נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כשרן פסח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

שיינע שטריימעל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:54 pm
כשרן פסח האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:46 pm
טשעירמאן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:36 pm
דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:14 pm

איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט די פלאן איז לעת עתה נאר ביי היכל הקודש און דארט ארבייט עס זיך זייער גוט אויס עס איז א שאג אז אנדערע קהילות מאכן עס נישט נאך למחצה לשליש ולרביע. גראדע באבוב האט עטליכע גוטע נקודות ווי מבטל זיין די תנאים זאל און די אויפרוף סעודות. מען דארף ווען צולייגן צו מבטל זיין שבע ברכות סעודות אויך וואס כמעט קיינער דארף עס נישט... אויס א זיידע וויל דוקא מאכן שבע ברכות זאל ער צאלן די שבת שבע ברכות...
בכלל נישט קיין שאד סאיז נאך דא אידן וואס ווילן חתונה מאכן פאר ביליג.. בכלל נישט חתונה מאכן איז אן אנדערע סארט דערהער און סאיז אן אנדערע פלאן
חתונה מאכן מיינט נאר אז מען ספענט 50 אלפים?
דאכט זיך אז חתונה האבן איז חופה, קידושין,יוחד, וכולי,
אונזערע זיידעס האבן דאס נישט געטאן, סאיז א אמעריקאנע מאדע צו ספענדען געלט פאר א חתונה וואס מען האט נישט,
אזויפיל ווייס איך אז רוב קאפעלס פון די 50 חתונות, וואינען שוין ב"ה אין אייגענע געקויפטע נייע שיינע הייזער , מיט די אייגענע געלט אין קרית ברסלב ליבערטי,

זאג די מיר וואס איז ענדערשער?
פלאשן געלט אין גארבעדזש, פאר א חתונה נאכט פאר אפאר שעה צו געפעלן פאר אנדערע?
אדער קויפן א אייגענע הויז פאר די רעסט פון די לעבן?
ס'איז זייער א גוטע זאך, אבער ווי פארשטענדליך איז עס נישט קיין זאך וואס איז שייך פאר אנדערע קהלות נאכצומאכן.
הונדערט פארצענט אז יא! פאר א חלק קהילה זיכער יא ,
מאכן א חתונה אזוי ווי א בר מצוה אין אביסעל א גרעסערע זאל , די ערשטע קהילה וואס גייט דאס באווייזן גייט זיין די הירא פון יאר הונדערט.
קיין אנדערע ברירה אויסער שניידען מיט א שחיטה מעסער די גאנצע חתונה איז נישט דא, אויסער אז קהילות וועלן טאקע אנפאנגען בארגן 50 אלפים פאר יעדע חתונה,

אין פאקט איז כינור דוד חתונה זאל אין קרית יואל שוין באלד 15 אלט צום גוטן, און קיינער האט דאס נישט נאכגעמאכט, מיינט דאס אז קען נישט ארבעטען?
זיכער אז יא , די קהילות דארפן עס נאר טין, די זעלבע ווי בר מצוה תקנות ארבעט,קען עס ארבעטען ביי חתונות .
לעצט פארראכטן דורך כשרן פסח אום דינסטאג יוני 18, 2024 4:39 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

@כשרן פסח @פרישער בחור

ביטע זאל ארויס הרב ראטה פונעם אשכול.
לעצט פארראכטן דורך קו ירוק אום דינסטאג יוני 18, 2024 4:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 4:11 pm
@כשרן פסח @פרישער בחור

מען האט שוין געהערט 133 מאל אז יואל ראטה האט באוויזן אין קנאפע זעקס יאר צו מאכען נאנט צו פופציג ביליגע חתונות, WOW, עכט שיין, יעצט ביטע שיין זאל אים ארויס פונעם אשכול.

