טוה מיר א טובה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

ווען הייסט עס א טובה און ווען אויסגענוצט.

אויב איך מאך איינעם א קאווע און ער זאגט נישט ש'כח, פיל איך זיך עביוזט. אויב ער זאגט מיר יא ש'כח פיל איך זיך הייליג. פארוואס?

אויב איך טוה איינעם א שווערע טובה און ער נעמט פאר זיך דעם קרעדיט, האב איך זיך געלאזט אויסנוצן, אדער געטון א טובה?
כ'בין ביזי
אוועטאר
מאשלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

קענסט זאגן ניין, איז עס א טובה.

קענסט נישט זאגן ניין, איז עס אויסגעניצט.
וואס פאלטעך ביי?!?
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

געהערט א כלל אין דעם יארן צוריק.

א זאך וואס יענער קען אליין טוהן נאר ער איז פויל, (אדער פאר אנדערע סיבות דארפסטו יעצט זיין זיין ’שלאק שאמעס’) איז עס אויסניצן.

(צב”ש, זיצט זיך באקוועם אויפן קאוטש און טיילט הוראות...)

א זאך וואס יענער קען נישט אליין טוהן, (אדער איז אים עס זייער שווער אליינס צו טוהן) איז עס א טובה, און א געוואלדיגע מצווה.
(צב”ש, א קראנקער מענטש ליגט אין בעט, און בעט א טובה)

ביז אהער איז די כלל.

אבער, סאיז פארהאן אסאך דקות’דיגע ענינים,
א מענטש וואס איז אהיים געקומען פון א שווערע טאג ארבעט און קען טעקניקלי נעמען א גלאז וואסער אבער זיצט שוין אויפן קאוטש, איז נאנט צו פוילקייט אבער קען ווערן פארעכנט ווי קראנקייט. וכ”ו וכ”ו

לגבי קרעדיט - אויב גייט עס אריין בגדר טובה - איז לכאורה אן ערנסטע עבודת המידות,
כלומר אויב איז עס באמת א טובה ווי מיר האבן אויסגעשמועסט און נאכאלטס נעמט ער די קרעדיט אדער באפעלט אדער שרייט וכו, והבן.

לגבי דעם שכויח, איז דא אלע מינע מענטשן כלומר ווייטער אן עבודת המידות צו טוהן א טובה אן צו באקומען דעם יישר כח.

קלאר?

אגב, ווערן אויסגעניצט הערטזיך געפערליך, אבער ס’דא מאלן וואס סאיז ענדערשער ווי נישט צו טוהן. והמבין יבין.
און אויב דו טוהסט שוין יא, טוה עס בשמחה מיט גוטע געפילן, כאטש זאלסטו נישט ווערן צוקלאפט ביי זיך.



נאך א אגב, כ’האב געליינט אמאל איבער א שטאדיע וואס מהאט דורך געפירט איבער מענטשן וואס קענען געווענטליך נישט זאגן ’ניין’ און די חוקרים זאגן אז די גאנצע מוח פון אזעלכע מענטשן ארבעט אנדערש און געבויעט אנדערש, (כ’פארשטיי נישט צו דעם אזוי גוט, אבער) מ’קען זען ס’דא עכטע גוטע מענטשן וואס דרייען זיך ארום פרייליך און צופרידן טראץ וואס דער אוילעם ניצט זיי אויס טאג און נאכט...
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

מאשלי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:39 pm
קענסט זאגן ניין, איז עס א טובה.

קענסט נישט זאגן ניין, איז עס אויסגעניצט.

שארט ענד טא דע פוינט!
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
פארגעס
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

איך פארשטיי נישט וואס האט די טובה מיט די שכח? אויב הייסט עס אויסגענוצט, אפ' ער זאגט שכח בלייבט ער אן אויסניצער. אויב הייסט עס בלויז א טובה, וואס טוישט זיך אין די מצוה אויב יענער האט נישט געגעבן די שכח?
א שווערע פעקל מיינט נישט אז עס טראגט אסאך וואג, אסאך וואג איז שווער צו טראגן
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:26 pm

אויב איך מאך איינעם א קאווע און ער זאגט נישט ש'כח, פיל איך זיך עביוזט. אויב ער זאגט מיר יא ש'כח פיל איך זיך הייליג. פארוואס?
ווען ער זאגט דיר שכח פילסטו דיך אביסל באצאלט.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
מאיר מאניש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:34 pm

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר מאניש »

איך קלער אזוי, די טובה בעטער ווייסט זייער גוט צי ער וויל א טובה צי ער וויל אים פשוט אויסנוצן, און איינע פון די וועגן צי זעהן וואס ער וויל איז דורך די שכח, יעצט די טובה טוהער צי ער זאל עס טון אדער נישט דארף זיך נישט ווענדן וואס די בעטער וויל, אויב ער קען אין וויל עס טון זאל ער עס טון אין אז נישט נישט!
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

איינער האט מיר פריער מודיע עווען אז כ'גיי מצרף זיין צו זיין מנין, און אויב נישט גיי איך חרטה האבן אויף יענע וועלט. איך האב זיך געיאגט און אפגעפוצט.
האב איך געמעגט?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
נשר הזהב
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 9:02 am
לאקאציע:אוֹיפְן פְּרִיפֶּעטְשִיק

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשר הזהב »

ענדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 7:27 am
איינער האט מיר פריער מודיע עווען אז כ'גיי מצרף זיין צו זיין מנין, און אויב נישט גיי איך חרטה האבן אויף יענע וועלט. איך האב זיך געיאגט און אפגעפוצט.
האב איך געמעגט?
האסט נישט נאר געמעגט נאר געמוזט איך האב נישט אפגעיאגט און איך האב טייער (צייט נערווען) באצאלט
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ענדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 7:27 am
איינער האט מיר פריער מודיע עווען אז כ'גיי מצרף זיין צו זיין מנין, און אויב נישט גיי איך חרטה האבן אויף יענע וועלט. איך האב זיך געיאגט און אפגעפוצט.
האב איך געמעגט?
האסט גוט געטוהן
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
אדלמאן
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 21, 2024 7:49 pm

Re: טוה מיר א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלמאן »

אין תורה שטייט עזוב תעזוב עמו, ברענגט רש"י אז אויב יענער זעצט זיך אין א זייט און לאזט דיך טון 'דיין מצוה' דארף מען נישט העלפן.

דאס איז לכאורה דעם גדר. אויב העלפסטו - ד.מ. יענער טוט און דו העלפסט - איז עס א טובה און עס שפירט זיך גוט. ווידעראום טאמער וויל יענער דו זאלסט טון אנשטאט אים, דאן שפירט מען זיך אויסגענוצט - און עס איז ניטאמאל א מצוה.

פארשטייט זיך, ווי א פריערדיגער מגיב האט שוין אנגעמערקט, אין פאל וואס יענער איז למשל א חולה און קען נישט אליין איז אנדערש. אבער אין אלגעמיין ווענדט זיך עס צי מען העלפט אדער מען טוט אנשטאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”