וויאזוי האט איר אנגעשטעלט אייער מטבע קארטל?
0.25
0.50
1.00
דאס איז די געווענליכע סומעס וואס געלט גייער באקומען. אוודאי איז דא אמאל וואס מען וויל געבן מער, און דערפאר איז טאקע דא די פערטע אפציע פון אריינלייגן סיי וואספארא סכום.
דער חבר מיינער האט אבער געטענה'ט אז מען קען נישט געבן אזוי ווייניג מיט א קארטל. ווי ער זאגט באקומען די גבאי צדקה ווייניגער, ווייל עס גייט אראפ א פראצענט.
צו מיין שאק דערציילט ער מיר אז זיין קארטל איז אנגעשטעלט כסדר הזה:
$1
$5
$18
אצינד בין איך שוין נישט געווען אזוי ענטוזיאסטיש צו דעם גאנצן קארטל, ווייל אויב גייט דער גבאי ערווארטן מער, און אויב ס'איז אמת אז ס'גייט טאקע אראפ פראצענטן, לוינט אפשר יא צו בלייבן מיט קעש ווי לאנג ס'דרייט זיך נאך אינעם אקאנאמיע.
בעט איך אייך אייוועלט חברים, צום ערשט געבט אפ אייער שטימע אויב איר נוצט דעם קארטל, און וויאזוי איר האט עס אנגעשטעלט.