ותיק וחסידהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:01 pm
הרב מוואוידרידזש שליט"א האט אמאל געזאגט אז די חילוק פון כולל אינגעלייט און אידן וואס ארבעטן אויך איז נישט די שעות וואס מען לערנט, די פאר שעה וואס די כולל אינגערמאן לערנט, לערנט די איד וואס ארבעט אויך. די חילוק איז נאר וואס זיי טוען אין די צייט וואס מען לערנט נישט, די איד ארבעט, משא"כ די כולל אינגערמאן טוט נישט גארנישט.
אגב, די אויסדריק בעל הבית איז זייער מיאוס. ארויפלייגן א כינוי כאילו עס איז א גנאי צו זיין פון די 98% כלל ישראל, איז נישט קיין גלייכע זאך.
ר' ישמאעל האט געזאגט אז אויב מען מאכט תורתו קבע און מלאכתו ארעי, זה וזה נתקיים בידו. א סגולה פון א הייליגע תנא. איינער וואס וויל האבן פרנסה און די תורה זאל זיך האלטן ביי איהם, זאל טוען ביידע. יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ.
זייער ריכטיג! אגב די טיטל בעה''ב קומט פון די ליטע וואס דארט איז געווען שטארק אז מען זאל טון ווי רשב''י און ווי עס האט זיך טאקע אויסגעשטעלט ולא עלתה בידם.... כידוע
ותיק וחסידהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:01 pm
הרב מוואוידרידזש שליט"א האט אמאל געזאגט אז די חילוק פון כולל אינגעלייט און אידן וואס ארבעטן אויך איז נישט די שעות וואס מען לערנט, די פאר שעה וואס די כולל אינגערמאן לערנט, לערנט די איד וואס ארבעט אויך
דוד הכהןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 10:59 pm
איך מיין די כור המבחן איז צו ער נעמט ערענסט די כולל לפחות ווי די ארבייטער ביי ארבייטספלאץ, וויפיל יונגעלייט זענען שוין 9:00 9:30 ביי די גמרא און שו''ע?
אסאך. גיי אריין צי עני כולל 900 און כאפ א בליק.
ווען ער גייט ארויס לצורך האט ער א פרעשור צו זיין צוריק די שנעלסטע וואס מעגליך? ווען ער דארף צוגיין ערגעץ לצורך פראבירט ער אלע אופנים עס זאל נישט זיין באמצע הסדר?
געלייקט פאר די שפראך. געוויס איז עס שטארק איבערגעטריבן. איך קען אזויפיל, פון מיין משפחה און אנדערע וואס זענען זיך ממש ממית באהלה של תורה, אלזא ברויך מען אכט געבן אויפן כבוד התורה ולומדיה.
דוד הכהןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 10:59 pm
איך מיין די כור המבחן איז צו ער נעמט ערענסט די כולל לפחות ווי די ארבייטער ביי ארבייטספלאץ, וויפיל יונגעלייט זענען שוין 9:00 9:30 ביי די גמרא און שו''ע? ווען ער גייט ארויס לצורך האט ער א פרעשור צו זיין צוריק די שנעלסטע וואס מעגליך? ווען ער דארף צוגיין ערגעץ לצורך פראבירט ער אלע אופנים עס זאל נישט זיין באמצע הסדר?
א כולל דארף זיין אוועקגעשטעלט ווי אן ארבייטס פלאץ מיט די זמנים און מיט די דעליווערי
דאס זעהט שוין באלד אויס ווי די "סאבסטענשל עקווילענט" געדאנק פון די נ.י. גאווערמענט. קום מיט מיר צו די חצות מנינים אין די גרויסע צענטערן, לאמיר ציילן צו ס'איז דא מער כולל אינגעלייט אדער א.ג. בעלי בתים.
פישל גריןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:09 pm

דו האסט זיך שוין געדרייעט דארט? איך ביז אפאר חדשים צוריק האב זיך אויך געדרייעט דארט - צוליב וואס מיין פאזיציע איז געווען אויסגעשטעלט צו אפטמאל דאווענען שפעט - צו באצייכענען אלס כולל אינגעלייט איז א שקר!
עס איז א מיקס פון ארבעטער וואס ארבעטן (צומאל שלא על פי הלכה) פארן דאווענען, מגידי שיעור וואס לערנען פאר פרי און זענען נישט אלס גרייט אזוי פרי, געלטגייערס און פאדרעיזערס וואס האבן נישט באוויזן זיך מיטצוכאפן מיט א פריערדיגע מנין, סתם צופראסקעטע מענטשן וואס פליען פון איין דזשאב צום צווייטן, ארבעטסלאזע מענטשן, מענטשן וואס זענען שפעט צוליב א שמחה נעכטן, חתנים, בחורים, אונסים, און "שנה ראשונה אינגעלייט"
צו אויסמישן שנה ראשונה אינגעלייט מיט כולל אינגעלייט איז א טעות מוחלט!
כמעט יעדער פרישער אינגערמאן האט תקופות וואס זאכן גייען צוטראסקעט און צופארן ביז נאך א יאר צוויי ווען ער הייבט אן צוביסלעך צו לאנדן אויפן עולם העשיה.
עס איז קלאר אז כולל איז א נייע זאך וואס אינזערע רבי'ס האבן נישט געהאלטן דערפון. לויט די כללי הבריאה און לויט היסטאריע ביי כלל ישראל ברויך א מאן ארבעטן. אזוי אויך לויטן שולחן ערוך (קוק אריין וואס עס שטייט ווער עס מעג נעמען געלט פון קהל כולל געלט פארן לערנען)
עס איז אויך קלאר אז גאר אסאך אינגעלייט באלאנגן נישט דארט, אסאך זענען דארט געצווינגען. גאר אסאך גייען ליידיג און שאדט פאר שלום בית און פאר זייער רוחניות און מענטל העלט. די ווייבער שוהל מיינט אז א ארבעטס אינגערמאן איז סעקאנד קלעס
מיינט נישט אז עס זענען נישטא אינגעלייט וואס האבן נישט קיין תועלת פון זיין אין כולל שארט טערם און א מיעוט אינגעלייט וואס די וועלט האט א תועלת פון זייער זיין אין כולל לאנג טערם ווענד זיך אויך שטארק וועלעכע כולל און וועלעכע קהילה סאסייעטי וכו' אבער דאס איז קלאר א צובראכענע סיסטעם
צהלתו בפניוהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:31 pm
פישל גריןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:09 pm
דוד הכהןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 10:59 pm
איך מיין די כור המבחן איז צו ער נעמט ערענסט די כולל לפחות ווי די ארבייטער ביי ארבייטספלאץ, וויפיל יונגעלייט זענען שוין 9:00 9:30 ביי די גמרא און שו''ע? ווען ער גייט ארויס לצורך האט ער א פרעשור צו זיין צוריק די שנעלסטע וואס מעגליך? ווען ער דארף צוגיין ערגעץ לצורך פראבירט ער אלע אופנים עס זאל נישט זיין באמצע הסדר?
א כולל דארף זיין אוועקגעשטעלט ווי אן ארבייטס פלאץ מיט די זמנים און מיט די דעליווערי
דאס זעהט שוין באלד אויס ווי די "סאבסטענשל עקווילענט" געדאנק פון די נ.י. גאווערמענט. קום מיט מיר צו די חצות מנינים אין די גרויסע צענטערן, לאמיר ציילן צו ס'איז דא מער כולל אינגעלייט אדער א.ג. בעלי בתים.
דו האסט זיך שוין געדרייעט דארט? איך ביז אפאר חדשים צוריק האב זיך אויך געדרייעט דארט - צוליב וואס מיין פאזיציע איז געווען אויסגעשטעלט צו אפטמאל דאווענען שפעט - צו באצייכענען אלס כולל אינגעלייט איז א שקר!