ואגב, א נישט יואל ראטה חסיד זעט מיט די צוויי גשמיות'דיגע אויגן די מציאות אז די ראטה פלאן קען נישט אריייבטען, והא ראיה אז פון צוואנציג טויזענט חרידישע חתונות די לעצטע זעקס יאר איז נאר געווען נאנט צו פופציג, איך פארשטיי אז דו האסט אנדערע ברילן, אבער עס קומט נישט אריין דא.
ביטע רעספעקטירן און שרייבן ר' אויף א מנהיג פאר הונדערטער משפחות
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

סתם אינטערסאנט צו סאיז נישט א שאלה פון ריבית? אויב מען בארגט געלט נאר אויב מען האלט זיך צו דער פלאן?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2753
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:04 pm
טשעירמאן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:02 pm
פרישער בחור האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:00 pm
פרישער בחור האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:38 am
איר קענט מיך מעקן, אבער די איינציגסטע פלאן וואס ארבעט זיך עכט אויס מיט איבער 50 חתונות שוין געמאכט, איז די פלאן פון חבורת היכל הק' פון הרה"ג ר' יואל רוטה שליט"א
איינער שרייבט מיך אין אישי "דאס וועט מען זיך ווידער איבערצייגן ווען די עקסייטמענט פון די נייע באבוב'ע פלאן וועט אויסוועפן..."
איך מיין סאיז נאכנישט געווען קיין באבובער חתונה אין היכל הקודש סא סאיז בכלל נישט קיין פלאן פאר די קהילה
און 50 חתונות מיינט אז עס ארבעט (עכט..) פאר וויפיל פראצענט היימישע חתונות ?
50 חתונות פאר היכל הקודש איז זייער זייער אסאך עס איז מן הסתם 97% מען רעדט פון א קליינע קהילה
סאיז נישט אזא קליינע קהלה בכלל. סקען אבער זיין אז עס איז 97% אדער אפי 100%דארט ווי סיי די עלטרען און סיי די קונדער זענען דארט
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

יונתן שווארץ גערעדט דערפון מיט א שטריימל אויפן קאפ לכבוד די שמחה, איינער קען אהערברענגען?
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4184
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

בארא פארקער האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:08 am
יונתן שווארץ גערעדט דערפון מיט א שטריימל אויפן קאפ לכבוד די שמחה, איינער קען אהערברענגען?
https://drive.google.com/file/d/1oVM6NB ... sp=sharing
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
צדיק פון א איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:13 am

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק פון א איד »

מי יודע האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:04 pm
צדיק פון א איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:43 am
מי יודע האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:34 am
קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:59 am
א חסיד מוהר"א בקר"י וואס מאכט תנאים ביים רבין פאר $750 און די חתונה נאכט אין גינת עקשטיין אדער אפילו קארגערהייט פאראדאייס וואלט נאך ארויס מיט טשענטש איבער די באבוב חתונה פלאן, און ער האט עקסעס צו מער ווי פערציג אלפים, די קהלה געט צווישן פינף און צען אלפים (יעדע מוהר"א ביהמי"ד אנדערש) גמ"ח מוהרי"ט בארגט 25K און יעדע שול האט עקסטער א גמ"ח, די רבצין גמ"ח, ועוד.

די גרויסע שבת באווארפן'ס דארף מען טאקע דאהי אויך אנהייבן קעיר נעמען.
תנאים ביים רבין קאסט שוין לאנג נישט קיין 750, כ'מיין ס'האלט שוין נענטער צו 2 אלפים, טשעק עס אויס
געווען $1300 ביז אדר

סהאט דעמאלסט אנגעהויבען אז מענטשען האבען באצאלט ביז $1000 פאר פיקטשערס האט מען געמאכט א נייע פלאן פון $1600 אינקלאדונג פיקטשערס
יע יע
נעקסטע נייע פלאן איז 2500 פאר עכטע בלומען
פונקט ווי כינור דוד קען נישט האבן קיין מוזיק, דארף דא אויך זיין שטרענגע תקנות מיט בילדער, אז נישט מאי הועילו בתקנתם

שוין צוריק צום נושא, הלואי זאל זיין קאמפאטישען ווער ס'קען מאכן בעסערע נוצבארע תקנות, ווייל ס'איז ממש נישט נארמאל, ממש לעצטענס זאגט מיר איינער ער שטעלט צוזאם בערך 20 אלפים פאר איינעם וואס מאכט חתונה, איך קען יענעם, ער האט א שיינע פרנסה, אויב מ'דארף יענעם צאמשטעלן, וואס זאלן זאגן די פשוטע יונגעלייט
כפארשטיי נישט וואס די רעדסט ער רעכנט $300 פאר פיקטשערס און ער מאכט עס פאר א מאסט אנשטאטס די זאלסט ספענדען $1000
אוועטאר
הלוך-ילך
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 02, 2023 10:11 am

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלוך-ילך »

דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:14 pm
מען דארף ווען צולייגן צו מבטל זיין שבע ברכות סעודות אויך וואס כמעט קיינער דארף עס נישט... אויס א זיידע וויל דוקא מאכן שבע ברכות זאל ער צאלן די שבת שבע ברכות...
100%
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

צדיק פון א איד האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:18 am
מי יודע האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:04 pm
צדיק פון א איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:43 am
מי יודע האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:34 am
קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 12:59 am
א חסיד מוהר"א בקר"י וואס מאכט תנאים ביים רבין פאר $750 און די חתונה נאכט אין גינת עקשטיין אדער אפילו קארגערהייט פאראדאייס וואלט נאך ארויס מיט טשענטש איבער די באבוב חתונה פלאן, און ער האט עקסעס צו מער ווי פערציג אלפים, די קהלה געט צווישן פינף און צען אלפים (יעדע מוהר"א ביהמי"ד אנדערש) גמ"ח מוהרי"ט בארגט 25K און יעדע שול האט עקסטער א גמ"ח, די רבצין גמ"ח, ועוד.

די גרויסע שבת באווארפן'ס דארף מען טאקע דאהי אויך אנהייבן קעיר נעמען.
תנאים ביים רבין קאסט שוין לאנג נישט קיין 750, כ'מיין ס'האלט שוין נענטער צו 2 אלפים, טשעק עס אויס
געווען $1300 ביז אדר

סהאט דעמאלסט אנגעהויבען אז מענטשען האבען באצאלט ביז $1000 פאר פיקטשערס האט מען געמאכט א נייע פלאן פון $1600 אינקלאדונג פיקטשערס
יע יע
נעקסטע נייע פלאן איז 2500 פאר עכטע בלומען
פונקט ווי כינור דוד קען נישט האבן קיין מוזיק, דארף דא אויך זיין שטרענגע תקנות מיט בילדער, אז נישט מאי הועילו בתקנתם

שוין צוריק צום נושא, הלואי זאל זיין קאמפאטישען ווער ס'קען מאכן בעסערע נוצבארע תקנות, ווייל ס'איז ממש נישט נארמאל, ממש לעצטענס זאגט מיר איינער ער שטעלט צוזאם בערך 20 אלפים פאר איינעם וואס מאכט חתונה, איך קען יענעם, ער האט א שיינע פרנסה, אויב מ'דארף יענעם צאמשטעלן, וואס זאלן זאגן די פשוטע יונגעלייט
כפארשטיי נישט וואס די רעדסט ער רעכנט $300 פאר פיקטשערס און ער מאכט עס פאר א מאסט אנשטאטס די זאלסט ספענדען $1000
ער געבט דיר א אפשען וועלכן פאטגראפירער צו נעמען?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29803
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען איז געהעריג מבטל סעודת באווארפן מכל וכל?

וואס בלייבט יא, א קידוש?

(אין סאטמאר איז אויך געווען עפעס תקנות בנוגע א באווארפן, שטייצעך אזוי ווי עס איז געווען וועריבל לפי המצב, קליינע משפחה/גרויסע משפחה, געשוויסטער פון שטאט/פונדרויסן פון שטאט, עקזיסטירט עס שוין דאכציך נישט עכט..)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

בארא פארקער האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:52 pm
maybeeynot האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:47 pm
אמר"ש איינע פון די גאר גרויסע עקספענסעס ביים חתונה מאכן אין אויס שטאפירן די ווייבער שול. מצאלט דארט אלפים פאר אפאר שעה
מ'ארבעט מיט מערערע האר, מעיק-אפ מאכערס, אד"ג צו קענען אין די נאנטע טעג אויפקומען מיט א פלאן פאר דעם אויך.
זייער שיין, אבער העיקר חסר, די אבנארמאלע הוצאות פאר די מחותנת'טעס קלייד און צומאל די געשוויסטער.
לדעתי דארפן די שוועסטערס פון די חתן כלה קומען סתם שיין שבת'דיג אנגעטון, מאך נישט קיין האר, נישט קיין פנים,
די מחותנת'טע זאל נאר נעמען א ביליגע קלייד פון א גמ"ח פאר מאקסימום 500 טאלער.

(ביטע מיך נישט אויפוועקן פון מיין זיסע חלום)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:14 pm
מען דארף ווען צולייגן צו מבטל זיין שבע ברכות סעודות אויך וואס כמעט קיינער דארף עס נישט... אויב א זיידע וויל דוקא מאכן שבע ברכות זאל ער צאלן די שבת שבע ברכות...
הונדערט פראצענט!
שבע ברכות וואלט געדארפט זיין די נעקסטע זאך צו מבטל זיין "קאמפליטלי"! כמעט קיינער דארף עס נישט! כמעט קיינער קען עס נישט עפפארדן!

גייט מען נאכט-נאך-נאכט פון איין שטאט צום צווייטן, פון איין זיידן צום אנדערן, יעדער יאגט זיך אדער זיצט מען אין טרעפיק, אנצוקומען צו א בילקע מיט פיקלס אויפן טיש, ע"פ רוב האט יעדער זיך משתתף געווען אין די הוצאות... כמעט קיינער איז נישט דארט פאר 9:30, אויב איז נישט דא עפעס א אינטערטעינער איז שטיל און אומעטיג, מען שמועסט על דא ועל הא און מען שטופט די צייט, און ביים בענטשן הייבט זיך אן א מערכה פון פנים חדשות, און יעדע ברכה פון די שבע ברכות דארף מען טראכטן פאר וועמען צו געבן ווייל יעדער האט שוין געהאט א ברכה נעכטן אדער אייער נעכטן, ענדליך גע'פועל'ט ביי יעדן צו זאגן די ברכה "הויך אז די כלה זאל הערן", דאן וואקט מען ארום דעם טיש מיט א אראפגעלאזטע נאז און מען מורמלט זיך אוטער סאמייאך טעסאמעך, און מען גייט צוריק אהיים, צאלנדיג אונטערוועגנס אזא 30 טאלער פאר געז און טאלל, און מען סיינט אריין אין די אשכול פון נאך 2 ביינאכט צו זאגן א גוטע נאכט פאר כלל ישראל, און מ'לייגט זיך שלאפן מיט עקסייטמענט פאר די זעלבע זאך מארגן נאכט.
לעצט פארראכטן דורך דניאל אויערבאך אום מיטוואך יוני 19, 2024 12:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:56 am
מען איז געהעריג מבטל סעודת באווארפן מכל וכל?

וואס בלייבט יא, א קידוש?
מבטל זיין מאן דכר שמיה?
יעדער עסט אינדערהיים די סעודה פונקט ווי יעדע וואך.
זייט ווען דארף א מחותן צושטעלן א מאסיווע סעודה פאר אלע משפחה מיטגלידער?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29803
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:10 pm
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:56 am
מען איז געהעריג מבטל סעודת באווארפן מכל וכל?

וואס בלייבט יא, א קידוש?
מבטל זיין מאן דכר שמיה?
יעדער עסט אינדערהיים די סעודה פונקט ווי יעדע וואך.
זייט ווען דארף א מחותן צושטעלן א מאסיווע סעודה פאר אלע משפחה מיטגלידער?
דארף?

עס איז געווען אזא מנהג, ווייסעך נישט פון ווען, און עס איז א שטארקע סטעפ דאס אויסצורייסן, קען שפארן טייכן געלט פאר אידישע קינדער, און אסאך קאפ-וויי פון פלאצירן יעדעם אויך.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

שלאף זיסער...

א שבת קלייד פאר געשוויסטער פון חתן כלה גייט נישט ארבעטן אבער וויפיל טויזנטער מען געט אויס פאר דעם מאכט נישט קיין סענס, אפאר טויזענט דאלער פאר א שוועסטער מיטן תירוץ אז אפשר וועט עס נאך גוט זיין פאר א תנאים.

אפשר פארדעם איז מען טאקע מבטל די תנאים'ס ...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:09 pm
דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:14 pm
מען דארף ווען צולייגן צו מבטל זיין שבע ברכות סעודות אויך וואס כמעט קיינער דארף עס נישט... אויב א זיידע וויל דוקא מאכן שבע ברכות זאל ער צאלן די שבת שבע ברכות...
הונדערט פראצענט!
שבע ברכות וואלט געדארפט זיין די נעקסטע זאך צו מבטל זיין "קאמפליטלי"! כמעט קיינער דארף עס נישט! כמעט קיינער קען עס נישט עפפארדן!

גייט מען נאכט-נאך-נאכט פון איין שטאט צום צווייטן, פון איין זיידן צום אנדערן, יעדער יאגט זיך אדער זיצט מען אין טרעפיק, אנצוקומען צו א בילקע מיט פיקלס אויפן טיש, ע"פ רוב האט יעדער זיך משתתף געווען אין די הוצאות... כמעט קיינער איז נישט דארט פאר 9:30, אויב איז נישט דא עפעס א אינטערטעינער איז שטיל און אומעטיג, מען שמועסט על דא ועל הא און מען שטופט די צייט, און ביים בענטשן הייבט זיך אן א מערכה פון פנים חדשות, און יעדע ברכה פון די שבע ברכות דארף מען טראכטן פאר וועמען צו געבן ווייל יעדער האט שוין געהאט א ברכה נעכטן אדער אייער נעכטן, ענדליך גע'פועל'ט ביי יעדן צו זאגן די ברכה "הויך אז די כלה זאל הערן", דאן וואקט מען ארום דעם טיש מיט א אראפגעלאזטע נאז און מען מורמלט זיך אוטער סאמייאך טעסאמעך, און מען גייט צוריק אהיים, צאלנדיג אונטערוועגנס אזא 30 טאלער פאר געז און טאלל, און מען סיינט אריין אין די אשכול פון נאך 2 ביינאכט צו זאגן א גוטע נאכט פאר כלל ישראל, און מ'לייגט זיך שלאפן מיט עקסייטמענט פאר די זעלבע זאך מארגן נאכט.
אז מ'רעדט שוין, איז אויך דא אזא מנהג ישראל אז פאר יעדע שבע ברכות דארף די כלה למען ה' האבן א ספעציעלע באזונדערע קלייד.
אז אפאר שבע ברכות וועלן בטל ווערן אפשר וועט די כלה שטאפיר אויכעט אויסקומען ביליגער...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:14 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:10 pm
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:56 am
מען איז געהעריג מבטל סעודת באווארפן מכל וכל?

וואס בלייבט יא, א קידוש?
מבטל זיין מאן דכר שמיה?
יעדער עסט אינדערהיים די סעודה פונקט ווי יעדע וואך.
זייט ווען דארף א מחותן צושטעלן א מאסיווע סעודה פאר אלע משפחה מיטגלידער?
דארף?

עס איז געווען אזא מנהג, ווייסעך נישט פון ווען, און עס איז א שטארקע סטעפ דאס אויסצורייסן, קען שפארן טייכן געלט פאר אידישע קינדער, און אסאך קאפ-וויי פון פלאצירן יעדעם אויך.
סארי כ'האב געמיינט דו בייזערסט זיך אז מען רייסט אויס א מנהג ישראל (אזוי ווי די אלע וואס שרייען אז מען מוז קויפן דזשולערי פאר $80,000 עפעס צוליב אברהם מיט אליעזר מסורה ודו"ק)
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

אפשר אויב איינער קען העלפען איך טריי צו מאכען די קאלקאלעשין.
די קהילה גייט געבען 40K פאר יעדע קינד. אין די תשלימן וועט זיין אפאר הונדרעט א חודש.
לאמיר דאס אויס רעכענען אויב צאלט מען צוריק 900 א חודש נעמט דאס דריי אין א האלט יאר.
אויב צאלט מען צוריק 500 א חודש נעמט שאס זעקס אין א האלט יאר.

א געווענליכע מענטש מאכט חתונה יעדע צוויי יאר.. ווער קען גיין ווייטער מיטן חשבון…
אין וויפעל געלט האט די גמח? געלטערס גייען צוריק קומען אין יארען שפעטער. דערווייל קומט אינטער א יונגער דור מיט נאך מער קינדער חתונה צו מאכען.. איר ווייסט וויפעל נייע געלט די גמח דארף צו באקומען א יאר..

5 בלעטער אן געפאטשקעט אבער קיינער גייט נישט צום שורש.
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:14 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:10 pm
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:56 am
מען איז געהעריג מבטל סעודת באווארפן מכל וכל?

וואס בלייבט יא, א קידוש?
מבטל זיין מאן דכר שמיה?
יעדער עסט אינדערהיים די סעודה פונקט ווי יעדע וואך.
זייט ווען דארף א מחותן צושטעלן א מאסיווע סעודה פאר אלע משפחה מיטגלידער?
דארף?

עס איז געווען אזא מנהג, ווייסעך נישט פון ווען, און עס איז א שטארקע סטעפ דאס אויסצורייסן, קען שפארן טייכן געלט פאר אידישע קינדער, און אסאך קאפ-וויי פון פלאצירן יעדעם אויך.
א נייע מנהג וואס שטאמט נישט פון ערגעץ נישט אחוץ פון די נגידים בעם
לעצט פארראכטן דורך בארא פארקער אום מיטוואך יוני 19, 2024 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:42 pm
אפשר אויב איינער קען העלפען איך טריי צו מאכען די קאלקאלעשין.
די קהילה גייט געבען 40K פאר יעדע קינד. אין די תשלימן וועט זיין אפאר הונדרעט א חודש.
לאמיר דאס אויס רעכענען אויב צאלט מען צוריק 900 א חודש נעמט דאס דריי אין א האלט יאר.
אויב צאלט מען צוריק 500 א חודש נעמט שאס זעקס אין א האלט יאר.

א געווענליכע מענטש מאכט חתונה יעדע צוויי יאר.. ווער קען גיין ווייטער מיטן חשבון…
אין וויפעל געלט האט די גמח? געלטערס גייען צוריק קומען אין יארען שפעטער. דערווייל קומט אינטער א יונגער דור מיט נאך מער קינדער חתונה צו מאכען.. איר ווייסט וויפעל נייע געלט די גמח דארף צו באקומען א יאר..

