פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:40 pm
די גאנצע אשכול איז געבויט אויף שקר. ״אלע תנאים ואמוראים האבן געטון פאר פרנסה״ שקר! אפשר קענסטו מיר זאגן פון ווי דו נעמסט עס. לאמיר אנהויבן: התנא האלוקי רשב״י, בנו ר׳ אלעזר, ר׳ עקיבא, ר׳ מאיר, ר׳ יודא בן אילעי, ר׳ יוסי, ר׳ חנינא בן דוסא. אפשר קענסטו מיר ברענגן א מקור. אמת אז מען טרעפט אז זיי האבן געהאט נכסים, ווייל אזוי האט מען אמאל געלעבט. נישט געווען קיין גראסערי ווי צו קויפן. מען האט געגעסן וואס עס איז געוואקסן אין פעלד. אמת עס זענען געווען אזוינע וואס האבן יא געטון, אבער צו זאגן ״אלע״ איז א שקר מוחלט.
פון וואו זאל ער וויסן? ער איז דאך נישט געגאנגען אין כולל, ניטאמאל ווייסט ער וואס א אשכול מיינט...
צייט איז ווערדפול
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 3:29 pm
לאקאציע:גלות

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט איז ווערדפול »

איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm
די מושג פון א כולל איז א רעלאטיוו אינגע זאך.

וואס האט אבער פאסירט פון דא און ווייטער, רייסט באמת ביים הארץ.

ס'איז געווארן אזא נידעריגע מאדע, אז א יעדע אזוי גערופענע נארמאלע עוורעדזש אינגערמאן ברויך גיין אין כולל פאר אזא צוויי דרייַ יאהר מינומים,
יעצט אמת אז ס'איז דא א פראצענט אינגעלייט, וואס מען קען זיך ווירקליך אויסדריקן אויף זיי אז זיי זענען תורתם אומנתם.
אבער לאמיר זיך נישט פאפן, רוב עולם איז נישט דעיס!
נאר וואס דען?
זיצן זיך אין עיר התורה וויליאמסבורג צענדליגע ליידיגע זעק מיט שלייקעס אויף זייערע גראבע באכער, מיט אפאר טאלער און די זייט שטייטצעך,
און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי קענען צולייגן צו זייער ליסט פון תוואת, אנ'יידעם א בן תורה.
דא קומט אבער די גרויסע פראבלעם, ער וויל דאך נישט קיין איידעם וואס זאל נישט פארשטיין צו זיינע בארביקיוס.
האט מען געטראפן א לעזונג!

מען האט איינגעפלאנצט א נייע מין סארט געוויקס פון א אינגערמאן, וואס רופט זיך א תורה וגדולה אינגערמאן,
וואס באמת איז דאס אזא געבארגטע ווארט,
ווייל אמאל האט תורה וגדולה געמיינט איינער וואס איז א תלמיד חכם און א עושר,
היינט מיינט תורה, אז ער האט געלערנט אין א פריוואטע ישיבה ווי יעדער בראשט די פיאות צו די שטערן ווי ווינדא שעידס, און אז ער ווייסט וועמענס זוהן ר' יאשע בער סאלאווייטשיק איז געווען.
(פארשטייט זיך ער רופט עס אן סאלאוועיטשיק)
ווי אויך מיז ער האלטן אויף אפאר שטיקלעך ויואל משה אז ס'איז זייער דחוק אין פסוק. ודי.
און גדולה מיינט, אז ער פארט דריי מאל א יאהר אויף וואקאציע, זיצט אויסגעלייגט אויף די ביטשעס א דריי פערטל יאהר,
כאטשיג ער האט נאר די אויסגעדראשענע 6,000 דאלער וואס זיין ווייב האט אריין געברענגט פון פאר די חתונה.
און פארשטייט זיך אז ער ער גייט אויך מיט א שיינע אויסגעביגלטע רעקל.
איך האב זייער זייער ליב דעי אינגערמאן, אבער צו אלע צרות פארוואס אין די וועלט ברויך ער זיצן אין כולל?

בשעת וואס זיין ווייב רייסט זיך יעדן טאג ארויס, צו גיין ארבעטן, אלעס פאר איר חשובע מאן, וואס הארעוועט אויף תורה,
פאפט ער ביז 10:30, גייט שנעל פאנטשן אין כולל,
זעצט זיך אריין אינעם הייסן בור, גייט נאך פאר א ציגארעטל אין א קאפי פאר די מוחין, און דאווענט ביי די דעילי קאמאן קאור מנין,
קומט אן אין כולל 12:15 כאפט א שמועס און גראדע אויך א שטיקל לערן מיט א פרישטאג אינדערמיט.

רבש"ע וואס אין די וועלט זיכט דער עלעמענט אין כולל?

ער גייט צו יעדע אינטעראעימענט וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל,
דרייט זיך ארום ביי יעדן דורשו סיום און ביי יעדע ביזנעס עקספא, ווי א גאנצע מחותן, ווייל ער האט באקומען פון זיין שוואגער 5 פרי טיקעטס,

און זיין שווער וואס האט נישט קיין השגה וואס דאס ווארט בבלי באדייט, טוהט זיך נאך אויף וואספארא חשובע בן תורה ער פארמאגט אין זיין באזיץ,
א בן תורה איז ער? ער איז א בן שטרוי זאק!



זאג שוין לכוללנו די,

און די אינגערמאן פון כולל ארויס גיי,

פארן ליידיג גיין זאג שוין ביי,

אז נישט וועסטו נאך אויסקוקן ווי זיי.........

הצלחה
קודם בארואיג דיך, און שריי נישט, מיין אויער טוט וויי,
די ערשטע קשיא וואס איך האב איז אויף וועם "רעגסטו דיך"?

אויף דיין איידעם אדער אויף דיך אליין, אויב איידעם זאג אים ער קען גיין ארבעטן און אויב אויף דיר אליין גיי ארבעט! און אויב אויפן עבר, איז מאי דהוה הוא מכאן ואילך חושבנא!

צום עיקר פראבלעם בין איך אויך מודה ווייל ליידער גאר אסאך פוסטעוון אפ די צייט און פארקערט גאר די שווער הייסט לערנען און נאר וועגן דעם האט מען געטוהן די שידוך און און ער טאנצט פון די הויט און ער טאר גארנישט טוהן און בטילה מביא לידי שגעון און נאך זאכן

פון די אנדערע זייט איז די פראבלעם גארנישט מיט כוללים סאיז מיט פארוואס מוז איך גיין מיט א שטאפן היט און אדער א פלאטשיגס?

ווייסט פארוואס ווייל טוה דיך אהן א אנדערע היט און קוק ווואסערע קולות עס גייט גיין, דער יונגערמאן האט פייגליך און קאפ עפעס איז ראנג דארט איי פארוואס ער וויל פלען האבן א אנדערע היט ניין עפעס איז נישט מסודר מיט אים קענסט נישט זיין צופרידן מיט דע היט?

אבער א "טעבלעט" מעג ער האבן ווייל ער דארף עס לצורך פרנסה (מיט ivelt מיט Yiddish 24 מיט... מיט...)

און דאס מיט אלעס אז מען דארף נאכטאנצן יענעם משוגעתן און מיט גיין מיטן ווינט און עס איז א גרויסע ווייטאג און די עצה איז צו טאקע האבן יעדם און בודעם און טוהן וואס דער אייבערשטער וויל און נישט וואס די גרויסע מויל מאכער וועט זאגן

אבער פון די אנדערע זייט זעמער ערליכע אידן און נישט יעדער איינער קען אפי' ארבעטן ( צא ובדוק) און אויב טרעפט מען נישט קיין זשאב וואס זאל מען טוהן זאל ער שוין בעסער פוסטעוון און כולל ווי אויפן גאס

ועוד אפי' אם תמצא לומר אז מען איז נישט געמאכט פאר כולל זאל מען כאטשיג אביסל זיין דארט אביסל לערנען שאדט נישט

די פראבלעם איז נאר אז די ווייבלעך רייסן זיך ארויס פון בעט צו ברענגן געלט און שטוב דאס איז א אמת עולה! ווען די מאן שטופט און כולל

יוצא געווען מיין חלק
ר' איד הער מיך גוט אויס:
די טראכטסט פון דיר, און דיין חבר/שותף/קינד/ ווייבטראכט פון זיך....פינטל .
געלאסענע איילבירט
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 8:02 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלאסענע איילבירט »

איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm
די מושג פון א כולל איז א רעלאטיוו אינגע זאך.
אז מען כאפט א בליק אין די גמרא, זעט מען אז אלע תנאים ואמוראים האבן געטון השתדלות צו ברענגען ברויט אויפן טיש,
כאטשיג מיר האבן נישט דאס מינדעסטע השגה אין א תנא אדער אמורא, דאך קען מען זעהן וואס די סדר איז געווען אפילו ביי זיי. פארשטייט זיך אז זיי האבן געלערנט פיל מער שעות ווי סיי וואספארא כולל אינגערמאן הײנט צו טאָגס, אבער דאך זענען זיי געווען דער וואס האט געשפייזט דאס געזינדל אונדערהיים,
אז א פרוי זאל ארבייטן, נישט געווען אזא מציאות בכלל.
פאר א סיבה האט דער אייבישטער געגעבן א קללה פאר אדם הראשון בזעת אפיך תאכל לחם און פאר חוה בעצב תלדו בנים, פארוואס האט נישט חוה באקומען די זעלבע קללה ווי אדם'ן? אלא מאי ווייל די וועלט האט א סדר, די מאן ארבעט, און די פרוי ברענגט קינדער אויף די וועלט, און ציעט זיי אויף.
( דרך אגב פרויען זענען בכלל נישט ארויס געגאנגען פון דערהיים און יענע צייטן)
אזוי אויך אין אלע דורות האט מען געוויסט, אז דער מאן איז דער וואס ברענגט פרנסה אינדערהיים, און די בני בית גיבט זיך אפ מיט די קינדערליך.
חוץ א רב וואס האט באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון די קהילה, האט געקענט זיצן און לערנען.

די ערשטע כולל אין די וועלט איז געווען כולל חבת ירושלים, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א קבוצה פוילישע אידן בני עליה אין ירושלים, וואס האבן געוואלט מקדיש זיין זייער גאנצע לעבן פאר די תורה,
און זיי זענען אויסגעהאלטן געווארן דורך די נדבות פון די פוילישע אידן.

א שטיק צייט נאכדעם איז נאכגעקומען די זעלבע זאך פאר די אונגערישע אידן מיט'ן נאמען כולל שומרי החומות.
און ביידע שטייען נאך היינט אויפן זעלבן ארט אין אלט שטאט ירושלים עיר הקודש.
פון דארטן און ווייטער, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן די מושג פון א מסגרת פאר אידן בני עליה וואס ווילן זיך מקריב זיין זייער לעבן פאר די תורה. און וואוילע אידן מיט א ברייט הארץ לאזן זיך קאסטן צו ארויסהעלפן די אונגעלייט.

נאך די מלחמה יאהרן, ווען די שארית הפליטה האט געלאנדעט אויף די אמעריקאנע בארטענס,
איז געקומען דער הייליגער סאטמארער רבי ז"ל, און האט מיט מסירות נפש אנגעהויבן אויפשטעלן א פרישע דור פון ערליכע אידן,
ער האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה, און אפילו מחדש געווען די ערשטע היימישע סקול פאר מיידלעך,
אבער א כולל האט ער נישט געוואלט אויפשטעלן, זאגענדיג "איך דארף ערליכע בעלי בתים".
נישט ווייל ער האט נישט געהאלטן פון אזא מושג פון אינגעלייט וואס זיצן און לערנען,
והא ראי' ווען ער האט אויפגעשטעלט קרית יואל האט ער פארלאנגט איינער פון די ערשטע זאכן, אז ס'זאל זיין א קבוצה פון חשובע אינגעלייט, וואס זאלן זיצן און לערנען, זאגענדיג אז בני תורה זענען מגין אויף א שטאט.
נאר וואזשע דען? ער האט געהאלטן אז עס איז נישט געמאכט פאר די געווענטליכע המון עם, נאר פאר די אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט זיך אוועק צו געבן זייער לעבן פאר די תורה.
למעשה שפעטער הערענדיג אז אינגעלייט גייען אוועק לערנען אין פרעמדע פלעצער, איז ער שוין יא גרייט געווען צו עפענען א כולל, אבער בתנאי אז ס'זאל זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די אינגעלייט וואס קומען דארט, זאלן זיין באמת גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר די תורה,
למשל ער האט געוואלט אז סדר זאל זיך אנהייבן 9 אינדערפרי,
ווייל ער האט געהאלטן אז כולל איז נאר געמאכט פאר די סארט אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט דערפאר.
(טרעף מיר היינט א אינגערמאן וואס איז אין כולל 10)

וואס האט אבער פאסירט פון דא און ווייטער, רייסט באמת ביים הארץ.

ס'איז געווארן אזא נידעריגע מאדע, אז א יעדע אזוי גערופענע נארמאלע עוורעדזש אינגערמאן ברויך גיין אין כולל פאר אזא צוויי דרייַ יאהר מינומים,
יעצט אמת אז ס'איז דא א פראצענט אינגעלייט, וואס מען קען זיך ווירקליך אויסדריקן אויף זיי אז זיי זענען תורתם אומנתם.
אבער לאמיר זיך נישט פאפן, רוב עולם איז נישט דעיס!
נאר וואס דען?
זיצן זיך אין עיר התורה וויליאמסבורג צענדליגע ליידיגע זעק מיט שלייקעס אויף זייערע גראבע באכער, מיט אפאר טאלער און די זייט שטייטצעך,
און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי קענען צולייגן צו זייער ליסט פון תוואת, אנ'יידעם א בן תורה.
דא קומט אבער די גרויסע פראבלעם, ער וויל דאך נישט קיין איידעם וואס זאל נישט פארשטיין צו זיינע בארביקיוס.
האט מען געטראפן א לעזונג!

מען האט איינגעפלאנצט א נייע מין סארט געוויקס פון א אינגערמאן, וואס רופט זיך א תורה וגדולה אינגערמאן,
וואס באמת איז דאס אזא געבארגטע ווארט,
ווייל אמאל האט תורה וגדולה געמיינט איינער וואס איז א תלמיד חכם און א עושר,
היינט מיינט תורה, אז ער האט געלערנט אין א פריוואטע ישיבה ווי יעדער בראשט די פיאות צו די שטערן ווי ווינדא שעידס, און אז ער ווייסט וועמענס זוהן ר' יאשע בער סאלאווייטשיק איז געווען.
(פארשטייט זיך ער רופט עס אן סאלאוועיטשיק)
ווי אויך מיז ער האלטן אויף אפאר שטיקלעך ויואל משה אז ס'איז זייער דחוק אין פסוק. ודי.
און גדולה מיינט, אז ער פארט דריי מאל א יאהר אויף וואקאציע, זיצט אויסגעלייגט אויף די ביטשעס א דריי פערטל יאהר,
כאטשיג ער האט נאר די אויסגעדראשענע 6,000 דאלער וואס זיין ווייב האט אריין געברענגט פון פאר די חתונה.
און פארשטייט זיך אז ער ער גייט אויך מיט א שיינע אויסגעביגלטע רעקל.
איך האב זייער זייער ליב דעי אינגערמאן, אבער צו אלע צרות פארוואס אין די וועלט ברויך ער זיצן אין כולל?

בשעת וואס זיין ווייב רייסט זיך יעדן טאג ארויס, צו גיין ארבעטן, אלעס פאר איר חשובע מאן, וואס הארעוועט אויף תורה,
פאפט ער ביז 10:30, גייט שנעל פאנטשן אין כולל,
זעצט זיך אריין אינעם הייסן בור, גייט נאך פאר א ציגארעטל אין א קאפי פאר די מוחין, און דאווענט ביי די דעילי קאמאן קאור מנין,
קומט אן אין כולל 12:15 כאפט א שמועס און גראדע אויך א שטיקל לערן מיט א פרישטאג אינדערמיט.

רבש"ע וואס אין די וועלט זיכט דער עלעמענט אין כולל?

ער גייט צו יעדע אינטעראעימענט וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל,
דרייט זיך ארום ביי יעדן דורשו סיום און ביי יעדע ביזנעס עקספא, ווי א גאנצע מחותן, ווייל ער האט באקומען פון זיין שוואגער 5 פרי טיקעטס, פאר זיך און פאר די קרא.

און זיין שווער וואס האט נישט קיין השגה וואס דאס ווארט בבלי באדייט, טוהט זיך נאך אויף וואספארא חשובע בן תורה ער פארמאגט אין זיין באזיץ,
א בן תורה איז ער? ער איז א בן שטרוי זאק!

ס'איז גארנישט ראנג מיט אים. ער איז פלעין א נארמאלע אינגערמאן וואס איז נישט גרייט באמת צו לעבן א לעבן פון פרישות, זיך צו אויסשטעקן פון די וועלט אינגאנצן, און זיין נאר פארנומען מיט די תורה, פונקט ווי רוב אינגעלייט זענען נאך נישט אויף די דרגה!

סא אלמעכטיגער גאט וואס אין די וועלט איז די משוגעת אז יעדער מיז גיין אין כולל?

און ס'גייט נאך ווייטער פון דעם אזוי ווי ס'איז שוין געווארן די נארמאליטעיט אז יעדער שמאגעגי גייט אין כולל, האט מען אנגעהויבן אריין בראקן אין די תמומותדיגע קעפ פון די מיידלעך אין סקול, אז א נארמאלער אינגערמאן גייט אין כולל,
אויף אזוי ווייט אז מען קען שוין היינט געבן א דרשה אין סקול צו מחזק זיין, די וואס זייער מאן גייט גיין ארבעטן.
שומו שמיא..... ווי לעב מיר אונז אנשטאט מען זאל געבן א דרשה פאר די מיידלעך וואס זייער מאן גייט לערנען, אז זיי זאלן וויסן עס צו מחשיב זיין, גיבט מען דרשות, אז א יעדע פרוי וואס איר מאן גייט ארבעטן זאל זיך פילן אז איר מאן איז נעבעך שוואכלעך.

אמת. ס'איז דא א געוויסע פראצענט אינגעלייט, וואס אויב זיי גייען גלייך גיין ארבעטן, גייען זיי זיך גלייך אויפרייסן. און ס'איז דא א שטיקל טובה אויב זיי זיצן אין כולל אביסל,
אבער איך מיין אז ס'איז א גרעסערע פראבלעם, ווען סטאדעס פון הינדערטער אינגעלייט, ווערן פאראורטיילט צו זייער שרעקליכע שיקזאל פון ליידיג גיין פאר איטליכע יאהר, בלויז פאר זייער שווער'ס תאוות,
וואס אויף דעם שטייט דאך שוין בטלה מביאה לידי שעומים,
חז"ל האבן זייער גוט פארשטאנען די חרבן, וואס געשעט פון גיין ליידיג!

טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס ארבעט נישט ל"ג בעומר, כ"א כסליו, אדער אוסרו חג.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס דאווענט שפעטער ווי 9.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס עסט יעדע דינסטאג סעודות הושע בן באירי פאר צוויי שעה.

חוץ פון דעם פארוועם מיינסטו איז דא אזא זאך ווי א קיאסק? אדרבה כאפ נאר א שפאציר צווישן די קיוביקלס, און זאג מיר צו די זעסט נאך מענטשן חוץ כולל אינגעלייט, וועלכע ארבייטער האט דען נישט קיין אייגענע קאמפיוטער?! האפענטליך זיצט ער נאר אויף ארי' סאמעט און מיסטער ביעסט....ודי

פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.

פארוועם איז ai טעקסט געמאכט געווארן? קיין איין ארבייטער ווייסט נישט דערפון!

און אפילו די אינגערמאן וואס הייסט שוין יא אז ער ניצט אויס די צייט, אויב זאל ער מאכן אן אויפריכטיגע חשבון, וועט ער זען אז ער לערנט נישט מער ווי 3 שעה א טאג! נו רבש"ע ווער נעמט אחריות אויף די איבעריגע שעות?

וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען דער עוורעדזש אינגערמאן גייט ברענגען פרנסה ווי א נארמאלע מענטש?!
גלייב מיר ער וואלט מיט זיין שיעור צופרי און ביינאכט אסאך מער געלערנט ווי אין כולל!
און ער וואלט געהאט אסאך מער סיפוק פון זיין טאג!
און זיין שלום בית וואלט פיל בעסער געווען, ווען ער קומט אהיים נאך אגאנצן טאג עפעס אויפטון!

איך זאג נישט אז מען זאל פארמאכן די כוללים ח"ו, אוודאי איז דא אסאך אינגעלייט וואס ניצן באמת אויס די צייט.
איך זאג נאר אז מען זאל ארויספירן דריי פערטל אינגעלייט פון דארט,
און מען זאל אויפהערן מיט די אלע סאסייעטי פראבלעמען...........

אוי טאטע זיסער עד מתי,

זאג שוין לכוללנו די,

און די אינגערמאן פון כולל ארויס גיי,

פארן ליידיג גיין זאג שוין ביי,

אז נישט וועסטו נאך אויסקוקן ווי זיי.........

הצלחה
געלייקט מוראדיג גוט געשריבן כאטש איך בין אין כולל שוין 7 יאר כ''י שוין פארהערט עטליכע מקצועות דאך האב איך געכאפט אןן התעוררות צו לערנען פלייסיגער ווען זי ארבעט אזוי שווער
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

דארף איך אפווענדען אלע שטותים?

איך, ווען איך בין געווען אין כולל, האבן מיר פון קיין אייוועלט נישט געוואוסט.

מיינע קינדער (וויפיל איך ווייס) לערנען אין כולל, און וויסען פון קיין אייוועלט נישט צו זאגן, אויסער וואס איך זאג זיי איבער פון דא.

אבער אויף דער נערישע טענה, אז עס איז קיין כולל קיינמאל נישט געווען, איז פשוט, אז קיין קיאסק איז אויך קיינמאל נישט געווען, וועסטו עס יעצט פארמאכן?
פילטער איז דען יא געווען בימי חז"ל?

כ'האב אמאל געהערט א בן תורה, ענטפערן פאר א פרעכע בעלעבוס, וואס האט געשריגן טענות כעין אלו וואס ווערן דא געליפטערט, האט ער געזאגט, אז איינמאל עטץ בעלי בתים, האבן אהנגעהויבן פאברעציערן אזעלכע בעלי בתים ווי דיר, האט דער עולם התורה מער קיין ברירה נישט געהאט, און געדארפט פאברעציערן א נייע מושג וואס הייסט כולל אינגעלייט.....

ועוד, וואס פאר מ'רעדט נאר אריין דערין דארף מען וויסען, אז צו זיין א בעל הבית, דארף מען אויך קענען, און דער רמב"ם, וואס אויף איהם איז כל ישראל נשען עליו, האט מסביר געווען אז איינער וואס איז נישט פון שבט לוי, נאר ער גייט ארבייטן, איז אויך מחויב מיט והגית, און ער גיבט א משל, אז אויב ער ארבייט דריי שעה, דארף ער דאך לערנען די איבעריגע 9 שעה יעדן טאג......

נאכאמאל, אויב מ'ארבייט 3 שעה הייסט מען א בעלעבוס.

ווער קען היינט פון 3 שעה ארבייטן, און לעבן אונזער פרייע לעבן פון שוואוילטאג הנהוג אצלנו?

איז דאך דער פראבלעם דער סדר החיים, דער שוואוילטאג לעבן, נישט דער פאר אידן וואס לערנען אין כולל.

וואטעווער.

עס איז אזוי לעכערליך, ווי געוויסע ווייסען פאר א פאקט וואס זייערע רבי האט געהאלטן, ווייל ער האט עס געזאגט פאר זייער'ס א באקאנטען, אבער אויב ברענגט מען א מעשה לסתור, ווערט יענץ א הוראה ליחיד, און א הוראת שעה, אבער דער ידיעה ברורה וואס זיי האבן, איז געזאגט געווארן..... פאר א צווייטער יחיד.....

געוויסע ווייסען צו שרייבן, אז אויב איינער גייט לערנען אפאר יאהר אין כולל, וועט עס מאכן אז ווען ער גייט ארבייטן זאל ער וויניגער לערנען.
די אלע וואס איך קען און געדענק, איז דאך דער מציאות הדברים פונקט פארקערט, אבער ממש מן הקצה אל הקצה.
אבער גיי טענה זיך, מיט איינער וואס ווייסט פאקטן שלא נבראו מעולם.

געוויסע קומען דא נאר שרייבן און פארקויפן זייער דעת תורא, און ווילן נישט הערן וואס אנדערע שרייבן און זאגן, איז מה לי לצרה הזאת.

האט'ס מיר און זייט'ס מיר.

און אויב האט עטץ שכל, זייט מתפלל פאר קינדער בני תורה.
נישט בני תורא, וואס דאס קענען מיר שוין זיין פאר זיי....
ידעתי
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

געזען אמאל אין א ספר פון הרב …. מענדלאוויטש פון וויליאמסבורג (פארגעסן די נאמען פון ספר און זיין ערשטע נאמען)
שרייבט ער אין די הקדמה אז רביה״ק מסאטמר זי״ע האט געזאגט ביי די ערשטע פתיחה אין כולל, אז ענדערש זאלן 100 אינגעלייט וואס דארפן בלייבן ביים לערנען גיין ארבעטן, ווי איין אינגערמאן וואס דארף גיין ארבעטן בלייבן ביים לערנען.
א פחד פון א ווארט
לעצט פארראכטן דורך ידעתי אום מאנטאג יוני 17, 2024 10:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

אסאך אנדערע גדולים האבן געהאלטן אז מען זאל יא גיין לערנען אין כולל
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm
די מושג פון א כולל איז א רעלאטיוו אינגע זאך.
אז מען כאפט א בליק אין די גמרא, זעט מען אז אלע תנאים ואמוראים האבן געטון השתדלות צו ברענגען ברויט אויפן טיש,
כאטשיג מיר האבן נישט דאס מינדעסטע השגה אין א תנא אדער אמורא, דאך קען מען זעהן וואס די סדר איז געווען אפילו ביי זיי. פארשטייט זיך אז זיי האבן געלערנט פיל מער שעות ווי סיי וואספארא כולל אינגערמאן הײנט צו טאָגס, אבער דאך זענען זיי געווען דער וואס האט געשפייזט דאס געזינדל אונדערהיים,
אז א פרוי זאל ארבייטן, נישט געווען אזא מציאות בכלל.
פאר א סיבה האט דער אייבישטער געגעבן א קללה פאר אדם הראשון בזעת אפיך תאכל לחם און פאר חוה בעצב תלדו בנים, פארוואס האט נישט חוה באקומען די זעלבע קללה ווי אדם'ן? אלא מאי ווייל די וועלט האט א סדר, די מאן ארבעט, און די פרוי ברענגט קינדער אויף די וועלט, און ציעט זיי אויף.
( דרך אגב פרויען זענען בכלל נישט ארויס געגאנגען פון דערהיים און יענע צייטן)
אזוי אויך אין אלע דורות האט מען געוויסט, אז דער מאן איז דער וואס ברענגט פרנסה אינדערהיים, און די בני בית גיבט זיך אפ מיט די קינדערליך.
חוץ א רב וואס האט באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון די קהילה, האט געקענט זיצן און לערנען.

די ערשטע כולל אין די וועלט איז געווען כולל חבת ירושלים, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א קבוצה פוילישע אידן בני עליה אין ירושלים, וואס האבן געוואלט מקדיש זיין זייער גאנצע לעבן פאר די תורה,
און זיי זענען אויסגעהאלטן געווארן דורך די נדבות פון די פוילישע אידן.

א שטיק צייט נאכדעם איז נאכגעקומען די זעלבע זאך פאר די אונגערישע אידן מיט'ן נאמען כולל שומרי החומות.
און ביידע שטייען נאך היינט אויפן זעלבן ארט אין אלט שטאט ירושלים עיר הקודש.
פון דארטן און ווייטער, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן די מושג פון א מסגרת פאר אידן בני עליה וואס ווילן זיך מקריב זיין זייער לעבן פאר די תורה. און וואוילע אידן מיט א ברייט הארץ לאזן זיך קאסטן צו ארויסהעלפן די אונגעלייט.

נאך די מלחמה יאהרן, ווען די שארית הפליטה האט געלאנדעט אויף די אמעריקאנע בארטענס,
איז געקומען דער הייליגער סאטמארער רבי ז"ל, און האט מיט מסירות נפש אנגעהויבן אויפשטעלן א פרישע דור פון ערליכע אידן,
ער האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה, און אפילו מחדש געווען די ערשטע היימישע סקול פאר מיידלעך,
אבער א כולל האט ער נישט געוואלט אויפשטעלן, זאגענדיג "איך דארף ערליכע בעלי בתים".
נישט ווייל ער האט נישט געהאלטן פון אזא מושג פון אינגעלייט וואס זיצן און לערנען,
והא ראי' ווען ער האט אויפגעשטעלט קרית יואל האט ער פארלאנגט איינער פון די ערשטע זאכן, אז ס'זאל זיין א קבוצה פון חשובע אינגעלייט, וואס זאלן זיצן און לערנען, זאגענדיג אז בני תורה זענען מגין אויף א שטאט.
נאר וואזשע דען? ער האט געהאלטן אז עס איז נישט געמאכט פאר די געווענטליכע המון עם, נאר פאר די אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט זיך אוועק צו געבן זייער לעבן פאר די תורה.
למעשה שפעטער הערענדיג אז אינגעלייט גייען אוועק לערנען אין פרעמדע פלעצער, איז ער שוין יא גרייט געווען צו עפענען א כולל, אבער בתנאי אז ס'זאל זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די אינגעלייט וואס קומען דארט, זאלן זיין באמת גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר די תורה,
למשל ער האט געוואלט אז סדר זאל זיך אנהייבן 9 אינדערפרי,
ווייל ער האט געהאלטן אז כולל איז נאר געמאכט פאר די סארט אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט דערפאר.
(טרעף מיר היינט א אינגערמאן וואס איז אין כולל 10)

וואס האט אבער פאסירט פון דא און ווייטער, רייסט באמת ביים הארץ.

ס'איז געווארן אזא נידעריגע מאדע, אז א יעדע אזוי גערופענע נארמאלע עוורעדזש אינגערמאן ברויך גיין אין כולל פאר אזא צוויי דרייַ יאהר מינומים,
יעצט אמת אז ס'איז דא א פראצענט אינגעלייט, וואס מען קען זיך ווירקליך אויסדריקן אויף זיי אז זיי זענען תורתם אומנתם.
אבער לאמיר זיך נישט פאפן, רוב עולם איז נישט דעיס!
נאר וואס דען?
זיצן זיך אין עיר התורה וויליאמסבורג צענדליגע ליידיגע זעק מיט שלייקעס אויף זייערע גראבע באכער, מיט אפאר טאלער און די זייט שטייטצעך,
און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי קענען צולייגן צו זייער ליסט פון תוואת, אנ'יידעם א בן תורה.
דא קומט אבער די גרויסע פראבלעם, ער וויל דאך נישט קיין איידעם וואס זאל נישט פארשטיין צו זיינע בארביקיוס.
האט מען געטראפן א לעזונג!

מען האט איינגעפלאנצט א נייע מין סארט געוויקס פון א אינגערמאן, וואס רופט זיך א תורה וגדולה אינגערמאן,
וואס באמת איז דאס אזא געבארגטע ווארט,
ווייל אמאל האט תורה וגדולה געמיינט איינער וואס איז א תלמיד חכם און א עושר,
היינט מיינט תורה, אז ער האט געלערנט אין א פריוואטע ישיבה ווי יעדער בראשט די פיאות צו די שטערן ווי ווינדא שעידס, און אז ער ווייסט וועמענס זוהן ר' יאשע בער סאלאווייטשיק איז געווען.
(פארשטייט זיך ער רופט עס אן סאלאוועיטשיק)
ווי אויך מיז ער האלטן אויף אפאר שטיקלעך ויואל משה אז ס'איז זייער דחוק אין פסוק. ודי.
און גדולה מיינט, אז ער פארט דריי מאל א יאהר אויף וואקאציע, זיצט אויסגעלייגט אויף די ביטשעס א דריי פערטל יאהר,
כאטשיג ער האט נאר די אויסגעדראשענע 6,000 דאלער וואס זיין ווייב האט אריין געברענגט פון פאר די חתונה.
און פארשטייט זיך אז ער ער גייט אויך מיט א שיינע אויסגעביגלטע רעקל.
איך האב זייער זייער ליב דעי אינגערמאן, אבער צו אלע צרות פארוואס אין די וועלט ברויך ער זיצן אין כולל?

בשעת וואס זיין ווייב רייסט זיך יעדן טאג ארויס, צו גיין ארבעטן, אלעס פאר איר חשובע מאן, וואס הארעוועט אויף תורה,
פאפט ער ביז 10:30, גייט שנעל פאנטשן אין כולל,
זעצט זיך אריין אינעם הייסן בור, גייט נאך פאר א ציגארעטל אין א קאפי פאר די מוחין, און דאווענט ביי די דעילי קאמאן קאור מנין,
קומט אן אין כולל 12:15 כאפט א שמועס און גראדע אויך א שטיקל לערן מיט א פרישטאג אינדערמיט.

רבש"ע וואס אין די וועלט זיכט דער עלעמענט אין כולל?

ער גייט צו יעדע אינטעראעימענט וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל,
דרייט זיך ארום ביי יעדן דורשו סיום און ביי יעדע ביזנעס עקספא, ווי א גאנצע מחותן, ווייל ער האט באקומען פון זיין שוואגער 5 פרי טיקעטס, פאר זיך און פאר די קרא.

און זיין שווער וואס האט נישט קיין השגה וואס דאס ווארט בבלי באדייט, טוהט זיך נאך אויף וואספארא חשובע בן תורה ער פארמאגט אין זיין באזיץ,
א בן תורה איז ער? ער איז א בן שטרוי זאק!

ס'איז גארנישט ראנג מיט אים. ער איז פלעין א נארמאלע אינגערמאן וואס איז נישט גרייט באמת צו לעבן א לעבן פון פרישות, זיך צו אויסשטעקן פון די וועלט אינגאנצן, און זיין נאר פארנומען מיט די תורה, פונקט ווי רוב אינגעלייט זענען נאך נישט אויף די דרגה!

סא אלמעכטיגער גאט וואס אין די וועלט איז די משוגעת אז יעדער מיז גיין אין כולל?

און ס'גייט נאך ווייטער פון דעם אזוי ווי ס'איז שוין געווארן די נארמאליטעיט אז יעדער שמאגעגי גייט אין כולל, האט מען אנגעהויבן אריין בראקן אין די תמומותדיגע קעפ פון די מיידלעך אין סקול, אז א נארמאלער אינגערמאן גייט אין כולל,
אויף אזוי ווייט אז מען קען שוין היינט געבן א דרשה אין סקול צו מחזק זיין, די וואס זייער מאן גייט גיין ארבעטן.
שומו שמיא..... ווי לעב מיר אונז אנשטאט מען זאל געבן א דרשה פאר די מיידלעך וואס זייער מאן גייט לערנען, אז זיי זאלן וויסן עס צו מחשיב זיין, גיבט מען דרשות, אז א יעדע פרוי וואס איר מאן גייט ארבעטן זאל זיך פילן אז איר מאן איז נעבעך שוואכלעך.

אמת. ס'איז דא א געוויסע פראצענט אינגעלייט, וואס אויב זיי גייען גלייך גיין ארבעטן, גייען זיי זיך גלייך אויפרייסן. און ס'איז דא א שטיקל טובה אויב זיי זיצן אין כולל אביסל,
אבער איך מיין אז ס'איז א גרעסערע פראבלעם, ווען סטאדעס פון הינדערטער אינגעלייט, ווערן פאראורטיילט צו זייער שרעקליכע שיקזאל פון ליידיג גיין פאר איטליכע יאהר, בלויז פאר זייער שווער'ס תאוות,
וואס אויף דעם שטייט דאך שוין בטלה מביאה לידי שעומים,
חז"ל האבן זייער גוט פארשטאנען די חרבן, וואס געשעט פון גיין ליידיג!

טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס ארבעט נישט ל"ג בעומר, כ"א כסליו, אדער אוסרו חג.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס דאווענט שפעטער ווי 9.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס עסט יעדע דינסטאג סעודות הושע בן באירי פאר צוויי שעה.

חוץ פון דעם פארוועם מיינסטו איז דא אזא זאך ווי א קיאסק? אדרבה כאפ נאר א שפאציר צווישן די קיוביקלס, און זאג מיר צו די זעסט נאך מענטשן חוץ כולל אינגעלייט, וועלכע ארבייטער האט דען נישט קיין אייגענע קאמפיוטער?! האפענטליך זיצט ער נאר אויף ארי' סאמעט און מיסטער ביעסט....ודי

פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.

פארוועם איז ai טעקסט געמאכט געווארן? קיין איין ארבייטער ווייסט נישט דערפון!

און אפילו די אינגערמאן וואס הייסט שוין יא אז ער ניצט אויס די צייט, אויב זאל ער מאכן אן אויפריכטיגע חשבון, וועט ער זען אז ער לערנט נישט מער ווי 3 שעה א טאג! נו רבש"ע ווער נעמט אחריות אויף די איבעריגע שעות?

וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען דער עוורעדזש אינגערמאן גייט ברענגען פרנסה ווי א נארמאלע מענטש?!
גלייב מיר ער וואלט מיט זיין שיעור צופרי און ביינאכט אסאך מער געלערנט ווי אין כולל!
און ער וואלט געהאט אסאך מער סיפוק פון זיין טאג!
און זיין שלום בית וואלט פיל בעסער געווען, ווען ער קומט אהיים נאך אגאנצן טאג עפעס אויפטון!

איך זאג נישט אז מען זאל פארמאכן די כוללים ח"ו, אוודאי איז דא אסאך אינגעלייט וואס ניצן באמת אויס די צייט.
איך זאג נאר אז מען זאל ארויספירן דריי פערטל אינגעלייט פון דארט,
און מען זאל אויפהערן מיט די אלע סאסייעטי פראבלעמען...........

אוי טאטע זיסער עד מתי,

זאג שוין לכוללנו די,

און די אינגערמאן פון כולל ארויס גיי,

פארן ליידיג גיין זאג שוין ביי,

אז נישט וועסטו נאך אויסקוקן ווי זיי.........

הצלחה
להודיע בעלמא, אז די ארטיקל פארט שוין ארום זייט נעכטן, און הערשט נאך 24 שעה איז עס אנגעקומען אויף אייוועלט.

סא זיי מוחל, די אלע לעיקס וואס די תגובה באקומט איז pure גניבה, און ס'דארף גיין צום ריכטיגן כותב התגובה.

און סתם אזוי איז בכלל נישט אינטערסאנט צו דעבאטירן אויף א תגובה וואס איינער האט געברענגט פון א צווייטן, וואס דער פותח האשכול האלט בכלל נישט וואס ער האט געשריבן. און האט עס סתם געברענגט צו מאכן אביסל מצב.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ידעתי האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:37 pm
געזען אמאל אין א ספר פון הרב …. מענדלאוויטש פון וויליאמסבורג (פארגעסן די נאמען פון ספר און זיין ערשטע נאמען)
שרייבט ער אין די הקדמה אז קביה״קיין מסאטמר א זי״ע האט געזאגט ביי די ערשטע פתיחה אין כולל, אז ענדערש זאלן 100 אינגעלייט וואס דארפן בלייבן ביין לערנען גיין ארבעטן, ווי איין אינגערמאן וואס דארף גיין ארבעטן בלייבן ביים לערנען.
א פחד פון א ווארט
תנו רבנן: שלשה הקב"ה בוכה עליהן בכל יום … ועל שאי אפשר לעסוק בתורה ועוסק.

