בלאט 1פון 1

אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:02 pm
דורך שארן בארן
א פלאץ שוין איינמאל א פלאץ

אזא פלאץ אינמיטן די בייזע אינטערנעט ווי אידן קענען זיך דרייען

א פלאץ ווי מען טרעפט זיך מיט זיך די היימישע רייען

נייעס אויף א כשר'ע פארנעם נאך פאר עס טוט פאסירן

אויך א ספעציעלע אפטייילונג פאר ווער עס האט מנדב געווען איינע פון די נירן

היימישע נייעס מען באקומט דא צענימען און צעשניטן

לאמיר פארפירן אין צענזור אויב גייט עס נישט אין אישי מיט גוטן

אין פארברענען איז אייביג א יאר צוויי צוריק געווען אסאך אסאך בעסער

וואס פארשטייסטו נישט היינט בין איך שוין אסאך גרעסער

גראמען שרייבט דא ווער עס האט נאר א קיבארד מיט א פינגער

אויף צו מאכן קידוש מען דארף נישט זיין קיין זינגער

לאמיר דא די נעקסטע פאר שירות ארויסשניידן

איך וויל נאר ארויסברענגען נאך איין פונקט איר דארפט איבריג נישט ליידן

לעצטנס קוק איך מיר ארום דא פיל מיט ווינדער

ווי קליינע קינדער ווערן טאטעס און טאטעס ווערן קינדער

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:04 pm
דורך שטענדיג צופרידן
מוירעדיג צום פונטל

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:04 pm
דורך את פתח לו
שארן בארן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:02 pm
א פלאץ שוין איינמאל א פלאץ


אין פארברענען איז אייביג א יאר צוויי צוריק געווען אסאך אסאך בעסער

חחח

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:07 pm
דורך יקל פעדער
לשבח או לגנאי ?

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:08 pm
דורך שארן בארן
יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:07 pm
לשבח או לגנאי ?
דזשאסט וואס עס שטייט קיין פינטל נישט אנדערש קענסט ליינען אויב ווילסטו...

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:08 pm
דורך יקל פעדער
שארן בארן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:08 pm
יקל פעדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:07 pm
לשבח או לגנאי ?
דזשאסט וואס עס שטייט קיין פינטל נישט אנדערש קענסט ליינען אויב ווילסטו...
געליינט
אפאר גוטע פונקטן.

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:10 pm
דורך ויקשב וישמע
@שארן בארן
טוה דיך נישט נער'ן
מען פארקויפט דא אויכט קארן
מען האלט אין איין אשכולות פארשפארן
@וויכטיג מאכער טוט פאלעסיס שארן

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:24 pm
דורך קנאפער ידען
א פלאץ אינדיד!
פארן ערליכן איד
אזויפיל גוטע תוכן
און צומאל וואסער טוחן...

און פאר כ'טו פארגעסן
מ'קען עס נישט פּעסן
דא א ניק א פיינער
לייקט יעדן איינער
@שארן בארן פארגינט
א לייק יעדער פארדינט...

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:43 pm
דורך אליהו ליכטענשטיין


זייער גוט...

Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:47 pm
דורך אידישער פרינץ
שארן בארן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:02 pm
א פלאץ שוין איינמאל א פלאץ

היימישע נייעס מען באקומט דא צענימען און צעשניטן



אין פארברענען איז אייביג א יאר צוויי צוריק געווען אסאך אסאך בעסער



Re: אייוועלט איז א פלאץ

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 5:19 pm
דורך מיינע געדאנקען
גוטע ליינס
איינס ביי איינס!!!

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: