ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ברוכים הבאים

עירלי וואוטינג פאר די פריימערי'ס האט זיך שוין אנגעפאנגען, די פריימערי'ס קומען פאר אום June 25.

די לאקאלע ניו יארק פארמעסטן וועט זיין זייער אינטערסאנט צו אבזערווירען, אויב עס וועט זיך מיטכאפן אין די רויטע שוואונג ווי די סטעיט פארט לעצטנ'ס אין די נאציאנאלע פארמעסטן.

ווי ס'האלט יעצט קאנטרעלירן די דעמאקראטן ביידע הייזער מיט א סופער מעדזשארעטי.

אין די סטעיט סענאט האבן די דעמאקראטן א אויבערהאנט פון 42 קעגן 21 פאר די רעפובליקאנער.

אין די אסעמבלי זענען די דעמאקראטן פאראויס מיט 102 קעגן 48 פאר די רעפובליקאנער.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

די סטעיט סענאט באשטייט פון 63 זיצן, 32 זיצן איז א מעדזשארעטי.

פאר יארן לאנג ביז 2018 האבן די רעפובליקאנער קאנטראלירט די סענאט, זינט דאן האט זיך די רעדל געגעבן א דריי, און די דעמאקראטן פארמאגן א סופער מעדזשארעטי פון 42 זיצן קעגן 21. כדי די רעפובליקאנער זאלן קענען געווינען די מעדזשארעטי דארפן זיי געווינען נאך 11 זיצן, וואס איז נישט גרינג, אבער ס'איז אויך נישט גענצליך אפגעפרעגט.

14 דיסטריקט'ס זענען קאנסידערט קאמפעטעטיוו, 10 דערפון ווערט יעצט באזיצט דורך דעמאקראטן, און 4 זענען יעצט באזיצט דורך רעפובליקאנער, די 6 נאענסטע פארמעסטן זענען יעצט דעמאקראטישע זיצן.

כדי די רעפובליקאנער זאלן געווינען קאנטראל דארפן זיי געווינען די אלע אויבענדערמאנטע נאענטע פארמעסטן, און בנוסף צו איין סורפרייז געווינס, אדער דאס אויך נישט צוליב וואס ר' שמחה פעלדער וועט קאוקעסען מיט די רעפובליקאנער. אויב קומט א רויטע וועיוו אין ניו יארק מיט טראמפ אויפן בעללאט אזויווי אנקעטעס ווייזן, קען מען עס זייער מעגליך באווייזן.

אינגאנצן אין 5 דיסטריקט'ס זענען בכלל דא דאס יאר פריימערי פארמעסטן, צוויי פון די זענען צוליב ארויסגייענדע מעמבער'ס.
כעלעמערחכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

עני היימישע דיסטריקטס?
דאס ערשטע איז א מקוה! און דערנאך...
קאפיטל: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ!
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:11 pm
עני היימישע דיסטריקטס?
קרית יואל איז א סווינג דיסטריק.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אינטערסאנטע פארמעסטן אין די סטעיט סענאט (העכערע טשעמבער)

דיסטריקט 4 - לאנג איילענד.

די ערשטע טערמין אינקאמבענט מאניקע מארטינעז (ד) גייט זיך דארפן פארמעסטן אין א היבש נאענטע פארמעסט קעגן טערעסע ברייענט (ר). מארטינעז האט אין 2022 גע'פליפט די זיץ פון די רעפובליקאנער.

דיסטריקט 6 - די דיסטריקט איז אין לאנג איילענד און נעמט אריין העמפסטעד.

צוליב וואס די אינקאמבענט קעווין טאמעס רעזיגנירט קומט יעצט פאר א אפענע פריימערי צווישן די דעמאקראטן. גלייך נאך וואס טאמעס האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע האט די אסעמבליפרוי טעילער דארלינג געמאלדן אז זי לויפט פאר די זיץ אין די העכערע טשעמבער, זי איז אינדארסירט געווארן דורך טאמעס. סייל ביינאו א נעסאו קאונטי לעגיסלאטור לויפט אויך פאר די זיץ. די דיסטריקט פלעגט זיין א סווינג דיסטריקט אבער זינט טאמעס האט געוואונען אין 2018 איז ער אין די פארגאנגענע צוויי פארמעסטן נאכאמאל ערוויילט געווארן מיט היבש באקוועמע מארדשען'ס, יעצט אז די זיץ ווערט ליידיג לייגן די רעפובליקאנער א אויג צו פליפן די זיץ, אבער עס וועט זיין גאר שווער, זינט די דיסטריקט האט געשיפט מער בלוי אין די לעצטערע יארן.

דיסטריקט 7 - די דיסטריקט איז אין לאנג איילענד און רעפרעזענטירט גרעיט נעק און די ארומיגע געגענטער.

