נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

JDN
א איבערראשענדע מעלדונג ווערט אצינד פארשפרייט ביי כלל חסידי באבוב, איבער די גרינדונג פון א נייע חתונה פלאן מיטן נאמען "חיים של שלום", מיטן ציהל צו פארגרינגערן די טויזענטער חסידים בעת שמחתם, און דראסטיש רעדוצירן די אסטראנאמישע הוצאות וואס פלאגט דעם היימישן ציבור.

די נייע חתונה פלאן איז נארוואס פראקלאמירט געווארן פאר די חסידים, אין בעפארברייטונג צו א גרויסארטיגע אסיפה וואו אלע חסידים וועלן זיך צוזאמנעמען כאיש אחד בלב אחד, דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת בהעלותך הבעל"ט, וואו עס וועט ווערן ברייט אויסגעשמועסט די גענויע דעטאלן ארום די נייע חתונה פלאן, וואס איז ערווארטעט צו שניידן חתונה הוצאות אויף א שטארקע פארנעם.
אטעטשמענטס
22_low.jpeg
22_low.jpeg (310.98 KiB) געזען 6537 מאל
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אדרבה!
וואס זענען די פלענער ?
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

וואס עפעס? האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 1:09 pm
אדרבה!
וואס זענען די פלענער ?
עמער דארפן ווארטן פארן גרויסן אסיפה צו הערן די דעטאלן
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

בעפאר מען הערט די נייע פלאן, ווי האלטן זיי יעצט? האבן זיי עפעס תקנות, זענענן זייערע תקנות - אויב זיי האבן - ווי מוהרי"י, מוהר"א, אדער?
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

קו ירוק האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 1:31 pm
בעפאר מען הערט די נייע פלאן, ווי האלטן זיי יעצט? האבן זיי עפעס תקנות, זענענן זייערע תקנות - אויב זיי האבן - ווי מוהרי"י, מוהר"א, אדער?
נישטא כעת אוועקגעשטעלטע תקנות
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

יאפ, דער עולם איז געשפאנט
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

קומט עכט נישט אריין דא. אפשר יא. וואטעווער.

כ'געהערט אמאל, ס'דא שוהלן וואס מ'מאכט א תקנה נישט צו געבן קידוש פאר די גאנצע עולם, און ס'דא שוהלן וואס די תקנה איז מ'זאל יא געבן קידוש לכל הפחות פאר דריי טישן. בקיצור.
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

הזמנה
אטעטשמענטס
unnamed - 2024-06-10T163407.351.jpg
unnamed - 2024-06-10T163407.351.jpg (168.18 KiB) געזען 5401 מאל
unnamed - 2024-06-10T163409.952.jpg
unnamed - 2024-06-10T163409.952.jpg (172.48 KiB) געזען 5401 מאל
unnamed - 2024-06-10T163415.899.jpg
unnamed - 2024-06-10T163415.899.jpg (177.11 KiB) געזען 5401 מאל
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

נארוואס געענדיגט דעם ריזן אסיפה בביהמ"ד הגדול

אין מילים!
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

זעלטן חידוש'ליכע 'חתונה פלאן' פראקלאמירט בק"ק באבוב!

דעם נאכט, ביי א היסטארישע מעמד בהתאסף קהלא קדישא באבוב בביהמ"ד הג', האט מען געשריבן היסטאריע מיט א נייע 'חתונה פלאן' וואס וועט ערמעגליכן יעדעם איינעם, אין יעדע פינאנציעלע מצב, צו קענען חתונה מאכן אן דעם 'געלט דאגה' אויפן קאפ.

ווי די באקאנטע עסקן ר' יחזקאל ראזענבערג האט געעפענט דעם אסיפה, אז מיט זעקס חדשים צוריק, ווען מ'האט זיך געגרייט צו פארענדיגן די נייע חתונה זאלן 'אהלי פרידא' בבנין הת"ת החדש, האט רבינו שליט"א ממנה געווען בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א צוזאמצונעמען א וועד און אהערשטעלן א פולקאמע נייע חתונה פלאן מ'זאל קענען חתונה מאכן גרינגערהייט אן דעם באקאנטע פראגע 'כסף מנלן'.

אצינד האלט מען נאך חדשים פון ארבעט און שווערע כוחות, און די נייע פלאן איז פראקלאמירט געווארן!

