שבת טריט
בס״ד
גרויסע טריט
פלינק און גיך
שפאנען מיט
קליינע שיך
שאטנס דריי
אונטערשפרינגען
מיט די שקיעה זיי
זיך אונטערזינגען
שווארץ און ווייס
אינעם רויטן טאבע
ברענט אין גאס
א עולם הבא
מלאכים'לעך צוויי
פון די זייט באגלייט
פון זיבן און דריי
און - א אייביגקייט
שאטנס יונגע
אריין און ארויס
טוישן זיך גרינגע
פון קליין צו גרויס
גיין דארט אהין
איינעם ענטפאנגען
מיט די רויטע זון
ווי ער איז געגאנגען
קומט באלד אט
א גאסט צו גיין
א מתנה פון גאט
ס'נאר דא איין
רואיגקייט א וועלט
ווי פון עולם-הבא-איז
פון אלע געלט
זיסער איז שבת!
גרויסע טריט
פלינק און גיך
שפאנען מיט
קליינע שיך
שאטנס דריי
אונטערשפרינגען
מיט די שקיעה זיי
זיך אונטערזינגען
שווארץ און ווייס
אינעם רויטן טאבע
ברענט אין גאס
א עולם הבא
מלאכים'לעך צוויי
פון די זייט באגלייט
פון זיבן און דריי
און - א אייביגקייט
שאטנס יונגע
אריין און ארויס
טוישן זיך גרינגע
פון קליין צו גרויס
גיין דארט אהין
איינעם ענטפאנגען
מיט די רויטע זון
ווי ער איז געגאנגען
קומט באלד אט
א גאסט צו גיין
א מתנה פון גאט
ס'נאר דא איין
רואיגקייט א וועלט
ווי פון עולם-הבא-איז
פון אלע געלט
זיסער איז שבת!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:
(שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון