פראקטישהאט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 6:28 am
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
קארן = קארס
מ'קען דאן זיין דערויף, איינמאל קאר איז א אידישע ווערט די לשון רבים דערפון קארן.
און אויב א טראק ווערט אידיש גייסטו אנהייבן רופן א לשון רבים 'טראקן'?
פארוואס נישט? איך קען עס אפילו זעהן אינעם אשכול אלץ א תגובה.
הלכה למעשה, העלעך ניש אזוי טון ווייל איך רעד אויף א אופן אז דער צוהערער זאל מיך הערן באקוועם און די שמועס זאל פארן סמוד, ע"ע פראקטיש (יד"נ)
'אדער' אלץ פרינציפ? אלץ בעל שיטה? זיכער וועט מען זאגן טראקן. אין בעסטן פאל וועט מען איינגעבן צו 'טראקטוירים'. טראקס? מאן דכר שמיה.
אזוי איצט טייפירנדיג, כאפ איך מיך אז טראקטאר בלשון רבים העסטו אויך זאגן טראקטארן נישט טראקטארס. נו, פארוואס זאל ביינא טראק זיין אנדערש?
כלנו ל'טראקן.
איך בין אנגעקומען דא ווייל איך האב געזוכט עפעס אויף גוגל, און ס'נישט די ערשטע מאל וואס איך הער אז אויף אידיש איז לשון רבים נאר מיט אן ענדע נ', און איך הייב עס נישט אן צו פארשטיין. איז באבעס, זיידעס, שוואגערס, שוויגערס, מאמעס, טאטעס, באמבעס, מעסערס, יאגדעס, באנאנעס, אוגערקעס, טאמאטעס, שוסטערס, שפייכלערס, סטאנציעס און נאך אזעלכע ווערטער נישט קיין אידיש? פון וואו נעמט זיך אזא זאך אז ס' פאר לשון רבים איז נישט אידיש?

ביז נישט אזוי לאנג צוריק האט מען געשריבן ארבעטער און לערער אויך פאר לשון רבים, און די זעלבע מיט נאך א צאל ענליכע ווערטער.
ייווא האט איינגעפירט דעם ס' ביי די ווערטער; זיי האבן געהאט בשעתם אסאך קעגנערשאפט.
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער דער ס' שטעכט מיר אין די אויגן. אפשר ווייל ווען איך בין אויפגעוואקסן פלעגט נאך מעלות שרייבן אן א ס' האב איך זיך אזוי צוגעוואוינט.