בילד פונעם אויבן-אָן טיש ביי דעם גרינדונגס-קאנפערענץ פונעם בית יעקב צענטראלע אין פוילן. [קרעדיט: דאס אידישער ווארט]. פון ר. צו ל.: דר. לוי ניווצעוויץ, ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן, ר' יוסף משה הייבער, ר' יצחק מאיר לעווין, ר' אשר שפירא.
היסטארישע רשימה פון שנת תרפ"ה - צאמגעשטעלט דורך הרב דר. אלי' יונג ז"ל מראשי אגודת ישראל, וואו עס ווערט אויסגערעכנט די "בית יעקב, שולעס אין 45 שטעט און שטעטליך מיט פרטים פון די שולעס. http://search.archives.jdc.org/multimed ... 1_0010.pdf
נחמן נתן האט געשריבן:
בילד פונעם אויבן-אָן טיש ביי דעם גרינדונגס-קאנפערענץ פונעם בית יעקב צענטראלע אין פוילן. [קרעדיט: דאס אידישער ווארט]. פון ר. צו ל.: דר. לוי ניווצעוויץ, ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן, ר' יוסף משה הייבער, ר' יצחק מאיר לעווין, ר' אשר שפירא.
אגב, איר מצבה איז די איינציגסטע אדער פון די איינציגסטע וואס מען האט צוריקגעשטעלט אין קראקא. די רשעים ימ''ש האבן אויסגעריסן די מצבות און אויפגעשטעלט אויפן שטח די טרויעריג בארימטע צוואנגסלאגער 'פלאשוב'.
איך האב גיזען אין "מחזיקי הדת" שנת תרע"ב אז ביי דער אגודת ישראל קאנפערענץ אין קראקא יענעם יאהר האט מ'שוין אויס גערופען אז מוויל מאכען מיידעל שולעס. אבער ס'איז נישט געווארן פאר די ערשטע וועלטס קריג. איך האב געזעהן ערגעץ אז דער מנחת אלעזר האט געזאגט אס ווי באלד די הצעה קומט פון דייטשע יידען איז עס בחזקת טריפה
אמאל איז מרת שרה שנירער געווען ראש השנה אין שטאט טאמשוב און זי האט געדאוונט אין ר' לייבוש טאמשוב'ס בית מדרש. אינמיטן דאווענען איז מען געקומען דערציילן פאר ר' לייבוש'ס רבעצין, זי איז געווען ציעשינובער רב'ס טאכטער, אז יענע פרוי דא אין ווייבער שוהל, איז שרה שנירער. איז די רעבעצין ציגעגאנגען צו איר אינמיטן ראש השנה, און איר ארויס געשיקט פון בית מדרש, און איר ג'אסר'ט אריין גיין אין קיין שום בית מדרש אין טאמשוב...
אינעם ספר 'השמש בגבורתו' (תולדות הג"ר שמשון פינקוס ז"ל) ווערט אביסל געשילדערט די תקופה וואס זיין רעבעצין האט געלערנט אין בית יעקב אין קראקא (ביידע, סיי הג"ר שמשון און סיי זיין ווייב, האבן זייערע עלטערן געוואוינט אין אמעריקע, און ביידע זענען בשעתו געפארן לערנען מעבר לים, ער אין ישיבה אין ליטא, און זי אין בית יעקב).
עכ"פ, ווערט דארט געשילדערט אן אינטרעסאנטע געשעעניש וואס זי האט געהאט מיט שרה שנירער דייקא ביי זייער ערשטע באגעגעניש, ואלה הדברים: "איך בין געגאנגען אנגעטון מיט א לאנגע קלייד לויט וויי די הלכה פארלאנגט, צניעות'דיגע ערמל, און מיט מיין תמימות האב איך געקלערט אז אויך די עפענונג פון מיין האלדז איז בסדר גמור. אבער בליץ שנעל האב איך אנטפלעקט אז דאס טוט נישט נאכקומען די פארלאנגען פון שרה שנירער...
"זי האט מיך אנטפאנגען מיט ווארעמקייט, מיט איר טיפע גאליציאנע אידיש, און אפי' איך האב נישט פארשטאנען יעדעס ווארט האב איך מיך געשפירט 'וועלקאם', און אזוי בעת זי שמייכלט צו מיר, האט זי זיך דערנענטערט מיט א 'סעיפטי פין' און צוגעמאכט דעם עפענונג ביים האלדז, זאגנדיג עפעס אזוי אז אין 'בית יעקב' שטייט מען אויפ'ן צניעות עס זאל זיין מיט'ן פולסטן שלימות, און מען קען בשום אופן נישט מאכן קיין פשרות דערביי"...
נחמן נתן האט געשריבן:
בילד פונעם אויבן-אָן טיש ביי דעם גרינדונגס-קאנפערענץ פונעם בית יעקב צענטראלע אין פוילן. [קרעדיט: דאס אידישער ווארט]. פון ר. צו ל.: דר. לוי ניווצעוויץ, ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן, ר' יוסף משה הייבער, ר' יצחק מאיר לעווין, ר' אשר שפירא.
ר' אליעזר גרשון פרידענזאן איז דער פאטער פון ר' יוסף דער באקאנטער ארויסגעבער פון "דאס אידישע ווארט", ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן איז דער שרייבער און ארויסגעבער פון די פינף בענדער "דער תורה קוואל".
מיללער האט געשריבן:
אגב, איר מצבה איז די איינציגסטע אדער פון די איינציגסטע וואס מען האט צוריקגעשטעלט אין קראקא. די רשעים ימ''ש האבן אויסגעריסן די מצבות און אויפגעשטעלט אויפן שטח די טרויעריג בארימטע צוואנגסלאגער 'פלאשוב'.
ליידער נישט די רשעים און נישט בלויז מצבות. די דייטשן ימ״ש, האבן געצווינגען יודן אויסצורייסן די גאנצע בית הקברות, איר געביין איז שוין לאנג נישט דארט, די מצבה איז אבי געשטעלט ושלא במקומה.

במחילת כבודכם. ס'איז נישט אבי געשטעלט. אירע תלמידות האבן עס צוריק געשטעלט, פחות או יותר אין דע ד' אמות ווי עס איז געוועהן.