דעם נייעם פלאן ענהאלט אין זיך עטליכע דעטאלן וויאזוי צו שניידן די הוצאות און אראפברענגען דעם חתונה פרייז פון בערך 100 טויזענט דאלער צו האלב (אריינגערעכנט מבטל זיין מסיבת תנאים, שבת אויפרויף סעודות, און חתונה מאכן פאר בלויז 16 טויזענט דאלער הכל בכל מכל אינעם אהלי פרידא זאל), און די קהילה האט אויפגעשטעלט א גמ"ח וואס וועט געבן פאר אלע וואס ווערן א טייל דערפון ביז 40 טויזענט דאלער (!!!), און די קרן חתנים/אור חיים (פאר כלות) געבן די איבריגע 10-15 טויזענטווי ביז היינט.

די גמ"ח איז אוועקגעשטעלט געווארן גאר גרינג, ממש געציילטע הונדערט דאלאר א חודש, און עס קען זיך נישט אנזאמלן מער ווי 2-3 קינדער אויפאמאל. אויב מ'מאכט חתונה מער ווי דעם, באקומט מען דעם ריזן הלואה אבער מ'וועט ערשט אנהייבן צאלן די תשלומין ווען די פריעדיגע ענדיגן זיך.

לויט דעם נייעם פלאן, וועט מען אנשטאטס דארפן יעדער יאר-צוויי הונדערט אלפים חתונה צו מאכן, דארפן בלויז צאלן עטליכע הונדערט דאלאר א חודש פארן הלואה, וזהו!
לעצט פארראכטן דורך באנאנא אום מאנטאג יוני 17, 2024 11:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רננו צדיקים
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:57 am

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רננו צדיקים »

באנאנא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:45 pm
זעלטן חידוש'ליכע 'חתונה פלאן' פראקלאמירט בק"ק באבוב!

דעם נאכט, ביי א היסטארישע מעמד בהתאסף קהלא קדישא באבוב בביהמ"ד הג', האט מען געשריבן היסטאריע מיט א נייע 'חתונה פלאן' וואס וועט ערמעגליכן יעדעם איינעם, אין יעדע פינאנציעלע מצב, צו קענען חתונה מאכן אן דעם 'געלט דאגה' אויפן קאפ.

ווי די באקאנטע עסקן ר' יחזקאל ראזענבערג האט געעפענט דעם אסיפה, אז מיט זעקס חדשים צוריק, ווען מ'האט זיך געגרייט צו פארענדיגן די נייע חתונה זאלן 'אהלי פרידא' בבנין הת"ת החדש, האט רבינו שליט"א ממנה געווען בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א צוזאמצונעמען א וועד און אהערשטעלן א פולקאמע נייע חתונה פלאן מ'זאל קענען חתונה מאכן גרינגערהייט אן דעם באקאנטע פראגע 'כסף מנלן'.

אצינד האלט מען נאך חדשים פון ארבעט און שווערע כוחות, און די נייע פלאן איז פראקלאמירט געווארן!

דעם נייעם פלאן ענהאלט אין זיך עטליכע דעטאלן וויאזוי צו שניידן די הוצאות און אראפברענגען דעם חתונה פרייז פון בערך 100 טויזענט דאלער צו האלב , און די קהילה האט אויפגעשטעלט א גמ"ח וואס וועט געבן פאר אלע וואס ווערן א טייל דערפון וואס וועט ארויסגעבן ביז 40 טויזענט דאלער(!!!), און די קרן חתנים/אור חיים (פאר כלות) געבן די איבריגע 10-15 טויזענטווי ביז היינט.

די גמ"ח איז אוועקגעשטעלט געווארן גאר גרינג, ממש געציילטע הונדערט דאלאר א חודש, און עס קען זיך נישט אנזאמלן מער ווי 2-3 קינדער אויפאמאל. אויב מ'מאכט חתונה מער ווי דעם, באקומט מען דעם ריזן הלואה אבער מ'וועט ערשט אנהייבן צאלן די תשלומין ווען די פריעדיגע ענדיגן זיך.

לויט דעם נייעם פלאן, וועט מען אנשטאטס דארפן יעדער יאר-צוויי הונדערט אלפים חתונה צו מאכן, דארפן בלויז צאלן עטליכע הונדערט דאלאר א חודש פארן הלואה, וזהו!
WOW WOW WOW
ממש אן אויפרייס!

וואס נאך אויסער די הלואה?
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אין א זעלטענע שריט איז געמאלדן געווארן בשם רבינו שליט"א, אז מהיום והלאה, לכבוד דעם גרויסן עסק, וועט פארקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש בהשתתפיתו פאר יעדעס שידוך וואס וועט מיטגיין מיט דעם נייעם פלאן, מחזק צו זיין דעם ענין.
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אחוץ דעם האט רבינו שליט"א מודיע געווען אז מהיום והלאה איז בטל ומבוטל די 'מסיבת תנאים' אינעם קהילה, און יעדער איינער, אפילו דער וואס וועט מאיזה סיבה נישט מיטגיין מיט דעם פלאן, וועט בלויז מאכן א לחיים באלד נאכן שידוך אין שטוב, אדער אין א קליינע זאל וואס די קהילה האפט צוצושטעלן בקרב הימים, און דארט ליינען די תנאים אויף א ביליגע פארנעם מיט בלויז לעקעך און בראנפן, אן די אלע מיטגעקומענע זאכן וואס א תנאים ברענגט מיט זיך.

די פלאן וויאזוי אראפצוהאקן רוב הוצאות אין קורצן:
מבטל זיין מסיבת תנאים (זאל, מער עסן, בילדער כאפער, קליידער, מעיקאפ און אלעס וואס קומט מיט דעם) שוין לכאורה 5-10 אלפים זיך געשפארט.
מבטל זיין סעודת אויפרוף, נאך עטליכע אלפים געשפארט
ביידע שטריימלעך אינאיינעם: מאקסימום 5500
צירונגען האט אויך א מאקסמום, וכן פורנוטשער
די עיקר גרויסע זאך איז ליל החתונה וואס קאסט רוב מאל שוין ביליגערהייט 30 אלפים, וועט מען אינעם נייעם הערליכע 'אהלי פרידא' זאל קענען חתונה מאכן פאר בלויז 16000 (8 טויזענט א צד) מיט אלעס ארייגערעכענט (א געהעריגע זינגער, שפילער, בילדער, בלומען, און אלע קליינע אותיות וואס יעדעס חתונה זאל קומט מיט, למשל: משגיח, קבלת פנים עסן (אין באבוב קומען די בחורים דעמאלסט), אינדאר חופה, קאוט רום, ועוד). מיט דעם שפארט מען זיך נאך שווערע אלפים.
ועוד
אינדעפענדענט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 3:44 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינדעפענדענט »

מאסיוו!!!
כלל ישראל האלט ממש פאר א בראך. הודערטער יונגעלייטליך וואס קענען קוים דעקן דעם יאר הייבען אן קנאקן שידוכים אן די מידערסטע אנונג פון ווי אנצוהייבן...
דעס איז הצלת כלל ישראל ממש!!
לאמיר האפן אז די אנדערע חסידותער וועלן אריינקימען נאך שטערקער...
ס’איז העכסט צייט פאר מעדזער טשענשע'ס!
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

רבינו שליט"א האט מסביר געווען פארוואס ער האט עס א נאמען געגעבן 'חיים של שלום' (דעם חתונה פלאן), נאכזאגענדיג א אלשיך הק' אז 'שלום' מיינט די שלימות פון די גוף און די נשמה.
האט דער רב געזאגט אז ווען מ'מאכט חתונה ווי ביז היינט, מיט חובות און קאפ וויי, איז נישט די גוף און נישט די נשמה ביים שמחה ליידער...
אצינד וועט מען חתונה מאכן מיט א ריכטיגע 'חיים של שלום', מיט די גאנצע נפש רוח ונשמה, מיט אן אמת'ע שמחה
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

בקיצור אזא געדאנק ווי וויזניץ מאנסי נייע "מצא טוב" פלאן?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10915
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

באנאנא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:50 pm
אחוץ דעם האט רבינו שליט"א מודיע געווען אז מהיום והלאה איז בטל ומבוטל די 'מסיבת תנאים' אינעם קהילה, און יעדער איינער, אפילו דער וואס וועט מאיזה סיבה נישט מיטגיין מיט דעם פלאן, וועט בלויז מאכן א לחיים באלד נאכן שידוך אין שטוב, אדער אין א קליינע זאל וואס די קהילה האפט צוצושטעלן בקרב הימים, און דארט ליינען די תנאים אויף א ביליגע פארנעם מיט בלויז לעקעך און בראנפן, אן די אלע מיטגעקומענע זאכן וואס א תנאים ברענגט מיט זיך.
דאס גייט זיין אינטערסאנט.

