פון ב"פ קיין וויליאמסבורג אינטער 5 מינוט - אוויאציע 2.0
אן קיין לאנגע הקדמות לאמיר גלייך אריינטאנצען.
א האב מיינט א צענטראלע פלאץ ווי יעדער קומט זיך צוזאם און פון דארט גייט יעדער צו זייער באשטימטע דעסטענאציע. דאס הייסט אזוי. אלע פליגערס וואס יונייטעד למשל האט קיין יוראפ גייט פאָרן צו און פון א האב. דאס הייסט אז טאמער איינער וואס וואוינט למשל און סאן דיאגא וויל פארן מיט יונייטעד קיין לונדון וועט ער ערשט דארפען נעמען א קליינע פליגער צו א האב לאמיר זאגען קיין לוס אנדשעלעס ווי דארט קומט זיך יעדער צוזאם און פון דארט פארט מען קיין @לאנדאן .
די term "האב" קומט פון די hub-and-spoke system אויך באקאנט און נעטווארקינג. @דער צופרידענער חיים שאקלט מיט די קאפּ.
די 8 זענען ווי פאלגענד.
1. ORD Chicago, IL
2. DEN Denver, CO
3. GUM Guam דאס איז א אינזעל אינמיטען די פאסיפיק אקעאן.
4. IAH Houston, TX
5. LAX Los Angeles, CA
6. EWR Newark, NJ
7. SFO San Francisco, CA
8. IAD Washington, D.C
דא האט איר א מאפע.
יונייטעד אירליינס איז הויפטקווארטירד און טישקאגא.
יונייטעד אירליינס האט די מערסטע פלייטס קיין אייראפע אקעגען אלע אנדערע אמעריקאנער אירליינס .
יונייטעד אירליינס האט היינט צוטאגס (איך רעד נישט יעצט בשעת געוויסע רוטס זענען סוספענדירד צוליב די עזה אפעראציע) 4 רוטס פון ארץ ישראל TLV צו 4 באזונדערע פלעצער און אמעריקא. די 4 זענען ניוארק, סאן פראנציסקא, וואשינגטאן, טשיקאגא.
צו ניוארק למשל האבען זיי מער ווי 1 פלייט א טאג. אבער צו למשל טשיקאגא האבען זיי נישט איעדע איינציגסטע טאג, נאר איעדע צווייטע טאג.
סקען זיך אמאל לוינען פאר די וואס האבען ליב צו שפארען געלט זיך אריבער צוכאפען קיין וואשינגטאן אדער מאכען א סטאפ און טשיקאגא ווי די פרייזען זענען היבש ביליגער ווי ניו יארק.
די 9 זענען ווי פאלגענד.
1. ATL Atlanta GA
2. BOS Boston MA
3. DTW Detroit MI
4. LAX Los Angeles CA
5. MSP Minneapolis–Saint Paul Minnesota
6. JFK New York
7. LGA New York
8. SLC Salt Lake City Utah
9. SEA Seattle WA
דעלטא אירליינס איז הויפטקווארטיערד און אטלאנטע.
דא האט איר א מאפע.
דעלטא אירליינס האט א טעגליכע רוט פון JFK צו TLV.
דעלטא קומט אריין די צווייטע און די רייע נאך יונייטעד מיט די מערסטע פלייטס קיין אייראפע. דערנאך איז אמעריקאן דערנאך דזשעט בלוי.
1. Boston
2. Fort Lauderdale
3. Los Angeles
4. New York–JFK
5. Orlando
6. San Juan דאס איז און פארטא ריקא.
זייער הויפטקווארטיר איז און ניו יארק.
און א זייטיגע נאטיץ איז אינטערסאנט ארויסצוברענגען אז דזשעט בלוי פארמאגט נישט קיין איין Boeing ערעפלאן. זיי האבען נאר די Airbus A320 פאמיליע. זעה דא מער איבער אלע ערליי פאמיליעס. די סיבה געבען זיי אן אז דאס איז צוליב מענטינעס. דאס הייסט אז סאיז גרינגער צו דורך פירען מענטעניס ווען אלע זענען די זעלבע.
