וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

מעשה שהיה - בדידי הוי עובדא

דעם שבועות העעל״ט - מ׳קומט אהיים פון שול - גוט יום טוב!

- און עפעס נאך א שטיקל צייט זעה איך אז מיין טאכטער (א כלה) - (זייער א איידעלע נשמה) איז עפעס זעהר פארטראכט -

מיין אשת חיל ווינקט מיר אז עפעס טויג נישט. זי וויל נישט רעדן!
עפעס גייט פאר? - פרעג איך מיט א געמאכטע רואיגקייט?
- קיין אנטווארט!
פילסט נישט גוט?
- קיין אנטווארט!
וואס איז מיט דיר?
נאכן בעטן עטליכע מאל שאקלט זי גארנישט!
כ׳פרוביר נישט צו דרוקן. מ׳טוישט טאן, מ׳פאוקסט אויף די אנדערע קינדער- דאס הארץ דזשאכעט מיר, רבוש״ע וואס האט פאסירט?

ביי די סעודה איז זי געווען פארזינקען - נישט געגעסן, נישט גערעדט. ווי עפעס געפערליכס האט פאסירט.

נאך עטליכע שעה שפעטער האס איך ענדליך ארויסבאקומען וואס דא גייט פאר. איך הער איך פון איר האלבע דיבורים אז זי האט עפעס געליינט, און זי קען זיך נישט בארואיגן. רחמנא ליצלן.
וואס?
- איך האב ערגעץ געליינט אז אלע פרויען זענען פארדארבן? … נישט ערליך!
וואס רעדסטו אזעלכע זאכן - חס ושלום.
- וואו האסטו דאס געזעהן?
- אין מחזור!
און זי צייגט מיר דאס…
דף 1
דף 1
IMG_6612.jpeg (121.95 KiB) געזען 3248 מאל
דף 2
דף 2
IMG_6611.jpeg (142.76 KiB) געזען 3248 מאל
דף 3
דף 3
IMG_6604.jpeg (135.32 KiB) געזען 3248 מאל
איך בין געבליבן אן לשון. יא, ס׳איז א באקאנטע הייליגע מדרש פון שלמה המלך - אלעס אמת ויציב ונכון, אבער דאס איז נישט געמאכט פאר מיידלאך צו ליינען. אפילו פרויען קענען ווערן שטארק באליידיגט און צעשאקלט פון אזא געשיכטע.

רבוש״ע וואס טוה איך דא. שבור את החביות ושמור את יינה.

בס״ד און מיט זיינע גרויסע חסדים האט מיר הקב״ה געגעבן די ריכטיגע רייד - און איך האב איר גאר שטייט און קלאר מסביר געווען אז דאס רעדט מען פון ספעציעלע פאלן פון פרומע פרויען וועלכע האלטן זיך זייער גרויס און זייער גאווה האט דאס צו געברענגט. - ווער ס׳איז דבוק אין באשעפער און איז מכבד איר מאן - פון דעם רעדט מען בכלל נישט. גלייבטס מיר ס׳האט גענומען א לאנגע צייט ביז זי האט זיך ב״ה בארואיגט -

כ׳ווייס נישט צי מיין קרעפל פשטל איז א משהוא אמת. ס׳אינטרעסירט מיר נישט, איך האב געמוזט ראטעווען מיין קינד. ואני את נפשי הצלתי.

איך וויל אבער פארשטיין - צי וואס שרייבט מען דאס אריין אין מחזורים פאר מיידלעך? אן קיין שום הקדמה - פארווארט, און קלארע הסבר.

דארף א מיידל זעהן אז מ׳קען נישט געטרויען קיין שום פרוי? דארף דאס יעדעס מיידל זעהן אז זי אליין וועט רח״ל אומברענגען איר מאן אויב ס׳לוינט איר? אפילו ס׳איז אמת ווייל שלמה המלך האט דאס געזאגט.
לעצט פארראכטן דורך התחברות אום פרייטאג יוני 14, 2024 7:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

די מעשה כמובא באוצר מדרשים:

אוצר מדרשים שלמה המלך

מעשה בשלמה המלך ע"ה שאמר ברוח הקדש אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי כששמעו העם והסנהדרין דבר זה היו תמהים.

אמר שלמה אם תרצו אראה לכם, אמרו כלם הן. אמר להם בקשו אשה אחת מטובי העיר ואיש גם כן שיהיה טוב מכלם.

בדקו ומצאו איש אחד שהיה לו אשה טובה ונאה, שלח המלך לקרוא אותו והביאו לפניו, אמר לו תדע שאני מבקש לך כבוד ולעשות אותך שר פלטרין שלי, השיב ואמר אני עבדך ואהיה לך כאחד מעבדיך, אמר לו המלך שלמה אם כן לך והרוג אשתך והבא לי את ראשה בלילה הזה ומחר אני אתן לך את בתי ואעשה אותך פקיד על רוב ישראל, אמר האיש אעשה רצונך.

הלך לביתו והיתה אשתו נאה ומיופה והיו לה ממנו בנים קטנים. נכנס הדבר בלבו והיה בוכה ומתאונן. כשראה אשתו שהיו פניו נזעמים פגעה בו ואמרה לו מה לך אדוני שאני רואה פניך נזעפים, אמר לה הניחני שיש לי דאגה בלבי מיד הביאה לפניו לאכול ולשתות ולא רצה לאכול, הרהר בלבו ואמר מה אעשה אהרוג את אשתי ויש לי בנים קטנים ממנה, אמר לאשתו לכי ושכבי עם בניך. כיון ששכבה ושקעה בשינה מיד שלף חרבו להרגה ומצא בנה הקטן ישן בין שני דדיה, ובן קטן אחר היה שוכב ראשו בין כתפותיה. אותה שעה נכנס שטן בלבו להרגה. אמר אוי לי מה אעשה אם אני הורגה ימותו אלו בנים קטנים.

מיד השיב חרבו ואמר יגער ה' בך השטן. חזר פעם שנית ואמר אהרגה ומחר יתן לי המלך את בתו ויעשרני, מיד שלף חרבו עליה וראה שערה פרוש על פני התינוקות, מיד נכנס בלבו רחמים ואמר אם יתן לי המלך כל ביתו וכל עשרו לא אהרוג את אשתי זו.

מיד חזר חרבו אל נדנה ושכב עם אשתו עד הבקר. והנה שלוחי המלך באו בשבילו והוליכוהו לפניו, אמר לו המלך מה עשית קיימת מה שאמרת? אמר לו אם טוב בעיני המלך אל יכנס בי בדבר הזה, בקשתי לעשות פעם ופעמים ולא מלאני לבי לעשותו.

אמר שלמה הרי אדם אחד מאלף מצאתי, יצא מעליו והניחוהו עד שלשים יום.

אחר שלשים יום שלח המלך בסתר לאשתו והביאה לפניו אמר לה המלך יש בעלך טוב, אמרה לו הן. אמר לה שמעתי כי על יופיך ועל זיו פניך ואהבתך לקחך לאשה, ואנו נמליך אותך על כל שרות המלכות ונלביש אותך זהב מראשך ועד רגליך, אמרה לו הן, כל אשר תחפוץ אעשה. אמר לה רק דבר אחד יזיק לנו שאינו יכול לעשות שום דבר מפני שיש לך בעל. אמרה לו והיאך נעשה, אמר לה הרגי את בעלך ואח"כ אשא אותך לאשה, אמרה לו כך אעשה.

אמר שלמה בלבו אם כן הורגת זו את בעלה, נעשה איזה דבר תקנה שלא ימות. מה עשה נתן לה סייף אחד מן הבדיל, וכשראתה אותו שהוא מבהיק, אמר בסייף זה הרגי אותי /אותו/ כי מיד שתתן אותו בצוארו הוא נחתך.

חזרה האשה לביתה לבעלה עם הסייף. בבוא בעלה עמדה לפניו וחבקה אותו ונשקה לו, ואמרה לבעלה שב אדוני עטרת ראשי. כששמע כך שמח שמחה גדולה, וישב בעלה ואין בלבו שום מחשבה רעה, מיד הביאה השלחן ואכלו ושתו.

אמר לה בעלה: אשתי מה עסקיך זה הלילה, אמרה לו נבקש לשמוח עמך ולראותך שיכור זה הלילה. שחק לפניה בטוב לב ושתה ונשתכר עד שנשתקע בשינה. כיון שראתה כן עמדה ואזרה חלציה ושלפה הסייף שנתן לה המלך והתחילה לחתוך את העור. מיד הקיץ בעלה משנתו וראה והנה עומדת עליו אשתו להורגו.

אמר לה הגידי לי הענין ומי נתן לך הסייף הזה ואיך היה המעשה, ואם לא תגידי לי אעשה בשרך אברים אברים. אמר /אמרה/ לו כך וכך הענין אמר לי שלמה המלך, אמר לה אל תיראי.

כיון שהשכים בבקר והנה שלוחי המלך באו בשבילם, מיד הלך הוא עם אשתו אל המלך וסנהדרין יושבים לפניו, כשראם המלך שחק, אמר להם המלך בבקשה מכם ספרו לי היאך היה המעשה, אמרו כך וכך היה, הקיצותי ומצאתי את אשתי שהיתה עומדת עלי להרגני, אילולי שהיה הסייף מבדיל כבר הייתי מת מן העולם, אני רחמתי עליה והיא לא רחמה עלי.

אמר שלמה אני הייתי ידוע /יודע/ שאין רחמנות בנשים לפיכך נתתי לה סייף של בדיל.

וכששמעו הסנהדרין כך אמרו אמת מה שאמר המלך אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי.
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

בפשטות איז די תי’ פשוט אז די כלל איז אז מברענגט נישט קיין נסיון פאר א מענטש אויב ער האט נישט די בחירה דאס בייצושטיין און דאס מיינט שלמה צו זאגן אז א צדיקות וואלט נישט געקענט ביישטיין די זעלבע מדריגה גרויסע נסיונות פון א צדיק אויב וואלט מען איר עס געגעבן, ווייל אזוי איז בטבע די וועג וויאזוי הקב”ה האט זיי באשאפן, אבער למעשה גייט מען פון הימל איר קיינמאל נישט שיקן א נסיון וואס איז איר אוממעגליך בייצושטיין. און למעשה איז עס גארנישט מגרע פון איר חשיבות און שכר ווייל די שכר גייט לויט די ניסיון פארן מענטש ווי חז”ל זאגן שוין ’לפום צערא אגרא’.

די וועג וויאזוי דער פירוש פירט אויס אז ’סאיז נישטא קיין איין פרומע פרוי’ איז עם הארצות און טיפשות
לעצט פארראכטן דורך אנגעשאשקעטער אום פרייטאג יוני 14, 2024 7:57 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

התחברות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:26 pm
ס׳איז א באקאנטע הייליגע מדרש פון שלמה המלך
נישט יעדער זאך וואס איז געדרוקט אלס מדרש האט קראנטע מקורות.
פון וואו קומט עס אין אוצר מדרשים?
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:49 pm
בפשטות איז די תי’ פשוט אז די כלל איז אז מברענגט נישט קיין נסיון פאר א מענטש אויב ער האט נישט די בחירה דאס בייצושטיין און דאס מיינט שלמה צו זאגן אז א צדיקות קען נישט ביישטיין די זעלבע מדריגה גרויסע נסיונות פון א צדיק אויב וואלט מען איר עס געגעבן, ווייל אזוי איז בטבע די וועג וויאזוי הקב”ה האט זיי באשאפן, אבער למעשה גייט מען פון הימל איר קיינמאל נישט שיקן א נסיון וואס איז איר אוממעגליך בייצושטיין. און למעשה איז עס גארנישט מגרע פון איר חשיבות און שכר ווייל די שכר גייט לויט די ניסיון פארן מענטש ווי חז”ל זאגן שוין ’לפום צערא אגרא’.

די וועג וויאזוי דער פירוש פירט אויס אז ’סאיז נישטא קיין איין פרומע פרוי’ איז עם הארצות און טיפשות
👌👌👌👌
אויסגעלאשענע פען
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 7:28 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעלאשענע פען »

התחברות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:26 pm
מעשה שהיה - בדידי הוי עובדא

דעם שבועות העעל״ט - מ׳קומט אהיים פון שול - גוט יום טוב!

- און עפעס נאך א שטיקל צייט זעה איך אז מיין טאכטער (א כלה) - (זייער א איידעלע נשמה) איז עפעס זעהר פארטראכט -

מיין אשת חיל ווינקט מיר אז עפעס טויג נישט. זי וויל נישט רעדן!
עפעס גייט פאר? - פרעג איך מיט א געמאכטע רואיגקייט?
- קיין אנטווארט!
פילסט נישט גוט?
- קיין אנטווארט!
וואס איז מיט דיר?
נאכן בעטן עטליכע מאל שאקלט זי גארנישט!
כ׳פרוביר נישט צו דרוקן. מ׳טוישט טאן, מ׳פאוקסט אויף די אנדערע קינדער- דאס הארץ דזשאכעט מיר, רבוש״ע וואס האט פאסירט?

ביי די סעודה איז זי געווען פארזינקען - נישט געגעסן, נישט גערעדט. ווי עפעס געפערליכס האט פאסירט.

נאך עטליכע שעה שפעטער האס איך ענדליך ארויסבאקומען וואס דא גייט פאר. איך הער איך פון איר האלבע דיבורים אז זי האט עפעס געליינט, און זי קען זיך נישט בארואיגן. רחמנא ליצלן.
וואס?
- איך האב ערגעץ געליינט אז אלע פרויען זענען פארדארבן? … נישט ערליך!
וואס רעדסטו אזעלכע זאכן - חס ושלום.
- וואו האסטו דאס געזעהן?
- אין מחזור!
און זי צייגט מיר דאס…

IMG_6612.jpeg

IMG_6611.jpeg

IMG_6604.jpeg

איך בין געבליבן אן לשון. יא, ס׳איז א באקאנטע הייליגע מדרש פון שלמה המלך - אלעס אמת ויציב ונכון, אבער דאס איז נישט געמאכט פאר מיידלאך צו ליינען. אפילו פרויען קענען ווערן שטארק באליידיגט און צעשאקלט פון אזא געשיכטע.

רבוש״ע וואס טוה איך דא. שבור את החביות ושמור את יינה.

בס״ד און מיט זיינע גרויסע חסדים האט מיר הקב״ה געגעבן די ריכטיגע רייד - און איך האב איר גאר שטייט און קלאר מסביר געווען אז דאס רעדט מען פון ספעציעלע פאלן פון פרומע פרויען וועלכע האלטן זיך זייער גרויס און זייער גאווה האט דאס צו געברענגט. - ווער ס׳איז דבוק אין באשעפער און איז מכבד איר מאן - פון דעם רעדט מען בכלל נישט. גלייבטס מיר ס׳האט גענומען א לאנגע צייט ביז זי האט זיך ב״ה בארואיגט -

כ׳ווייס נישט צי מיין קרעפל פשטל איז א משהוא אמת. ס׳אינטרעסירט מיר נישט, איך האב געמוזט ראטעווען מיין קינד. ואני את נפשי הצלתי.

איך וויל אבער פארשטיין - צי וואס שרייבט מען דאס אריין אין מחזורים פאר מיידלעך? אן קיין שום הקדמה - פארווארט, און קלארע הסבר.

דארף א מיידל זעהן אז מ׳קען נישט געטרויען קיין שום פרוי? דארף דאס יעדעס מיידל זעהן אז זי אליין וועט רח״ל אומברענגען איר מאן אויב ס׳לוינט איר? אפילו ס׳איז אמת ווייל שלמה המלך האט דאס געזאגט.
כהאף אז דיין כלה באקומט א תמימותדיגער בחור...
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

להודות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:50 pm
התחברות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:26 pm
ס׳איז א באקאנטע הייליגע מדרש פון שלמה המלך
נישט יעדער זאך וואס איז געדרוקט אלס מדרש האט קראנטע מקורות.
פון וואו קומט עס אין אוצר מדרשים?
רוב פון אוצר המדרשים איז משכילישע באבע מעשה'ס!
איר קענט הערן א שיינע שמועס דערוועגן פון ר'לוי יצחק האניג
אויף 7183030110
7-3-8-5 ארום 25 מינוט אריין אינעם שמועס
לעצט פארראכטן דורך 4g קאפ אום מוצ"ש יוני 15, 2024 10:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יא יא עס איז א געוואלדיגע פראבלעם נישט נאר אין די מחזורים נאר אויך וואס מען זאגט זיי אין סקול, נישט איינמאל האט איך געדארפט מאכן דעמעדזש קאנטראל מיט מיינע טאכטער ווייל א טיטשער האט אזוי און אזוי געזאגט
וואס ווילן זיי פון די תמימותדיגע מיידלעך???

אסאך מאל זענען די מחנכות בכלל נישט אין touch

#א חלק פון די גלות
לעצט פארראכטן דורך Haklal אום מוצ"ש יוני 15, 2024 11:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

אויב דער איידעם גייט זיך אנשטויסן אין דעם אשכול און אויך הערן פון זיין ווייב די מעשה גייט זיין א נייע אשכול "מיין איידעם האט אנטדעקט מיין ניק! וואס טוט מען?"...
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

אויסגעלאשענע פען האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 8:00 pm
כהאף אז דיין כלה באקומט א תמימותדיגער בחור...
דא האבן מיר דעם חכם...

נישט יעדע זאך איז ליצנות..
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

4g קאפ האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:10 pm
להודות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:50 pm
התחברות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:26 pm
ס׳איז א באקאנטע הייליגע מדרש פון שלמה המלך
נישט יעדער זאך וואס איז געדרוקט אלס מדרש האט קראנטע מקורות.
פון וואו קומט עס אין אוצר מדרשים?
רוב פון אוצר המדרשים איז משכילישע באבע מעשה'ס!
איר קענט הערן א שיינע שמועס דערוועגן פון ר'לוי יצחק האניג
אויף 7183030110
7-3-8-5 ארום 25 מינוט אריין אינעם שמועס
עס איז א פסוק אין משלי, איש אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

הונדערט פראצענט גערעכט אז אזא מעשה, אפילו אויב קראנט הונדערט פראצענט, ברויך נישט אריין גיין אין א מיידלישער מחזור. איך גלייב אבער שווער אז דאס איז א נייע זאך; מסתמא איז דאס נאר איבער געדרוקט פון די מחזורים מיט הונדערטער יאר צוריק, נאר איבער געמאכט אויף די היינטיגע אידיש. פארט וואלט דער מו"ל געמעגט נוצן דעם שכל, וואס איז גוט געווען צו שרייבן פאר פרויען 200 יאר צוריק, מיינט נאכנישט אז עס ברויך בהכרח איבערגעזעצט ווערן צום לשון המדוברת.

לגוף הדבר - דעם תירוץ זאגט שלמה המלך אליין, אדם א' מאלף מצאתי, ואשה בכל אלה לא מצאתי. דאס מיינט אז דער חילוק איז אין די מארזשינס; מיט 999 (אדער 99.9 פראצענט) פון די מענער, איז שלמה פונקט אזוי נישט געווען צופרידן, ווי מיט אלע פרויען. עס איז נאר אז ביי די מענער, נאך לאנגע זוכענישן צו טרעפן דעם אחד מאלף, איז געלונגען עס צו טרעפן, און ביי פרויען דאס אויך נישט.