די אינקאמבענט סטעיט סענאטער דזשעק מארטינס (ר) האט אין 2022 געפליפט און צוריקגעווינען זיין אלטע זיץ וואס ער האט רעפרעזענטירט ביז 2016, די זיץ סווינגט שוין פאר יארן לאנג צווישן דעמאקראטן און רעפובליקאנער, די דעמאקראטן האפן אז אין א פרעזידענטליכע אלעקשאן יאר וועט זיי זיין גרינגער דאס צו צוריקנעמען, אינעם דעמאקראטישן פריימערי פארמעסטן זיך קים קייזערמאן פרעזידענט פון די פארט וואשינגטאן דעמאקראטן און ברעד שווארץ. נאך וואס דזשאו לאפאזאן האט אויפגעגעבן זיין קאמפיין פאר די דריטע קאנגרעסיאנאלע פארמעסט אין ניו יארק, האט ער אויך געמאלדן אז ער לויפט פאר די זיץ, אבער ער האט זיך עווענטועל ארויסגעצויגן און אינדארסירט קייזערמאן.

דיסטריקט 17 - פלעגט זיין די היימישע בארא פארקער דיסטריקט פון ר' שמחה פעלדער, אבער זינט 2020 רעפרעזענטירט עס נאר די 3 עקן פון בארא פארק, ארומנעמענדיג בארא פארק פון 3 זייטן.

די ערשטע טערמין סענעטארשע איווען טשו (פון די כינעזע געמיינדע אין בענזענהערסט) האט אין 2022 גאר שמאל געווינען איבערן רעפובליקאנער מיט בלויז 500 שטומען. איר יעצטיגע רעפובליקאנער קעגנער איז סטעפען טשען (אויך א כינעזער). מיט די ערווארטעטע מאביליזאציע פונעם בארא פארק'ן ציבור מיט טראמפ אויפן בעלאט, קען מען ערווארטן א זיג פארן רעפובליקאנער.

דיסטריקט 18 - נעמט אריין רוב פון די היימישע וויליאמסבורג ביז פלאשינג עוועניו.

די לאנג יעריגע אינקאמבענט דזשוליע סאלאזאר (דעמאקראט סאוציאליסט) לויפט ווי אלע יארן אן קיין רעפובליקאנער קעגנער.

דיסטריקט 21 - רעפרעזענטירט א חלק פון פלעטבוש.

די אינקאמבענט קעווין פארקער (ד) לויפט ווי געווענדליך אן קיין רעפובליקאנער קעגנער.

דיסטריקט 22 - רעפרעזענטירט רוב פון די היימישע בארא פארק און פלעטבוש.

די לאנג-יעריגע אינקאמבענט ר' שמחה פעלדער לויפט אן קיין קעגנער סיי אלס דעמאקראט, און סיי אלס רעפובליקאנער, טראץ וואס פעלדער איז א דעמאקראט פלעגט ער קאוקעסן מיט די רעפובליקאנער אין זיינע ערשטע יארן ווען די רעפובליקאנער האבן קאנטראלירט די סענאט, נאך וואס די רעפובליקאנער האבן פארלוירן קאנטראל האט ער געוואלט צוריק ווערן אריינגענימען אין די דעמאקראטישע קאוקעס, אבער זיי האבן זיך אויס נקמה קעגנגעשטעלט, אין 2019 איז ער געווארן אריינגענומען אין די דעמאקראטישע קאוקעס. אינטערסאנט איז אז טראץ וואס פעלדער איז אפיציעל א דעמאקראט, האט ער אין 2022 באקומען בערך %75 פון זיינע שטומען אויף די רעפובליקאנער רייע אויפן בעלאט.

דיסטריקט 25 - רעפרעזענטירט בעדפארד סטייוועסענט און די ארומיגע געגענטער, אריינכערעכענט ניי-וויליאמסבורג ווי עס וואונען שוין היינט טויזענטער אידן.

די דיסריקט איז פאררעכענט צו זיין די מערסט דעמאקראטיש גענויגטע דיסטריקט אין די סטעיט, די אינקאמבענט דזשאבארי בריספארט (ד) לויפט אן קיין קעגנער.

דיסטריקט 38 - די דיסטריקט נעמט אריין די היימישע מאנסי והגלילות.

די פארמעסט גייט זיין א איבערשפיל פון די 2022 פארמעסט ווען די געוועזענע סטעיט סענאטער פון די דיסטריקט עלידזשע רייכלין-מעלניק (ד) לויפט קעגן די ערשט-טערמיניגע אינקאמבענט ביל וועבער (ר) מיט די האפענונג צוריקצוגעווינען זיין אלטע זיץ. מעלניק איז געווארן ערווייל פאר די זיץ אין 2020 אבער נאך איין טערמין האט ער פארלוירן די זיץ צו א רעפובליקאנער פליפ דורך וועבער, די דעמאקראטן האפן צו צוריקגעווינען די זיץ, אבער זיי ווייסן נישט אז די היימישע רויטע פאפולאציע אין מאנסי וואקסט ווי אויך הייוון, און זיי פארמאגן שוין לכאורה %20 מער וויילער ווי אין 2022.