דזשעט בלוי האט כמעט נישט קיין פלייטס צו מיאמי עראפארט צוליב וואס זיי האבען א גרויסע האב און פארט לוראדעיל וואס איז נישט ווייט פון דארט.
דזשעט בלוי האט לעצטענס אנגעהויבן דורך פירן געציילטע רייזעס קיין אייראפע.
די אייראפע פלייטס פארט פון ניו יארק JFK און באסטאן.
זיי האבען פלייטס צו 6 אייראפעאישע דעסטענאציעס. ווי פאלגענד.
אמסטרדם
לאנדאן היטראו און געטוויק
פאריז
דאבלין איירלאנד
עדנבורג סקאטלאנד.
נישט אלע רוטס גייען אן אגאנץ יאר. געוויסע זענען סיזענעל.
1. Charlotte Douglas North Carolina
2. Chicago ORD
3. Dallas Fort Worth taxes
4. LAX
5. Miami
6. JFK
7. LaGuardia
8. Philadelphia
9. Phoenix Arizona
10. Ronald Reagan Washington
דא האט איר א מאפע
אמעריקאן אירליינס פלעגט אמאל האבען א רוט פון פענסילוועניא צו ארץ ישראל אבער האבען דאס אויפגעהערט אפאר יאר צוריק. היינט האבען זיי נאר פון JFK.
זייער הויפטקווארטיר איז און טעקסאס.
ווי געשמועסט אויבען האבען זיי ווייניגער פלייטס ווי די אנדערע קיין אייראפע. רוב מקומות זענען צי די מערב אייראפע לענדער ווי ענגלאנד פראנקרייך און שפאניע.
פיין! האמיר דורך געשמועסט די 4 גרויסע אמעריקאנער אירליינס. מיט זייערע האבס. (איינער פון די ליינער פארן מיט Spirit Airlines, אדער Frontier Airlines?)
דא האט איר א מאפע פון אלע האבס צוזאמען
אז מען רעט שוין פון פלייטס צווישען ארץ ישראל קיין אמעריקא וואלט געווען אינטערסאנט צודערמאנען א מינוט נאך שטעט און די פאראייניגטע שטאטען מיט דיירעקטא פלייטס קיין א"י דורך אל על. נישט אלע שטעט האבען יעדען טאג א פלייט. די שטעט אויסער ניו יארק זענען
לאס אנדשעלעס
באסטאן
מיאמי
פארט לוראדעיל
לאמיר אויסרעכענען די 5 לענגסטע פלייטס אויף די וועלט.
1. סינגאפאר אירליינס און טאקע נישט פון קיין צווייטע עירפארט ווי אונזער היימישער JFK עירפארט. די פלייט פארט קיין סינגאפאר. זיי האבען אויך פון ניוארק א פלייט אבער סאיז אפאר מינוט קערצער. די פלייט געדארט א @קנאפער 18 שעה מיט 40 מינוט.
2. די נעקסטע איז דורך קאטאר עירוועיס פון ניו זילאנד קיין קאטאר.
3. קוואנטאס אירליין פון PERTH אסטראליע קיין לאנדאן.
די וועג נעמט כמעט 18 שעה.
4. אויך דורך קוואנטאס אירליין פון טעקסאס ארצות הברית קיין מעלברון אוסטרליה. 17 שעה מיט 35 מינוט
5. אויך דורך די אויבען דערמאנטע אירליין פון פאריז קיין PERTH אוסטרליה.
די רוטס ווערען געמאסטען דורך Great Circle Distance (GCD). דאס הייסט אז ווען מען פארט למשל פון ניו יארק קיין ארץ ישראל אויב קוקט איר אויף די מאפע (איך גלייב נישט איר וואטשט מאוויס.) קענט איר זעהן אז מען פארט נישט אויף א גראדע ליניע נאר מען פארט ארויף און צוריק אראפ. דאס ווערט אנגערופען די גרעט סירקעל. די סיבה איז ווייל סאיז שנעלער. סאיז א שמועס פאר זיך די Logic דערפון אבער דאס איז די מציאות.
