איז דא א הונגער אין עזה?
אזוי גאר! האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 17, 2024 7:06 amדער "יו-ען אפיס פאר דער קאארדינאציע פון הומאניטאריע ענינים אין די אקופירטע פאלעסטינער טעריטאריע" פארעפנטלעכט א באריכט: מען קען נישט באשטעטיגען אז עס איז דא א הונגער אין עזה.
דער באריכט פארעפנטלעכט 6.8.24 אין נאמען פון אן אפיציעלער קאמיטעט וואס איז באשטימט געווארן צו נאכקוקען צי עס איז פאראן א הונגער אין עזה (נאך די "גרויסע זארגן" אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע) האט געזאגט: קיין באווייזן איז נישט געפונען געווארן אז עס איז דא א הונגער אין עזה און דערפאר קען עס נישט ווערן באשטעטיקט אז עס איז דא א הונגער אין עזה.
די וועג וויאזוי די מסקנות זענען פארשפרייט געווארן ווייזט אז די מחברים פונעם באריכט זענען טאקע געווען "אומאנגענעם" אז דאס זענען די מסקנות וואס זיי האבן דערגרייכט, און זיי האבן זיך מטריח געווען צו צו לייגן אז דאס מיינט נישט אז די מצב איז נישט שווער אין עזה אד"ג. אבער די מסקנה פון די באריכט זאגט אז די מחברים פון דעם באריכט קענען נישט באשטעטיגען אז עס איז דא א הונגער. און דאס איז דער באאמטער וואס איז געשטעלט צו באשטימען אינטערנאציאנאלע סטאנדארטן אין די פעלד פון הונגער.
וואס איז נאך מער טשיקאווע דא, איז די היפאקריטישע מידיא שטילקייט אין מדנ"י און אין אויסלאנד, איין ביישפיל איז די לינקע "הארץ" צייטונג וואס האט שוין ארויסגעגעבן מער ווי 12 ארטיקלען וועגן די אזוי גערופענע "הונגער" אין עזה זייט חודש מערץ, די לעצטע איז געווען דריי טעג צוריק, (נאך די מעלדונג פון דעם באריכט). די צייטונג הארץ פארפעלט נישט צו באריכטן פון אלע IPC באריכטן, אבער דאס מאל ווען די מסקנא שטימט זיך נישט מיט דער צייטונג'ס ליניע, וועלט זי אויס צו איגנארירן דעם באריכט, לכל הפחות לויט די גוגל זוך רעזולטאטן וואס יעדער קען זוכן.
#פעלקער מארד
#באפריי עזה
#פונעם טויט ביזען הינגער
היות אז אין יענע אשכול קען מען נישט זיך דורך שמועסן, עפן איך א אשכול וואס וועט ארום רעדן פון די נושא.