די ציון?
זיי מרחיב ביטע.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

ישראלקדושים
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 26, 2010 3:04 am

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלקדושים »

איז די רבי געוועהן ביי ר מנשהלה אין מונקאטש
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

א גרויסן יישר כח פארן סופארטן און ליינען,
איך האף עטס האטס הנאה געהאט,
גלייבט'ס מיר ס'נישט אנגעקומען גרינג,
און דאך האב איך ענק אינזינען געהאט,

איך גלייב אז ס'וועט נאך זיין נאך חברה מיט לענגערע באריכטן,
לעצט פארראכטן דורך יוחנן כהן אום זונטאג יוני 09, 2024 6:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

איך בין נישט קיין כהן, איך בין יא אריין און אהל, און עס איז אומבאשרייבלעך.

א עלטערער אמת'ער ערליכער ריינער איד פון פאריגן דור. א זכי' פאר מיר צו האבן דארט געווען.
לעצט פארראכטן דורך סייקהעלפ אום זונטאג יוני 09, 2024 5:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

הארזים האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 4:49 am
וואס הייסט אנדעקט די ציון?
זיי מרחיב ביטע.
כך שמעתי: אז ווען רבינו שליט''א איז געקומען קיין רימנוב דער ערשטן מאל איז איהם געלעגן אין קאפ, אז ער דארף צו ליגן ערגעץ צווישן די צווי קברים, די רב האט אביסל אויפגעגראבן און געטראפן אן אלטן מציבה,
און יעדע מאל די רב הערט אז איינער פארט קיין רימינוב, שיקט ער מיט א קוויטל צו איהם,


איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז אבער אזוי האב איך געהערט,
און אדרבה @תרמב @די זוהן פון קהלת קימטס אריין,
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

איך האב אפאר ווידעאוס, און בילדער, אויב איך וועל נישט זעהן אנדערע עס לייגן, וועל איך עס טרייען צו לייגען דא (אדער און די אנדערע אשכל). עט סאם פוינט.
ישראלקדושים
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 26, 2010 3:04 am

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראלקדושים »

סייקהעלפ האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 4:59 am
איך בין נישט קיין כהן, איך בין יא אריין און אהל, און עס איז אומבאשרייבלעך.

א עלטערער אמת'ער ערליכער ריינער איד פון פאריגן דור. א זכי' פאר מיר צו האבן דארט געווען.
אויף וועלעכער ציון רעדט איר
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

זייער בא'טעמט אראפגעלייגט.....
ווען פליסטע נעקסט?
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 5:25 am
זייער בא'טעמט אראפגעלייגט.....
ווען פליסטע נעקסט?
אי''ה אויף אומאן ר''ה
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

דא האט איר די אפציעלע אשכול פארן נסיעה


viewtopic.php?t=68719
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: מיין נסיעה מיט אדמו''ר מדינוב שליט''א צו עיר האבות מונקאטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

ישראלקדושים האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 5:21 am
סייקהעלפ האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 4:59 am
איך בין נישט קיין כהן, איך בין יא אריין און אהל, און עס איז אומבאשרייבלעך.

א עלטערער אמת'ער ערליכער ריינער איד פון פאריגן דור. א זכי' פאר מיר צו האבן דארט געווען.
אויף וועלעכער ציון רעדט איר
Umm I really don't know how to write here.

אבער איך בין אריין מיטן רבי'ן און איעדע אהל חוץ און אונגוואר. יעדע איינס איז געווען ממש נעקסט לעוועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”