איך מיין אז אויף אזויפיל דארף די טאכטער, פון א היימישע מיידל שולע, נאך קענען מסכים זיין אז עס מאכט זיך איין פון טויזנט מענער וואס איז בעסער ווי אלע פרויען. אבער באופן כללי, ווען מען רעדט פון די 99.9 פראצענט - פון וועלכע דיין טאכטער פאררעכנט זיך ווארשיינליך - זענען זי און די יונגלעך גלייך.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6622
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ליטווישער האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:48 pm
עס איז א פסוק אין משלי, איש אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי
קהלת *
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

היינו איז א צייט וואס מ׳רעדט פאר די מיידלעך אין די מיידל שולעס גאר אן אנדערע שפראך.

און פאר א מיידל צו ליינען אין א מחזור אז אלע פרויען זענען נישט ערליך, נישט געטרוי-באר, נישט פרום, און זענען אומשטאנד צו טאן אלעס רח״ל, קען פירן צו שעדליכע קאנסעקוועצן.

זאל מען זאגן אז נישט אלעס וואס שטייט אין מחזור איז אמת?
חלילה.

אבער נישט אלעס מעג מען דרוקן.
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע:בין כתה לעשור

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

אויסגעלאשענע פען האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 8:00 pm
התחברות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 7:26 pm
מעשה שהיה - בדידי הוי עובדא

דעם שבועות העעל״ט - מ׳קומט אהיים פון שול - גוט יום טוב!

- און עפעס נאך א שטיקל צייט זעה איך אז מיין טאכטער (א כלה) - (זייער א איידעלע נשמה) איז עפעס זעהר פארטראכט -

מיין אשת חיל ווינקט מיר אז עפעס טויג נישט. זי וויל נישט רעדן!
עפעס גייט פאר? - פרעג איך מיט א געמאכטע רואיגקייט?
- קיין אנטווארט!
פילסט נישט גוט?
- קיין אנטווארט!
וואס איז מיט דיר?
נאכן בעטן עטליכע מאל שאקלט זי גארנישט!
כ׳פרוביר נישט צו דרוקן. מ׳טוישט טאן, מ׳פאוקסט אויף די אנדערע קינדער- דאס הארץ דזשאכעט מיר, רבוש״ע וואס האט פאסירט?

ביי די סעודה איז זי געווען פארזינקען - נישט געגעסן, נישט גערעדט. ווי עפעס געפערליכס האט פאסירט.

נאך עטליכע שעה שפעטער האס איך ענדליך ארויסבאקומען וואס דא גייט פאר. איך הער איך פון איר האלבע דיבורים אז זי האט עפעס געליינט, און זי קען זיך נישט בארואיגן. רחמנא ליצלן.
וואס?
- איך האב ערגעץ געליינט אז אלע פרויען זענען פארדארבן? … נישט ערליך!
וואס רעדסטו אזעלכע זאכן - חס ושלום.
- וואו האסטו דאס געזעהן?
- אין מחזור!
און זי צייגט מיר דאס…

IMG_6612.jpeg

IMG_6611.jpeg

IMG_6604.jpeg

איך בין געבליבן אן לשון. יא, ס׳איז א באקאנטע הייליגע מדרש פון שלמה המלך - אלעס אמת ויציב ונכון, אבער דאס איז נישט געמאכט פאר מיידלאך צו ליינען. אפילו פרויען קענען ווערן שטארק באליידיגט און צעשאקלט פון אזא געשיכטע.

רבוש״ע וואס טוה איך דא. שבור את החביות ושמור את יינה.

בס״ד און מיט זיינע גרויסע חסדים האט מיר הקב״ה געגעבן די ריכטיגע רייד - און איך האב איר גאר שטייט און קלאר מסביר געווען אז דאס רעדט מען פון ספעציעלע פאלן פון פרומע פרויען וועלכע האלטן זיך זייער גרויס און זייער גאווה האט דאס צו געברענגט. - ווער ס׳איז דבוק אין באשעפער און איז מכבד איר מאן - פון דעם רעדט מען בכלל נישט. גלייבטס מיר ס׳האט גענומען א לאנגע צייט ביז זי האט זיך ב״ה בארואיגט -

כ׳ווייס נישט צי מיין קרעפל פשטל איז א משהוא אמת. ס׳אינטרעסירט מיר נישט, איך האב געמוזט ראטעווען מיין קינד. ואני את נפשי הצלתי.

איך וויל אבער פארשטיין - צי וואס שרייבט מען דאס אריין אין מחזורים פאר מיידלעך? אן קיין שום הקדמה - פארווארט, און קלארע הסבר.

דארף א מיידל זעהן אז מ׳קען נישט געטרויען קיין שום פרוי? דארף דאס יעדעס מיידל זעהן אז זי אליין וועט רח״ל אומברענגען איר מאן אויב ס׳לוינט איר? אפילו ס׳איז אמת ווייל שלמה המלך האט דאס געזאגט.
כהאף אז דיין כלה באקומט א תמימותדיגער בחור...
איך האף זי באקומט א בחור מיט ביינער וואס וועט איר שטעלען אין פלאץ...
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.


(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)


מיין לייבערי
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

4g קאפ האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:10 pm
רוב פון אוצר המדרשים איז משכילישע באבע מעשה'ס!
נישט ממש אזוי. מ'קען דן זיין אויף זייער נאמנות, אבער ס'מוז נישט זיין זיי האבן ארויסגעצויגן פון פינגער.
נאר וואס דען, אסאך זאכן וואס זיי האבן געדרוקט זענען סתם אלטע מעשיות וואס האבן נישט קיין (הייליג) מקור און ממילא דארף מען עס נישט אן נעמען אדער זיך רעכענען דערמיט.
ליטווישער האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:48 pm
עס איז א פסוק אין משלי, איש אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי
אין פסוק (פון קהלת, גראדע) שטייט דען די מעשה מיט די אויספיר וואס מ'האט געברענגט אויבן?
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

האסט כאטשיג געשיקט א הערה צום מו"ל זאל עס ארויסנעמען פון קומענדיגע דרוקן?
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

להודות האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:24 am
4g קאפ האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:10 pm
רוב פון אוצר המדרשים איז משכילישע באבע מעשה'ס!
נישט ממש אזוי. מ'קען דן זיין אויף זייער נאמנות, אבער ס'מוז נישט זיין זיי האבן ארויסגעצויגן פון פינגער.
נאר וואס דען, אסאך זאכן וואס זיי האבן געדרוקט זענען סתם אלטע מעשיות וואס האבן נישט קיין (הייליג) מקור און ממילא דארף מען עס נישט אן נעמען אדער זיך רעכענען דערמיט.
ליטווישער האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:48 pm
עס איז א פסוק אין משלי, איש אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי
אין פסוק (פון קהלת, גראדע) שטייט דען די מעשה מיט די אויספיר וואס מ'האט געברענגט אויבן?
האסט אויסגעהערט דעם צוגעצייכנטן שיעור?
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
סשעפערט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:16 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סשעפערט »

אז די ווילסט, וויש איר די פשוטע פשט פון פסוק

אויפן חטא העגל איז איש אחד מאלף מצאתי וואס האבן געדינט עבודה זרה אבער ואשה בכל אלה לא מצאתי ווייל די פרויען האבן בשום אופן מסכים געווען דערצו
סשעפערט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:16 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סשעפערט »

און בנוגע די מדרש מיטן מחזור

דאכט זיך ס'סתם א טעות ווי אזוי זיי האבן געטייטשט די ווערטער, אפשר אז א פרוי איז נשים דעתן קלות און מ'קען נישט געטרויען אבער חלילה אז זיי זענען נישט פרום
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

4g קאפ האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 1:06 am
האסט אויסגעהערט דעם צוגעצייכנטן שיעור?
מיט א האלבע אויער.
איך מיין ער טענה'ט אז אייזענשטיין האט גענומען אויך פון ב. איך האב נישט נאכגעקוקט אויב ס'איז ריכטיג, אבער איך רעד נישט פון דעם נאר פון דאס וואס קומט שוין יא פון פארשידענע כתבי ידות.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2083
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

4g קאפ האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 1:06 am
להודות האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:24 am
4g קאפ האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:10 pm
רוב פון אוצר המדרשים איז משכילישע באבע מעשה'ס!
נישט ממש אזוי. מ'קען דן זיין אויף זייער נאמנות, אבער ס'מוז נישט זיין זיי האבן ארויסגעצויגן פון פינגער.
נאר וואס דען, אסאך זאכן וואס זיי האבן געדרוקט זענען סתם אלטע מעשיות וואס האבן נישט קיין (הייליג) מקור און ממילא דארף מען עס נישט אן נעמען אדער זיך רעכענען דערמיט.
ליטווישער האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:48 pm
עס איז א פסוק אין משלי, איש אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי
אין פסוק (פון קהלת, גראדע) שטייט דען די מעשה מיט די אויספיר וואס מ'האט געברענגט אויבן?
האסט אויסגעהערט דעם צוגעצייכנטן שיעור?
היסטאריקער פילן זיך עפעס זייער גוט ווען זיי קענען זאגן אויף מעשיות אז ס’איז נישט אמת, אדער אז ס’איז גאר מצד הטומאה.

למעשה איז דא צענדליגע מדרשים וואס ווערט געברענגט אין ספה’’ק וואס מ’ווייסט נישט זייער מקור, טייטשט אז ס’פעלט אונז אסאך מדרשים.

הגם ס’איז אמת אז מ’האט געזוכט במשך הדורות ארויפצוקלעבן מעשיות אויף שלמה המלך, צוליב כל מיני אינטערעסן, קען מען אבער נאכנישט אלעס אוועקמאכן מיט א מאך מיט די הענט.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2083
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

צו די מעשה שהיה.. וואס דער פותח האשכול פארציילט.

ס’איז מיר זייער מאדנע אז איינער זאל ווערן געטראפן פון א זאך וואס אדרעסירט ’האלב’ פון די מענטשהייט.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

דא שרייבט איינער אזוי:
https://tora-forum.co.il/threads/%D7%94 ... post-23077


קשה להאמין לאמיתות מדרש זה. כידוע לא כל המדרשים שבאוצר המדרשים האם אכן מיוחסים למקורותינו, וחלקם הורה הגר"ח קנייבסקי למחוק [כמו מעשה יהודית ועוד].
היעלה על הדעת שכדי להוכיח לחכמים דבר מה יטיל שלמה סכסוך בין איש לאשתו? השם מחק לשמו הקדוש, ושלמה יטיל מחלוקת כדי להצדיק דעתו? לדעתי אין במדרש זה אמת.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואס ענטפערט מען פאר א טאכטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 1:43 am
היסטאריקער פילן זיך עפעס זייער גוט ווען זיי קענען זאגן אויף מעשיות אז ס’איז נישט אמת, אדער אז ס’איז גאר מצד הטומאה.

למעשה איז דא צענדליגע מדרשים וואס ווערט געברענגט אין ספה’’ק וואס מ’ווייסט נישט זייער מקור, טייטשט אז ס’פעלט אונז אסאך מדרשים.
די נקודה וואס איך (לכה"פ) האב געשריבן איז נישט געבויט אויף אוועקמאכן אדער א גוטע פילינג.

די נאמען "מדרשים" ביי אונז, וואס מיינט אז ס'איז הייליג און מקובל פון חז"ל (צי אפילו שפעטער) און ממילא קומט זיך זיי די פאסיגע ערנסטקייט, איז רעזערווירט צו ספרים וואס מיר האבן פון דורות און אנגענומען.
נישט יעדער פארווארפענער בלעטל וואס זיי האבן ארויסגעקראצט פון באהעלטעניש איז בארעכטיגט צו דעם נאמען און (בעיקר) בליק.

טייל זאכן זענען שטותים אדער ערגער, און לייגן אלעס בחדא מחתא אונטער'ן פארהייליגטן נאמען 'מדרש' האט נישט געהאלפן קיינעם.

זאכן וואס ווערן געברענגט אין ספרים איז א באזונדער שמועס.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום זונטאג יוני 16, 2024 2:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”