אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע
שוין בלית ברירה ראול איך מיך ארויס צום גאס, עס איז ליידיג, די המון עם שלאפט, די גור'עס דאווענען, די ותיקין אידן עסן, און איך גיי מיך צו מיין מקוה - א קליינע מקוה פון א קליינע שול.
איך קום אריין אין די ליידיגע מקוה, מיין קאפ זעצט און באמבעט פון אלע זייטן, מיד ווי די גלות, און אט זעה איך אים... כ'האב שוין אפאר מאל געזען די איד וואס האט זיך לעצטענס אריינגעריקט אין מיין געגענט און ביהמ''ד און איך האב אלעמאל פראבירט צו שטיין ווייט... כדי נישט צו רעדן בגנותו פון א איד וועל איך נאר זאגן אז ער איז א עלטערע איד מיט א לאנגע ווייסע קאליר'פולע בארד אזוי אויך גייט ער מיט א אומריינע ביבער הוט שבת.... און ס'איז זייער אומבעטעמט ארום אים...
און דא בין איך מיטן גאנצע רוח אריינגעלאפן אין מקוה און געס וואט ? איך טרעף אים זיך אנגרייטן צו כאפן א טבילה... מיין קאפ זעצט און איך זאג צו מיך דאס איז עסאיך גיי אריינגיין און ארויסגיין פון בור נאך פאר ער עספעיט אריינצוגיין !
איך ווארף אראפ אלע מיינע קליידער פון מיך, האלב זענען נאס געווארן די אנדערע האלב שמוציג געווארן, איך לויף אריין אין בור ווי א צומזיקטע רוח, א טבילה און ארויס... און יא ס'געלונגן!!
ער גרייט זיך אריינצוגיין און איך אטעם אפ מיט שווערע קאפ וויי און איך גיי זיך אנצוטון. אזוי פארקלאצטעהייט אינמיטן די עבודת הקודש הער איך א געשריי...
האלו? יא. ביסט זיכער אז דאס זענען דיינע קליידער ???
אין יענע רגע האט מיין קאפ וויי זיך אפגעשטעלט און טויזענט מחשבות האבן אנגעהויבן ארומלויפן... איך האב געוואלט מקיים זיין דעמאלץ דעם קם רבה ושחטיה אויף דער וואס האט מיך אויפגעוועקט און אויף וועם נישט... איך שטיי אזוי אנגעטון מיט אונטערוועש האלטענדיג אינמיטן אנטון דעם העמד.... אבער וועמענס וועש איז דאס.......??
וואס האב איך מיך אויסגעלערנט פון דעם מעשה ?
אז מיינע וועש זענען פונקט אזוי שמוציג/נישט שמוציג ווי דער איד'ס
אז מיינע וועש שמעקן פונקט ווי זיינס
א שיעור אין אהבת ישראל!
ווי אזוי האט זיך עס גענדיגט ? מיטן אויפטוישן פייער און רייכערן צוזאמען די הייליגע הכנה לקבלת התורה ציגארעטל!
בנוגע לענינו...
איך וויל נישט מאריך זיין אויף וואס איז געווען. וואס איז געווען איז געווען.
איך וועל נאר זאגן אז יעדער איז זיך טועה אמאל, געוויסע דא האבן זיך טועה געווען מיטן חוסם זיין א ניק לעולם דוד אן קיין שום ווארענונג און איגנארירן זיינע מעסעזשעס און איך האב מיך טועה געווען מיטן זיך נישט רעכענען מיט די ליינער'ס געפילן און זיך אנטון די לבוש הקנאות הלא לו און שיקן די שארפע אומגערעכטע אימעילס פאר @אבימלך
חטאת עוויתי פשעתי איך בעט מחילה פון יעדעם און זיך מקבל לעתיד
''צוגעלייגט: סארקאזים, איך האב עס נישט געשיקט''
צום לעצט בין איך מחיוב הכרת הטוב פאר אלע וואס האבן געפייט מיין צוריקקער או דורש בשלומי געווען והנה רשימה חלקית @דרייטצעך @פרומע לבוש @אבנר בן-נר @ראטשילד @אויסגעהיילט @וואס עפעס? @אלטערנעסייד פארקינג און נאך
ובעיקר דארף איך דאנקן די געשמאקסטע און געריבענסטע ניק אויף אייוועלט וואס איז פיין א יודע לשאול... @את פתח לו