יעצט לאמיר זעהן די 5 קערצטע רייזעס.
1. פלייט ציווישען Westray און Papa Westray. דאס זענען אינזלען און סקאטלאנד. די פלייט נעמט אינטער 2 מינוט.
2. Karpathos און Kasos אינזלען און גריכענלאנד. פלייט געדארט 5 מינוט
3. St. Maarten און Anguilla אינזלען נישט ווייט פון Cuba די פלייט איז 10 מינוט
4. Connemara און Inis Mor אינזלען און איירלאנד אויך 10 מינוט
5. St. Maarten and Saba און די געגענט פון caribbean 15 מינוט.
ווען סקומט צו רעדען פון די גרעסטע עירפארטס איז דא 3 זאכען.
די גרעסטע און שטח
די מערסטע צאל פאסאנדשירען און
די מערסטע טעקאפפס און לאנדינגס.
איז לאמיר אנהייבען מיט שטח.
די גרעסטע עירפארט און שטח איז King Fahd International (DMM) דאס געפינט זיך און סאוד אראביע. דאס איז 300 @סקוויר מייל.
דערנאך קומט Denver International Airport (DEN)
דאס איז די גרעסטע און אמעריקא.(נישט די פארנומענסט ווי מען וועט באלד זעהן)
דערנאך קומט Kuala Lumpur International Airport (KUL) דאס איז און מאלאזיע.
דערנאך Istanbul Airport (IST) און טערקיי.
דערנאך Dallas/Fort Wort International Airport (DFW) און טעקסאס.
דערנאך Atlanta Hartsfield-Jackson International Airport (ATL)
@ארלנדא און בעידזשינג זענען אויך פון די טאפ אויף די ליסט.
יעצט לאמיר אויסרעכענען די פארנומענסטע לופטפעלדער מיט די מערסטע צאל פאסאנדשירען. לויט ווי סאיז געליסטעד דא
1. אטלאנטע דזש'ארג'ע
2. דוביי
3. טעקסאס
4. לאנדאן היטראו
5. טאקיא יאפאן
6. דענוויר קאלאראדא
7. איסטאנבאל טערקיי
8. לאס אנדשעלעס LAX
9. טישקאגא
קענעדי איז נומבער 13 און ניוארק 31.
יעצט לאמיר זעהן וועלעכע לופטפעלדער האבען די מערסטע פלייטס/רוטס לויט וויקי
1. אטלאנטע
2. טישקאגא
3. טעקסאס
4. דענוויר
5. Nevada
6. לאס אנדשעלעס
7. נארט קעראליינע
8. איסטאנבאל
9. JFK
אטו כי רוכל ליזל ולייתי.
וועט איר אוואדי פרעגען ווי אזוי קען זיין אז א פארשטיפטע סטעיט ווי Georgia איז מער פארנומען ווי די גרויסע ניו יארק די סיטי וואס שלאפט קיינמאל נישט?!
די תירץ איז פשוט אז ניו יארק האט דריי גרויסע לופטפעלדער. ווען מען מאכט עס ווען איין וואלט עס אלעס איינגעפאקט. ווי אויך די סיבה פארוואס אטלאנטע איז אזוי גרויס איז ווייל סאיז דעלטאס האָב. רוב מענטשן קומען דארט נאר צו נעמען א צווייטע פלייט און נישט צו דארט בלייבען.
פאר סיי וואס פארא הילף מיט בוקען א פליגער קענט איר זיך פארבינדען מיט @Yiddish Travel . דאס איז א פרייע עד.
אלע אנדערע ארטיקלען קענט איר טרעפען און די מפתח - בריטיש עירוועיס
אויב זענט איר שוין אביסעל אן @אלטע איד און איר האט נישט קיין כח ארויפצוגיין ביז אויבען צום לייק קנעפעל, קענט איר דרוקען די גרויסע רויטע לייק קנעפל וואס דאס וועט אייך פירען מיט א סטריעט פלייט צום לייק קנעפעל
א גרויסען שכח @בריטיש עירוועיס פארען ארויסהעלפען מיט די ארטיקעל.