קארס אדער קארן

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

די הנהלה קען אריבערלייגן אהער די אלטע דיסקוסיע איבער דעם, פון דא .


קעפל: טעותים אין אונזערע צייטונגען
רויטע קרעיאן האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:59 pm
היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:53 pm
טעוועליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:44 pm
היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:37 pm
טעוועליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 10:46 am
רעגן איבער.pngפארכל כל .png
קאר'סבאדערט מיר סאך מער.
ווי אזוי קומט עס קארן?
קארן אדער קארס (ווי, דאכט זיך מיר, רוב שרייבן).
קארן איז גרייזיג, עס קומט קארס, אדער אויטאס. פארשטייט זיך קארס אן א שטרעכל.
גרייזיג לויט וועם? לכאורה איז קארסמער גרייזיג, אלס אויסלייג, פון קארן. אבער ווילאנג קיינער שרייבט סייווי נישט דאס זעלבע, און למעשה זאגט מען היינט קארס, שרייב איך אויך אזוי.

לאמיר הערן פון דיר פארוואס מ'דארף שרייבן קארס. לויט די כללים אין גראמאטיק דארף זיין קארן, דער סופיקס פאר אידישע ווערטער איז נאר ווען דאס ווארט ענדיגט זיך אויף (זיידעס, מאמעס), אינטערנאציאנאליזמען וואס ענדיגן זיך אויף א נישט-אקצענטירטן וואקאל (געטאס, ראדיאס), און נעמען פון מענטשן און פאמיליע-נעמען (די שלמה'ס, די זרח'ס; די קליינס, די וואלדמאנס).
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
Willy
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

קארס.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אפשר לויט דעם קען מען זאגן אז קארס זאל בלייבן קארס, און דאס אידישע ווארט איז 'אויטאס'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:51 pm
לויט די כללים אין גראמאטיק דארף זיין קארן, דער סופיקס פאר אידישע ווערטער איז נאר ווען דאס ווארט ענדיגט זיך אויף (זיידעס, מאמעס), אינטערנאציאנאליזמען וואס ענדיגן זיך אויף א נישט-אקצענטירטן וואקאל (געטאס, ראדיאס), און נעמען פון מענטשן און פאמיליע-נעמען (די שלמה'ס, די זרח'ס; די קליינס, די וואלדמאנס).
און לויט דעם ?

---

צ/ק
פון מיין זייט קענסטו שרייבן:
אויטאמאבילן
קארעלעך
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:24 pm
היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:51 pm
לויט די כללים אין גראמאטיק דארף זיין קארן, דער סופיקס פאר אידישע ווערטער איז נאר ווען דאס ווארט ענדיגט זיך אויף (זיידעס, מאמעס), אינטערנאציאנאליזמען וואס ענדיגן זיך אויף א נישט-אקצענטירטן וואקאל (געטאס, ראדיאס), און נעמען פון מענטשן און פאמיליע-נעמען (די שלמה'ס, די זרח'ס; די קליינס, די וואלדמאנס).
און לויט דעם ?

---

צ/ק
פון מיין זייט קענסטו שרייבן:
אויטאמאבילן
קארעלעך
ער זאגט דאך די זעלבע פון מיר…

_____

צ"ק, אויטאס.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע:ביים מוכר ספרים

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

לאמיר אהערברענגען עפעס וואס איך האב געשריבן אינ'ם אלטן שמועס:
אידישע היסטאריע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:34 pm
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 6:28 am
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
קארן = קארס
מ'קען דאן זיין דערויף, איינמאל קאר איז א אידישע ווערט די לשון רבים דערפון קארן.
און אויב א טראק ווערט אידיש גייסטו אנהייבן רופן א לשון רבים 'טראקן'?
פארוואס נישט? איך קען עס אפילו זעהן אינעם אשכול אלץ א תגובה.

הלכה למעשה, העלעך ניש אזוי טון ווייל איך רעד אויף א אופן אז דער צוהערער זאל מיך הערן באקוועם און די שמועס זאל פארן סמוד, ע"ע פראקטיש (יד"נ)

'אדער' אלץ פרינציפ? אלץ בעל שיטה? זיכער וועט מען זאגן טראקן. אין בעסטן פאל וועט מען איינגעבן צו 'טראקטוירים'. טראקס? מאן דכר שמיה.

אזוי איצט טייפירנדיג, כאפ איך מיך אז טראקטאר בלשון רבים העסטו אויך זאגן טראקטארן נישט טראקטארס. נו, פארוואס זאל ביינא טראק זיין אנדערש?

כלנו ל'טראקן.

איך בין אנגעקומען דא ווייל איך האב געזוכט עפעס אויף גוגל, און ס'נישט די ערשטע מאל וואס איך הער אז אויף אידיש איז לשון רבים נאר מיט אן ענדע נ', און איך הייב עס נישט אן צו פארשטיין. איז באבעס, זיידעס, שוואגערס, שוויגערס, מאמעס, טאטעס, באמבעס, מעסערס, יאגדעס, באנאנעס, אוגערקעס, טאמאטעס, שוסטערס, שפייכלערס, סטאנציעס און נאך אזעלכע ווערטער נישט קיין אידיש? פון וואו נעמט זיך אזא זאך אז ס' פאר לשון רבים איז נישט אידיש?

והשתא דאתית להכי, איז קארס בפשטות ריכטיגער פאר צוויי סיבות. איינס ווייל ס'איז מער smooth, פונקט ווי טראקס קעגן טראקן, און צווייטנס ווייל קארן איז אן עקזיסטירנדע ווארט וואס מיינט דאס וואס מען רופט אויף ענגליש rye. (דאס וואס הייסט אויף ענגליש corn הייסט עכט אויף אידיש קוקערוץ.)

אקעי, דו ביזט טאקע מסכים אז עס זענען יא דא פעלער וואו מען נוצט ס' פאר לשון רבים:
היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:51 pm
לאמיר הערן פון דיר פארוואס מ'דארף שרייבן קארס. לויט די כללים אין גראמאטיק דארף זיין קארן, דער סופיקס פאר אידישע ווערטער איז נאר ווען דאס ווארט ענדיגט זיך אויף (זיידעס, מאמעס), אינטערנאציאנאליזמען וואס ענדיגן זיך אויף א נישט-אקצענטירטן וואקאל (געטאס, ראדיאס), און נעמען פון מענטשן און פאמיליע-נעמען (די שלמה'ס, די זרח'ס; די קליינס, די וואלדמאנס).

אבער דו שטעלסט באגרעניצונגען. איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט דיינע כללים, אבער זיי זענען קלאר נישט ריכטיג. זענען טאקע שוואגערס, שוויגערס, מעסערס,שוסטערס, שפייכלערס, פאנצערס, שווייגערס, שפרינגערס, ציפעס, פראסקעס, לאדנס, גרינס, קישנס און נאך אזעלכע ווערטער נישט קיין אידיש?
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

שרייב וויאזוי די ווילסט...
קענסטיך שטעלן אויף יעדע צווייטע ווארט...

אבער שרייב שוין!!!
פיקליש
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:57 am
שרייב וויאזוי די ווילסט...
קענסטיך שטעלן אויף יעדע צווייטע ווארט...

אבער שרייב שוין!!!
שריי נישט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מען האט שוין עטליכע מאל געשמועסט דערוועגן, למשל דא
viewtopic.php?p=3917038#p3917038
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אידישע היסטאריע האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 12:46 am
לאמיר אהערברענגען עפעס וואס איך האב געשריבן אינ'ם אלטן שמועס:
אידישע היסטאריע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:34 pm
פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 6:28 am
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
מ'קען דאן זיין דערויף, איינמאל קאר איז א אידישע ווערט די לשון רבים דערפון קארן.
און אויב א טראק ווערט אידיש גייסטו אנהייבן רופן א לשון רבים 'טראקן'?
פארוואס נישט? איך קען עס אפילו זעהן אינעם אשכול אלץ א תגובה.

הלכה למעשה, העלעך ניש אזוי טון ווייל איך רעד אויף א אופן אז דער צוהערער זאל מיך הערן באקוועם און די שמועס זאל פארן סמוד, ע"ע פראקטיש (יד"נ)

'אדער' אלץ פרינציפ? אלץ בעל שיטה? זיכער וועט מען זאגן טראקן. אין בעסטן פאל וועט מען איינגעבן צו 'טראקטוירים'. טראקס? מאן דכר שמיה.

אזוי איצט טייפירנדיג, כאפ איך מיך אז טראקטאר בלשון רבים העסטו אויך זאגן טראקטארן נישט טראקטארס. נו, פארוואס זאל ביינא טראק זיין אנדערש?

כלנו ל'טראקן.

איך בין אנגעקומען דא ווייל איך האב געזוכט עפעס אויף גוגל, און ס'נישט די ערשטע מאל וואס איך הער אז אויף אידיש איז לשון רבים נאר מיט אן ענדע נ', און איך הייב עס נישט אן צו פארשטיין. איז באבעס, זיידעס, שוואגערס, שוויגערס, מאמעס, טאטעס, באמבעס, מעסערס, יאגדעס, באנאנעס, אוגערקעס, טאמאטעס, שוסטערס, שפייכלערס, סטאנציעס און נאך אזעלכע ווערטער נישט קיין אידיש? פון וואו נעמט זיך אזא זאך אז ס' פאר לשון רבים איז נישט אידיש?

והשתא דאתית להכי, איז קארס בפשטות ריכטיגער פאר צוויי סיבות. איינס ווייל ס'איז מער smooth, פונקט ווי טראקס קעגן טראקן, און צווייטנס ווייל קארן איז אן עקזיסטירנדע ווארט וואס מיינט דאס וואס מען רופט אויף ענגליש rye. (דאס וואס הייסט אויף ענגליש corn הייסט עכט אויף אידיש קוקערוץ.)

אקעי, דו ביזט טאקע מסכים אז עס זענען יא דא פעלער וואו מען נוצט ס' פאר לשון רבים:
היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:51 pm
לאמיר הערן פון דיר פארוואס מ'דארף שרייבן קארס. לויט די כללים אין גראמאטיק דארף זיין קארן, דער סופיקס פאר אידישע ווערטער איז נאר ווען דאס ווארט ענדיגט זיך אויף (זיידעס, מאמעס), אינטערנאציאנאליזמען וואס ענדיגן זיך אויף א נישט-אקצענטירטן וואקאל (געטאס, ראדיאס), און נעמען פון מענטשן און פאמיליע-נעמען (די שלמה'ס, די זרח'ס; די קליינס, די וואלדמאנס).

אבער דו שטעלסט באגרעניצונגען. איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט דיינע כללים, אבער זיי זענען קלאר נישט ריכטיג. זענען טאקע שוואגערס, שוויגערס, מעסערס,שוסטערס, שפייכלערס, פאנצערס, שווייגערס, שפרינגערס, ציפעס, פראסקעס, לאדנס, גרינס, קישנס און נאך אזעלכע ווערטער נישט קיין אידיש?
די כללים האב איך געליינט פון יודל מארק. אז דו האסט אנדערע כללים וואס שטימען, אדרבה. ביזדערווייל שפעקולירסטו אויף ווי גלאטיג ס׳זאגט זיך.

ביסט אבער גערעכט, איך האב טאקע נישט אויסגערעכנט אלע פעלער וואו ס'קען קומען דער ס' סופיקס. אלזא, עס קען קומען ביי:

1. סובסטאנטיוון מיט צוויי אדער מער טראפן וואס ענדיגן זיך אויף ע' (זיידעס, מאמעס; פראגעס, שמאטעס).

2. סובסטאנטיוון-אינטערנאציאנאליזמען וואס ענדיגן זיך אויף א נישט-אקצענטירטן וואקאל (געטאס, ראדיאס).

3. נעמען פון מענטשן און פאמיליע-נעמען (די שלמה'ס, די זרח'ס; די קליינס, די וואלדמאנס).

4. נאך א טראפיקן -ן' (-ען) - (אויוונס, טראפנס; קוימענס, באגינענס). — [לאדנס, קישנס.]

5. סובסטאנטיוון וואס ענדיגן זיך אויף -ין ביי נקיבה (קימפעטארינס, רביצינס).

6. רוב צוויי אדער מער טראפיגע סובסטאנטיוון וואס ענדיגן זיך אויף -עם, אדער אויף א נישט-אקצענטירטן וואקאל פלוס -ם (שטורעמס, מיניסטעריומס).

7. צוויי אדער מער טראפיגע סובסטאנטיוון וואס ענדיגן זיך אויף -ער, און ווייזן דעם מאן, דעם טוער, באשעפטיגונג, אדער פראפעסיע (ארבעטערס, לערערס; טיגערס, אדלערס; פאטערס, מוטערס). — [שוואגערס, שוויגערס, שוסטערס, שווייגערס, שפרינגערס.]

8. רוב צוויי אדער מער טראפיגע סובסטאנטיוון, נעמען פון אומבאלעבטע זאכן, וואס ענדיגן זיך אויף -ער (אנקערס, בעכערס). — [פאנצערס]

נאכדעם איז דא דער -עס סופיקס. דאס איז ביי ווערטער וואס שטאמען אדער האבן א סופיקס פון א סלאוויש לשון און ענדיגן זיך אויף א קאנסאנאנט (פיסקעס, קנישעס), אדער צו גיבן א שפור פון ביטול (קאסטענעס, שטעקענעס, וואלקענעס). — [צ ופעס, פראסקעס.]

(דאס אלעס איז ביי אידישע ווערטער, מיט ווערטער פון לשה"ק איז אן אנדער מסכתא.)

כ'מיין אז אלעס שטימט. און אויב קאר איז א אידיש ווארט, קומט נישט דער ס׳ סופיקס. אבער ווי ס׳זעט אויס האט מען עס נאכנישט איבערגענומען אין אידיש אנשטאט 'אויטא', און מ׳ניצט עס ווי אין ענגליש, קארס.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע:ביים מוכר ספרים

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 4:51 am
ארבעטערס, לערערס

ביז נישט אזוי לאנג צוריק האט מען געשריבן ארבעטער און לערער אויך פאר לשון רבים, און די זעלבע מיט נאך א צאל ענליכע ווערטער.
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

אידישע היסטאריע האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 7:31 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 4:51 am
ארבעטערס, לערערס

ביז נישט אזוי לאנג צוריק האט מען געשריבן ארבעטער און לערער אויך פאר לשון רבים, און די זעלבע מיט נאך א צאל ענליכע ווערטער.
ייווא האט איינגעפירט דעם ס' ביי די ווערטער; זיי האבן געהאט בשעתם אסאך קעגנערשאפט.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:54 pm
אידישע היסטאריע האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 7:31 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 4:51 am
ארבעטערס, לערערס

ביז נישט אזוי לאנג צוריק האט מען געשריבן ארבעטער און לערער אויך פאר לשון רבים, און די זעלבע מיט נאך א צאל ענליכע ווערטער.
ייווא האט איינגעפירט דעם ס' ביי די ווערטער; זיי האבן געהאט בשעתם אסאך קעגנערשאפט.
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער דער ס' שטעכט מיר אין די אויגן.
אפשר ווייל ווען איך בין אויפגעוואקסן פלעגט נאך מעלות שרייבן אן א ס' האב איך זיך אזוי צוגעוואוינט.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: קארס אדער קארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אידישע היסטאריע האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 7:31 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 4:51 am
ארבעטערס, לערערס

ביז נישט אזוי לאנג צוריק האט מען געשריבן ארבעטער און לערער אויך פאר לשון רבים, און די זעלבע מיט נאך א צאל ענליכע ווערטער.
איך שרייב אויך אן דעם ס', אבער מער פארשפרייט איז מיט דעם.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”