מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד (חלק ג' - באונעס ארטיקל ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד (חלק ג' - באונעס ארטיקל ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

"רייקערס עלנד!!!"

מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג ביים דאווענען אחינו כל בית ישראל... 'העומדים בין בים ובין ביבשה'... המקום ירחם עליהם.

זייענדיג אויפן אינזל 'רייקערס איילענד' ביים זיך אויסליפטערן אויפן ברעג ים נאכן באזוך, זיך אינטערזונגענדיג דעם אחינו ליד, איז מיר איינגעפאלן אז אפשר אטא-דאס מיינט מען מיט'ן 'בין בים ובין ביבשה', ווי דאס ארט הייסט דאך צו זיין איינע פון די גאר סאמע ערגסטע מענטשן-שטאלן אינעם מלכות של גענאדע, בעטן מיר טאקע אויף זיי 'המקום ירחם עליהם'.

"בעיני ראיתי!!!"

איך האב שוין עטליכע מאל אפגעשטאט באזוכן באותו מקום, אבער נישט אויפן שטייגערליכן פארנעם, ווי מען קומט באזוכן איינעם און מען פארברענגט אינעם דעזיגנירטן לאנטש רום, וואס איז אביסל בעסער אויסגעשטאט און עטוואס בעסערע אומשטענדן ווי אינעם תפיסה אליין, [צ"ב ערקאנדישן וכו'] נאר איך בין אריין נאך אלע צוימען און גראטעס און זיך אויפגעהאלטן ביינאזאם מיט די איינגעשפארטע.

דעם ארטיקל וויל איך ווידמען אויף מיין ערשטע באזוך אין לעבן - אלס שיעור ב' בחור אין ישיבה גדולה - ביי אחינו ב"י היושבים ר"ל, און דאס איז געווען א חנוכה מסיבה אין רייקערס איילענד.

עס איז שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל דאס באשרייבן, אבער עטץ ווייסטאך וויאזוי דאס ארבעט היום אומר לו עשה מחר, ומחר מחר, ממש אזא מארגן ניגון! "מארגן מארגן מארגן.."

דעריבער אליין מיך צי פרעשערן עפן איך יעצט אויף דעם אשכול.

לאמעך אבער ענק יא אביסל פאראויס איבערלאזן מיט אפאר פראגן און לאמיר זען ווען ס'גייט פארענטפערט ווערן.. [כ'זאג אויב..]

פארוואס גייט א איד [ליין - גוי] מיט טישא פעפער ארום זיין הענט און קאפ?

וואס האט פיש און סעסעמי טשיקן מיט פאנקען?

האט ליפא שמעלצער א לאך אין זיין זאק?

קען מען בחוש זען קאראפציע אין תפיסה?

וואס האט דער ארעסטאנט באהאלטן אין זיין זאק? [אפס צופיל מאל מיט זאקן..]

וויאזוי קוקט אויס ווען אידן מיט [נישט] אידן טאנצן ומניח?

וואס טראכטן עלטערן ווען זייער בחור [וואס גלייכט צו פרובירן פא"ן] זאגט אז ער וועט אהיימקומען פון תפיסה זיבענע אכטע, און נאך עלווע האט מען נאך נישט געהערט פון אים קיין פיפס?

זייטס געבענטש, לאמיר האפן זיך צו זען בקרוב...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

עה !! סיריעסלי ?! גייסט מיך לאזן פאסטן א גאנץ שבת ???
די פאלגענדע וועט זיין גילטיג (האפענטליך) JAN 20 2025

איך בין שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנער בירגער !
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

אקעי, דו האסט אנגעהויבן, יעצט קענסטו אונז נישט לאזן ווארטן מיט לעכעריגע זאקן ַַ..

זאפארט שרייבן!
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

אפענע מויל סיטואציע
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

אויפגעסיינט
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

קודם א גרויסן שכ"ח פאר די דאנקערס און בפרט פאר די קאמענטירערס!!!

אינטערסאנט איז אז יעצט - א שיינע פאר יאר שפעטער - ביים איבערטראכטן דעם איבערלעבעניש דאס צו באשרייבן, ליגט מיר אין קאפ אז דער הויפט אנדרייער האט גאר שטארק פראקלאמירט זיין פריוואטקייט און בשום אין אופן נישט געוואלט זאגן ווער ער איז, [איך קען אים יא, ווי מען וועט זען] אויף אזוי ווייט אז ווען איינער האט אים געפרעגט זיין נאמען, האט ער גענטפערט: איך האב נישט קיין נאמען, קענסט מיך רופן "מיסטער לאסורים", און יעצט דעם שבת ליינענדיג דעם אידישע צייט פון דער 'די צייטונג', זע איך א שמועס מיט הצדיק יואל ווייזער [וואס איז אויך געווען ביים חנוכה פארטי (פארשטייצעך)] און ער האט עפעס יא געשריבן א נאמען, אופס, ניין, כ'קוק יעצט איבער דער בעל לאסורים'ס קאנטאקט נאמען און ס'שטייט אן אנדערס נאמען.. נו שוין.

ווערנדיג אויפגענומען אלס נאכט וועכטער און איינע פון די קעמפס, פלאן איך בעזר ה' אונטער די שאטן פון די טינקעל [ס'דא אזא זאך?] זיך אריינדזאכענען צוריק אין קאמער און פארציילן וואס מ'האמער מיטגעהאלטן.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
זינקען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 12:21 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינקען »

ס'איז דא א עפפ וואס הייסט JPay וואס מ'קען דורך דעים שיקן בריוון פאר מענטשן און תפיסה.
ס'קאסט נאר אפאר סענט א בריוו און זיי זענען זיך מחיה מיט יעדע בריוו וואס מ'שיקט זיי ,
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

זינקען האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:53 pm

שכ"ח פאר'ן מעורר זיין דעם ציבור, און דאס איז פון די זאכן וואס ווי סאך מען רעדט נאר, איז נישט גענוג, און מענטשן וואס ווילן שוין יא, קומט דער שטן וואס הייסט מחר [צא והלחם מעמלק מחר - מפי ספרים הקדושים] און ווערט א מחותן...

מען האט נישט קיין השגה ווי ווייט דאס טוט אויף!!!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

אקעי חברה, וועלקאם בעק, זיצעך מיר דא אזוי אין נאכט וועכטער אפיס, דר'עולם שלאפט פיין באכאשעם, דער מיט היי הארמעני און דער מיט סלאו, מ'האט שוין בארוהיגט די נייט וואקערס, מ'האט שוין געווישט די בענקונג קראקעדייל טרערן, און ווען מען טענה'ט אז די קעמפ איז אזוי ווי אין תפיסה, איז טאקע פאסיג[ק] צוריק אריינגיין אינעם עכטן דשעיל, און אפגעבן א באריכט..

ווייסטעץ וואס, לאמעך נאך איין מאל געבן א קוק צו דער שלאפט שוין...

סי יא לעיטער..

דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:03 am
אקעי חברה, וועלקאם בעק, זיצעך מיר דא אזוי אין נאכט וועכטער אפיס, דר'עולם שלאפט פיין באכאשעם, דער מיט היי הארמעני און דער מיט סלאו, מ'האט שוין בארוהיגט די נייט וואקערס, מ'האט שוין געווישט די בענקונג קראקעדייל טרערן, און ווען מען טענה'ט אז די קעמפ איז אזוי ווי אין תפיסה, איז טאקע פאסיג[ק] צוריק אריינגיין אינעם עכטן דשעיל, און אפגעבן א באריכט..

ווייסטעץ וואס, לאמעך נאך איין מאל געבן א קוק צו דער שלאפט שוין...

סי יא לעיטער..
איך גלייב יעדער שלאפט שוין, דארט.
יעצט געב צו טועם זיין פאר די וואס זענען מיט זעכציג פראצענט ווינציגער נישט לעבעדיג ווי די שלאפנדיגע...
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

דעת גדול האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 4:51 am
על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 3:03 am
אקעי חברה, וועלקאם בעק, זיצעך מיר דא אזוי אין נאכט וועכטער אפיס, דר'עולם שלאפט פיין באכאשעם, דער מיט היי הארמעני און דער מיט סלאו, מ'האט שוין בארוהיגט די נייט וואקערס, מ'האט שוין געווישט די בענקונג קראקעדייל טרערן, און ווען מען טענה'ט אז די קעמפ איז אזוי ווי אין תפיסה, איז טאקע פאסיג[ק] צוריק אריינגיין אינעם עכטן דשעיל, און אפגעבן א באריכט..

ווייסטעץ וואס, לאמעך נאך איין מאל געבן א קוק צו דער שלאפט שוין...

