א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

עפעס ווייסעך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:16 pm
עלינו האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:12 pm
עפעס ווייסעך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:11 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:03 pm
הקולמוס שלי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:57 pm
גא"ם, אבימלך ביזט מיר פרעזענליך מהנה מיט דיינע געשמאקע באריכטן יעדן טאג, עס האלט מיר אפ פון קריכן און פרעמדע פלעצער...

צו דער בריוו שרייבער:, א שאנדע און א בושה פאר דיר אין דיינע ארומיגע!
מיין צוטרעף (GUESS), דער האט נעבעך קיינע ארומיגע... ווען יא, וואלט ער געהאט בעסער וואס צו טון ווי שיקן אנאנימע אימעילס פון דעם סארט
איך האב א חשד אז סאיז דער באנדיט
viewtopic.php?p=4691868#p4691868
נע, קוקט נישט אויס ווי דו האסט אים געקענט.
וועמען? דער העקער? איך האב אים פיין געקענט
איך האב מורא אז מען האט שוין דא מרמז געווען די ר"ת פון דעם יעניגן דא אין איינע פון די תגובות.
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

לאמיר קוקען נאר אויף די ווערטער פון די אימעיל "די חלק וואס מ'זעהט דא ברבים" און אריינטראכטען און פרובירן צו פארשטיין.

די כותב האימעיל לויט ווי ער שרייבט האט מיטגעהאלטן וויאזוי די וועלטל בויט זיך. דהיינו לכאורה שוין פון מער ווי 20 יאר צוריק ווען ס'איז נאך געווען א געשמאקע קרעטשמע. זייער מעגליך אז אויב האט ער שוין דאן געהאט עקסעס. ( נאך פאר די איסורים זענען ארויס אויף אינטערנעט! אפשר אליין א שרייבער וכד') רעדט מען דא פון א איד פון איבער די 50 און אפשר 60 יאר אלט.

די פאקט איז אז די עדש אידן. וואס זעהן די חילוק פון די דורות, ווען א קליפ איז נאך געווען א דבר שאינו מצוי כלל. ( די באמישע איז געווען פון מרדכי בן דוד) ווער רעדט נאך פון גוי'אישע קליפס, מאן דכר שמיה. פארוואס קען נישט זיין אז אזא איד, אפילו ער קוקט אייוועלט נאך פון דעמאלץ, אבער אים טוט נאך זייער וויי די פאקט, אז אלעס איז געווארן א מותר לכתחלה??!!

זיינע אייניקליך זענען שוין אפשר אזוי אדוק אין פאליטיק און אין גוי'ישקייטן. און די מצב הדור באדערט אים באמת! ער שרייבט "אין די חלק דא מפורסם ברבים" אז ער מיינט אים נישט פערזעליך. ווי אויך אז ער האלט אז אבימלך מיינט נישט קיין שלעכטס.

פארוואס מאכט נישט קיין סענס אז עס באדערט אים באמת די מצב ווי אונז זענען??

די פאקט איז אז די חילוק פון א ערענצטע עלטערע איד פון א אפילו אן ערנצטע היינטיגע אינגערמאן. איז כרחוק מזרח ממערב! טאקע פארדעים ווייל ער האט מיטגעהאלטן ווי א יעדע בדיעבד איז געווארן מותר לכתחלה!

איך חזר איבער וואס איך האב פריער געזאגט. איך וואלט נישט געשריבן אזוי די ערשטע פאר שעה. ווייל אונז דארפן מיטפילן מיט א איד וואס ווערט פארווייטאגט. אבער מ'מעג שוין יעצט מאכן א שטיקל חשבון און זעהן צו ס'איז טאקע אזוי ממש א פשוט'ע אטאקע, צי עפעס אנדערש...

איך גלייב אז די איד, כאטש ער ליינט אייוועלט. האט נישט דא קיין ניק. ער וואלט געקענט האבן די דיבאטע דא אפען. און וואלט לכתחלה געקענט עפענען אן אשכול, ווי ער זאל שרייבן די ירידת הדורות ווי ער זעהט עס. ס'וואלט געווען אן אשכול ווי אלע אשכולות! און יעדער זאל שרייבן זיין מיינונג.

נאר קען זיין ער האט נישט נאך א וועג. מילא שרייבט ער גלייך צו וועם ער שפורט אז ער קען האבן השפעה... דעס איז קלאר, אז הוכח תוכיח מיז זיין "ולא תשא עליו חטא" דהיינו אפילו ער זאל מעגן אויפמערקזאם מאכן. דאך דארף עס גיין שיין. אן קיין שטעך ווערטער. אויסער אויב עס גייט נישט אנדערש כמבואר בפוסקים.

איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

די סיפוק וואס דער אידל באקומט דא פון די רעדן פון אים איז ממש סם פאר אים. סטאפטס. נא רעקאגנישן צו זיין זייט און עס וועט קראכן.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm

פארדעם שרייבט ער אן אימעיל מיטן קעפל "שגץ ארויס" פונקט צו אבימלך?

אויב די אונטערהאלטונג פארום שטעכט אים זאל ער גיין רעדן צו איינעם דארט. שיקן פאר א פשוט'ע נייעס באריכטער, וואס באריכט די נייעס עניטיים אזוי איידל ווי "דער איד" קומט נישט פון קיין גוטסקייט און פון קיין הוכחה.

ס'איז קלאר אז יענעם שטעכט גאר עפעס אנדערש, נאר יענער מיינט אז דורכ'ן שטעכן אבימלך אין אישי וועט ער זיך דערשרעקן, און צוביסליך וועט אייוועלט אנהייבן אונטערצוגיין....
אוועטאר
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm

איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז, ממילא וואס שטערט אים?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4380
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm
איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
ווער לאזט אים נישט זיך פארענטפערן?
אדרבה, זאל ער אריינקומען...
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:38 pm
יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm
לאמיר קוקען נאר אויף די ווערטער פון די אימעיל "די חלק וואס מ'זעהט דא ברבים" און אריינטראכטען און פרובירן צו פארשטיין.

די כותב האימעיל לויט ווי ער שרייבט האט מיטגעהאלטן וויאזוי די וועלטל בויט זיך. דהיינו לכאורה שוין פון מער ווי 20 יאר צוריק ווען ס'איז נאך געווען א געשמאקע קרעטשמע. זייער מעגליך אז אויב האט ער שוין דאן געהאט עקסעס. ( נאך פאר די איסורים זענען ארויס אויף אינטערנעט! אפשר אליין א שרייבער וכד') רעדט מען דא פון א איד פון איבער די 50 און אפשר 60 יאר אלט.

די פאקט איז אז די עדש אידן. וואס זעהן די חילוק פון די דורות, ווען א קליפ איז נאך געווען א דבר שאינו מצוי כלל. ( די באמישע איז געווען פון מרדכי בן דוד) ווער רעדט נאך פון גוי'אישע קליפס, מאן דכר שמיה. פארוואס קען נישט זיין אז אזא איד, אפילו ער קוקט אייוועלט נאך פון דעמאלץ, אבער אים טוט נאך זייער וויי די פאקט, אז אלעס איז געווארן א מותר לכתחלה??!!

זיינע אייניקליך זענען שוין אפשר אזוי אדוק אין פאליטיק און אין גוי'ישקייטן. און די מצב הדור באדערט אים באמת! ער שרייבט "אין די חלק דא מפורסם ברבים" אז ער מיינט אים נישט פערזעליך. ווי אויך אז ער האלט אז אבימלך מיינט נישט קיין שלעכטס.

פארוואס מאכט נישט קיין סענס אז עס באדערט אים באמת די מצב ווי אונז זענען??

די פאקט איז אז די חילוק פון א ערענצטע עלטערע איד פון א אפילו אן ערנצטע היינטיגע אינגערמאן. איז כרחוק מזרח ממערב! טאקע פארדעים ווייל ער האט מיטגעהאלטן ווי א יעדע בדיעבד איז געווארן מותר לכתחלה!

איך חזר איבער וואס איך האב פריער געזאגט. איך וואלט נישט געשריבן אזוי די ערשטע פאר שעה. ווייל אונז דארפן מיטפילן מיט א איד וואס ווערט פארווייטאגט. אבער מ'מעג שוין יעצט מאכן א שטיקל חשבון און זעהן צו ס'איז טאקע אזוי ממש א פשוט'ע אטאקע, צי עפעס אנדערש...

איך גלייב אז די איד, כאטש ער ליינט אייוועלט. האט נישט דא קיין ניק. ער וואלט געקענט האבן די דיבאטע דא אפען. און וואלט לכתחלה געקענט עפענען אן אשכול, ווי ער זאל שרייבן די ירידת הדורות ווי ער זעהט עס. ס'וואלט געווען אן אשכול ווי אלע אשכולות! און יעדער זאל שרייבן זיין מיינונג.

נאר קען זיין ער האט נישט נאך א וועג. מילא שרייבט ער גלייך צו וועם ער שפורט אז ער קען האבן השפעה... דעס איז קלאר, אז הוכח תוכיח מיז זיין "ולא תשא עליו חטא" דהיינו אפילו ער זאל מעגן אויפמערקזאם מאכן. דאך דארף עס גיין שיין. אן קיין שטעך ווערטער. אויסער אויב עס גייט נישט אנדערש כמבואר בפוסקים.

איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
פארדעם שרייבט ער אן אימעיל מיטן קעפל "שגץ ארויס" פונקט צו אבימלך?

אויב די אונטערהאלטונג פארום שטעכט אים זאל ער גיין רעדן צו איינעם דארט. שיקן פאר א פשוט'ע נייעס באריכטער, וואס באריכט די נייעס עניטיים אזוי איידל ווי "דער איד" קומט נישט פון קיין גוטסקייט און פון קיין הוכחה.

ס'איז קלאר אז יענעם שטעכט גאר עפעס אנדערש, נאר יענער מיינט אז דורכ'ן שטעכן אבימלך אין אישי וועט ער זיך דערשרעקן, און צוביסליך וועט אייוועלט אנהייבן אונטערצוגיין....
פארדעם שרייב איך "נאר די חלק וואס איז דא מפורסם" ווייל נאר אויף דעם קען מען דא דן זיין... אבימלך שרייבט אויך. אז ער שרייבט בשם אייוועלט. בשעת עס שטייט נישט אין די חלק וואס אונז זעהן. ( נישט ח"ו אז אבימלך שרייבט נישט אמת. נאר אונז ווייסן נישט די אהין און צוריק וואס דארט איז געווען, און ווילאנג דעס גייט שוין אן דארט. פארדעם זאג איך. אז ס'וואלט געווען נארמאל, ווען ער אליין קען דא שרייבן, און זיך פארענפערן . נישט ווען מ'זעהט נישט אלעס וואס ער האט געשריבן און וואס מ'האט צו אים געשריבן... )

איך האב אויך פריער געשריבן אז דאס וואס איך שרייב איז .ווייל קען זיין ער שוקט פאר יעדע גרויסע שרייבער די זעלבע. אז נישט איז דאס טאקע פשוט פערזענליך קעגן אבימלך.
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

בלייב געזונט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:45 pm
יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm
איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
ווער לאזט אים נישט זיך פארענטפערן?
אדרבה, זאל ער אריינקומען...
ווער זאגט ער האט דא א ניק בכלל??
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פאר א ארטיקל איז עס גאר פיין, אבער עס האט נישט קיין שום פשט זיך צו קומערן מיט יעדע נעגעטיווע פארשוין וואס האט זיך רח''ל פאר'גוי'אישט מיט אימעיל.

טון דארף מען וואס איז די בעסטע לויט דיין פארשטאנד לויט דיין סעט פון ווירדן וואס דו האלטסט דיך צו, אפיניען פון א חבר א מענטש וואס מען רעספעקטירט איז זיכער ראטזאם צו נעמען אין אכט.

וואס דער עולם האלט, איז אויך אינטערעסאנט, אבער די מיינונג פון איין אנאנימער אינדיווידועל וואס ניטאמאל א ניק פראפייל איז ער גרייט צו לייגן אויף די ליניע איז בכלל נישט קיין נושא.

ווען טויזענטער מענטשן האלטן מיט עפעס איז דא טויזנט מיינונגען און ס'איז נישט מעגליך נאכצוקומען אפילו ווען יענער איז הייליג גערעכט, און ווער רעדט נאך ווען נישט.
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום דינסטאג יוני 11, 2024 12:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

לפידות האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:39 pm
יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm

איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז, ממילא וואס שטערט אים?
די נקודה איז נישט צו ס'שטערט אים צי נישט. די נקודה איז אז מ'בא'שגץ'ט איינעם. ווען אין די זעלבע צייט ווען ער קען זיך ווען מסביר זיין. וואלט מען געקענט אפשר האבן גאר אן אנדערע בליק אויף די גאנצע נושא.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:46 pm

פארדעם שרייב איך "נאר די חלק וואס איז דא מפורסם" ווייל נאר אויף דעם קען מען דא דן זיין... אבימלך שרייבט אויך. אז ער שרייבט בשם אייוועלט. בשעת עס שטייט נישט אין די חלק וואס אונז זעהן. ( נישט ח"ו אז אבימלך שרייבט נישט אמת. נאר אונז ווייסן נישט די אהין און צוריק וואס דארט איז געווען, און ווילאנג דעס גייט שוין אן דארט. פארדעם זאג איך. אז ס'וואלט געווען נארמאל, ווען ער אליין קען דא שרייבן, און זיך פארענפערן . נישט ווען מ'זעהט נישט אלעס וואס ער האט געשריבן און וואס מ'האט צו אים געשריבן... )

איך האב אויך פריער געשריבן אז דאס וואס איך שרייב איז .ווייל קען זיין ער שוקט פאר יעדע גרויסע שרייבער די זעלבע. אז נישט איז דאס טאקע פשוט פערזענליך קעגן אבימלך.
אנטשולדיגט מיר, אבער אבימלך האט יענעם גארנישט געענטפערט, ס'איז בכלל נישט געווען קיין אהין און צוריק. די הנהלה וואלט געוואוסט פון יענעם אויב אנדערע שרייבערס וואלטן עפעס באקומען פון יענעם, קיינער ווייסט פון גארנישט.

יענער איז - כנראה - שטארק אנגעווייטאגט אויף אייוועלט בכלליות, צוליב א פריוואטן ענין, און האט באשלאסן זיך ארויפצולייגן אויף אבימלך וואס איז צווישן די מערסט פאפולערע ניקס.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3663
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:46 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:45 pm
יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm
איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
ווער לאזט אים נישט זיך פארענטפערן?
אדרבה, זאל ער אריינקומען...
ווער זאגט ער האט דא א ניק בכלל??
אין די צייט וואס ער האט געטייפט זיינע אימעילס וואלט ער געקענט עפענען גאר אסאך ניקס...
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:53 pm
יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:46 pm

פארדעם שרייב איך "נאר די חלק וואס איז דא מפורסם" ווייל נאר אויף דעם קען מען דא דן זיין... אבימלך שרייבט אויך. אז ער שרייבט בשם אייוועלט. בשעת עס שטייט נישט אין די חלק וואס אונז זעהן. ( נישט ח"ו אז אבימלך שרייבט נישט אמת. נאר אונז ווייסן נישט די אהין און צוריק וואס דארט איז געווען, און ווילאנג דעס גייט שוין אן דארט. פארדעם זאג איך. אז ס'וואלט געווען נארמאל, ווען ער אליין קען דא שרייבן, און זיך פארענפערן . נישט ווען מ'זעהט נישט אלעס וואס ער האט געשריבן און וואס מ'האט צו אים געשריבן... )

איך האב אויך פריער געשריבן אז דאס וואס איך שרייב איז .ווייל קען זיין ער שוקט פאר יעדע גרויסע שרייבער די זעלבע. אז נישט איז דאס טאקע פשוט פערזענליך קעגן אבימלך.
אנטשולדיגט מיר, אבער אבימלך האט יענעם גארנישט געענטפערט, ס'איז בכלל נישט געווען קיין אהין און צוריק. די הנהלה וואלט געוואוסט פון יענעם אויב אנדערע שרייבערס וואלטן עפעס באקומען פון יענעם, קיינער ווייסט פון גארנישט.

יענער איז - כנראה - שטארק אנגעווייטאגט אויף אייוועלט בכלליות, צוליב א פריוואטן ענין, און האט באשלאסן זיך ארויפצולייגן אויף אבימלך וואס איז צווישן די מערסט פאפולערע ניקס.
איך האב גראדע נישט געפרעגט פריוואט פון אבימלך צי ס'איז געווען א אהין און צוריק. דעס אז די הנהלה האט נישט באקומען פון אנדערע ניקס די זעלבע קאמפלעינט ווייס איך נישט. ( דו יא??) בכלל ווייס איך נישט צי יעדער וואס באקומט שטעך ווערטער באריכט דאס צו די הנהלה.

עניווע"י איך גיי עס לאזן דא. מ'וועט נאך באלד ח"ו טראכטן אז איך בין עפעס אנטקעגען ר' אבימלך. די פאקט איז אז איך האב זייער הנאה פון זיין ארבעט. ער שרייבט און ברענגט אלעס זייער פראפעשענעל. וואס ברענגט א גרויסע גרויסע הנאה פאר די צבור ב"ה. א גוט יו"ט אלע אידן!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

לפידות האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:39 pm
יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm

איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז, ממילא וואס שטערט אים?
נישט איבערצוהאקן.. אבער מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ מיינענדיג אז די סקאנדאל האט צוריקגעברענגט @משהזוךמיר
אני הוא הנער, נער המדבר
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm
לאמיר קוקען נאר אויף די ווערטער פון די אימעיל "די חלק וואס מ'זעהט דא ברבים" און אריינטראכטען און פרובירן צו פארשטיין.

די כותב האימעיל לויט ווי ער שרייבט האט מיטגעהאלטן וויאזוי די וועלטל בויט זיך. דהיינו לכאורה שוין פון מער ווי 20 יאר צוריק ווען ס'איז נאך געווען א געשמאקע קרעטשמע. זייער מעגליך אז אויב האט ער שוין דאן געהאט עקסעס. ( נאך פאר די איסורים זענען ארויס אויף אינטערנעט! אפשר אליין א שרייבער וכד') רעדט מען דא פון א איד פון איבער די 50 און אפשר 60 יאר אלט.

די פאקט איז אז די עדש אידן. וואס זעהן די חילוק פון די דורות, ווען א קליפ איז נאך געווען א דבר שאינו מצוי כלל. ( די באמישע איז געווען פון מרדכי בן דוד) ווער רעדט נאך פון גוי'אישע קליפס, מאן דכר שמיה. פארוואס קען נישט זיין אז אזא איד, אפילו ער קוקט אייוועלט נאך פון דעמאלץ, אבער אים טוט נאך זייער וויי די פאקט, אז אלעס איז געווארן א מותר לכתחלה??!!

זיינע אייניקליך זענען שוין אפשר אזוי אדוק אין פאליטיק און אין גוי'ישקייטן. און די מצב הדור באדערט אים באמת! ער שרייבט "אין די חלק דא מפורסם ברבים" אז ער מיינט אים נישט פערזעליך. ווי אויך אז ער האלט אז אבימלך מיינט נישט קיין שלעכטס.

פארוואס מאכט נישט קיין סענס אז עס באדערט אים באמת די מצב ווי אונז זענען??

די פאקט איז אז די חילוק פון א ערענצטע עלטערע איד פון א אפילו אן ערנצטע היינטיגע אינגערמאן. איז כרחוק מזרח ממערב! טאקע פארדעים ווייל ער האט מיטגעהאלטן ווי א יעדע בדיעבד איז געווארן מותר לכתחלה!

איך חזר איבער וואס איך האב פריער געזאגט. איך וואלט נישט געשריבן אזוי די ערשטע פאר שעה. ווייל אונז דארפן מיטפילן מיט א איד וואס ווערט פארווייטאגט. אבער מ'מעג שוין יעצט מאכן א שטיקל חשבון און זעהן צו ס'איז טאקע אזוי ממש א פשוט'ע אטאקע, צי עפעס אנדערש...

איך גלייב אז די איד, כאטש ער ליינט אייוועלט. האט נישט דא קיין ניק. ער וואלט געקענט האבן די דיבאטע דא אפען. און וואלט לכתחלה געקענט עפענען אן אשכול, ווי ער זאל שרייבן די ירידת הדורות ווי ער זעהט עס. ס'וואלט געווען אן אשכול ווי אלע אשכולות! און יעדער זאל שרייבן זיין מיינונג.

נאר קען זיין ער האט נישט נאך א וועג. מילא שרייבט ער גלייך צו וועם ער שפורט אז ער קען האבן השפעה... דעס איז קלאר, אז הוכח תוכיח מיז זיין "ולא תשא עליו חטא" דהיינו אפילו ער זאל מעגן אויפמערקזאם מאכן. דאך דארף עס גיין שיין. אן קיין שטעך ווערטער. אויסער אויב עס גייט נישט אנדערש כמבואר בפוסקים.

איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
קודם איז 38 און 39 פונקט גענוג, מען דארף נישט זיין קיין 60

יעצט ווען ער וואלט זיך ווען דא טאקע געדרייט אין די גוטע צייטן וואלט ער ניטאמאל גע'חלומ'ט פון רעדן אזאלכע געבראטענע שטותים. עס איז א פאקט אז דער היימישער 'אנליין קולטור' אין די ס' יארן, איז געווען פיל שוואכער ווי היינט, עס איז נישט געווען אזויפיל היימישע קאנטענט און דער ציבור איז געזיצן אויף אלע סארט צווייפלהאפטיגע און צומאל ערנסט פראבלעמאטישע וועבזייטלעך. אויך די היימישע קרעטשמע האט בכלל נישט געטראגן אזא 'אפיציעלער' כאראקטער, און עס איז דא געווען מיטגלידער מכל המינים. ספארטס איז געווען א אקטיווער פארום און אפילו מער ווי דעם.

פארשטייט זיך מיט די יארן איז געוואקסן דער ציבור, פיל מער ערנסטערע יונגעלייט, טויזנטער בני תורה פון כולל ארויס, זענען אריינגעקומען אין די אנליין וועלט, און עס איז אנטשטאנען די מהפכה פון פילטערס נאכן כינוס כלל ישראל, און אייוועלט איז פארבליבן כשר ביים גע'פילטער'טער ציבור ארבעטנדיג אינאיינעם מיט די פילטערס, סאו עס האט געמאכט אויב עפעס א שארפער דריי צו רעכטס. קען זיין עס איז פשוט געווארן מער פארמאל, סיי וואס די סיבה זאל נאר נישט זיין, למעשה איז די פאקט אז פילע פון די גרינדער און ערשטע שרייבער און אשכולות זענען שוין כמעט נישט ראוי לבא בקהל דא.

דער אמת איז אז טאקע צוליב דעם סארט ציבור וואס קלאמערט זיך היינט צו אייוועלט אלס לכתחילה שבלכתחילה, איז נישט אויסגעשלאסן אז דער אימעיל שרייבער האט עפעס א פוינט, נישט אין דעם אשכול גערעדט. עס איז אלעמאל דא א גאר דעליקאטער באלאנס צווישן צושטעלן פארן ברייטן ציבור די מערסטע וואס מען קען, און סטרעטשן די היתירים/ קולות די מערסטע וואס עס איז שייך כדי ווי א מער ברייטערער און קאלירפולער ציבור זאל זיך קענען צושטעלן און אריינפיטן אין דעם סטאנדארד (א דוגמא למשל צו דעם איז או יו מיט הכשרים אויף נישט אזא מהודר'דיגער סטאנדארד כדי צוצושטעלן ווי מער בעיסיק כשרות), לעומת זה פארן עולם מחמירים און מהדרין איז דאס למעשה א נחות דרגא.

די זעלבע שאלה איז למשל מיט די היימישע (סאטמארער) פילטערס וואס זענען זייער שטרענג און פרום, די פראבלעם איז נאר אויב לכבוד דעם איז דאס גורם אז אנדערע וואס וואלטן זיך ווען צוגעשטעלט צו די סטאנדארטן ווען עס איז ווען מער בויגזאם, מאכן זיך אינגאנצן שבת פאר זיך, וואס איז זיכער נישט געראטן.

די זעלבע נקודה האט מען דן געווען לעצטנס אינעם אשכול איבער די ריבוי פון כשרע ענטערטעינמענט, וואס איז פון איין זייט א הצלה פאר יונגעלייט און בחורים וואס וואלטן אדערווייז געקוקט עפעס אנדערש, און איז פון די אנדערע זייט א געיטוועי און א פתח פתוח אריין צו שלעפן אין דעם אטמאספערע אזאלכע וואס וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען אהין ווען עס איז ווען נישט דא קיין כשר'ע.

למעשה זעהן מיר, אלע היימישע הכשרים האבן שוין היינט נאכגעלאזט פון זייער השקפה שטאנדן אויף געבן הכשרים - למשל פסח'דיגע פראדוקטן - אנהאלטנדיג אין די זעלבע צייט די העכסטע סטאנדארטן אין הלכה'דיגער כשרות. אויב עפעס, קען מען מדמה זיין די עקזיסטענץ פון אייוועלט בכלליות צו דעם, עס איז העכסט אויסגעהאלטן אלס די אינהאלט, אבער אין די חלק ההשקפה קען מען זיך דינגען, עס איז אפשר לטהר טמאים ול... טהורים אביסל.
אוועטאר
פאפושקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:34 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפושקא »

אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm
צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג.
בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען מיין אימעיל אדרעס.
האסט זיך באקאנט געמאכט צו מיר מיט א העסליכע אימעיל, אז איך אבימלך פיר אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיר. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, אבער עטליכע שורות וועל איך יא לייגן

