מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

דוד משה (לעצטע נאמען געהיטען און מערכת מחשש גילו) איז נאך קיינמאל און זיין לעבען געווען שפעט. אויסער ביי זיין ברית וואס צוליב א @געלע @בלאט פלעק האט ער געשפטעטיגט מיט 2 טעג. א גאנץ לעבען איז ער נערוועז און יאגט זיך ווייל סאיז שוין שפעט.
דער דוד משה ווערט גערעכענט ווי א פּערפאל אינגערמאן לויט רבי שמעון גרין'ס מהלך. לויט ר' שרגא איז ער אן @איינסער לויט די לעצטיגע קאמפיוטער מאדעלס פון מאיר בריגס ( link ) איז ער גאר א פערצענער.

דער דוד משה איז אייביג Ahead of the game. ער איז שוין נערוועז 2 וואכען פאר פסח ווי מען קען זיך אפשערען פאר יום טוב.

דער דוד משה איז שוין שמחת תורה האלב ניין אפגעדאווענט נאך די הקפות און האלט שוין אפילו נאך מוסף ווייל דער באבע האט אנגעווארענט אז 1 אזייגער מאכט מען די סעודה.

דער דוד משה דאווענט מעריב יעדן טאג מיט דער ערשטע מנין ביים 60. ער הערט נישט אויף קרעכצען פארוואס מעריב איז אזוי שפעט און פארוואס סאיז נישט דא אינגאנץ וויליאמסבורג א מנין מעריב פאר די 60. ער ווייסט אפילו צוזאגען אז און בארא פארק איז שוין דא און שומר שבת אנגעהויבען פון די שקיעה יעדע 10 מינוט א מעריב.

טאג איין טאג אויס. נישטא קיין מעשות. 10 אזייגער איז דוד משה און בעט יעדע נאכט. וואס ווילסטו, ער דארף דאך שוין אויפשטיין 5:30.
אז ער שלאפט נישט אזא 7 שעה א נאכט וועט ער דאך זיין מיד.

א טאג וואס ער דארף צוגיין זאגען מזל טוב וועט ער געווענדליך שוין גיין זאגען מזל טוב ביים קבלות פנים אדער ביים סעודה.

ביים זיידענס יארצייט וואס פעטער @אליהו האט געבעטן דער עולם זאל זעהן צו דארט זיין נישט שפעטער ווי 7 אזייגער; זיצט שוין דוד משה און די קאר געפארקט און פארנט פון פאפא קידש זאל ווי די סעודה גייט פארקומען שוין 6:30 און קוקט יעדע מינוט אויף די זייגער ווען מען קען שוין אריינגיין. מנחה האט ער דאך שוין געדאווענט 2 אזייגער.

אט איז געווארן 7 אזייגער. דוד משה טראכט נישט קיין צוויי טוט זיך אן די הוט און רעקל. שפאצירט אריין און זאל אבער קיין נפש חי' איז דארט נישט געווען צוגעפינען.

ערב שבת 1 אזייגער לויפט שוין דוד משה און מקווה אנגעצויגען אז סאיז שוין באלד דער זמן. אנגקומענדיג און ס'מדרש דרייען נאך די חצות אידן צאם זייער תפילין. דער דוד משה קען זיי ממש נישט פארשטיין.

45 מינוט פארן זמן גייט דער דוד משה ארויס דאווענען מיט די ערשטער מנין. 10 מינוט נאכען זמן קלאפט די גבאי אויס נישט פארגעסען צו ציילען ספירה און איבערליינען קרי"ש. אהיים שפאצירינדיג פון בית מדרש ווען סאיז נאך היפש לעכטיג זעט ער דעים שכן מיילעך זיידעל (ער איז א שוועסטער קינד מיט דער פאריעריגע אידישע וועלט 2024 פורים רב קאנדידאט. - זיי הייסען ביידע נאך דער זעלבע באבע.) אהיים קומען פון מקוה מיט די ווייסע זאקן און @שטאפענע הוט ווי פון זיין בעג שטעקט זיך ארויס א דבר יום ביומו. שפאצירט אזוי רואהיג כאילו לא היה.

11 אזייגער דוד משה גרייט זיך צו גיין לייגען אבער דאן קומט דער שכן מיילך זיידל אהיים מיט א ברייטע גוט שבת אבער נישט דא פארוועמען ווייל די קינדער שלאפן שוין פון לאנג.

שבת אינדערפרי


6:30 שבת אינדערפרי זעט מען שוין דוד משה גיין אויף די גאס מיט די טיש בעקיטשע אויף די וועג צו די מקוה ווייל 7 אזייגער זאגט מען שוין תהילים. די טעם מעין עולם הבא פון אויסזאגען תהילים שבת אינדערפרי קען איינער וואס האט עס נישט פראבירט נישט באגרייפען.

און דער זעלבער צייט קומט פאר און די דערנעבענדער חדר כץ א שיעור אור החיים הקדוש ווי די זקנים @זקן אחד ו @זקן שני זיצען מיט די לקט בהיר חמושים מיט די גלעזער אויף די נאז. ווי און די זייט ליגען די אויפגעקאכטע מילך קאווע און א גלאזערנעם גלעזעל וואס נאר רבי יקל קען טיילען.

8:33 ווען די בעל תפילה גרייט זיך שוין אט אט צו ענדיגען תהילים שארט זיך מיילעך זיידל ארויס פון בעט מיט איין בהלה. טוט שנעל אן די וואלענע ציצית אויף די פעדזשאמעס געט א כאפּ ס'שטאפען היט און ליינט שנעל קריאת שמע. דער האט מזל אז די בילדינג אלערם האט זיך פונקט נישט יעצט צופופען ווייל ער וואלט זיך געטראפען אזוי אויף דער גאס און סוואלט געווען. ווי אזוי זאגט מיכאל #גרויסע בושות.

מוצאי שבת 3:00 אזייגער ווען דוד משה איז שוין 3 שעה EN route פון זיין שלאף געט זיך מיילעך זיידעל א טיע אויס ס'שטריימעל און כאפט ווידער דאס שטאפען הוט. ער ווייסט אפילו צוזאגען אז די ברך משה האט געליינט קרית שמע מוצ"ש מיט די הוט.

דער מיילעך זיידעל איז זיך נוהג צוצינדען די חנוכה ליכט מיט א שטריימל אויסער ערב שבת חנוכה וואס דעמאלטס צינד ער דייקא 14 מינוט נאך די זמן מיט די שטאפען הוט.



ג' אייר
דוד משה איז געלאפען דאווענען מנחה גדולה 12:35 ווייל די פליגער פארט דאך שוין אום 8 אזייגער. 4 אזייגער, 4 שעה פאר די פליגער דארף זיך הייבען לאזט זיך דוד משה ארויס צום לופטפעלד. מיילעך זיידל זיצט נאך דערווייל ראוהיג און ארבעט פארנומען צאמנעמען די נעמען פון אלע פעטערס פאר די קוויטלעך.

6:00 אזייגער דוד משה זיצט שוין ביים געיט האבענדיג נאך 2 שעה ביז די פליגער פארט.

7:15 מען הייבט אן בארדען. פלוצליג קומט מיילעך זיידל אן מיט א ריזיגען קערי אן און איין האנד און א שטריימעל באקס און די צווייטע האנד.
מיילעך זיידל פארזוימעט זיך נישט און הייבט אן אויסרופען בקול רם מנחה מנחה. דערווייל איז שוין רוב עולם ארויף אויפן פליגער.
אויף די הויעך הילער הערט זיך "לעסט קאלל. געטס אר קלאסינג" מיילעך זיידל ווערט נישט דערשראקען און הייבט אן אשרי יושבי..

דוד משה זיצט שוין אויפן פליגער און עסט זיך די געזונט פון די גרויסע חילול השם וואס דא קומט פאר.

מיט איין בהלה קומט מיילעך זיידל ארויף אויף די פליגער. אלע באטשיס קוקען אויף אים מיט ארויסגעצוגענע אויגען.

ער זעהט אז העכער זיין זיץ איז שוין נישט דא קיין פלאץ פאר די רענצלך. לייגט ער די רענצעל 3 זיצען ארויפציער די שטריימל באקס שטיפט ער אריין 3 זיצען אראפציער. די רעקל געט ער איבער העכער די קעפ פון אפאר לא לנו'ס פאר א חבר פון די אנדערע זייט פליגער. און די שטאפען הוט שטיפט ער אריין צווישען די צוויי מצות.

פיין יעדער זיצט מען קען זיך הייבען.

גייט נישט אריבער קיין פּאר מינוט, די סיטבעלטס לייטס איז נאך אנגעצונדען אבער מיילעך זיידל איז שוין אויף די וועג צו די בית הכבוד. פלוצינג הערט ער ווי די סטאערט שרייט אז מען זאל זיך זאפארט אראפזעצען. דוד משה בייסט זיך די ליפן. פארוואס קען ער נישט זיצען אפאר מינוט.

די מינוט די סיט בעלטס לייט האט זיך אויסגעלאשען האט דוד משה נישט געטראכט קיין 2 גענומען די סידור און געדאווענט מעריב. זיצענדיג אויף די פלאץ אזוי ווי די שבט הלוי האט געפאסקענט אז מען קען (און מזאל) דאווענען זיצענדיג אפילו שמו"ע.

מען הייבט אן טיילען די עסן. מיילעך זיידל האט זיך דערמאנט אז ער האט נאכנישט געדאווענט קיין מעריב. א פלינקער שטעלט ער זיך אויף טוט זיך אן דיר שטאפענע הוט אבער דא איז געקומען צולויפען די סטאערט אז מען קען זיך נישט אויפשטעלען ווען מען טיילט עסן. בלית ברירה איז ער געבליבען זיצען מיט די שטאפען הוט אן די רעקל פאר א האלבע שעה.

נאך א האלבע שעה ווען די מצב האט זיך אביסעל ברואהיגט האט מיילעך זיידל זיך ווידער אויף געשטעלט אן געלאזט צאם רופען א ריזיגען עולם צו מעריב און דער בעק פון די פליגער. אבער איינמאל דער עולם האט זיך צאמגענומען און די בעק, האט די פליגער זיך אנגעהויבן שאקלן אזאש די חברה האבען געהייסען יעדעים זיך זאפארט טרעפען אויף די פלעצער.

בלית ברירה הייבט ער אן הויעך פון זאן פלאץ ותשעת צדיקים.. אז דער גוי וואס האט נאר וואס איינגעשלאפען זאל זיך אויפוועקען. דוד משה וויל זיך באגראבען פאר בישות טראכטענדיג צו זיך דאס וויל דער אייבעשטער?! ער מיינט דאך כלומפערשט דער אייבישטער.


דוד משה האט שוין נישט געקענט שלאפן זייענדיג נערוועז אז ס'ווערט שוין אלאיעדע מינוט לעכטיג רוקענדיג די ווינדאו שעט יעדע 5 מינוט ארויף און אראפ צו זעהן אויב מען זעט שוין די כוכבי בוקר.

דער מינוט וואס די זון האט זיך באוויזען געט זיך דוד משה א שטעל אויף איידעלירהייט. נעמט ארויס זיין טלית בייטל און זיצעדיגער הייט הייבט ער אן שחרית. ווען מען גייט לאנדען וועט דאך שוין זיין נאך סוף זמן תפילה נא איז מוטב צו דאווענען דא ביחידיות בתוך זמנו.