סי יא לעיטער..
איך גלייב יעדער שלאפט שוין, דארט.
יעצט געב צו טועם זיין פאר די וואס זענען מיט זעכציג פראצענט ווינציגער נישט לעבעדיג ווי די שלאפנדיגע...
קודם מזלא טבא פאר דיין תגובת 400, און נאכדערצו דאס פייערן אין מיין אשכול!!!

איך האב פרובירט אנצוהייבן אבער דאס קעפל איז געגאנגען דרום.. [הלוך ונסע הנגבה - קרעדיט @לכאורה ] און איך וויל דאס סיפור לאזן תכלית'דיג און נישט אונטערן אווער-טייער'נס..

טענקס 4 יור סעפארט!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34447
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

סובסקרייבט. סאונדט דראמאטיש!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow
ביסט א דעלישעס שרייבער
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

האסטו וועסטו האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 4:01 am
Wow
ביסט א דעלישעס שרייבער
ס'דיין קרעדיט מיין זיך אראפזעצן נעכטן -נאכן קאמפלעמענט- צו שרייבן דעם קומענדיגן קאפיטל, האלב איז שוין געשריבן, איך האף בעזר ה' עס צו ענדיגן מוצאי שבת..

מ'העט לכאורה, כ'מיין על פי פשטות, זען א חילוק און שריפט וואס מען שרייבן פירע פארטאגס און וואס מען שרייבן מוצאי שבת, נו לאמער זען אויב מען וועט באמערקן..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1836
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

סובסקרייבט.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

זינקען האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:53 pm
ס'איז דא א עפפ וואס הייסט JPay וואס מ'קען דורך דעים שיקן בריוון פאר מענטשן און תפיסה.
ס'קאסט נאר אפאר סענט א בריוו און זיי זענען זיך מחיה מיט יעדע בריוו וואס מ'שיקט זיי ,
ווי קען מען טרעפן א ליסטע פון נעמען מאחב"י מיט זייערע אינמעיט איידי?

מען קען נישט שיקן רענדאמלי פאר עני יוד אפילו מען קען אים נישט פרזענליך?
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

זילבער פיצער האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 3:46 pm
זינקען האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 3:53 pm
ס'איז דא א עפפ וואס הייסט JPay וואס מ'קען דורך דעים שיקן בריוון פאר מענטשן און תפיסה.
ס'קאסט נאר אפאר סענט א בריוו און זיי זענען זיך מחיה מיט יעדע בריוו וואס מ'שיקט זיי ,
ווי קען מען טרעפן א ליסטע פון נעמען מאחב"י מיט זייערע אינמעיט איידי?

מען קען נישט שיקן רענדאמלי פאר עני יוד אפילו מען קען אים נישט פרזענליך?
כ'גלייב נישט אז ס'איז דא א ליסטע, רעדט צו עני עסקן וואס טוט אין באזוכן תפיסות וועט ער דיר קענען געבן עטליכע.

אויב דו האטס יענעמ'ס איידי קענסטו שיקן, ס'איז מסתמא פארהאנען וואס וועלן זיך מחיה זיין אפילו זיי האבן קיין אנונג ווער איר זענט.
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 3:50 pm

כקען נישט לייקן....
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

א גוטע וואך ס'ב"ה געוועזן אן הערליכן דערהויבענעם שבת, איז לאמיר טאקע פרובירן היינט אויסצולייגן דעם ערשטן חלק...

בשם ה' נעשה ונצליח!

לאמיר זען ווילאנג ס'גייט נעמען אפצושרייבן..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
נסעה ונלכה
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

מיר זיצן און ווארטען
היימישע באפער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:05 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע באפער »

על פי פשטות האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:14 am
א גוטע וואך ס'ב"ה געוועזן אן הערליכן דערהויבענעם שבת, איז לאמיר טאקע פרובירן היינט אויסצולייגן דעם ערשטן חלק...

בשם ה' נעשה ונצליח!

לאמיר זען ווילאנג ס'גייט נעמען אפצושרייבן..
מיר זיצן אין ווארטען מיט שפאנונג!!!
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד [חלק א' ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

א קליינע שנאקל פון כתה ט' בין איך געווען, ווען מיין חבר, א זון פונעם בעל לאסורים, האט מיר אן טאן געפרעגט, אויב איך וויל קומען נאך חדר באקן מצות פאר מענטשן וואס זיצן אין תפיסה, גיי זיי מסביר וויאזוי מיינע גרימאסן האבן זיך געפארומט, ביז יעצט האב איך געדארפט ארויסטראגן די נעגל וואסער זיבן חדשים כדי צו קענען מיטגיין מיט טאטי באקן מצות, און איך אליין האב נאר געקענט אויספירן דעם שטרענגן באפעל פונעם חבורה פירער, און מיין דשאב האט נאר געקענט זיין אדער אויסוואשן די שיסלעך, אדער דרייען די פעיפער נאך יעדע אכצן מינוט, און דא אזא אפע"ר ש'מער ש'ווייניגער כ'ווער א פאל-פלעדש עסקן, און איך גיי קענען טון די טאטערישע ארבעט, האלאו!!! כ'האדעך געזאגט אז ווען איך גיי זיין א טאטע גיי איך ווערן א קנאקער, זעסטע, דער באשעפער שיקט שוין זיינע שליחים.

מיין ענטוזיאזם האט נישט לאנג אנגעהאלטן ווען איך כאפ מיך אז דא דארף מען נאך גיין א גדר ברעכן, וואס גדר??? שטאלענע מויער!!! פארוואס אין די וועלט אריין זאל מיין טאטע מסכים זיין צו לאזן גיין זיין קליינער בויטשיק צו בראדוועי באקן מצות מיט פרעמדע עלעמענטן...
מיט א געשעפשעטע געבעט'ל גיי איך אהיים, און מען גייט צו צום פאטער מיט א געבויגענע ריקן, און מיט כרחם אב'דיגע מינע, בעט מען זיך, און... נאו פראבלעם גיי געזונטערהייט! מיין גייסטעלע צאנקעט און פלאמט, און איך שפאן קיין בראדוועי!

אנגעטראפן האב איך דארט אן היפשע פאר באטייליגטע וואס זענען געוועזענע ארעסטאנטן, [מיין טאטע האט טאקע דערנאך היפש געקווענקלט הערענדיג ווער ס'דארט געווען, איבער מיר טאקע לאזן גיין אהין..] און נאך עסקנים, באקומען האב איך צו זיין א מתחיל, שטעל דיך פאר וויאזוי די מצות האבן אויסגעקוקט, אינעם פולן זין פון לחם עוני, נאכן באקן, האב איך מיר געפילט אזוי גוט צו זיין א פאר"ט פון די עסקנים, אז ווען כ'האב באמערקט א קע"פ מיט די לאסורים לאגאו וואס מען האט געקענט אהיימנעמען, האבעך מיר שיין פאר'קעפ'ט און אהיים, גראדע ליגט עס נאך עד היום ביי מיין טאטע אין פורים באקס.

איך בין אריין אין אן אנדערע ישיבה, ווי דער זון פון לאסורים, און דא מער ווייניגער האט זיך עס אפגעשטעלט מיט לאסורים, [שפעטער בין איך אריין אין אנדערע ארגענעזאציעס (און אליין געעפענט איינס,) אבער נאר אין שפיטעלער/ריהעב'ס/מענטשן אינדערהיים]

פינעף יאר שפעטער האט די באשעפער צוגעפירט אז מיר זאלן זיך טרעפן נאכאמאל אין א צווייטע ישיבה, און פארשטייצעך איינמאל אינמיטן לערנען -ס'געווען א וואך פאר חנוכה- האבן מיר זיך דערמאנט פונעם מצות באקן, און מיין חבר האט געוויסט אז איך גלייך צו משמח זיין אידן, האט ער מיר מסבר געווען אז יעדע חנוכה/סוכות/פורים וכו' מאכט לאסורים א פארטי מיט ארעסטאנטן, און פרעגט מיר אויב איך בין אינטערסירט דעראין, פאשטייצעך אז איך בין אויפגעשפרינגען, וואדע שאלה אפי?! זיכער! איז ער מיר מסבר אז עס גייט נישט אויף איין פיס מען דארף קודם אריבערגיין א פרוצעדור פון די באאמטע צו ווערן אנגענומען, וואס זיי מאכן זיכער אז מען האט א קלינע רעקארט, [נאכאמזל זיי האבן נישט געפרעגט מיין משגיח] ער קאלט זיין טאטע און ער בעט מיין פאספארט אינפערמאציע, איך געב אים דאס איבער און ער זאגט אז דאס נעמט בערך א וואך, פיין! כ'ווארט מיט שפאנונג, שטייצעך אז די גאנצע ישיבה האט מיטגעהאלטן מיין עקסייטונג... ועכילי מ'העט נישט אריינגיין..

