בלאט 1פון 1

פונקען ווען מען טוט אויס די קליידער

געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2009 3:10 pm
דורך שוועמל
ווי באקאנט אז ווינטער ווען ס'יז קאלט שאפט זיך א רייבענישט צווישן וואלענע קליידער דורך די אטאמען ווי ניוטאן, עלעקטראן און פראטאן, די קעלט ברענגט אז איינס זאל שטייגן איבער די אנדערע און אלס רעזולטאט פילט מען אפט שאקס, אדער א רעאקציע פון קליינע פונקען וואס צינדן זיך אן אויף א רגע.
אפט מאל זעהט איר ווי די ציצית פעדימער צעשפרייטן זיך און קומען נישט אין בארירונג איינס מיטן צווייטן, אדער קלעבן זיי זיך אן צום וואנט. דאס אלעס איז א רעזולטאט פונעם שטארקן אטאמישן אפעקט וואס שאפט זיך דורך דער וועטער און אנדערע גורמים.


דעם פרייטיג צונאכטס איז פערצופעל איז געווען שטארק טונקל ווייל די האלל לעקטער איז געבליבן פארלאשן בטעות, האב איך באמערקט עטליכע אזוינע עלעקטריק פונקען ביים אויסטאן די ציצית, איז דאס א שאלה פון הבערה לגבי שבת?
לפי זכרוני איז דא פוסקים וואס האלטן אז אנצינדען א עלעקטריק - ווען ס'יז נישטא קיין פייער למשל פלארעסענט - איז נאר אסור אלס בונה וכדומה. אבער ווען ס'יז דא פייער למשל האלעג'ען לייטס איז יא אסור אלס הבערה.

געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2009 3:17 pm
דורך ראמני 08
דאכט זיך מיר איך האב געזען הארפענעס רעדן דערפון

געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2009 3:18 pm
דורך דאס בין איך
ווילסט בלייבן שלאפן מיט דיינע וועש שבת?

אויב איז עס א שאלה, איז עס נישט היינט געבוירן געווארן...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 5:26 am
דורך מאטעס
נניח אז עס איז א הבערה, אבער עס איז נישט קיין מלאכת מחשבת און אויכט נישט קיין פס"ר איז פשוט אז ס'איז מותר

געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 9:23 am
דורך שוועמל
און אפילו יא א פס"ק איז עס לא ניחא ליה ווייל מען כאפט שׁאָקס.

וואס טוט זיך אבער מיט די כיבוי חלק?
דארטן איז עס יא ניחא ליה

Re:

געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 11:22 am
דורך אפגעגאלט
שוועמל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 9:23 am
און אפילו יא א פס"ק איז עס לא ניחא ליה ווייל מען כאפט שׁאָקס.

וואס טוט זיך אבער מיט די כיבוי חלק?
דארטן איז עס יא ניחא ליה
דו מאכסט נישט קיין כיבוי

ס'האט פשוט לכתחלה נישט קיין כח צו ברענען לענגער

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: