בלאט 1פון 1

זוכסט א קבלה לכבוד שבועות? די תירוץ איז פשוט: קבלת התורה!

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 2:17 am
דורך אונטערגעשריבענערהייט
לכבוד מיינע הייליגע חברים, אחינו בית ישראל.
נעם 2 מינוט, ליין רואיג. לטובתך ולהנאתך.
עס קומט געהויבענע לעכטיגע שיינע טעג, צוויי טעג א הארה פון הימל.
און אייביג אין אזעלכע הייליגע טעג קומט אריין אין מחשבה אז מען דארף נעמען א קבלה.
אולי פארדעם הייסט די יום טוב קבלת התורה, ווייל מען נעמט זיך אונטער נעשה ונשמע, אונז גייען היטן דאס גאנצע תרי”ג מצוות. יעצט, א גרויס חלק איז נישט נוגע פאר יעדעם. אבער וואס ס’איז מיר נוגע גיי איך פאלגן און היטן.
יעצט, אין די תרי”ג מצוות איז דא זאכן וואס איך קען מיך פארבעסערן, און דאס דארף איך פאוקעסן. למשל איך האב זיך אונטער גענומען בלי נדר צו מאכן ברכות מיט מער כוונה, לערנען הלכות שבת (היינט אנגעהויבן בסייעתא דשמיא). לשמור ולעשות. אבער דו נעם דיין מצוה וואס דו קענסט נוצן שלמות דערין. און וועסט אזוי ווערן נענטער צום גרויסען טאטע’ן און צו זיין הייליגע תורה.
עכ”פ, אונז דארפן היטן וואס השם זאגט, נישט וואס אונזער געפיל זאגט.
דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז אונז זאלן קענען היטן זיין תורה און האבן א פרייליכע דערהויבענעם יום טוב. אמן.

Re: זוכסט א קבלה לכבוד שבועות? די תירוץ איז פשוט: קבלת התורה!

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 2:23 am
דורך ליטווישער

יא מענטשן פארגעסן צומאל אז אין די ים פון סגולות און קבלות וכו' איז דא קודם פלעין שמירת התורה והמצוות, וואס דאס איז וויכטיגער פון אלעס

Re: זוכסט א קבלה לכבוד שבועות? די תירוץ איז פשוט: קבלת התורה!

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:17 am
דורך ליטווישער


עקסטערע לייק פאר די קעפל

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: