א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט - יצחק אייזיקל
צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג.
בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען @אבימלך 'ס אימעיל אדרעס.
האסט זיך באקאנט געמאכט צו אים מיט א העסליכע אימעיל, אז ער אבימלך פירט אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי אים. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, און אויך נישט עטליכע שורות.
היינט איז ער ווידעראמאל ארויס פון באהעלטעניש מיט א שטרענגע אימעיל וואס האט געטראגן די שארפע ווערטער ״שגץ ארויס״ אויפן קעפל.
קודם כל האב איך הנאה אז דו ליינסט אייוועלט, און דו דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס.
אבער האלאו, וואו איז יושר?! בין איך דען ווייניגער חשוב פון @אבימלך אז איך בין נישט זוכה צו קיין העסליכע אימעילס? דו מיינסט מיין בלוט איז רויטער? מיין קישן איז ווייניגער נאס ביינאכט?
פארוואס קען איך קיינמאל נישט זוכה זיין צו אזעלכע סקאנדאליעזע אימעילס? הא? זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין אויב אבימלך אדער יצחק אייזיקל איז אייוועלט? ווער האט דיר געגעבן די רעכט אויסצואוועלן צו וועמען זיך צו ווענדן?
פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! איך בייס נישט! שיק מיך אן אימעיל, אן אישי, עפן אן אשכול, אבער לאז מיך נישט אליין אויפן וואסער!!
מיט ליבשאפט - יצחק אייזיקל