א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג.
בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען @אבימלך 'ס אימעיל אדרעס.

האסט זיך באקאנט געמאכט צו אים מיט א העסליכע אימעיל, אז ער אבימלך פירט אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי אים. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, און אויך נישט עטליכע שורות.


היינט איז ער ווידעראמאל ארויס פון באהעלטעניש מיט א שטרענגע אימעיל וואס האט געטראגן די שארפע ווערטער ״שגץ ארויס״ אויפן קעפל.



קודם כל האב איך הנאה אז דו ליינסט אייוועלט, און דו דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס.

אבער האלאו, וואו איז יושר?! בין איך דען ווייניגער חשוב פון @אבימלך אז איך בין נישט זוכה צו קיין העסליכע אימעילס? דו מיינסט מיין בלוט איז רויטער? מיין קישן איז ווייניגער נאס ביינאכט?

פארוואס קען איך קיינמאל נישט זוכה זיין צו אזעלכע סקאנדאליעזע אימעילס? הא? זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין אויב אבימלך אדער יצחק אייזיקל איז אייוועלט? ווער האט דיר געגעבן די רעכט אויסצואוועלן צו וועמען זיך צו ווענדן?

פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! איך בייס נישט! שיק מיך אן אימעיל, אן אישי, עפן אן אשכול, אבער לאז מיך נישט אליין אויפן וואסער!!

מיט ליבשאפט - יצחק אייזיקל
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

ווי איז די דאבל לייק באטן??..
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

ייש"כ פאר דיין ליבשאפט. אבער פונקט ווי איך האב נישט קיין אייוועלט, וואו מ'קען דארטן ליידער זען די טריפה'נע נייעס פון אבימלך. האב איך אויך נישט קיין אימעיל וואו דארטן קען מען באקומען נייעס אויף אימעיל און צוריק באקומען א אימעיל פון אבימלך וואס פירט אראפ די היינטיגע אידן פונעם ערליכן דרך. דאס מיינע מען אוודאי די אלטע יארן אויף אייוועלט.

מיט שנאה-חיריק.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יוש @חיריק האט שנאה געפילן אויף @יצחק אייזיקל פאר'ן אויסכאפן די איידיע!

ווי איז @אבימלך ווען מען דארף אים?
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

טיפיקעל @יצחק אייזיק
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

עס פיט שוין נישט און מיין אינטערשריפט
אטעטשמענטס
17555.png
17555.png (10.67 KiB) געזען 635 מאל
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

@יצחק אייזיקל
די איז נישט קיין שאלה אפילו, ווייל די ווייסט א יעדער אז די ביזט אפגעפרעגט.
אבער @אבימלך איז אבער איינער וואס די עולם ווייסט נאכנישט ווער ער איז.
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

אפשר האט ער עס בטעות געשיקט צו @יצחק אייזיק ....
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”