זייטיגע נאטיץ
"איך האב מיטגעהאלטן פון אנפאנג וויאזוי אייוועלט ווערט גרעסער און שענער, אבער מיט דעם זענען מיטגעקומען פארשידענע סארט ניקס וואס האבן אנדערע השקפות ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט און אויפגעשטעלט אייוועלט. אייוועלט האט זיך אסאך געטוישט, און ליידער נישט אויף א גוטע וועג, עס איז געווארן א פלאץ ווי יעדע פרעכע גוישע נייעס ווערט באריכטעט, און ווי אלע סארטן אזוי גערופענע כשר'ע קליפס ווערן ארויפגעלייגט. נעם עס נישט פערזענליך, אבער דו האסט א גרויסע יד אין דעם, איך גלייב נישט אז דו מיינסט שלעכטס אבער אויב דו ווילסט א גרויסע גרופע מענטשן זאלן זען דיינע קליפס און גוישע נייעס זאלסטו גיין צו די פלעצער ווי די סארט מענטשן דרייען זיך, וואטסעפפ אדער טעלעגראם וכו׳ גיי לייג די נייעס פאר וואטסעפפ אידן. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר דעם. און בכלל דיינע אינטערוויוס ברענגען ארויס די ערגסטע פון די גוישע גאס, האסט אמאל געטראכט פון מאכן א אינטערוויו מיט א ערליכע איד? אדער עס איז נישט גענוג אינטערסאנט פאר דיר? עס איז נישט אינטערסאנט פאר רוב אייוועלט ליינער דאס לעבן און שאפן פון א נידריגע גוי. ביטע שלעפ נישט אראפ דעם דור, און טרעף דיך א צווייטער פלאץ צו אנפילן דיין ליידיגע טעג."
היינט ביסטו ווידעראמאל ארויס פון באהעלטעניש מיט א שטרענגע אימעיל וואס האט געטראגן די שארפע ווערטער ״שגץ ארויס״ אויפן קעפל. און מיט הארציגע רייד האסטו געשריבען דאס פאלגענדע:

זייטיגע נאטיץ
"יא אמת, עס קען זיין אז די האסט אסאך מענטשן וואס לייקען דיינע באריכטן, אבער עס איז דא אסאך מער וואס האבן אסאך ווייטאג מיטהאלטנדיג ווי די ברענגסט אראפ די נארמאלע סטאנדארטן פון אייוועלט.
טראכט דיך גוט איבער צי עס לוינט זיך!
עס אינטרעסירט קיינעם נישט איבער א סייבער טראק ביי א הייליגע מעמד ווי א הכנסת ספר תורה"
קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט מיינע באריכטן! און די דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס.
יעצט, דו שרייבסט אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיך, זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין ווער באלאנגט אויף אייוועלט?
יעצט, איך האב שוין אויף מיין ניק איבער 10,000 תגובות, איך קען זאגן מיט א גרויסע שמייכל און מיט שטאלץ! אז איך האב נישט געלייגט קיין איין נייעס אדער קליפ וואס איז נישט אויסגעהאלטן! אויב איז בטעות אמאל ארויף עפעס וואס איז אפשר אויף די גרעניץ פון אומאויסגעהאלטנקייט, האב איך עס גלייך פארמעקט!
אבער די עיקר וואס איך וויל דיר זאגן:
פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! שיק מיך נישט א אימעיל פון א פרישע אימעיל אדרעס וואס דו האסט אויפגעמאכט ספעציעל פאר טעראר, איך בייס נישט! האסט א פראבלעם מיט עפעס וואס איך לייג, איך בין גרייט פאר א פאבליק דעבאטע דא אויף אייוועלט! איך וועל זיין זייער אפן, און איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט סיי וואס דו שיקסט מיך פריוואט, אז דאס זאל ארויפגיין דא אין פאבליק.
אויב עפעס אנדערש שטערט דיך, און דאס איז די וועג ווי אזוי די פילסט בעסער, איז דא פארדעם ספעציעלע מענטשן וואס קענען דיך העלפן! כלל ישראל האט אסאך ארגענזאציעס! איך בין זיכער אז עס איז דא א ארגענעזאציע וואס וועט דיך קענען ארויסהעלפן!
און פארשטייט זיך עס איז דא א דווח קנעפל, און א אישי קעסטל פאר די מנהלים וואס שטייען גרייט צו מסדר זיין סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובה אויף אייוועלט. ביטע פון יעצט און ווייטער, נוץ יענע אפציע. דו וועסט אסאך שנעלער אנקומען ווי מיט מיין אימעיל אדרעס.

מיט ליבשאפט - אבימלך
געב א טשעק מיט דיין ווייב, אויב זי שטייט נישט אינטער דעם....

אבימלך חזק ואמץ
לעצט פארראכטן דורך פאפושקא אום דינסטאג יוני 11, 2024 5:29 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מה נאמר ומה נדבר.
כהאב הנאה צו זעהן וויאזוי האסט עס געהאנדלט.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25350
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ערשט יעצט געזעהן דעם אשכול... אין אדורך געליינט.. אין איז אזוי...

כ'בין נישט קיין גרויסע נייעס ליינער איך קוק דא אין דארט... אבער בקביעות נישט
אבער דאך מוז איך דא אויסדריקן מיינע געפילן.. אין אויפרעגעניש אז איינער זאל אזאנס שרייבן צו הרב @אבימלך לא זו הדרך נישט דאס איז דער אידישע וועג צו יענעם אטאקירן... בפרט ווען לויט ווי מען זעהט אין הערט איז עס אויסגעהאלטן דער מערסטע וואס איז שייך...

אשר ע''כ בין איך מצרף מיינע ווערטער צו אלע וואס האבן ארויס געשריבן אין מחזק געוועהן הרב @אבימלך אז ער זאל ווייטער אנגיין מיט סייעתא דשמיא אין מיט ישוב הדעת בעסער אין שענער..

מינאי - המצרף לדברי הרבנים הגדולים חברי יושבי אייוועלט.
הק' מומחה יוחס בשם כל החבורא קדישא הדין יושבי ליל שישי ותושבי פארברענגען וכו' וכו'

היום ערב חג השבועות תשפ"ד לפ"ק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

וואף וואף.... איינער רעגטצעך.....

טייערע אבימלך, דעי גאנצע אשכול האט נישט אויסגעפעלט ווען דו מאכסט דאס ביסקעלע ריסורטש.

מיין אימעיל יוסער-נעים איז נישט באהאלטן. כ'האב געשיקט די צוויי אימעיל'ס מיט מיין געהעריגע אייוועלט אימעיל אדרעסס, און אנשטאט זיך מוטשען וואלסטע מיט איין סורטש געקענט טרעפן מיין ניק און דאן שיקן א רעגולער אישי...

אבער האסט אויסגעקליבן צו שרייען בשער בת רבים... פיין. קיין פראבלעם.

כ'מיין אז יעדעס ווארט פון מיינע צוויי אימעיל'ס זענען קלאר און און פארשטענדליך.

סאו שרייבסט אז דו ווילסט דיבעיטן אין פובליק?

איים רעדי. לעצגאו!
אמת ויציב...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כ'ווייס דו ביסט סארקאסטיש, אבער פאר די וואס וועלן נישט וויסן: די ערשטע שטיקל פארש ארבעט, איז געווען צו זיכער מאכן אז יענע אימעיל אדרעס האט נישט קיין ניק אפיליאירט מיט זיך
Kahaus5
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 1:02 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kahaus5 »

דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 12:32 am
וואף וואף.... איינער רעגטצעך.....

טייערע אבימלך, דעי גאנצע אשכול האט נישט אויסגעפעלט ווען דו מאכסט דאס ביסקעלע ריסורטש.

מיין אימעיל יוסער-נעים איז נישט באהאלטן. כ'האב געשיקט די צוויי אימעיל'ס מיט מיין געהעריגע אייוועלט אימעיל אדרעסס, און אנשטאט זיך מוטשען וואלסטע מיט איין סורטש געקענט טרעפן מיין ניק און דאן שיקן א רעגולער אישי...

אבער האסט אויסגעקליבן צו שרייען בשער בת רבים... פיין. קיין פראבלעם.

כ'מיין אז יעדעס ווארט פון מיינע צוויי אימעיל'ס זענען קלאר און און פארשטענדליך.

סאו שרייבסט אז דו ווילסט דיבעיטן אין פובליק?

איים רעדי. לעצגאו!
@אבימלך גיי ווייטער אן מיט א שטארקייט און ווער נאר שטערקער פון די אלע נערישע אומפארגינערס! קיפ איט אפ!!
Robinhood just announced there credit card which will be a 3% cashback card for all categories.
Here's my link so you can get access too
. https://robinhood.com/creditcard?referral_code=748dc309 ]
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

עס איז דא א מעשה מיט איינער פון די אידן וואס זענען געווען פארנומען מיט מחזיר זיין בתשובה אין א"י אז ער האט זיך אויסגעדריקט "ווען איך ברענג אריין א איד תחת כנפי השכינה און ער הייבט אן צו דינען דעם אייבערשטן און האלטן אידישקייט, ווייס איז נאכנישט אויב איך האב אויפגעטאן,
ווען ווייס איך אז איך האב אויפגעטאן?
ווען איך הער צוריק אז יענער פארפירט אז מען טאר נישט גיין צו מיר, און אז איך בין א כופר, א חוטא ומחטיא, אן עוכר ישראל וכו'....."
עס איז גאר פשוט.
ווילאנג מען הערט נישט קיין קריטיק פון קיינעם קען מען נישט וויסן צו מען טוט גוט.
@אבימלך , יעצט ווייסטו אז דו טוסט גוט!
כה לחי!
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
Kahaus5
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 1:02 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kahaus5 »

חברה, לויפט’ס אריין אין @אבימלך ’ס אשכול און געטס אים ווי מער לייחס צו צייגן שטיצע און זיך נישט לאזן פון די אלע אומפארגינער’ס.
Robinhood just announced there credit card which will be a 3% cashback card for all categories.
Here's my link so you can get access too
. https://robinhood.com/creditcard?referral_code=748dc309 ]
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18032
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יוד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:35 pm
לאמיר קוקען נאר אויף די ווערטער פון די אימעיל "די חלק וואס מ'זעהט דא ברבים" און אריינטראכטען און פרובירן צו פארשטיין.

די כותב האימעיל לויט ווי ער שרייבט האט מיטגעהאלטן וויאזוי די וועלטל בויט זיך. דהיינו לכאורה שוין פון מער ווי 20 יאר צוריק ווען ס'איז נאך געווען א געשמאקע קרעטשמע. זייער מעגליך אז אויב האט ער שוין דאן געהאט עקסעס. ( נאך פאר די איסורים זענען ארויס אויף אינטערנעט! אפשר אליין א שרייבער וכד') רעדט מען דא פון א איד פון איבער די 50 און אפשר 60 יאר אלט.

די פאקט איז אז די עדש אידן. וואס זעהן די חילוק פון די דורות, ווען א קליפ איז נאך געווען א דבר שאינו מצוי כלל. ( די באמישע איז געווען פון מרדכי בן דוד) ווער רעדט נאך פון גוי'אישע קליפס, מאן דכר שמיה. פארוואס קען נישט זיין אז אזא איד, אפילו ער קוקט אייוועלט נאך פון דעמאלץ, אבער אים טוט נאך זייער וויי די פאקט, אז אלעס איז געווארן א מותר לכתחלה??!!

זיינע אייניקליך זענען שוין אפשר אזוי אדוק אין פאליטיק און אין גוי'ישקייטן. און די מצב הדור באדערט אים באמת! ער שרייבט "אין די חלק דא מפורסם ברבים" אז ער מיינט אים נישט פערזעליך. ווי אויך אז ער האלט אז אבימלך מיינט נישט קיין שלעכטס.

פארוואס מאכט נישט קיין סענס אז עס באדערט אים באמת די מצב ווי אונז זענען??

די פאקט איז אז די חילוק פון א ערענצטע עלטערע איד פון א אפילו אן ערנצטע היינטיגע אינגערמאן. איז כרחוק מזרח ממערב! טאקע פארדעים ווייל ער האט מיטגעהאלטן ווי א יעדע בדיעבד איז געווארן מותר לכתחלה!

איך חזר איבער וואס איך האב פריער געזאגט. איך וואלט נישט געשריבן אזוי די ערשטע פאר שעה. ווייל אונז דארפן מיטפילן מיט א איד וואס ווערט פארווייטאגט. אבער מ'מעג שוין יעצט מאכן א שטיקל חשבון און זעהן צו ס'איז טאקע אזוי ממש א פשוט'ע אטאקע, צי עפעס אנדערש...

איך גלייב אז די איד, כאטש ער ליינט אייוועלט. האט נישט דא קיין ניק. ער וואלט געקענט האבן די דיבאטע דא אפען. און וואלט לכתחלה געקענט עפענען אן אשכול, ווי ער זאל שרייבן די ירידת הדורות ווי ער זעהט עס. ס'וואלט געווען אן אשכול ווי אלע אשכולות! און יעדער זאל שרייבן זיין מיינונג.

נאר קען זיין ער האט נישט נאך א וועג. מילא שרייבט ער גלייך צו וועם ער שפורט אז ער קען האבן השפעה... דעס איז קלאר, אז הוכח תוכיח מיז זיין "ולא תשא עליו חטא" דהיינו אפילו ער זאל מעגן אויפמערקזאם מאכן. דאך דארף עס גיין שיין. אן קיין שטעך ווערטער. אויסער אויב עס גייט נישט אנדערש כמבואר בפוסקים.

איך בין בכלל נישט א צדיק. אבער איך האלט אז אריינרייסן אין איינעם, שעות נאך שעות, בשעת וואס ער קען זיך דא בכלל נישט פארענפערן. איז נישט צו דער זאך! אוודאי נישט אין אזא געהויבענע זמן ווי שלשת ימי הגבלה און ערב יו"ט.
אלעס פיין אלעס וואויל, זאל ער דאס שרייבן.

דא שרייבט א איד וואס האט מיטגעהאלטן אייוועלט פונעם גרינדונג, וכו' בלא בלא בלא.
איך בין אן עלטערער איד, און עס טוט מיר לייד די נחות דרגא וואס בלא בלא בלא

איך ווייס אז מיינסט גארנישט שלעכט, נאר כאפסט זיך נישט וויפיל בלא בלא בלא גורם

איך וויל דיר בעטן אויב שייך זאלסט נעקסטע אינטערוויו מאכן מיט א תלמיד חכם, א געווייקטער חסידישער איד, און מעורר זיין אז א סייבער טראק ביי א הכנסת ספר תורה גרעניצט זיך מיט האבן א טעסלא אנע פילטער.

החותם, דער און יענער.

_

א צעטל אנע נאמען איז א פאשקעוויל.
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

א שאד @אבימלך האט נישט עפעס א קאמפיין, וואלט ער געמאכט מיליאנען אזוי ווי טראמפ נאכן ווערן אנגעקלאגט...

@אבימלך איז א סעמפל פון א גיטע שרייבער און באריכטער + א גיטע נאטור,
קיין שמץ ציונות, ניבול פה, און פון יעדע מידענסטע חשש פון א איסור!!
לייגט נאך אסאך מאל צו א הומאריסטישע שורה'לע, לייגט נישט אריין אגענדעס, טריגערט נישט קיינעם,
און בכלל א איידעלער, ווערט נישט גערעגט (עכ"פ ברבים) פון געוויסע א.ג. גיט זאגערס וואס שרייבן אן זיין אשכול,
אין די קאמאנטירן אשכול וועט ער קאמאנטירן און לייקן יעדעם פון גרויס ביז קליין ( נישט ווי אנדערע וואס באפאסן זיך נישט צו יעדעם)
און פארלאנגט נישט מיט א שטעקן לייקס, טראץ וואס ס'קומט אים אסאאאאך מער!! (אנדערש ווי גאר אסאך ניקים!)

אין איין ווארט, צו נעמען אבימלך פאר א קרבן איז א פארדריסליכע דורכפאל!!

באמת האב איך גארנישט געוואלט שרייבן,
איינס ווייל אפשר איז עס נאכאמאל עפעס א אבימלך שפיצל... (ס'ליגט מיר נאך גיט אין די ביינער יענע שרעקעדיגע תגובה אין אפריל אז אבימלך הערט אויף שרייבן!)
צווייטנס איך פארגין נישט יענע שוטה אז מ'זאל רעדן אזויפיל פון אים!!
לעני"ד איז ער סתם א אטענטשן סיקער און אומפארגינער, אויב ער מיינט באמת א אידישקייט פראבלעם איז נארמאלע וועגן ווי אזוי צו לאזן הערן א מיינונג ווי אבימלך ענפערט אים 'שיין' צוריק,
אבער צו א פריוואטע אימעיל? רשעות!!

למעשה זעענדיג אז מ'האלט שוין ביי 8 פילע בלעטער האב איך שוין געמוזט צולייגן מיין @טראפקעלע מיינונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”