עס איז א מיקס פון ארבעטער וואס ארבעטן (צומאל שלא על פי הלכה) פארן דאווענען, מגידי שיעור וואס לערנען פאר פרי און זענען נישט אלס גרייט אזוי פרי, געלטגייערס און פאדרעיזערס וואס האבן נישט באוויזן זיך מיטצוכאפן מיט א פריערדיגע מנין, סתם צופראסקעטע מענטשן וואס פליען פון איין דזשאב צום צווייטן, ארבעטסלאזע מענטשן, מענטשן וואס זענען שפעט צוליב א שמחה נעכטן, חתנים, בחורים, אונסים, און "שנה ראשונה אינגעלייט"
צו אויסמישן שנה ראשונה אינגעלייט מיט כולל אינגעלייט איז א טעות מוחלט!
כמעט יעדער פרישער אינגערמאן האט תקופות וואס זאכן גייען צוטראסקעט און צופארן ביז נאך א יאר צוויי ווען ער הייבט אן צוביסלעך צו לאנדן אויפן עולם העשיה.
פישל גריןהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:46 pm
צהלתו בפניוהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:31 pm
◄ ווייז ספוילער

יא, דער מושג פון אן ארגאניזירטע כולל איז א חידוש, פונקט ווי אן ארגאניזירטע חדר, ישיבה, חסידות, און מוסדות ארגאניזאציע.
דער מושג פון פרויען ארבעטן ווען דער מאן לערנט א גאנצע טאג איז נישט קיין נייעם. נאר איינער וואס ווייסט נישט מער פון היסטאריא ווי די 1950ס און ווייטער. אינדערהיים, אין רוסלאנד פולין ועוד, איז דאס נישט געווען קיין זעלטענם ערשיינונג. אלע יושבים ביי רביס, אדער 'לומדים' וואס ווערן דערמאנט אין די פוסקים אדער תשובות, האבן אזוי געלעבט.
און די היסטאריא פון ארץ ישראל איז היבש פארדרייט. איידער עס איז געווען א חבת ירושלים אדער שומרי החומות איז געווען א פקידים ואמרכלים פון 'כולל הו"ד', און דערנאך א כולל ווילנא.
בקיצור, זיך מקריב זיין אויף צו לערנן א גאנצע טאג איז אייביג געווען א מדריגה אין כלל ישראל.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאקהאט געשריבן:↑דינסטאג יוני 18, 2024 8:03 am
יא, דער מושג פון אן ארגאניזירטע כולל איז א חידוש, פונקט ווי אן ארגאניזירטע חדר, ישיבה, חסידות, און מוסדות ארגאניזאציע.
דער מושג פון פרויען ארבעטן ווען דער מאן לערנט א גאנצע טאג איז נישט קיין נייעם. נאר איינער וואס ווייסט נישט מער פון היסטאריא ווי די 1950ס און ווייטער. אינדערהיים, אין רוסלאנד פולין ועוד, איז דאס נישט געווען קיין זעלטענם ערשיינונג. אלע יושבים ביי רביס, אדער 'לומדים' וואס ווערן דערמאנט אין די פוסקים אדער תשובות, האבן אזוי געלעבט.
און די היסטאריא פון ארץ ישראל איז היבש פארדרייט. איידער עס איז געווען א חבת ירושלים אדער שומרי החומות איז געווען א פקידים ואמרכלים פון 'כולל הו"ד', און דערנאך א כולל ווילנא.
בקיצור, זיך מקריב זיין אויף צו לערנן א גאנצע טאג איז אייביג געווען א מדריגה אין כלל ישראל.
מקריב זיין אויף צו לערנען יא, אין נישט פון דעם רעדט מען דא!
מרעדט דא פון אינגעלייט וואס כולל איז נאך א עפאכע וואס זיי מוזן נעבעך דורכשפרייזן אין זייער לעבן, אין אנשטאט זייער טאג זאל זיין אנגעפילט מיט טור ושולחן ערוך, איז זייער טאג אנגעפילט מיט קיאסק, קאווע,אין שטייציך ווי מקען שאפן ביליגע קארן... אין די מער ערנסטע זענען פארנומען מיט כלל ישראל'ס פירצות
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @נקדימון @חברונער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!