דיסטריקט 39 - די דיסטריקט נעמט אריין א גרויס חלק פון ארענדזש קאונטי ארום קרית יואל.

רידיסטריקטינג אין 2022 האט צוגעלייגט די נייע דיסטריקט אין האדסען וועלי וואס אויף פאפיר וואלט עס געדארפט בעפארצוגן די דעמאקראטן, אבער אין מציאות האט די רעפובליקאנער ראב ראליסאן געווינען די זיץ. די דעמאקראטן האפן דאסמאל צו פליפן די זיץ, די מינארעטי לידער פון די דאטשעס קאונטי לעגיסלאטור יוועט וואלדעס סמיט לויפט פאר די זיץ אויפן דעמאקראטישן זייט.

דיסטריקט 40 - האדסען וועלי.

די אינקאמבענט פיטער הערקשעם לויפט פאר נאך א טערמין, הערקשעם דינט אויף די זיץ זינט 2019 ווען ער האט געפליפט די זיץ פון די רעפובליקאנער. די דיסטריקט איז קאנסידערט א דעמאקראטיש גענויגטע טאסאפ מיט א טשאנס פארן רעפובליקאנער גינע ערענע צו געווינען.

דיסטריקט 41 - האדסען וועלי.

אין 2022 האט מישעל הינטשי (ד) באזיגט די אינקאמבענט סוא סערינע (ר), דאס יאר פארמעסט זיך מישעל מיט פעטריק שיהאן (ר) אין א טאסאפ פארמעסט.

דיסטריקט 42 - די דיסטריקט רעפרעזענטירט א חלק פון די קעטסקילס, אריינגערעכענט די היימישע קרית יואל והגלילות.

די פארמעסט דאס יאר איז א איבערשפיל פון 2022 ווען די אינקאמבענט דזעימס סקאפיס (ד) לויפט קעגן דארי האול (ר). סקופיס האט אין 2022 באזיגט האול מיט בלויז 1400 שטומען, מאכענדיג די דיסטריקט פאר איינע פון די נאענסטע פארמעסטן, וואס איז שטארק אנגעוואונדן אינעם היימישן ציבור.

דיסטריקט 43 - אלבעני

די פארמעסט איז א רעפובליקאנער גענויגטע טאסאפ ווי עלווין געמבל (ד) לויפט קעגן די אינקאמבענט דזשעיק עשבי (ר).

דיסטריקט 46 - נעמט אריין אלבעני אמסטערדאם און ראטערדאם.

די לענגסט דינענדע סטעיט סענאטער ניעל ברעסלען (ד) רעטייערט, ברעסלען דינט שוין די סטעיט סענאט זינט 1997. נאך וואס ברעסלאן האט געמאלדן זיין רעטייערמענט האט די דעמאקראטישע פארטיי אינדערסירט די אסעמבליפרוי פעט פעה, אויפן רעפובליקאנער זייט לויפט טעד דענז.

דיסטריקט 48 - סירעקיוז.

די פארמעסט איז א הייסע טאסאפ ווי די אינקאמבענט רעיטשעל מעי (ד) לויפט פאר נאך א טערמין, אויפן רעפובליקאנער זייט פארמעסטן זיך צוויי קאנדידאטן.

דיסטריקט 50 - די דיסטריקט איז אין אפסטעיט און נעמט אריין די סירעקיוז סובערבס.

די אינקאמבענט דזשאן מעניען (ד) לויפט נישט פאר נאך א טערמין, נאר לויפט אנשטאט פאר די 22'סטע קאנגרעסיאנאלע זיץ, איבערלאזענדיג אפען די הייסע סווינג זיץ, מעניען האט אין 2022 געווינען די זיץ מיט בלויז 10 שטומען, דאס מאכענדיג פאר די נאענסטע פארמעסט אין די סטעיט. 2 דעמאקראטן פארמעסטן זיך אין די פריימערי קריס רייען און טאם דראם, אויפן רעפובליקאנער זייט קומט נישט פאר קיין פריימערי צוליב וואס די איינציגסטע קעגנער צו די קאנדידאט ניק פערא האט זיך ארויסגעצויגן פון די פארמעסט.

דיסטריקט 52 - אפסטעיט

מייק זיגלער (ר) פארמעסט זיך קעגן די אינקאמבענט ליע וועב (ד) אין א טאסאפ פארמעסט. וועב האט אין א גאר שמאלע פארמעסט אין 2022 געפלפט די ביז דאן רעפובליקאנער זיץ

דיסטריקט 56 - ראטשעסטער.

