אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חברונער
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

שבועות אינדערפרי 8:27, איך זיך דער רוח וואס האט מיך אויפגעוועקט קוים דריי שעה נאכן זיך לייגן און אט טרעף איך אים, מיין קליינער שרייט מיט קולות איך זאל אויפשטיין, זאג נאר דו האסט עפעס מיט משה רבינו פרעג איך אים

שוין בלית ברירה ראול איך מיך ארויס צום גאס, עס איז ליידיג, די המון עם שלאפט, די גור'עס דאווענען, די ותיקין אידן עסן, און איך גיי מיך צו מיין מקוה - א קליינע מקוה פון א קליינע שול.

איך קום אריין אין די ליידיגע מקוה, מיין קאפ זעצט און באמבעט פון אלע זייטן, מיד ווי די גלות, און אט זעה איך אים... כ'האב שוין אפאר מאל געזען די איד וואס האט זיך לעצטענס אריינגעריקט אין מיין געגענט און ביהמ''ד און איך האב אלעמאל פראבירט צו שטיין ווייט... כדי נישט צו רעדן בגנותו פון א איד וועל איך נאר זאגן אז ער איז א עלטערע איד מיט א לאנגע ווייסע קאליר'פולע בארד אזוי אויך גייט ער מיט א אומריינע ביבער הוט שבת.... און ס'איז זייער אומבעטעמט ארום אים...

און דא בין איך מיטן גאנצע רוח אריינגעלאפן אין מקוה און געס וואט ? איך טרעף אים זיך אנגרייטן צו כאפן א טבילה... מיין קאפ זעצט און איך זאג צו מיך דאס איז עסאיך גיי אריינגיין און ארויסגיין פון בור נאך פאר ער עספעיט אריינצוגיין !
איך ווארף אראפ אלע מיינע קליידער פון מיך, האלב זענען נאס געווארן די אנדערע האלב שמוציג געווארן, איך לויף אריין אין בור ווי א צומזיקטע רוח, א טבילה און ארויס... און יא ס'געלונגן!!
ער גרייט זיך אריינצוגיין און איך אטעם אפ מיט שווערע קאפ וויי און איך גיי זיך אנצוטון. אזוי פארקלאצטעהייט אינמיטן די עבודת הקודש הער איך א געשריי...

האלו? יא. ביסט זיכער אז דאס זענען דיינע קליידער ???

אין יענע רגע האט מיין קאפ וויי זיך אפגעשטעלט און טויזענט מחשבות האבן אנגעהויבן ארומלויפן... איך האב געוואלט מקיים זיין דעמאלץ דעם קם רבה ושחטיה אויף דער וואס האט מיך אויפגעוועקט און אויף וועם נישט... איך שטיי אזוי אנגעטון מיט אונטערוועש האלטענדיג אינמיטן אנטון דעם העמד.... אבער וועמענס וועש איז דאס.......??

וואס האב איך מיך אויסגעלערנט פון דעם מעשה ?

אז מיינע וועש זענען פונקט אזוי שמוציג/נישט שמוציג ווי דער איד'ס
אז מיינע וועש שמעקן פונקט ווי זיינס
א שיעור אין אהבת ישראל!

ווי אזוי האט זיך עס גענדיגט ? מיטן אויפטוישן פייער און רייכערן צוזאמען די הייליגע הכנה לקבלת התורה ציגארעטל!





בנוגע לענינו...
איך וויל נישט מאריך זיין אויף וואס איז געווען. וואס איז געווען איז געווען.

איך וועל נאר זאגן אז יעדער איז זיך טועה אמאל, געוויסע דא האבן זיך טועה געווען מיטן חוסם זיין א ניק לעולם דוד אן קיין שום ווארענונג און איגנארירן זיינע מעסעזשעס און איך האב מיך טועה געווען מיטן זיך נישט רעכענען מיט די ליינער'ס געפילן און זיך אנטון די לבוש הקנאות הלא לו און שיקן די שארפע אומגערעכטע אימעילס פאר @אבימלך

חטאת עוויתי פשעתי איך בעט מחילה פון יעדעם און זיך מקבל לעתיד

''צוגעלייגט: סארקאזים, איך האב עס נישט געשיקט''

צום לעצט בין איך מחיוב הכרת הטוב פאר אלע וואס האבן געפייט מיין צוריקקער או דורש בשלומי געווען והנה רשימה חלקית @דרייטצעך @פרומע לבוש @אבנר בן-נר @ראטשילד @אויסגעהיילט @וואס עפעס? @אלטערנעסייד פארקינג און נאך

ובעיקר דארף איך דאנקן די געשמאקסטע און געריבענסטע ניק אויף אייוועלט וואס איז פיין א יודע לשאול... @את פתח לו
לעצט פארראכטן דורך חברונער אום זונטאג יוני 16, 2024 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
יוד
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

וואס הייסט?. קום אריין קלאר! מ'האט חוסם געווען דא אינעם מיינענדיג אז ער האט געאימעילט אבימלך. בשעת דו ביסט געווען דער?
יוד
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

בד"וו האסט געקענט מאכן אנדערע משלים מיין איך ארויסצוברענגען דיין פוינט. איך גלייב אבער אז כדי צו קענען מאכן דעם קעפל האסטו געדארפט מאכן דעם משל..
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

יוד האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:47 pm
בד"וו האסט געקענט מאכן אנדערע משלים מיין איך ארויסצוברענגען דיין פוינט. איך גלייב אבער אז כדי צו קענען מאכן דעם קעפל האסטו געדארפט מאכן דעם משל..
ס'יז אוודאי אן עכטע מעשה....

כ'קען קוים ווארטן ווען יענער איד קומט דא אריין מיט זיין זייט פון דער מעשה.....
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

אקעי... געווארן נאר מער צומישט...

סאו מהאט דיר אויסגעשפארט און לכבוד דעם האסטו אויסגעגעבן דיין כעס אויף אבימלך אנשטאטס אויף די הנהלה?!

אדער סאיז 2 אנדערע מעשיות אן קיין שייכות?!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
יוד
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:48 pm
יוד האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:47 pm
בד"וו האסט געקענט מאכן אנדערע משלים מיין איך ארויסצוברענגען דיין פוינט. איך גלייב אבער אז כדי צו קענען מאכן דעם קעפל האסטו געדארפט מאכן דעם משל..
ס'יז אוודאי אן עכטע מעשה....

כ'קען קוים ווארטן ווען יענער איד קומט דא אריין מיט זיין זייט פון דער מעשה.....
איך קען באמת נישט כאפן צו ער מיינט עס ערענצט. אדער שפולט סתם א געי"ם.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10593
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

גוט!

אינטערסאנט ווי איך האב אויך געשיקט דעם אימעיל צו אבימלך..
שוין שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד.. אפשר זעמיר יא גערעכט געווען..
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אקעי קאלערוואר אויסברעך... @אבימלך קום אריין...
...
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

איינער קען פליז מסבירן???
כ'בין טויט צומישט!!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

וואס א חסימה קען אלץ נישט אנברענגען...

#טריפער
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5527
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

וועלקאם בעק!

יאפ @את פתח לו האט געמאכט א גוטע ארבעט.
אבער איך וואלט אויך באדאנקט @לכאורה , ער איז א גוטע מענטש!
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4725
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

חסד השם האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:50 pm
אקעי... געווארן נאר מער צומישט...

סאו מהאט דיר אויסגעשפארט און לכבוד דעם האסטו אויסגעגעבן דיין כעס אויף אבימלך אנשטאטס אויף די הנהלה?!

אדער סאיז 2 אנדערע מעשיות אן קיין שייכות?!
נעווער מיינד...
נישט געכאפט סאיז סארקאסטיש.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4182
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מעין קאפ דרייט זיך
@אבימלך
איז דעיס וואר?!
חברונער
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

צוגעלייגט סארקאזים אלערט לאור געוויסע וואס האבן נישט געכאפט
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



חברונער
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 4:14 pm
וועלקאם בעק!

יאפ @את פתח לו האט געמאכט א גוטע ארבעט.
אבער איך וואלט אויך באדאנקט @לכאורה, ער איז א גוטע מענטש!
גערעכט איך דארף אים טאקע דאנקן, ער איז מיר גארנישט שולדיג און ער וואלט מיך געקענט האלטן פארמאכט און ער האט יא געפענט. יישר כח @לכאורה!!
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



קטורת הסמים
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:36 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קטורת הסמים »

שלום עליכם!!

וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן וואס מ'האט גערייכערט דארט ביים הייליגן הכנה, און צו ס'איז געשען בי מעיין אברהם אבינו אדער אין די לאקאלע מקוה?...
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

@קטורת הסמים שמך נאה לך ואתה נאה לשמך
חברונער
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:51 pm
גוט!

אינטערסאנט ווי איך האב אויך געשיקט דעם אימעיל צו אבימלך..
שוין שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד..
נבואה ניתנה ל...
אגב איך האב גארנישט געשיקט פאר אבימלך, דו האסט יא?
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:51 pm
אפשר זעמיר יא גערעכט געווען..
גערעכט געווען מיט וואס? דאס אז דו האסט זיך געפרייט אז מ'האט מיך אויסגעשפארט... און דיך איבערגעלאזט ?
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)



אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

ח++

בינעך נייגעריג וויפיל אידן האבן באקומען הויך בלוט פרעשור…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 4:14 pm
אבער איך וואלט אויך באדאנקט @לכאורה, ער איז א גוטע מענטש!
👌👌
@לכאורה איז א ריכטיגע עקזעמפעל פין א עוסק בצרכי ציבור באמונה,
ער וועט אלץ ארויסגיין פין וועג ציפרודענצושטלען סיי ווער.

ער טוט זיין ארבעט ביושר אן קיין שום עגאו, השם ישלם שכרו.
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:44 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 4:14 pm
אבער איך וואלט אויך באדאנקט @לכאורה, ער איז א גוטע מענטש!
👌👌
@לכאורה איז א ריכטיגע עקזעמפעל פין א עוסק בצרכי ציבור באמונה,
ער וועט אלץ ארויסגיין פין וועג ציפרודענצושטלען סיי ווער.

ער טוט זיין ארבעט ביושר אן קיין שום עגאו, השם ישלם שכרו.
גא"מ
א לייק איז נישט גענוג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

וועלקאם בעק !


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3777
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אהבת ישראל אין מקוה ----- חברונערס רעאקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ברענגס מיר ארויפ די שווערע געפילן ווען כ'האב אמאל זיך געטראפן אנגעטון יענעמס וועש אין מקוה... ווער נאך האט שוין אמאל געהאט אזא מעשה....
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”