די פלאן איז געווען דארט צו פארוויילן פון פינווע ביז זיבענע, און דערנאך וועל איך גיין צו מיין עלטער באבע אן אלמנה צינדן חנוכה ליכט.

דער טאג איז אנגעקומען, איך האב דאך אוודאי נישט געוואלט זאגן פארן מנהל אז איך דארף גיין אינמיטן סדר מאכן א חנוכה מסיבה אין תפיסה, האט מען אפגעשמועסט אז דריי אזייגער גייט מען זיך טרעפן מיטן עסקן א גאס צוויי אוועק פון ישיבה, ס'ווערט האלב דריי און ס'ווערט מיר גוט, קענסמער מסבר זיין פארוואס דער מנהל דארף יושב'ן ביים טיר פונקט ווען איך דארף מיר שמוגלען..
האסטו געהערט אזאנס?! דער האלט זיך נישט ביים ריקן.. ס'ווערט צען צו און פינעף צו, און גארנישט.. פאר די עף בי איי אפי' וואלט נישט בייגעפאלן די איידיעס וואס איז מיר דעמאלטס אדורך געלאפן, אבער זעט אויס די מנהל איז קלוגער און גארנישט גייט נישט, ענדליך בערך צען מינוט נאך דריי האט זיך די מנהל פארקוקט און אונז האמער געמאכט פליטה פון אן הינטערטירל און ב"ה די קריזיס איז פארביי, מ'האט אראפגעלאפן די פאר גאסן און זיך געטראפן מיטן עסקן וואס איז שוין געווען שטארק אומגעדולדיג אויף אונזערע שלעפעראציעס און אונז מסבר געווען אז יעדע רגע איז קריטיש ווייל אין תפיסה לויפט אלעס מיט א מורא'דיגע פונקליכקייט, און אויב מען קומט שפעט דארף מען מזל נאך צו קענען אריינגיין, און אפי' נאכן שוין יא ווערן אריינגעלאזט איז דא א צייט וואס ס'מוז ווערן ליידיג...

פון בארא פארק זעמער געפארן קיין וויליאמסבורג, אנקומענדיג האבן מיר געמאכט א סטאפ ביים עקזיט נעמען געז, און מ'איז געפארן צום פיש געשעפט! פארוואס אין א פיש סטאר? וויבאלד ס'חנוכה! נו וואס האט חנוכה מיט פיש?! פרעגסט זייער גוט, איז לאמיר דיר עס פארשטיין געבן, אין תפיסה עכ"פ וויאזוי איך האב פארשטאנען מעג מען ביים מסיבה נאר אריינברענגן עסן וואס האט צוטון מיט יענעם יו"ט למשל פסח-מצות, פורים-המן טאשן, וכו', נו יעצט ברויכמער פארשטיין וואס האט פיש מיט חנוכה..

כדי די ארעסטאנטן זאלן אויך האבן עפעס נארמאל צו עסן און נישט נאר פאנקן האט מען באשטעלט קאסטאם מעיד פיש-פאנקען, מען האט גענומען א גאנצע סלייס סאלמאן פיש, איבערגעדעקט מיט א שטיקל טייגל, מ'האט עס געמאכט אויסזען פונקט ווי א פאנק! און אזוי כאפן די צוויי פייגלעך מיט איין פאנק!!!

כמעשהו בפיש כך מעשהו בבוטשער, גיימער אריין אין 82 לי אויפצופיקן די פריערבאשטעלטע קאסטאם מעיד פלייש-פאנק, מען האט גענומען גוטע שטיקלעך בקר און סעסימי טשיקן, ארומגענומען מיט א טייגל און ויקרא שמו פלייש-פאנק, די גוים ווייסן דאך נישט אז א פאנק קומט מיט זשעלאו אדער מאסטערט..

און ויסעו...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
היימישע באפער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:05 pm

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד [חלק א' ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע באפער »

על פי פשטות האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 1:24 am

Wow wow wow געוואלדיג
מיר ווארטען אויף א חלק ב'
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד (חלק א' ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

נו ווי זענען די קאמענטארן???
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: מיין חנוכה פארטי אין רייקערס איילענד (חלק א' ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

געוואלדיג!
סאיז מיר געפאלן די עסקנים'ס פאנגעריי פון די פאנקן.
מיר קוקן ארויס אויף די חלק ב', און אויף די באזוך אין תפיסה גופא.
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”