די פארמעסט וועט זיין א איבערשפיל פון 2022 ווען די אינקאמבענט דזשערעמי קאני (ד) שטייט אויס א פארמעסט דורך דזשים ברעדעראד (ר). די דיסטריקט איז א דעמאקראטיש גענויגטע טאסאפ.

דיסטריקט 63 - די דיסטריקט נעמט אריין א גרויס חלק פון באפעלא.

די זיץ איז ליידיג געווארן א חודש צוריק דערנאך וואס די געוועזענע אינקאמבענט און יעצטיגע קאנגרעסמאן טים קענעדי (ד) האט געוואונען די קאנגרעס פארמעסט אין די ספעציעלע אלעקשאן פאר די ליידיג געווארענע זיץ פון ברייען היגענס (ד) אין די 26סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט. יעצט אז די זיץ איז ליידיג האבן די רעפובליקאנער (וואס האסן שוין לאנג נישט ארויסגעשטעלט קיין קאנדידאט קעגן די אמטירענדע קענעדי) רעקרעטירט א געוועזענע סטעיט טרופער דזשעק מאורעטי וואס גייט זיך פארמעסטן קעגן אפריל בעסקין (ד).
אוועטאר
עצי היער
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

וואף!

@פאסט טרעגער קומט אריין קלאר!
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח פאסט טרעגער! אינעם אסעמבלי, ר' בנציון ווידער לויפט אלץ דעמאקראט אדער רעפאבליקען?
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ממה נפשך האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:15 pm
שכח פאסט טרעגער! אינעם אסעמבלי, ר' בנציון ווידער לויפט אלץ דעמאקראט אדער רעפאבליקען?
ער לויפט אלץ דעמאקראט. די אינקאמבענט רעפובליקען לויפט פאר ריעלעקשאן.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אינטערסאנטע פארמעסטן אין די סטעיט אסעמבלי - די אסעמלי מאפע איז פריש געפארבט געווארן פאר די יעצטיגע וואלן, אבער ס'איז כמעט אידענטיש צו די אלטע מאפע.

דיסטריקט 4 - לאנג איילענד

די ערשטע טערמין אינקאמבענט עסעמבלימאן עד פלאד (ר) האט אין 2022 באזיגט די לאנגיעריגע אינקאמבענט סטיווען ענגלברייט (ד), די דעמאקראטן האפן צו צוריקנעמען די זיץ. צוויי דעמאקראטן לויפן אין די פריימערי סקיילער דזשאנסאן און רעסעקע קעיסי.

דיסטריקט 10 - לאנג איילענד

די פארמעסט דאס יאר איז א איבערשפיל פון 2022 ווען די אינקאמבענט סטיוו סטערן (ד) שטייט אויס א נאנטע פארמעסט דורך עמיר סולטאן (ר), די דיסטריקט איז אביסל בלוי גענויגט.

דיסטריקט 11 לאנג איילענד

די אינקאמבענט קימבערלי דזשיען-פיער (ד) האט אין 2022 געווינען מיט 285 שטומען איבער איר רעפובליקאנער קעגנער, זי זיכט נישט נאך א טערמין. עס גייען זיך פארמעסטן קוואני אפעראו (ד) און דזשאוסעף קארדינעיל (ר) אין א נאענטע טאסאפ פארמעסט.

דיסטריקט 13 - לאנג איילענד

די אינקאמבענט טשארלעס לעווין (ד) שטייט אויס א פארמעסט דורך רוקע אנזעי (ר), די צוויי האבן זיך פארמאסטן אין 2022, די דיסטריקט איז א נאנטע דעמאקראטיש גענויגטע דיסטריקט.

דיסטריקט 16 - לאנג איילענד

די אינקאמבענט דזשינע סיליטי (ד) שטייט אויס א הייסע טאסאפ פארמעסט דורכן רעפובליקאנער וויבוטי דזשעי.

דיסטריקט 18 - לאנג איילענד

די אינקאמבענט אסעמבליפרוי טעילאר דארלינג (ד) לויפט פאר סטעיט סענאט, צוויי דעמאקראטן פארמעסטן זיך אין די פריימערי פאר איר זיץ, נאע באראס און ליסע ארטיז.

דיסטריקט 21 - לאנג איילענד

די אינקאמבענט ברייען קוראן (ר) האט אין 2022 באזיגט די דאן אינקאמבענט דשודי גריפען (ד) מיט 138 שטומען, דאס יאר פארמעסטן זיי זיך נאכאמאל אין א הייסע טאסאפ פארמעסט.

