אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

ר' משולם, א דריי און פערציג יעריגע איד, זיצט זיך רואיג ביי אים אינדערהיים. ער האלט נאך א שווערע טאג ארבעט, און יעצט אין די ביינאכט שטונדן טרעפט ער אביסל צייט זיך אפצורוען אויפן ווייעכן לעדערנעם סאפע וועלכע איז - שוין פאר די לעצטע זיבעצן יאר - סטאנציאנירט אויפן דרום זייט פון זיין דיינינג רום, און דינט אים ערליך אין אנגעצויגענע און פרייליכע זמנים צוגלייך.

ער זיפט פון א קאלטן גלאז וואסער מיט א רואיגקייט, נישט שוינענדיג זיינע ארומיגע וועלכע געניסן פון א פעסטן רעש ביי יעדן זיפ זיינע עקסטער. איין מינוט ליינט ער א צייטונג פון צוויי וואכן צוריק - וועלכע ליגט פונקט יעצט אין זיין געגנטווארג, און די נעקסטע מינוט קלאצט ער סתם אזוי אויפן וואנט און אויף די מאלעריי וועלכע הענגט אויף איר.

זיינע מחשבות לויפן, און ער לויפט זיי ניטאמאל נאך. ווי נישט ווי קאסט עס שווערע כוחות צוריקצוקומען צו די כוחות, נאכדערצו נאך אזא שווערן טאג. זיינע אויגן פארן געמיטלעך פון איין וואנט צום צווייטן, פון דארטן צום דאך, און פון דארטן צום אלטן הילצערנעם פאדלאגע - וועלכע האלט זיך נישט צוריק פון ארויסלאזן געוואלדעס בכל פעם ווען איינער טרעט אויף אירע געהירן.

אבער דאן האט דאס שרעקעדיגסטע פאסירט. עפעס אויף וואס ער האט זיך לגמרי נישט געראכטן. עפעס וואס האט תיכף פארכאפט זיין צייטווייליגע וואקאציע, און איר געטוישט צו א שרעקעדיגע חלום.

-

מענדי איז אלץ געווען א מאכער. פון קינדווייז אן ווייזט ער ארויס קלארע צייכענעס פון א געניטן עסקן. פארשטייט זיך אז נישט אנדערש איז יעצט - ווען מענדי לערנט אין ישיבה קטנה. יעדע פארטאגס ווען מענדי קומט אן אין ישיבה אריין, לויפט ער באלד צו צום קעסטל - פרישע, נארוואס געבאקענע - ברויט, ער הייבט דאס אויף נישט ארויסווייזנדיג קיין שום צייכן פון שוועריקייט, און לויפט ארויף מיט דעם קעסטל אין די האנט אין חדר אוכל אריין און ער לייגט עס דארט אראפ אויפן ספעציעל דעזיגנירטן טיש.

די דאזיגע קילע דינסטאג פארטאגס איז טאקע נישט אנדערש געווען. מענדי איז אויפגעשטאנען באצייטנס - נו אוודאי, ער האט דאך א דשאב צו ערלעדיגן. מיט אימפעט איז ער געלאפן אין ישיבה אריין, א כאפ געטון דאס קעסטל ברויט, און אנגעהויבן ארויפמארשירן די בלויע אייזערנע שטיגן וועלכע פירן צום שטאק וואו עס געפינט זיך דער חדר אוכל.

ער איז פיין אויסגעמוטשעט פון שלעפן אזא שווערן לאסט ארויף אזויפיל שטיגן, אבער ווילאנג אנדערע בחורים קוקן וועט ער אפילו א דריטל קרעכץ נישט פארלאזן. מענדי איז שוין אויפן שטאק פונעם לאנטש רום, ווען פלוצלינג דערגרייכן צו זיינע אומשולדיגע אויערן קוויטשענדע קולות וברקים. ער קומט אריין אין חדר אוכל מיט ברייט-צעעפנטע אויגן, און… שאק! נאר נישט דאס!

-

מעכי האלט שוין א גוטע דריי אהאלב וואכן נאך די חתונה. ער האט זיך מסדר געווען אין כולל, און ער שפירט זיך ווי א טריליאנער אלס אינגערמאן. אלס בחור איז ער געווען מער צו די שטילערע זייט, אבער איינמאל ער איז א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת, האט זיך זיין לעבן געטוישט. אצינד איז ער א פרייליכע און גוט-אויפגעלייגטע מעכי.

דער שטאלצער אינגערמאן שפאצירט אהיים שבת ביינאכט פון זיין שווער - וואו ער האט געגעסן די סעודה, און אפגעפראוועט מיט זמירות שירות ותשבחות פאר עטליכע לאנגע שעה נאכאנאנד. ס'איז שוין היפש שפעט אריין אין דער נאכט, די גאסן זענען שוין מער ווייניגער ליידיג, אבער ער שפאצירט אהיים דאגה'לאז, געניסנדיג פון די געשמאקע ווינטל וועלכע איז געקומען זיין וועג.

ער האט זיך אויף א מינוט אפגעשטעלט ביים קאנסטראקשן סייט, כאפן א בליק איבער די לעצטיגע אנטוויקלונגען ביים שכן - ער דארף דאך האבן וואס צו פארציילן מארגן צופרי האלטנדיג די קאווע אין די האנט, אבער פלוצלינג האט מעכי'ס הארץ פארפעלט א קלאפ. ער מיט זיין ווייב אינאיינעם האבן געכאפט אזא מין ציטער, אזש א געפילדער האט זיך געהערט אויף די גאנצע גאס, און א מעכטיגע ווידער-קול אויף די גאסן ארום.

-

ס'וועט דיר גארנישט העלפן די געשרייען און געוואלדעס; די נאטור פון משולם, מענדי, מעכי און יעדע מענטש איז, פחד פון א מייזל.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10403
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

זייער א זיסע טוויסט!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2835
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

נייע סטייל אויף אייוועלט דאס...

כאפטס אריין פאר די מנהל לייגט צו די ווארט 'משל'
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4409
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פיינע נייעס... דא אין וויליאמסבורג לעבן מיר עס מיט טעגליך...

אבער אויב מיינסטו א מייז איז עקלדיג, דאן קום קיין וויליאמסבורג אויף א באזיך, און שרייב דיינע געפילן נאכן טרעטן אויף א זיסע ווייכע ראט... מען פילט אזא גליטשיגע זאך אינטער די שיך.

פראביר עס אויס.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

פיין!
דאך באקאנט אז די גאנצע שטעטל האט מורה פון א מייז.
מי השילוח
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:50 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי השילוח »

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15891
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יו קומט דאס גוט אריין דאהי
בייק האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:42 am
ווווווועעעעעךךךךךך!!!!
יקל פעדער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:58 am
פיין!
דאך באקאנט אז די גאנצע שטעטל האט מורה פון א מייז.
ביינוז פלעגט ס’ווערטל גיין אזוי;

גאנץ סאטמאר האט מורא פון א מייז, פארוואס?
ווייל יעדער האט מורא פון ר’ ליפא פריעדמאן,
ר’ ליפא האט מורא פון זיין בני בית,
און מרת פריעדמאן ציטערט פון א מייזל...
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

די רבנים פלעגן אייביג שרייען קעגן טעכנאלאגיע. אינטערנעט איז טמא, און א קאמפיוטער ארבעט דורך אינטערנעט, און די קאמפיוטער ארבעט דורך א מייזל..

ריק נאך אסאך דיין מייזל צו די עפענען נייע אשכולות קנעפל.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

האסט מיר געהאלטן מיט א קורצע אטעם פאר א רגע
דברי חכמים כדרבונות
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:50 pm
יו קומט דאס גוט אריין דאהי
בייק האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:42 am
ווווווועעעעעךךךךךך!!!!
יקל פעדער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:58 am
פיין!
דאך באקאנט אז די גאנצע שטעטל האט מורה פון א מייז.
ביינוז פלעגט ס’ווערטל גיין אזוי;

גאנץ סאטמאר האט מורא פון א מייז, פארוואס?
ווייל יעדער האט מורא פון ר’ ליפא פריעדמאן,
ר’ ליפא האט מורא פון זיין בני בית,
און מרת פריעדמאן ציטערט פון א מייזל...
יא יא. דאס האט מען געמיינט.
ווי אזוי זאגט נאר יענער ? ער האט געלייגט א בילד פון רבי ישעי'לע אויף זיין קאמפיוטער און זיין מייזל איז געשטארבן.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

יוי האסטו מיר מחיה געווען!!!
טענקס! קיפ איט אפ!!!
ווייטאג האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:11 pm
א מאן איז שכל . פינטל. א פרוי איז געפיל. פינטל.
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

דעי @שוואכער קומט אלעמאל אריין מיט א קוריאזער אינטער טיר...

"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Very good!!

מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

נישט געוויסט ער קען דאס אויך.... איך קוק שוין ארויס וואטס נעקסט
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

מאזל טוב !
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

ביסט גוט די @שוואכער !!!
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

פיין פיין
זייער זיס
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: אומגעראכטענע שרעקווארפנדע סצענע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

עכט היימיש האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:21 am
פיינע נייעס... דא אין וויליאמסבורג לעבן מיר עס מיט טעגליך...

אבער אויב מיינסטו א מייז איז עקלדיג, דאן קום קיין וויליאמסבורג אויף א באזיך, און שרייב דיינע געפילן נאכן טרעטן אויף א זיסע ווייכע ראט... מען פילט אזא גליטשיגע זאך אינטער די שיך.

פראביר עס אויס.
איך האלט זאלסט אנפאנגען צו גיבן קלעסעס ווי קיוט די ראטן זענען... הער אויס עס איז עניוועי דא און עס קוקט נישט אויס ווי מ'גיימער פטור ווערן עניטיים סאאן סאו מיען ווייל ענדשוי עס, עס איז א קאוזי חי'לע וכו' קענסט מאכן אסאך געלד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”