כ'מיין זייט די סאטמאר ברך משה'ס תקנה איבער א וואן מען בענד איז נאכנישט געווען א אפיציעלע תקנה מצד א רבי וואס האט גארנישט מיט אידישקייט נאר מער עניני גשמי, עניני פרנסה.
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:52 pm

אגב, דער רב האט ביי זיין דרשה געזאגט אז דעם נייעם פלאן איז איין שטיק רוחניות, וויבאלד מיט א קלארע קאפ ווען מ'מאכט חתונה וועט מען קענען דאווענען, לערנען, זיך פרייען מיט די קינדער און אייניקלעך מיט ישוב הדעת אויף א בעסערע פארנעם
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

באנאנא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:50 pm
אחוץ דעם האט רבינו שליט"א מודיע געווען אז מהיום והלאה איז בטל ומבוטל די 'מסיבת תנאים' אינעם קהילה, און יעדער איינער, אפילו דער וואס וועט מאיזה סיבה נישט מיטגיין מיט דעם פלאן, וועט בלויז מאכן א לחיים באלד נאכן שידוך אין שטוב, אדער אין א קליינע זאל וואס די קהילה האפט צוצושטעלן בקרב הימים, און דארט ליינען די תנאים אויף א ביליגע פארנעם מיט בלויז לעקעך און בראנפן, אן די אלע מיטגעקומענע זאכן וואס א תנאים ברענגט מיט זיך.
אין סאטמאר האט מען אויכט יארן צוריק געמאכט אזא תקנה, מבטל געווען די סעודת תנאים, נאר א קליינע לעקעך און בראנפן, אבער כהיום יום האט זיך עס טראנספארמירט אלס א ריזיגע "קאום און גאו" פאר די גאנצע שטאט, וואס מען סערווירט האט פוד וכו' וכו', און קאסט גארנישט ביליגער ווי די אמאליגע תנאים סעודה וואס איז געווען נאר פאר די משפחה און נאנטע.

ביי קהלת סאטמאר מהר"א האט מען פרובירט צו מבטל זיין די תנאים לגמרי, מ'זאל ליינען די תנאים ביים ווארט, אבער עס האט נישט מצליח געווען. בפרט אז מענטשן האבן קליינע דירות, און קענען נישט אקאמאדירן די משפחות פון ביידע צדדים. (דוכט זיך אז אין קרית יואל איז דא אן אפציע צו מאכן ביים רבי'ן אין שטוב/זאל, וואס דארט גיבט מען טאקע נאר מזונות און בראנפן, אבער פאר די תושבי ברוקלין איז עס נישט קיין לעזונג).

אלזא, איך בין נייגעריג וויאזוי מ'וועט עס האלטן אין באבוב.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

שרייב-פעדער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:59 pm

1. מ'וועט בעז"ה צושטעלן א קליינע זאל
2. האט פוד איז פון די תקנות
3. ווען מען געבט דיר 40 אלפים ברעכט מען נישט דעם זאך אזוי שנעל (דאס איז נישט קיין 'תקנות', ס'איז א 'חתונה פלאן' וואס אויב שטעלטסו זיך צו מיט 123 געבט מען דיר דעם ריזן הלואה און חתונה זאל אד"ג)
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9525
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

שרייב-פעדער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:59 pm
באנאנא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:50 pm
אחוץ דעם האט רבינו שליט"א מודיע געווען אז מהיום והלאה איז בטל ומבוטל די 'מסיבת תנאים' אינעם קהילה, און יעדער איינער, אפילו דער וואס וועט מאיזה סיבה נישט מיטגיין מיט דעם פלאן, וועט בלויז מאכן א לחיים באלד נאכן שידוך אין שטוב, אדער אין א קליינע זאל וואס די קהילה האפט צוצושטעלן בקרב הימים, און דארט ליינען די תנאים אויף א ביליגע פארנעם מיט בלויז לעקעך און בראנפן, אן די אלע מיטגעקומענע זאכן וואס א תנאים ברענגט מיט זיך.
אין סאטמאר האט מען אויכט יארן צוריק געמאכט אזא תקנה, מבטל געווען די סעודת תנאים, נאר א קליינע לעקעך און בראנפן, אבער כהיום יום האט זיך עס טראנספארמירט אלס א ריזיגע "קאום און גאו" פאר די גאנצע שטאט, וואס מען סערווירט האט פוד וכו' וכו', און קאסט גארנישט ביליגער ווי די אמאליגע תנאים סעודה וואס איז געווען נאר פאר די משפחה און נאנטע.

ביי קהלת סאטמאר מהר"א האט מען פרובירט צו מבטל זיין די תנאים לגמרי, מ'זאל ליינען די תנאים ביים ווארט, אבער עס האט נישט מצליח געווען. בפרט אז מענטשן האבן קליינע דירות, און קענען נישט אקאמאדירן די משפחות פון ביידע צדדים. (דוכט זיך אז אין קרית יואל איז דא אן אפציע צו מאכן ביים רבי'ן אין שטוב/זאל, וואס דארט גיבט מען טאקע נאר מזונות און בראנפן, אבער פאר די תושבי ברוקלין איז עס נישט קיין לעזונג).

אלזא, איך בין נייגעריג וויאזוי מ'וועט עס האלטן אין באבוב.
אין באבוב איז שוין אויך געווען א תקנה נישט צו מאכן קיין תנאים נאר מ'האט געליינט תנאים ביים רב'ס מלוה מלכה.
זענען דא מענטשן וואס טיען עס נאך?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:08 am
שרייב-פעדער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:59 pm
באנאנא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:50 pm
אחוץ דעם האט רבינו שליט"א מודיע געווען אז מהיום והלאה איז בטל ומבוטל די 'מסיבת תנאים' אינעם קהילה, און יעדער איינער, אפילו דער וואס וועט מאיזה סיבה נישט מיטגיין מיט דעם פלאן, וועט בלויז מאכן א לחיים באלד נאכן שידוך אין שטוב, אדער אין א קליינע זאל וואס די קהילה האפט צוצושטעלן בקרב הימים, און דארט ליינען די תנאים אויף א ביליגע פארנעם מיט בלויז לעקעך און בראנפן, אן די אלע מיטגעקומענע זאכן וואס א תנאים ברענגט מיט זיך.
אין סאטמאר האט מען אויכט יארן צוריק געמאכט אזא תקנה, מבטל געווען די סעודת תנאים, נאר א קליינע לעקעך און בראנפן, אבער כהיום יום האט זיך עס טראנספארמירט אלס א ריזיגע "קאום און גאו" פאר די גאנצע שטאט, וואס מען סערווירט האט פוד וכו' וכו', און קאסט גארנישט ביליגער ווי די אמאליגע תנאים סעודה וואס איז געווען נאר פאר די משפחה און נאנטע.

ביי קהלת סאטמאר מהר"א האט מען פרובירט צו מבטל זיין די תנאים לגמרי, מ'זאל ליינען די תנאים ביים ווארט, אבער עס האט נישט מצליח געווען. בפרט אז מענטשן האבן קליינע דירות, און קענען נישט אקאמאדירן די משפחות פון ביידע צדדים. (דוכט זיך אז אין קרית יואל איז דא אן אפציע צו מאכן ביים רבי'ן אין שטוב/זאל, וואס דארט גיבט מען טאקע נאר מזונות און בראנפן, אבער פאר די תושבי ברוקלין איז עס נישט קיין לעזונג).

אלזא, איך בין נייגעריג וויאזוי מ'וועט עס האלטן אין באבוב.
אין באבוב איז שוין אויך געווען א תקנה נישט צו מאכן קיין תנאים נאר מ'האט געליינט תנאים ביים רב'ס מלוה מלכה.
זענען דא מענטשן וואס טיען עס נאך?
דער רב פירט נישט קיין מלוה מלכה ברבים, מילא איז דאס נישט נוגע
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9525
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בארא פארקער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:41 pm
נארוואס געענדיגט דעם ריזן אסיפה בביהמ"ד הגדול

אין מילים!
פטור בלא כלום אי אפשר.
אהער מיט דיינע טעיקעוועיס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שווייצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:13 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווייצער »

שטארקע זאך דאס !
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”