דיסטריקט 23 - קווינס

אין 2022 האט די אינקאמבענט סטעסי אמעטא (ד) באזיגט איר רעפובליקאנער קעגנער טאמעס סאליווען מיט 15 שטומען. דאס יאר פארמעסטן זיי זיך נאכאמאל אין א גאר הייסע טאסאפ פארמעסט.

דיסטריקט 26 - קווינס

די אינקאמבענט ענווערד בראנסטיין (ד) לויפט נאכאמאל אין א נאנטע פארמעסט קעגן זיין 2022 קעגנער ראבער ספערענזא (ר). די דיסטריקט איז דעמאקראטיש גענויגט.

דיסטריקט 35 - קווינס

די לאניעריגע אסעמבלימאן דזשערין אורבי (ד) האט געמאלדן אז ער רעזיגנערט, און האט אינדארסירט לארינדע הוקס פאר זיין זיץ. הירעם מאנסערעט לויפט אין די דעמאקראטישע פריימערי קעגן הוקס. מאנסערעט איז א געוועזענע סטעיט סענאטער וואס איז אין 2010 געווארן עקספעלד פון סענאט צוליב וואס ער איז געווארן אנגעקלאגט מיט אסאלט קלאגעס, עווענטוען איז ער געזיצן פאר 21 חדשים אין א פעדעראל פריזען פאר אנדערע קלאגעס. ער איז געלאפן קעגן אורבי אין די פארגאנגענע 2 פארמעסטן, אבער יעצט אז די בענקל איז ליידיג האט ער א טשאנס. די עיקר פארמעסט צווישן די צוויי איז איבער א קאסינא אין די דיסטריקט, הוקס שטיצט א קאסינא, און מאנסערעט איז דערקעגן.

דיסטריקט 37 - לאנג איילענד סיטי

א 3 שפיציגע דעמאקראטישע פריימערי קומט פאר, ווען צוויי דעמאקראטן לויפן קעגן די אמטירענדע דזשואן ארדילא (ד), ארדילע מיטשעט זיך מיט א קאנטערווערסיע וואס האט געפירט אסאך פון זיינע קאלעגעס צו רופן פאר זיין רעזיגנירונג אריינגערעכענט פון גאווערנאר האוקעל. די אינדערע קאנדידאטן זענען קלעיר וואלדעס וואס ווערט געשטיצט דורך AOC און די סאוציאליסטן, און דזשאהאנע קארמענא וואס ווערט געשטיצט דורך די קווינס דעמאקראטישע פארטיי.

דיסטריקט 40 - קווינס

די אינקאמבענט ראן קים (ד) האט אין 2022 קוים ארויסגעקוועטשט א זיג קעגן זיין רעפובליקאנער קעגנער, מיט בלויז 2 פוינט'ס. יעצט שטייט ער אויס א ערענסטע דעמאקראטישע פריימערי דורך ענדי טשען. אויפן רעפובליקאנער זייט לויפט קריסטאפער פיליפ ווענג.

דיסטריקט 41 - פלעטבוש - שיפשעד בעי

די בארא פארקער קאונסעלמאן ר' קלמן יעגער פארמעסט זיך אין די דעמאקראטישע פריימערי קעגן עדעם דוועק. די לאנגיעריגע אינקאמבענט העלענע וויינשטיין זיכט נישט נאך א טערמין, נאך איבער 30 יאר אויף די זיץ.

דיסטריקט 44 - די דיסטריקט נעמט אריין קליינע חלקים פון פלעטבוש און בארא פארק

די אינקאמבענט ראבערט קאראל (ד) איז ערווארטעט גרינג צו געווינען קעגן דזשאן בענעט (ר).

דיסטריקט 45 - פלעטבוש - האומקרעסט

מייקל נאווהאקאוו (ר) איז ערווארטעט גרינג צו געווינען קעגן זיין דעמאקראטישן קעגנער. מייקל איז א רוסישע איד (ליידער פריי) וואס איז געווארן די ערשטע מאל ערוויילט אין 2022.

דיסטריקט 46 - קאוני איילענד - סיגעיט

די אינקאמבענט אלעק ברוק-קראסני (ר) שטייט אויס א טאסאפ פארמעסט דורך קריס מעקרייט (ד). קראסני האט אין 2022 באזיגט די אינקאמבענט דעמאקראט.

דיסטריקט 47 - בענזענהורסט

די אינקאמבענט וויליאם קאלטאן (ד) שטייט אויס א פארמעסט דורך דעיוויד סעפיעשוויליי (ר). די דיסטריקט איז א נאנטע דעמאקראטיש גענויגטע דיסטריקט.

דיסטריקט 48 - בארא פארק

ר' שמחה אייכענשטיין (ד) לויפט אן קיין קעגנער.