באט די ערשטע איז על שאפשר לעסוק בתורה ואינו עוסק.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

די שרייבער ברענגט ארויס אסאך שטארקע טענות. איך האלט נישט פון אלעס "וויאזוי" ער האט עס געשריבן, און קלאר, עס זוצן הונדערטער אינגעלייט און אפילו עלטערע וואס הארעווען אין כולל מיט מסירות נפש ממש.

דער שרייבער האט אויף זיי זייער שיין געשריבן.

ער האט געהאקט אויף די וואס באלאנגען נישט דארט.

ער האט געהאקט אויף די וואס קומען אן 12 נאכמיטאג, ווען זייערע ווייבער רייסען זיך ארויס צו די ארבייט מיט אפאר קינדערלעך.
ער האט געהאקט אויף די תאווה פון האבן אן איידעם א בן תורה ווען נישט די שווער און נישט די איידעם ווייסן די מושג פון א בן תורה. א כולל אינגערמאן מיינט אז ער איז וויליג אוועקצוגעבן פאר תורה. און יא, עס איז דא עשירים וואס קענען זיך עפארדאען אן איידעם א בן תורה, און זיי ספוילען דעם איידעם, אדרבא! מען מעג! אבער מען דארף דאך מחשיב זיין תורה, נישט סתם הייסן א כולל אינגערמאן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Presidential Estates
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

לכבוד דער פ"ה.
איך שפיר דיין ווייטאג.....
וואס איז דיין קוויק-פּעי אדרעס?

כ'דארף נישט קיין ריסיעט
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:Oceania, 1984

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

איינס האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:25 pm
האקן שטיקער
ברררר הערט זיך שרעקעדיג
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ירוחם פישל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:27 pm
איינס האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:25 pm
האקן שטיקער
ברררר הערט זיך שרעקעדיג
שרעקעדיג איט איז התורה נתנה באימה ביראה ברתת ובזיע…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

די ארטיקל האט ריכטיג געצילט צו א געוויסע קלייענטעל כולל אינגעלייט, האבן חתונה מיט קווייערס, די ווייבער זענען ברענד נעים חברה, מדינגט זיך קארן ווען מקען. וכו וכו.

אבער די חברה זענען שוין סיי ווי נישט אין כולל 3 יאר נאך די חתונה.

כבין קיינמאל נישט געווען אין כולל ( ליידער) , סא קענעך נישט רעדן, אבער די חברה זענען מסתמא א מיינאראטי, רוב זענען מסתמא וואויל און ערליך.
לעצט פארראכטן דורך intellectual אום מאנטאג יוני 17, 2024 10:46 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אביסל משקה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 14, 2024 3:42 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל משקה »

איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm
די מושג פון א כולל איז א רעלאטיוו אינגע זאך.
אז מען כאפט א בליק אין די גמרא, זעט מען אז אלע תנאים ואמוראים האבן געטון השתדלות צו ברענגען ברויט אויפן טיש,
כאטשיג מיר האבן נישט דאס מינדעסטע השגה אין א תנא אדער אמורא, דאך קען מען זעהן וואס די סדר איז געווען אפילו ביי זיי. פארשטייט זיך אז זיי האבן געלערנט פיל מער שעות ווי סיי וואספארא כולל אינגערמאן הײנט צו טאָגס, אבער דאך זענען זיי געווען דער וואס האט געשפייזט דאס געזינדל אונדערהיים,
אז א פרוי זאל ארבייטן, נישט געווען אזא מציאות בכלל.
פאר א סיבה האט דער אייבישטער געגעבן א קללה פאר אדם הראשון בזעת אפיך תאכל לחם און פאר חוה בעצב תלדו בנים, פארוואס האט נישט חוה באקומען די זעלבע קללה ווי אדם'ן? אלא מאי ווייל די וועלט האט א סדר, די מאן ארבעט, און די פרוי ברענגט קינדער אויף די וועלט, און ציעט זיי אויף.
( דרך אגב פרויען זענען בכלל נישט ארויס געגאנגען פון דערהיים און יענע צייטן)
אזוי אויך אין אלע דורות האט מען געוויסט, אז דער מאן איז דער וואס ברענגט פרנסה אינדערהיים, און די בני בית גיבט זיך אפ מיט די קינדערליך.
חוץ א רב וואס האט באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון די קהילה, האט געקענט זיצן און לערנען.

די ערשטע כולל אין די וועלט איז געווען כולל חבת ירושלים, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א קבוצה פוילישע אידן בני עליה אין ירושלים, וואס האבן געוואלט מקדיש זיין זייער גאנצע לעבן פאר די תורה,
און זיי זענען אויסגעהאלטן געווארן דורך די נדבות פון די פוילישע אידן.

א שטיק צייט נאכדעם איז נאכגעקומען די זעלבע זאך פאר די אונגערישע אידן מיט'ן נאמען כולל שומרי החומות.
און ביידע שטייען נאך היינט אויפן זעלבן ארט אין אלט שטאט ירושלים עיר הקודש.
פון דארטן און ווייטער, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן די מושג פון א מסגרת פאר אידן בני עליה וואס ווילן זיך מקריב זיין זייער לעבן פאר די תורה. און וואוילע אידן מיט א ברייט הארץ לאזן זיך קאסטן צו ארויסהעלפן די אונגעלייט.

נאך די מלחמה יאהרן, ווען די שארית הפליטה האט געלאנדעט אויף די אמעריקאנע בארטענס,
איז געקומען דער הייליגער סאטמארער רבי ז"ל, און האט מיט מסירות נפש אנגעהויבן אויפשטעלן א פרישע דור פון ערליכע אידן,
ער האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה, און אפילו מחדש געווען די ערשטע היימישע סקול פאר מיידלעך,
אבער א כולל האט ער נישט געוואלט אויפשטעלן, זאגענדיג "איך דארף ערליכע בעלי בתים".
נישט ווייל ער האט נישט געהאלטן פון אזא מושג פון אינגעלייט וואס זיצן און לערנען,
והא ראי' ווען ער האט אויפגעשטעלט קרית יואל האט ער פארלאנגט איינער פון די ערשטע זאכן, אז ס'זאל זיין א קבוצה פון חשובע אינגעלייט, וואס זאלן זיצן און לערנען, זאגענדיג אז בני תורה זענען מגין אויף א שטאט.
נאר וואזשע דען? ער האט געהאלטן אז עס איז נישט געמאכט פאר די געווענטליכע המון עם, נאר פאר די אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט זיך אוועק צו געבן זייער לעבן פאר די תורה.
למעשה שפעטער הערענדיג אז אינגעלייט גייען אוועק לערנען אין פרעמדע פלעצער, איז ער שוין יא גרייט געווען צו עפענען א כולל, אבער בתנאי אז ס'זאל זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די אינגעלייט וואס קומען דארט, זאלן זיין באמת גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר די תורה,
למשל ער האט געוואלט אז סדר זאל זיך אנהייבן 9 אינדערפרי,
ווייל ער האט געהאלטן אז כולל איז נאר געמאכט פאר די סארט אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט דערפאר.
(טרעף מיר היינט א אינגערמאן וואס איז אין כולל 10)

וואס האט אבער פאסירט פון דא און ווייטער, רייסט באמת ביים הארץ.

ס'איז געווארן אזא נידעריגע מאדע, אז א יעדע אזוי גערופענע נארמאלע עוורעדזש אינגערמאן ברויך גיין אין כולל פאר אזא צוויי דרייַ יאהר מינומים,
יעצט אמת אז ס'איז דא א פראצענט אינגעלייט, וואס מען קען זיך ווירקליך אויסדריקן אויף זיי אז זיי זענען תורתם אומנתם.
אבער לאמיר זיך נישט פאפן, רוב עולם איז נישט דעיס!
נאר וואס דען?
זיצן זיך אין עיר התורה וויליאמסבורג צענדליגע ליידיגע זעק מיט שלייקעס אויף זייערע גראבע באכער, מיט אפאר טאלער און די זייט שטייטצעך,
און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי קענען צולייגן צו זייער ליסט פון תוואת, אנ'יידעם א בן תורה.
דא קומט אבער די גרויסע פראבלעם, ער וויל דאך נישט קיין איידעם וואס זאל נישט פארשטיין צו זיינע בארביקיוס.
האט מען געטראפן א לעזונג!

