געדענקסט די היצן?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

געדענקסט די היצן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

וועטער ברומט
זוממער קומט
נישט קיין וויצן
די שטארקע היצן

כ'וואק צום טאקט
די זון באקט
ס'ביטער הייס
ס'גיסט שווייס

אונטערן רעקל דעם דיקן
טו איך שיעור נישט שטיקן
ווי א בלעטל בין איך טרוקן
אזש קוים כ'קען מיך רוקן

כ'ברום אונטער
אט קומט ווינטער
א מאנאט צוויי
פון די היצן פריי

הייס מיר זענען
אט וועט מען קענען
געדענקען די צייטן
פון דערווייטן

אונטערן רעקל דעם דיקן
האב איך שיעור נישט געטון שטיקן
ווי א בלעטל בין איך געווען טרוקן
אזש כ'האב מיך קוים געקענט רוקן.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: געדענקסט די היצן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ענדזוי אביסל פון די זוממער
טראכט נישט יעצט פון די ווינטער

גראמט גראדע אויך
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: געדענקסט די היצן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

נייס!!!
ליינענדיג דאס ווערט מיר הייס!
inversion
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2024 9:43 pm

Re: געדענקסט די היצן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך inversion »

איך שטיי יעצט ביי א פייער ס'איז הייס.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: געדענקסט די היצן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

היצן שוויצען וויצען
די עיקר אונז האב נוצען
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”