הגה"צ ר' שמואל אברהם זעלטענרייך זצ"ל אב"ד שטשאקאווא - ז שבט תשמ"א
דער עולם איז געבעטן אריין צוקומען מיט סיי וועלכע ידיעות סיפורים עובדות אנעקדאטן בילדער און ווידעאוס צו בארייכערן דעם אשכול פון א רב וואס איז נישט אוועק צו לאנג צוריק און אסאך (דא?) האבן אים נאך געקענט און געהערט וועגן אים.
ובזה החלי
יעדער וואס דרייט זיך אין אלט וויליאמסבורג האט זיך שוין אנגעשטויסן אינעם ביהמ"ד דברי יחזקאל סטראפקוב - שטשאקאווא אויף הופער צווישן מארסי און לי וואס הרה"ק ר' מענדל מסטראפקוב זצוק"ל האט מייסד געווען נאכן קריג (און ביז היינט איז נאך דא דארט כסא כבודו) און לאחר פטירתו ו' אייר תשי"ד איז עס אפגעקויפט געווארן דורך הרה"ג ר' שמואל אברהם זעלטענרייך זצ"ל אב"ד שטשאקאווא וואס האט ווייטער געפירט דאס ביהמ"ד עד פטירתו ז' שבט תשמ"א.
דער שטשאקאווא רב איז געווען שטארק מעורב גראד נאכן קריג מיט מתיר זיין עגונות - געווען פון די בית דין פונים ניאמצע רב, און געארבעט צוזאמען מיטן סקולענער רב און געווען דעמאלט די סגן נשיא פון חסד לאברהם.
אנקומענדיג קיין וויליאמסבורג בשנת תשי"ג איז ער געווארן יו"ר ועד הפועל אין התאחדות הרבנים (ער'ט זיך שוין באקענט מיטן רבי'ן ז"ל במשך דעם קריג און געפארן צוזאמען אויפן שיף ביים רבי'נס נסיעה לארה"ק בשנת תשי"ב פון אנטווערפן - וואו ער האט דעמאלט געוואוינט) און געווען פון די גרויסע מורי הוראה אין שטאט בפרט לעניני גיטין ומקואות.
ווער קען מוסיף זיין?