מרת שרה שנירער ע"ה מייסדת 'בית יעקב'
עס קען טאקע זיין אז רוב פון די ליינער זענען נישט קיין אפשטאמיגע פון די וואס האבן געשעפט פון אירע מעשים טובים, אבער איר איז אסאך צו פארדאנקן אידישקייט איבער די וועלט. אויף איר קרעדיט ווערט צוגעשריבן טויזענטער דורות, וואס ווערן ערצויגן ע"פ קדושת בית ישראל.
רעבצין שנירער ע"ה (וואס קיינער באטיטולט איר נישט אזוי צו מיין וואונדער) איז געווען א קעמפער פאר אידישקייט. זי האט געקעמפט פאר אן אידישקייט וואס איז פשרה'לאז. לכאורה דאס קנאות דקדושה וואס האט געברענט אין איר, איז געקומען פונעם בעלעזער קרייז, וואו אירע עלטערן האבן באלאנגט.
איר אויפטו אויף וואס זי ווערט געבענטשט ביז היינט, איז דאס אויפשטעלן "בית יעקב" שולעס פאר אידישע טעכטער, לדעת את המעשה אשר יעשון.
איינע פון אירע גרעסטע שטיצער איז געווען דער הייליגער חפץ חיים זי"ע, דער פוסק הדור, וואס האט מיט זיין הייליגע מחשבה און לויטערע געדאנקן פארשטאנען אז פאר'ן עקזיסטענץ פונעם אידישן פאלק, איז א "בית חינוך לבנות" א חוב!
זי שרה שנירער האט געהאט די זכי' אויפצושטעלן דעם נעץ, וואו טיזענטער אידישע טעכטער האבן באקומען אן אידישן חינוך, און די היינטיגע בית יעקב'ס, זענען אירע פירות.
חוץ אירע אויפטוען אין אויפשטעלן "בית יעקב" סקולס, האט זי ארויסגעגעבן ביכער אויף "אידיש" וואס זענען נאך היינט צוטאג גאר געזוכטע ספרים פאר מחנכים ומחנכות און עלטערן צוגלייך.
דאס היסטאריע פון "בית יעקב" גייט צוריק צו איין און ניינציג יאר צוריק, ווען השכלה'שע ווינטן האבן געבוושעוועט, און ליידער זענען אסאך אידישע טעכטער פון די סמעטענע וואס כלל ישראל האט פארמאגט אריינגעפאלן אין זייערע הענט, און האבן אנגעהויבן צו לערנען אין קאלעדשעס אד"ג, אין פלעצער וואו א אידישע טאכטערס פיס טאר ווען נישט איבערטרעטן.
זעענדיג דעם ביטערן גייסטישן מצב אין וואס כללל ישראל גליטשט זיך אריין, איר שרה שנירער ע"ה ארויסגעקומען מיט א פעסטן באשלוס אפצוראטעווען אידישע טעכטער. מיט די הילף פון הנגיד הרב משב דוד פלאש איז די ערשטע מיידל שולע געווארן אויפגעשטעלט אין קראקא, פוילן, און פון דארט איז זיך עס צווואקסן צו אן אימפעריע פון חינוך הטהור פאר אידישע טעכטער.
אזוי האט איין איינצלנע פרוי זוכה געווען אז צו איר קאנטע ווערט צוגעשריבן טויזענטער אידישע דורות וואס זענען פגרעטאוועט געווארן במשך די דורות.
דאס וואס איך האב ביז יעצט געשריבן איז קיין גרויסע נייעס, עס איז דברים הידועים לכל. וואס איך וויל אבער וויסן איז, איר פערזענדליכע היסטאריע. ד"ה איר משפחה? איר דורכגאנג ביי די ערשטע וועלט מלחמה?. זי איז דאן לכאורה געווען אין די צוואנציגער יארן (מוז נישט זיין). ווער איז געווען איר מאן? צו פירן אזא לעבן, האט די מאן אויך געדארפט לכאורה זיין עפעס. האט זי איבערגעלאזט דורות? אא"וו, בין איך נייגעריג אויב איינער ווייסט עפעס מער פון איר.