דיסטריקט 49 - חלקים פון בארא פארק - בענזענהורסט

די רעפובליקאנער אסעמבלימאן לעסטער טשענג וואס האט אין 2022 באזיגט די אינקאמבענט דעמאקראט, לויפט דאס יאר אן קיין קעגנער.

דיסטריקט 50 - וויליאמסבורג

די אינקאמבענט עמילי געלעגער (ד) שטייט אויס א הייסע פריימערי פארמעסט. געלעגער שטיצט א פלאן דורך די DOT צו איבערמאכן מעקגינעס בולעווארד, אראפנעמען א לעין פון קאר'ס און מאכן אנשטאט א בייק לעין, די פלאן האט אויבגערופן אויפברויז ביי לאקאלע איינוואוינער וואס שטוצען ענעטיע סימפקינס (ד) וואס שטעלט זיך קלאר ארויס אקעגן די פלאן. נאך א קאנדידאט ענדרו באדיפארד (ד) לויפט אין די פריימערי. די רעפובליקאנער שטעלן נישט ארויס קיין קאנדידאט.

דיסטריקט 56 - נעמט אריין א חלק פון ניי וויליאמסבורג

א הייסע דעמאקראטישע פריימערי קומט פאר קעגן די אינקאמבענט סטעפעני זימערמאן (ד), דורך די DSA געשטיצטע קאנדידאט איען האנטלי.

דיסטריקט 57 - ניי וויליאמסבורג

די אינקאמבענט פארא סאפרענט פארעסט (ד) לויפט אן קיין קעגנער.

דיסאריקט 63 - סטעטן איילענד

די אינקאמבענט סעם פיראצאלא (ר) פארמעסט זיך קעגן מעטיו מאביליע (ד). די דיסטריקט איז א נאנטע רעפובליקאנער גענויגטע דיסטריקט.

דיסטריקט 90 - יאנקערס

די אינקאמבענט נעדער סעיע (ד) שטייט אויס א הייסע טאסאפ פארמעסט דורך דזשאן אייזעק (ר).

דיסטריקט 97 - מאנסי

די היימישע ראקלענד קאונטי לעגיסלאטור ר' אהרן בנציון ווידער פארמעסט זיך אין די דעמאקראטישע פריימערי קעגן אודסאן פרענקאויס. אויב ר' אהרן בנציון געווינט די פריימערי וועט ער זיך דארפן פארמעסטן אין נאוועמבער קעגן די אינקאמבענט רעפובליקאנער דזשאן מעקגאווען. די זיץ איז מייק לאולער'ס געוועזענע זיץ, שוין היינט א שטארק רויטע זיץ, אבער דאס מאל איז די היימישע עולם ערווארטעט צו שטומען פאר הרב ווידער

דיסטריקט 99 - קרית יואל

די אינקאמבענט קריסטאפער איטשעס (ד) האט אין 2022 באזיגט זיין רעפובליקאנער קעגנער מיט בלויז 9 שטומען. גאר א הייסע פארמעסט איז ערווארטעט דאס יאר צווישן איטשעס און טאמאס לעפאלע (ר). יעדע היימישע שטומע וועט ציילן.

דיסטריקט 106 - דאטשעס קאונטי

א נאנטע פארמעסט קומט פאר צווישן די אינקאמבענט דידי בערעט (ד) און איר קעגנער סטעפען קראקאווער (ר). די דיסטריקט איז דעמאקראטיש גענויגט.

דיסטריקט 113 - סאראטאגע ספרינגס

די אינקאמבענט קערי ווארנער (ד) שטייט אויס א נאענטע פארמעסט דורך דזשערעמי מאסינע (ר). די דיסטריקט איז דעמאקראטיש גענויגט.

דיסטריקט 142 - באפעלא

די אינקאמבענט פעטריק בורק (ד) שטייט אויס א נאנטע פארמעסט דורך מארק פריאר (ר). די דיסטריקט איז דעמאקראטיש גענויגט.

דיסטריקט 143 - באפעלא

די אינקאמבענט מאניקע וואלעס (ד) שטייט אויס א גאר נאנטע טאסאפ פארמעסט דורך פעטריק שולדזינסקי (ר).
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

לאמיר זעהן אויב די רעפובליקאנער האבן בכלל א טשאנס צו פליפן די אסעמבלי אין נאוועמבער, אויב אלעס גייט אין זייער דירעקציע.

די רעפובליקאנער דארפן געינען 28 זיצן צו באקומען די מאיאריטעט, ווי אויבענדערמאנט איז דא בערך 20 טאסאפ זיצן וואס די רעפובליקאנער האבן א ערענסטע טשאנס צו געווינען, ר' שמחה אייכענשטיין און ר' קלמן יעגער קען מען לכאורה רעכענען אז זיי וועלן קאוקעסען מיט די רעפובליקאנער אויב עס קומט דערצו האלט מען ביי 22, זענען די רעפובליקאנער שארט 6 זיצן. יעצט אין לאקאלע פארמעסטן איז זייער מעגליך אז פארטי ליינס זאל דראמאטיש שיפטן פון איין אלעקשאן צו די צווייטע (א שטייגער ווי די סיטי קאנסעל זיץ וואס די רעפובליקאנער האבן פאריאר געוואונען אין די טינקל בלויע די בראנקס) דאס קען ברענגן נאך סורפרייזעס.

ס'איז דא אבער געוויסע נאנטע פארמעסטן וואס כ'האב נישט געברענגט אויבן צוליב וואס איך קען נישט כאפן די דעמאגראפיקס פון די וויילער, לדוגמא אין אסעמבלי דיסטריקט 119 איז אין 2022 די דעמאקראט געלאפן אויף די קאנסערוואטיווע פארטיי טיקעט, דאס יאר לויפט די רעפובליקאנער אויף די קאנסערוואטיווע פארטיי טיקעט, אין 2022 האבן די קאנסערוואטיוון געשאנקן פארן דעמאקראט די געווינס, אויב וועלן זיי דאס מאל שטומען פארן רעפובליקאנער וואלט די רעפובליקאנער געווינען, אבער מ'דארף באמת וויסן וואס ס'גייט פאר דארטן. אפשר @שמואל וואכטנהיים וועט בעסער כאפן וואס ס'גייט פאר דארט.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פאסט טרעגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 7:34 pm
לאמיר זעהן אויב די רעפובליקאנער האבן בכלל א טשאנס צו פליפן די אסעמבלי אין נאוועמבער, אויב אלעס גייט אין זייער דירעקציע.
פליפן די אסעמבלי צו די רעפובליקאנער? איז אזא זאך בכלל מעגליך אין ניו יארק? סהערט זיך ווי א חלום.
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

די סענאט מעיארעטעט וואס דע רעפאליקאנע האבן געהאט איז געווען מיט 8 דעמ׳ס וואס האבן געקאקעסט מיט זיי אויב איך געדענק גוט
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
אוועטאר
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

למעשה! אלץ רעגיסטרירטער רעפובליקאנער האב איך פארוואס צו גיין שטימען אין די פריימעריס? @פאסט טרעגער @שמואל וואכטנהיים
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
מהודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:44 am
למעשה! אלץ רעגיסטרירטער רעפובליקאנער האב איך פארוואס צו גיין שטימען אין די פריימעריס? @פאסט טרעגער @שמואל וואכטנהיים
וועלעכע דיסטריקט וואוינט איר ?

מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:47 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:44 am
למעשה! אלץ רעגיסטרירטער רעפובליקאנער האב איך פארוואס צו גיין שטימען אין די פריימעריס? @פאסט טרעגער @שמואל וואכטנהיים
וועלעכע דיסטריקט וואוינט איר ?
וויליאמסבורג 50-18
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:52 am
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:47 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:44 am
למעשה! אלץ רעגיסטרירטער רעפובליקאנער האב איך פארוואס צו גיין שטימען אין די פריימעריס? @פאסט טרעגער @שמואל וואכטנהיים
וועלעכע דיסטריקט וואוינט איר ?
וויליאמסבורג 50-18
האסט נישט אויף וואס צו שטומען!

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 2:04 am
פאסט טרעגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 7:34 pm
לאמיר זעהן אויב די רעפובליקאנער האבן בכלל א טשאנס צו פליפן די אסעמבלי אין נאוועמבער, אויב אלעס גייט אין זייער דירעקציע.
פליפן די אסעמבלי צו די רעפובליקאנער? איז אזא זאך בכלל מעגליך אין ניו יארק? סהערט זיך ווי א חלום.
כ'רעד דאך בעסט קעיסענעריא, ווען אלעס גייט אין זייער דירעקציע!

ס'הערט זיך ווי א חלום! אבער אין פאקט האבן זיי ערענסטע טשאנסן צו קומען גאר נאענט, זינט בערך 20 פארמעסטן זענען טאסאפ'ס.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

2 אידן 3 מיינונגען! האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 2:31 am
די סענאט מעיארעטעט וואס דע רעפאליקאנע האבן געהאט איז געווען מיט 8 דעמ׳ס וואס האבן געקאקעסט מיט זיי אויב איך געדענק גוט
ריגטיג, די IDC אינדעפענדענט דעמאקראטישע קאוקעס. אבער ביז 2014 האבן זיי געהאט די מעיאריטאט אן דעם אויכעט.
מהודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:47 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:52 am
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:47 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:44 am
למעשה! אלץ רעגיסטרירטער רעפובליקאנער האב איך פארוואס צו גיין שטימען אין די פריימעריס? @פאסט טרעגער @שמואל וואכטנהיים
וועלעכע דיסטריקט וואוינט איר ?
וויליאמסבורג 50-18
האסט נישט אויף וואס צו שטומען!
נישט דא אפילו איין רפובליקאנער וואס לויפט אין וויליאמסבורג?
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:52 am
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:47 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:44 am
למעשה! אלץ רעגיסטרירטער רעפובליקאנער האב איך פארוואס צו גיין שטימען אין די פריימעריס? @פאסט טרעגער @שמואל וואכטנהיים
וועלעכע דיסטריקט וואוינט איר ?
וויליאמסבורג 50-18
זעה וואס @וויכטיג מאכער האט דא געשריבן
viewtopic.php?p=5177160#p5177160
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 12:18 pm
פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:47 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:52 am
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:47 am
שעטנז האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 10:44 am
למעשה! אלץ רעגיסטרירטער רעפובליקאנער האב איך פארוואס צו גיין שטימען אין די פריימעריס? @פאסט טרעגער @שמואל וואכטנהיים
וועלעכע דיסטריקט וואוינט איר ?
וויליאמסבורג 50-18
האסט נישט אויף וואס צו שטומען!
נישט דא אפילו איין רפובליקאנער וואס לויפט אין וויליאמסבורג?
נישט אין די פריימערי! אין ניו יארק מאכט מען שוין היינט נישט קיין פריימערי'ס ווען בלויז איין קאנדידאט פון די פארטיי לויפט. מ'האט אין אנדערע ווערטער אוועקגענומען די רייט אין אפציע!

אין די דזשענעראל אלעקשאן וועסטו קענען שטומען פאר עטליכע רעפובליקאנער ווי פאלגענד:

פרעזידענט: דאנאלד טראמפ (ר) קעגן דזשאו ביידן (ד).

סענאט: מייק סעפריקאני (ר) קעגן קירסטען דזשיליברענד (ד).

קאנגרעס: וויליאם קרעגלער (ר) קעגן נידיע וואלעסקאז (ד).

דערנאך וועט זיין א בעלאט מעזשער צוצולייגן צו די ניו יארק קאנסטיטוציע רעכטן פאר יקנה''ז עבארציע וכד'ו, וואס אבוויעסלי די רעפובליקאנער זענען דערקעגן און די דעמאקראטן זענען אין שטיצע.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ניו יארק האט טאקע נישט קיין סקאט פרעסלער, אבער אין לאקאלע געגענטער איז אייביג דא גרעסרוט אקטיוועטעטן אויף א קליינע פארנעם וואס איז אינטערסאנט צו כאפן א בליק דערויף.

לאמיר ברענגן די וויילער רעגיסטראציע נומבערס אין ניו יארק סטעיט, וויאזוי עס האט זיך געטוישט זינט 2022 און 2020, און זעהן אויב דאס קען אנדייטן אויף געוויסע שיפט'ס לטובת א געוויסע זייט אין די בעפארשטייענדע אלעקשענ'ס.

מ'וועט גיין קאונטי ביי קאונטי, קודם ניו יארק סיטי, דערנאך די אנדערע קאונטי'ס לפי סדר הא''ב.

לאמיר אנהייבן מיט קינגס קאונטי - די היימישע ברוקלין

2020

דעמאקראטן: 1,172,316

רעפובליקאנער: 137,316

2022

דעמאקראטן: 1,142,754

רעפובליקאנער: 137,779

2024

דעמאקראטן: 1,125,891

רעפובליקאנער: 141,942

די דעמאקראטן האבן פארלוירן זינט 2020: 46,836 רעגיסטרירטע וויילער בעת וואס די רעפובליקאנער האבן צובאקומען: 4,626 רעגיסטרירטע וויילער, דאס איז א נעט געין פון 51,489 לטובת די רעפובליקאנער

רוב רעפובליקאנער אין ברוקלין זענען רעגיסטרירט אלץ דעמאקראטן, אבער מיט דעם אלעם איז דא א קליינע קאנסיסטענט שיפט לטובת די רעפובליקאנער.

פאסט טרעגער האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 6:10 pm

בכדי צו לאזן די אשכול פאר די סענאט און אסעמבלי פארמעסט, האמיר גע'עפענט א באזינדער אשכול פאר די רעגיסטראציע נומבער'ס viewtopic.php?p=5184935#p5184935
אוועטאר
קאנגרעסמאן
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנגרעסמאן »

עלעקשאן דעי: אויב זענט איר רעגעסטרירט גייט ארויס שטימען!
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!

@American Dream, די בעסטע זאך פאר טראמפ'ס ווידערוויילונג איז אז בענאן גייט אין תפיסה פאר עטליכע חדשים
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ניו יארק סטעיט סענאט און אסעמבלי פארמעסט - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

די פאולס פארמאכן זיך אין 15 מינוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”