וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?
דעם שבועות העעל״ט - מ׳קומט אהיים פון שול - גוט יום טוב!
- און עפעס נאך א שטיקל צייט זעה איך אז מיין טאכטער (א כלה) - (זייער א איידעלע נשמה) איז עפעס זעהר פארטראכט -
מיין אשת חיל ווינקט מיר אז עפעס טויג נישט. זי וויל נישט רעדן!
עפעס גייט פאר? - פרעג איך מיט א געמאכטע רואיגקייט?
- קיין אנטווארט!
פילסט נישט גוט?
- קיין אנטווארט!
וואס איז מיט דיר?
נאכן בעטן עטליכע מאל שאקלט זי גארנישט!
כ׳פרוביר נישט צו דרוקן. מ׳טוישט טאן, מ׳פאוקסט אויף די אנדערע קינדער- דאס הארץ דזשאכעט מיר, רבוש״ע וואס האט פאסירט?
ביי די סעודה איז זי געווען פארזינקען - נישט געגעסן, נישט גערעדט. ווי עפעס געפערליכס האט פאסירט.
נאך עטליכע שעה שפעטער האס איך ענדליך ארויסבאקומען וואס דא גייט פאר. איך הער איך פון איר האלבע דיבורים אז זי האט עפעס געליינט, און זי קען זיך נישט בארואיגן. רחמנא ליצלן.
וואס?
- איך האב ערגעץ געליינט אז אלע פרויען זענען פארדארבן? … נישט ערליך!
וואס רעדסטו אזעלכע זאכן - חס ושלום.
- וואו האסטו דאס געזעהן?
- אין מחזור!
און זי צייגט מיר דאס…
איך בין געבליבן אן לשון. יא, ס׳איז א באקאנטע הייליגע מדרש פון שלמה המלך - אלעס אמת ויציב ונכון, אבער דאס איז נישט געמאכט פאר מיידלאך צו ליינען. אפילו פרויען קענען ווערן שטארק באליידיגט און צעשאקלט פון אזא געשיכטע.
רבוש״ע וואס טוה איך דא. שבור את החביות ושמור את יינה.
בס״ד און מיט זיינע גרויסע חסדים האט מיר הקב״ה געגעבן די ריכטיגע רייד - און איך האב איר גאר שטייט און קלאר מסביר געווען אז דאס רעדט מען פון ספעציעלע פאלן פון פרומע פרויען וועלכע האלטן זיך זייער גרויס און זייער גאווה האט דאס צו געברענגט. - ווער ס׳איז דבוק אין באשעפער און איז מכבד איר מאן - פון דעם רעדט מען בכלל נישט. גלייבטס מיר ס׳האט גענומען א לאנגע צייט ביז זי האט זיך ב״ה בארואיגט -
כ׳ווייס נישט צי מיין קרעפל פשטל איז א משהוא אמת. ס׳אינטרעסירט מיר נישט, איך האב געמוזט ראטעווען מיין קינד. ואני את נפשי הצלתי.
איך וויל אבער פארשטיין - צי וואס שרייבט מען דאס אריין אין מחזורים פאר מיידלעך? אן קיין שום הקדמה - פארווארט, און קלארע הסבר.
דארף א מיידל זעהן אז מ׳קען נישט געטרויען קיין שום פרוי? דארף דאס יעדעס מיידל זעהן אז זי אליין וועט רח״ל אומברענגען איר מאן אויב ס׳לוינט איר? אפילו ס׳איז אמת ווייל שלמה המלך האט דאס געזאגט.