מען האט איינגעפלאנצט א נייע מין סארט געוויקס פון א אינגערמאן, וואס רופט זיך א תורה וגדולה אינגערמאן,
וואס באמת איז דאס אזא געבארגטע ווארט,
ווייל אמאל האט תורה וגדולה געמיינט איינער וואס איז א תלמיד חכם און א עושר,
היינט מיינט תורה, אז ער האט געלערנט אין א פריוואטע ישיבה ווי יעדער בראשט די פיאות צו די שטערן ווי ווינדא שעידס, און אז ער ווייסט וועמענס זוהן ר' יאשע בער סאלאווייטשיק איז געווען.
(פארשטייט זיך ער רופט עס אן סאלאוועיטשיק)
ווי אויך מיז ער האלטן אויף אפאר שטיקלעך ויואל משה אז ס'איז זייער דחוק אין פסוק. ודי.
און גדולה מיינט, אז ער פארט דריי מאל א יאהר אויף וואקאציע, זיצט אויסגעלייגט אויף די ביטשעס א דריי פערטל יאהר,
כאטשיג ער האט נאר די אויסגעדראשענע 6,000 דאלער וואס זיין ווייב האט אריין געברענגט פון פאר די חתונה.
און פארשטייט זיך אז ער ער גייט אויך מיט א שיינע אויסגעביגלטע רעקל.
איך האב זייער זייער ליב דעי אינגערמאן, אבער צו אלע צרות פארוואס אין די וועלט ברויך ער זיצן אין כולל?

בשעת וואס זיין ווייב רייסט זיך יעדן טאג ארויס, צו גיין ארבעטן, אלעס פאר איר חשובע מאן, וואס הארעוועט אויף תורה,
פאפט ער ביז 10:30, גייט שנעל פאנטשן אין כולל,
זעצט זיך אריין אינעם הייסן בור, גייט נאך פאר א ציגארעטל אין א קאפי פאר די מוחין, און דאווענט ביי די דעילי קאמאן קאור מנין,
קומט אן אין כולל 12:15 כאפט א שמועס און גראדע אויך א שטיקל לערן מיט א פרישטאג אינדערמיט.

רבש"ע וואס אין די וועלט זיכט דער עלעמענט אין כולל?

ער גייט צו יעדע אינטעראעימענט וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל,
דרייט זיך ארום ביי יעדן דורשו סיום און ביי יעדע ביזנעס עקספא, ווי א גאנצע מחותן, ווייל ער האט באקומען פון זיין שוואגער 5 פרי טיקעטס, פאר זיך און פאר די קרא.

און זיין שווער וואס האט נישט קיין השגה וואס דאס ווארט בבלי באדייט, טוהט זיך נאך אויף וואספארא חשובע בן תורה ער פארמאגט אין זיין באזיץ,
א בן תורה איז ער? ער איז א בן שטרוי זאק!

ס'איז גארנישט ראנג מיט אים. ער איז פלעין א נארמאלע אינגערמאן וואס איז נישט גרייט באמת צו לעבן א לעבן פון פרישות, זיך צו אויסשטעקן פון די וועלט אינגאנצן, און זיין נאר פארנומען מיט די תורה, פונקט ווי רוב אינגעלייט זענען נאך נישט אויף די דרגה!

סא אלמעכטיגער גאט וואס אין די וועלט איז די משוגעת אז יעדער מיז גיין אין כולל?

און ס'גייט נאך ווייטער פון דעם אזוי ווי ס'איז שוין געווארן די נארמאליטעיט אז יעדער שמאגעגי גייט אין כולל, האט מען אנגעהויבן אריין בראקן אין די תמומותדיגע קעפ פון די מיידלעך אין סקול, אז א נארמאלער אינגערמאן גייט אין כולל,
אויף אזוי ווייט אז מען קען שוין היינט געבן א דרשה אין סקול צו מחזק זיין, די וואס זייער מאן גייט גיין ארבעטן.
שומו שמיא..... ווי לעב מיר אונז אנשטאט מען זאל געבן א דרשה פאר די מיידלעך וואס זייער מאן גייט לערנען, אז זיי זאלן וויסן עס צו מחשיב זיין, גיבט מען דרשות, אז א יעדע פרוי וואס איר מאן גייט ארבעטן זאל זיך פילן אז איר מאן איז נעבעך שוואכלעך.

אמת. ס'איז דא א געוויסע פראצענט אינגעלייט, וואס אויב זיי גייען גלייך גיין ארבעטן, גייען זיי זיך גלייך אויפרייסן. און ס'איז דא א שטיקל טובה אויב זיי זיצן אין כולל אביסל,
אבער איך מיין אז ס'איז א גרעסערע פראבלעם, ווען סטאדעס פון הינדערטער אינגעלייט, ווערן פאראורטיילט צו זייער שרעקליכע שיקזאל פון ליידיג גיין פאר איטליכע יאהר, בלויז פאר זייער שווער'ס תאוות,
וואס אויף דעם שטייט דאך שוין בטלה מביאה לידי שעומים,
חז"ל האבן זייער גוט פארשטאנען די חרבן, וואס געשעט פון גיין ליידיג!

טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס ארבעט נישט ל"ג בעומר, כ"א כסליו, אדער אוסרו חג.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס דאווענט שפעטער ווי 9.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס עסט יעדע דינסטאג סעודות הושע בן באירי פאר צוויי שעה.

חוץ פון דעם פארוועם מיינסטו איז דא אזא זאך ווי א קיאסק? אדרבה כאפ נאר א שפאציר צווישן די קיוביקלס, און זאג מיר צו די זעסט נאך מענטשן חוץ כולל אינגעלייט, וועלכע ארבייטער האט דען נישט קיין אייגענע קאמפיוטער?! האפענטליך זיצט ער נאר אויף ארי' סאמעט און מיסטער ביעסט....ודי

פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.

פארוועם איז ai טעקסט געמאכט געווארן? קיין איין ארבייטער ווייסט נישט דערפון!

און אפילו די אינגערמאן וואס הייסט שוין יא אז ער ניצט אויס די צייט, אויב זאל ער מאכן אן אויפריכטיגע חשבון, וועט ער זען אז ער לערנט נישט מער ווי 3 שעה א טאג! נו רבש"ע ווער נעמט אחריות אויף די איבעריגע שעות?

וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען דער עוורעדזש אינגערמאן גייט ברענגען פרנסה ווי א נארמאלע מענטש?!
גלייב מיר ער וואלט מיט זיין שיעור צופרי און ביינאכט אסאך מער געלערנט ווי אין כולל!
און ער וואלט געהאט אסאך מער סיפוק פון זיין טאג!
און זיין שלום בית וואלט פיל בעסער געווען, ווען ער קומט אהיים נאך אגאנצן טאג עפעס אויפטון!

איך זאג נישט אז מען זאל פארמאכן די כוללים ח"ו, אוודאי איז דא אסאך אינגעלייט וואס ניצן באמת אויס די צייט.
איך זאג נאר אז מען זאל ארויספירן דריי פערטל אינגעלייט פון דארט,
און מען זאל אויפהערן מיט די אלע סאסייעטי פראבלעמען...........

אוי טאטע זיסער עד מתי,

זאג שוין לכוללנו די,

און די אינגערמאן פון כולל ארויס גיי,

פארן ליידיג גיין זאג שוין ביי,

אז נישט וועסטו נאך אויסקוקן ווי זיי.........

הצלחה
הונדערט לייקס איז נישט גענוג זייער זייער גוט ארויס געברענגט צו ווייניג געשריבן
איך קען א אינגערמאן וואס האט זיך צעקריגט מיט זיין שווער פארן בלויזן חטא פון ברענגען אביסל ברויט און שטיב גראדע גענומען זייער א מכובדיגע ארבעט
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אזאנע שטותים צו רעדן, יכלה הזמן והם לא יוכלו.

דא דארט איז דא אפשר אמת'ע נקודות, אבער על הכלל כולו יצא איז די זאך א שטיק גארביטש.


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אביסל משקה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 14, 2024 3:42 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל משקה »

צהלתו בפניו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:23 pm
וויפיל מלמדים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל שוחטים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל מגידי שיעור קומען ארויס פון דארט?
וויפיל פרייוועט טוטער'ס קומען ארויס פון דארט?
וויפיל סופרים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל דיינים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בקיאים יעדער אין זיין באזונדערע באקאנטע אדער פארשטופטע מקצוע קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ידענים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ערליכע בעלי בתים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בעלי בתים גייען עווענטועל צוריק אריין דארט?
וויפיל עשירים זעצן זיך צוריק אריין דארט?

וויפיל אידן באקומען א טעם, הבנה, געשמאק אין תורה דייקא דארט?

זייער א וויכטיגע פלאץ, סיי פאר ווי @משהלע שרייבט אז דער פרישער אינגערמאן דארף א מסגרת אלס דורכגאנג ארויס פון בחורישע באקס אריין אין די גרויסע אפענע וועלט.

סיי אלס פלאץ ווי מען זאל קענען באקומען אלעס ווי אויבנדערמאנט.
גערעכט
וויפיל איי טי טעכניקער איז ארויס פון דארט
וויפיל פראגרעמער זענען ארויס פון דארט
וויפיל טעקסי דרייווער זענען ארויס פון דארט
דאס האסטו נישט אויסגערעכנט
אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

קאנפירמט: רוב אייוועלט אידן זענען כולל אינגעלייט.
אוועטאר
הרב זושא
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

@דניאל אויערבאך איך ווארט אויף דיין תגובה, איך ווארט א באזעסענע מענטש זאל אביסל אויסקלארן די סיטשועישען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אביסל משקה האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:44 pm
איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm
הונדערט לייקס איז נישט גענוג זייער זייער גוט ארויס געברענגט צו ווייניג געשריבן
איך קען א אינגערמאן וואס האט זיך צעקריגט מיט זיין שווער פארן בלויזן חטא פון ברענגען אביסל ברויט און שטיב גראדע גענומען זייער א מכובדיגע ארבעט
איך קען א אינגערמאן וואס האט זיך נישט צוקריגט מיט זיין שווער פאר דעם חטא.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

איך מיין די כור המבחן איז צו ער נעמט ערענסט די כולל לפחות ווי די ארבייטער ביי ארבייטספלאץ, וויפיל יונגעלייט זענען שוין 9:00 9:30 ביי די גמרא און שו''ע? ווען ער גייט ארויס לצורך האט ער א פרעשור צו זיין צוריק די שנעלסטע וואס מעגליך? ווען ער דארף צוגיין ערגעץ לצורך פראבירט ער אלע אופנים עס זאל נישט זיין באמצע הסדר?

א כולל דארף זיין אוועקגעשטעלט ווי אן ארבייטס פלאץ מיט די זמנים און מיט די דעליווערי
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4884
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אביסל משקה האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:48 pm
צהלתו בפניו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:23 pm
וויפיל מלמדים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל שוחטים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל מגידי שיעור קומען ארויס פון דארט?
וויפיל פרייוועט טוטער'ס קומען ארויס פון דארט?
וויפיל סופרים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל דיינים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בקיאים יעדער אין זיין באזונדערע באקאנטע אדער פארשטופטע מקצוע קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ידענים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ערליכע בעלי בתים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בעלי בתים גייען עווענטועל צוריק אריין דארט?
וויפיל עשירים זעצן זיך צוריק אריין דארט?

וויפיל אידן באקומען א טעם, הבנה, געשמאק אין תורה דייקא דארט?

זייער א וויכטיגע פלאץ, סיי פאר ווי @משהלע שרייבט אז דער פרישער אינגערמאן דארף א מסגרת אלס דורכגאנג ארויס פון בחורישע באקס אריין אין די גרויסע אפענע וועלט.

סיי אלס פלאץ ווי מען זאל קענען באקומען אלעס ווי אויבנדערמאנט.
גערעכט
וויפיל איי טי טעכניקער איז ארויס פון דארט
וויפיל פראגרעמער זענען ארויס פון דארט
וויפיל טעקסי דרייווער זענען ארויס פון דארט
דאס האסטו נישט אויסגערעכנט
וואס זאגסטו דא? זאל ער אויסרעכענען אלע סארטן ארבעט? ער האט געשריבן זייער א וויכטיגע נקודה וואס אסאך כאפן נישט.
לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום מאנטאג יוני 17, 2024 11:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הרב זושא
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

לפענ"ד איינע פון די מערסטע בלוטיגסטע שווערסטע נושאים. פון איין זייט אסור פון די אנדערע זייט מצוה. ממש ווי ביי די בחירות...
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

הרב זושא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:00 pm
לפענ"ד איינע פון די מערסטע בלוטיגסטע שווערסטע נושאים. פון איין זייט אסור פון די אנדערע זייט מצוה. ממש ווי ביי די בחירות...
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

הרב מוואוידרידזש שליט"א האט אמאל געזאגט אז די חילוק פון כולל אינגעלייט און אידן וואס ארבעטן אויך איז נישט די שעות וואס מען לערנט, די פאר שעה וואס די כולל אינגערמאן לערנט, לערנט די איד וואס ארבעט אויך. די חילוק איז נאר וואס זיי טוען אין די צייט וואס מען לערנט נישט, די איד ארבעט, משא"כ די כולל אינגערמאן טוט נישט גארנישט.

אגב, די אויסדריק בעל הבית איז זייער מיאוס. ארויפלייגן א כינוי כאילו עס איז א גנאי צו זיין פון די 98% כלל ישראל, איז נישט קיין גלייכע זאך.

ר' ישמאעל האט געזאגט אז אויב מען מאכט תורתו קבע און מלאכתו ארעי, זה וזה נתקיים בידו. א סגולה פון א הייליגע תנא. איינער וואס וויל האבן פרנסה און די תורה זאל זיך האלטן ביי איהם, זאל טוען ביידע. יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ.
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:59 pm
אביסל משקה האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:48 pm
צהלתו בפניו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:23 pm
וויפיל מלמדים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל שוחטים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל מגידי שיעור קומען ארויס פון דארט?
וויפיל פרייוועט טוטער'ס קומען ארויס פון דארט?
וויפיל סופרים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל דיינים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בקיאים יעדער אין זיין באזונדערע באקאנטע אדער פארשטופטע מקצוע קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ידענים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל ערליכע בעלי בתים קומען ארויס פון דארט?
וויפיל בעלי בתים גייען עווענטועל צוריק אריין דארט?
וויפיל עשירים זעצן זיך צוריק אריין דארט?

וויפיל אידן באקומען א טעם, הבנה, געשמאק אין תורה דייקא דארט?

זייער א וויכטיגע פלאץ, סיי פאר ווי @משהלע שרייבט אז דער פרישער אינגערמאן דארף א מסגרת אלס דורכגאנג ארויס פון בחורישע באקס אריין אין די גרויסע אפענע וועלט.

סיי אלס פלאץ ווי מען זאל קענען באקומען אלעס ווי אויבנדערמאנט.
גערעכט
וויפיל איי טי טעכניקער איז ארויס פון דארט
וויפיל פראגרעמער זענען ארויס פון דארט
וויפיל טעקסי דרייווער זענען ארויס פון דארט
דאס האסטו נישט אויסגערעכנט
וואס זאגסטו דא? זאל ער אויסרעכענען אלע סארטן ארבעט? ער האט געשריבן זייער א וויכטיגע נקודה וואס אסאך כאפן נישט.

פארשעם זיך נישט אליינס מיטן שרייבן נאנסענס.
ער מיינט ארויסצוברענגן אז אלס דעם אויס דארף מען נישט די סיסטעם פון כוללים וקל להבין
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”