מיילעך זיידל הייבט ערשט יעצט אן צו טראכטען פון כאפען א דרימעל. הע שחרית וועט מען שוין דאווענען 11 אזייגער ווען מען קומט אן. סאיז דאך מוטב צו דאווענען מיט מנין נאך זמן תפילה.

.......

און דא האט די ראש ישיבה געגעבען א קלאפ אויפען עמוד. די בחורים ציטערען נאך יעצט.

ביי מתן תורה איז דוד משה אויך @farshlufen

רבותי מען שטייט דא ערב שבועות. ויחן שם ישראל נגד ההר. כאיש אחד בלב אחד. דער עיקר איז מען זאל זיך ליב האבען איינער דעם צווייטען און מיט דעים וועט מען זוכה זיין צו ובא לציון גואל.
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מאנטאג יוני 10, 2024 4:15 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4016
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

זאפטיג!!!
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

איך בין געווען צומישט אויב די רייסט אראפ דוד משה אדער מיילעך זיידעל, דערווייל בין איך געוואויר געווארען אז די רייסט מיר אראפ.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אושר עד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:00 pm
איך בין געווען צומישט אויב די רייסט אראפ דוד משה אדער מיילעך זיידעל, דערווייל בין איך געוואויר געווארען אז די רייסט מיר אראפ.
וועליכע קאטעגאריע פאלסטו ארין?!
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 3:38 pm
דער מיילעך זיידעל איז זיך נוהג צוצינדען די חנוכה ליכט מיט א שטריימל,
אויסער ערב שבת חנוכה וואס דעמאלטס צינד ער דייקא 14 מינוט נאך די שקיעה מיט די שטאפען הוט.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 3:38 pm
דער מיילעך זיידעל איז זיך נוהג צוצינדען די חנוכה ליכט מיט א שטריימל אויסער ערב שבת חנוכה וואס דעמאלטס צינד ער דייקא 14 מינוט נאך די שקיעה מיט די שטאפען הוט.
מיינסט אוודאי 14 מינוט נאך די זמן (איין מינוט בעפאר די שקיעה)
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

טעוועליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:12 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 3:38 pm
דער מיילעך זיידעל איז זיך נוהג צוצינדען די חנוכה ליכט מיט א שטריימל אויסער ערב שבת חנוכה וואס דעמאלטס צינד ער דייקא 14 מינוט נאך די שקיעה מיט די שטאפען הוט.
מיינסט אוודאי 14 מינוט נאך די זמן (איין מינוט בעפאר די שקיעה)
שכח

פאראכטאן

אבער יא... איך וויל נישט פארדרייען די שמועס העמער עס דא לאזען
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער גוט!

יעדער איז פארשלאפען...

שטארק!
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
פאטאש
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 11:31 pm

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאש »

הערליך געשריבן!
איר האט פארגעסן ארויסצופוינטן אז די פלייט איז פון @בריטיש עירוועיס ...
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אוי איז דאס גוט!!! @בריטיש עירוועיס א פיינעם ארבעט געמאכט!!

Willy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

Git
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

הערליך
👍👍👍👍
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

העי @בריטיש עירוועיס וואסניי?

די ביסט אזוי גוט WOW

ווייסטע וואס נאדיר אגרינע

"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

דו האסט גוט ארויס א פערסאנעליטי..און דו שרייבסט נאך בעסער ..

זאפטיג זאפטיג
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

בריטי דו ביסט סאלידע ווארע😂
שלום חיים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 4:57 pm
לאקאציע:אין די מאכלי שבת

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום חיים »

Wow!!!
שובר אויביםדי אראבער
ומכניע זדיםדי ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)
נישט פארגעסן די וואס האבן אנגעצינדן די פייער
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: מיילעך זיידל מיט די שטאפען הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

הערליך!!! קי"פ אי"ט קאמינ"ג...
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”