שבת ביינאכט - דעם ספר'ל בינדט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

שבת ביינאכט - דעם ספר'ל בינדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

די וואכענדיג געלויף האט זיך שוין אפגעשטעלט
א ווארעמקייט און הייליגקייט עס רועט אויף דער וועלט
ביי די לעכט דער מאמע שטייט
אין א געוויין זי פארגייט
מיינע קינדער באשעפער היט
מ'זאל זען די שכינה רועט

דער טאטע מיט די קינדער אין די זייט באגלייט
מיט געהויבענע טריט אין בית מדרש ער גייט
מען לויבט אין מ'בעט
אז אלעס וואס געשעט
גוטס מיט הרוחה
געב שמחה מיט ברכה

פזמון:
א זכיה דער איד
א יעדע וואך האט
ער זיצט און ער רועט
און פאלגט מיט דעם גאט
אלע געפילן פארן בורא ער געבט
אין זיינע מחשבות ער טראכט און ער רעדט

ווייטער ער שפינט
פארן קומענדיגען דור
דעם ספר'ל בינדט
וואס ענהאלט דעם אור
דעם גאנצן וועלט ער טוט דערהייבן
א גאנצע דור וועט אין אים ווייטער גלייבן

באשעפער גרויסער ווען איך שטיי דא ביי מיין טיש
שיין געדעקט חלות וויין אין פיש
איך לויב און איך דאנק
מיט זמירות מיט געזאנג
עס זאל אנהאלטן לאנג
דיינע גוטע געשאנק

באשעפער האסט גערועט אין דעם הייליגען טאג
יום השישי וכל, מיט א ברען איך זאג
מען זינגט נאך און נאך
א דבר תורה אויף די וואך
מאכלי שבת מען עסט
און פון אלעם מען פארגעסט

פזמון:
א זכיה דער איד
א יעדע וואך האט
ער זיצט און ער רועט
און פאלגט מיט דעם גאט
אלע געפילן פארן בורא ער געבט
אין זיינע מחשבות ער טראכט און ער רעדט

ווייטער ער שפינט
פארן קומענדיגען דור
דעם ספר'ל בינדט
וואס ענהאלט דעם אור
דעם גאנצן וועלט ער טוט דערהייבן
א גאנצע דור וועט אין אים ווייטער גלייבן

א בלאט נאך א בלאט
א זייט נאך א זייט
איך שרייב און איך שרייב
עס בלייבט און עס בלייבט


לפנות בוקר
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: שבת ביינאכט - דעם ספר'ל בינדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

שטארקע דיבורים!
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6094
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: שבת ביינאכט - דעם ספר'ל בינדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

יאסעלע פליטמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: שבת ביינאכט - דעם ספר'ל בינדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

נייס, אויך האב איך ליב דער נאמען "דעם ספר'ל בינדט".
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: שבת ביינאכט - דעם ספר'ל בינדט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

גאר גוט.

דעם ספר'ל מ'בינדט.. גוטע מחשבה צו טראכטן ביים שבת טיש.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”