5 בלעטער אן געפאטשקעט אבער קיינער גייט נישט צום שורש.
מ'צאלט נאר צוריק 300 א חודש, און מאקסימום 750/חודש אויב זאמעלט זיך אן עטליכע חתונות
אוודאי האט מען דאס אויסגערעכנט, און פארדעם איז דא מיליאנען אוועקגעלייגט צו געבן פאר דעם צוועק

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:01 pm
בארא פארקער האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:52 pm
maybeeynot האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:47 pm
אמר"ש איינע פון די גאר גרויסע עקספענסעס ביים חתונה מאכן אין אויס שטאפירן די ווייבער שול. מצאלט דארט אלפים פאר אפאר שעה
מ'ארבעט מיט מערערע האר, מעיק-אפ מאכערס, אד"ג צו קענען אין די נאנטע טעג אויפקומען מיט א פלאן פאר דעם אויך.
זייער שיין, אבער העיקר חסר, די אבנארמאלע הוצאות פאר די מחותנת'טעס קלייד און צומאל די געשוויסטער.
לדעתי דארפן די שוועסטערס פון די חתן כלה קומען סתם שיין שבת'דיג אנגעטון, מאך נישט קיין האר, נישט קיין פנים,
די מחותנת'טע זאל נאר נעמען א ביליגע קלייד פון א גמ"ח פאר מאקסימום 500 טאלער.

(ביטע מיך נישט אויפוועקן פון מיין זיסע חלום)
הונדערט פראצענט גערעכט.
וווי זאגט די וועלט? איין זאך אויפאמאל....
קול הראש
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:10 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קול הראש »

איך זעה אין אנדערן אשכול אז דערעבע האלט אליינס אהן די תקנות ער מאכט א פריוואטע בר מצוה פאר אן איינקל אין די סמעדרעש זאל, ניו נארם??
Letshelpothers
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

בארא פארקער האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:44 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:42 pm
אפשר אויב איינער קען העלפען איך טריי צו מאכען די קאלקאלעשין.
די קהילה גייט געבען 40K פאר יעדע קינד. אין די תשלימן וועט זיין אפאר הונדרעט א חודש.
לאמיר דאס אויס רעכענען אויב צאלט מען צוריק 900 א חודש נעמט דאס דריי אין א האלט יאר.
אויב צאלט מען צוריק 500 א חודש נעמט שאס זעקס אין א האלט יאר.

א געווענליכע מענטש מאכט חתונה יעדע צוויי יאר.. ווער קען גיין ווייטער מיטן חשבון…
אין וויפעל געלט האט די גמח? געלטערס גייען צוריק קומען אין יארען שפעטער. דערווייל קומט אינטער א יונגער דור מיט נאך מער קינדער חתונה צו מאכען.. איר ווייסט וויפעל נייע געלט די גמח דארף צו באקומען א יאר..

5 בלעטער אן געפאטשקעט אבער קיינער גייט נישט צום שורש.
מ'צאלט נאר צוריק 300 א חודש, און מאקסימום 750/חודש אויב זאמעלט זיך אן עטליכע חתונות
אוודאי האט מען דאס אויסגערעכנט, און פארדעם איז דא מיליאנען אוועקגעלייגט צו געבן פאר דעם צוועק

קעיס איז שוין טאקע א wow. דעיס היסט עלעף יאר ביז איין קינד ווערט אפגעצאלט.
איך האב דעיס נישט אויסגערעכענט אין עקסעל. אבער אויב איז דא אן עוורידזש פון הונדרעט חתונות א יאר. דארף מען האבען פאר די נעקסטע צען יאר א קיימא לן פון 25 30 מיליון דאלער…
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: נייע באבובער חתונה פלאן: 'חיים של שלום'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

קול הראש האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 1:25 pm
איך זעה אין אנדערן אשכול אז דערעבע האלט אליינס אהן די תקנות ער מאכט א פריוואטע בר מצוה פאר אן איינקל אין די סמעדרעש זאל, ניו נארם??
די ביהמ"ד זאל איז אמאל יא און אמאל ניין, אבער אלעמאל איז די רבי'ס אייניקלעך בר מצוה אויף א פריוואטע משפחה פארנעם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”