פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נכד החתם סופר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 9:21 am
ווען דער רבי איז געקומען קיין אמעריקע האט מען נישט געארבעט אלץ בחור. פינטל.

די סטאנדארט איז געווען א בחור איז אין ישיבה ביז די חתונה און נאכדעם גייט מען ארבעטן, רבי מיכאל בער האט נישט געהאט קיין ישיבה למציונים.
רוב אידען וואס זענען היינט 80 + (און געווען 18-20 תש"ך) וואס איך קען, האבן נישט חתונה געהאט ביי די 18, און שוין געארבייט פאר די חתונה.
זייערע קינדער, האבן שוין רובם ככולם געלערנט אין כולל די ערשטע תקופה נאך די חתונה.
ביטע פרעגט אייערע טאטעס און זיידעס.

ר' מיכאל בער האט ער געשריבען א ספר אויף דעם נושא ס' הייסט דוכט זיך מיר 'הישיבה והיישוב'. ווי דארט באשרייבט ער זיין פלאן וויאזוי צו אוועקשטעלן די יישוב, פון ווי ס' וועט זיין תלמידי חכמים, פרנסה וכדומה.

עכ"פ כיום האבן מיר שוין עקספיריענס פון 80 יאר,
אלע עלטערע אידען פארשטייען אז די מהלך היינט איז אז א יונגערמאן דארף גיין אין כולל נאך די חתונה. ווער ס' פארשטייט בעסער, קען איך אים נישט העלפן.

די גאר מאדערנע קרייזען וואס האבן פארשטאנען אז נאר כלי קודש זאלן גיין אין כולל, האבן ניטאמאל קיין אייגענער מלמדים / סופרים / שוחטים / משגיחי כשרות / מוהלים [אפשר א דאקטאר מוהל...].
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

נכד החתם סופר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 10:24 am

רוב אידן פון 80 יאר, וואס זענען געווען צוואנציג יאר תש"כ האבן יא געלערנט אין א ישיבה און נישט אין א כולל, פשוט שקר וואס דו זאגסט, ישיבה און כולל איז נישט איין זאך. איך זאג דאס טאקע ווייל איך האב גערעדט צו מיינע זיידעס.

ווי האט דער סדרן געשריגן? אויב סוועט נישט ווערן ארדענונג וועט מען דארפן זאגן נעמען...

אדרבה, דו רעכן אויס סיי וועלכע איד אין סאטמאר פון 85 יאר וואס האט נישט געלערנט אין א ישיבה. קיינער פון זיי האט נישט געלערנט אין א כולל.

ווי שטייט אין רבי מיכאל בערס ספר אז סגייט זיין א ישוב פון כלי קודש...?

ווען סאטמאר רב איז געקומען קיין אמעריקע אין תש"ז איז ער געווען זומער אין סאמערוויל, ביי רבי מיכאל בער אין ישיבה, ווער האט דעמאלטס געלערנט דארטן? פשוטע אידן, די הערצאגס, בכלל נישט קיין מציונים.

סאטמאר רב האט שוין געהאט אין תש"י יעדע אידישע איפראסטרוקטור, אינקלודעד א ישיבה, אבער פון א כולל האט ער עפעס מיסטרעיעז פארגעסן ביז תשכ"ד, הלא דבר הוא.

איך האלט נישט אז איך פארשטיי בעסער ווי גדולי ישראל, אויב זיי זאגן אז מדארף גיין אין כולל, אבער צו זאגן אז מפארקויפט שקרים אז סאטמאר רב האט נישט געהאלטן פון קיין כוללים איז נישט פארקויפטע שקרים, דאס איז די אמת. אנפאנג האט ער טאקע נישט געהאלטן דערפון.

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:01 am

קוקט ביטע אריין אינעם ספר הישיבה והיישוב. אין די מהדורה ווואס איז געדריקט אינעם תורת חמד איז עס עמוד קע"ד, דארט שטייט אז בחורים 'מוכשרים' זאלן בלייבן לערנען ביז די חתונה.

אין עמוד רכ"ז דערמאנט ער א תקנה אז א געווענליכער בחור דארף זיך מתחייב זיין צו זיין אין ישיבה לכה"פ 'דריי' יאר, נישט לענגער.

לגבי א כולל האט די רבי נישט מיסטריעז פארגעסען, דאן האט די צוקופענטע ראב"ד ר' ישראל חיים מנשה זצ"ל אויכעט געארבעט נאך די חתונה.
נאר וואס ר' ישראל חיים מנשה איז געוועזן א יחיד ווואס האט דאס באוויזען.
מיר איז נישט באקאנט פון נאך א איד אין סאטמאר וואס איז געגאנגען ארבעטען גלייך נאך די חתונה און ער איז אזוי אויסגעשטיגען, (און אויכעט נישט די העלפט) .

בקיצור, ווי איך האב שוין דערמאנט אין מיין פריערדיגע תגובה, קען מען נישט פארגלייכען די מצב פונעם דור דעמאלט וואס מצד אחד איז געווען א קליינע עולם וואס האט נישט געהאט קיין לחם לאכול, און מצד שני זענען נאך געווען גענוג כלי קודש ווואס האבן גענומען שימוש אינדערהיים.
צו די קומענדיגע דור, וואס מצד אחד האט מען געדארפט אוועקשטעלן ערליכער בעלי בתים וואס קענען זיך ספראווען מיט די נסיונות וואס אמעריקא שטעלט פאר, און מצד שני איז די עולם געוווארען גרעסער. ווי אויך זענען די עלטערע כלי קודש נישט געווארען יונגער...
און מען האט מען געדארפט אוועקשטעלן די נייער כלי קודש וואס זענען שוין געבוירען אין אמעריקא.

אגב, אז איר עט מאכן אן אמת'דיגע חשבון וועט איר זעהן אז מען דארף האבן 30% פון יעדער כיתה וואס זאל זיין כלי קודש. דהיינו אז לכה"פ 40% פון די כתה דארף בלייבען אין כולל פאר א לענגערע תקופה.

נכד החתם סופר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:23 pm

איך בין אינגאנצן מיט דיר אבער ספעלט נישט אויס צו פארדרייען היסטאריע, די מושג פון א כולל איז א שפאגל נייע זאך.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ליידער, איז עס זייער שווער צו טרעפן אן 85 יעריגע איד אין סאטמאר היינט צו טאגס. דעמאלס איז ער געבוירן געווארן אין תרצ"ט, און סאטמאר באשטייט פון אונגארן אפשטאמיגע, נישט אמעריקאנע געבוירענע.

איך וואלט טאקע געוואלט וויסן וואס טון יונגעלייט מיט די צוויי יאר נאך די חתונה, וואס פארא פערצענט לערנן טאקע יא, און די וואס לערנן, פארוואס לערנן זיי? אלס פרומקייט? ווייל זיי ווילן קענן די הלכות למעשה?
איך מיין נישט די מצויינים וואס וואקסן אויס און האבן א געשמאק אין לערנן, איך מיין דייקא די וואס האבן שוין אן אויג אויף צו גייען ארבעטן.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
נכד החתם סופר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:32 pm

איך בין אינגאנצן מיט דיר אבער ספעלט נישט אויס צו פארדרייען היסטאריע, די מושג פון א כולל איז א שפאגל נייע זאך.

אזויווי דאס עסען.
אמאל האבן ישיבה בחורים געגעסען טעג, און היינט עסט מען אין ישיבה.

איז אמאל בזמן הגמ' האט מען איבערגעלאזט די שטוב פאר צוויי-דריי יאר צו צוריקגיין אין ישיבה.
שפעטער איז געווארען די מושג פון 'קעסט'.
און היינט איז עס אז די קהילה האלט אויס א כולל.
די קאנצעפט איז די זעלבע, די צורה איז אביסעל אנדערש געווארען.

אינעם ספר בצל תומר ח"ב פרק ח' ברענגט ער אראפ אז די סיבה פון עפענען א כולל איז געווען אז מען זאל נישט גיין לערנען אין די פרעמד, און אז מען זאל האבן גענוג כלי קודש.
לענ"ד איז עס נישט קיין צוויי טעמים נאר איין טעם, אז מען זאל האבן כלי קודש וואס האבן יונק געווען די אמת'ער דעת תורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע רבי'ס.

שפעטער אין די הערה ברענגט ער צו נאך א טעם;
קאלסבורגער רב זצ"ל האט געלערנט אין סאטמאר כולל אין ירושלים, און ווען די רבי האט דאס געזעהן האט ער געזאגט אז םאר דעם יונגערמאן האלט ער אפען די כולל.
דהיינו, אין כדי מען זאל קענען האבן גדולי ישראל אזויווי די קארלסבורגער רב מוז זיין א גאנצע כולל, בבחינת כל העולם כולו לא נברא אלא לצוות לזה, און אנדערש וועט נישט אויסוואקסען די קומענדיגע פוסק הדור.

בקיצור, צו קלאר מאכן די זאך אין איין ווארט.
די רבי האט געהאלטן אז בדורינו זענען דא יחידי סגולה וואס ס' איז טאקע תורתם אומנתם אינגאנצען, בבחינת ראיתי בני עליה והמה מועטים.
לאמיר נעמען א דוגמה פון ר' שמעיה גרינבוים זצ"ל וואס ער איז טאקע געבליבען אין בית מדרש נאך די חתונה נאך פאר ס' איז געווען א כולל אין סאטמאר.

אבער שפעטער אין די תש"כ יארן, כדי אז מען זאל האבען כלי קודש, מלמדים און מגידי שיעורים, און אז די קומענדיגע פוסקי הדור זאל האבן ווי צו אויסשטייגען האט דער רבי אוועקגעשטעלט א געהעריגע כולל.
שפעטער האט מען געזעהן אז אויך כדי צו האבן ערליכער בעלי בתים, קען נישט א בחור גלייך ארויסגיין אויפן גאס, האט מען אוועקגעשטעלט אז אלע יונגערלייט זאלן גיין אין כולל אוף א 2-3 יאר.
די עולם ווערט טאקע געבעטען צו ארויסהעלפען די הנהלת הכוללים מיט שיינער נתינות אז זיי זאלן קענען אוועקשטעלן ערליכער בעלי בתים, כלי קודש, מלמדים און מגידי שיעורים, און דער קומענדיגע פוסקי הדור.
לעצט פארראכטן דורך נכד החתם סופר אום דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 6:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

צ''ק

פאר פיוטשער כלי קודש, פאר אידן וואס זענען גרייט צו הארעווען 12 שעה א טאג, און פאר בנש''קלעך.

אינגעלייט וואס שפילן תורה וגדולה און האלטן מיט דריי פערטל וואס טוט זיך אין די ווייבס ביזנעס ווייל אמער ער איז דאך תורתו אומנתו, ער לערענט מאקסימום זעקס שעה א טאג (לערנען מיינט נישט זיצן ביי די אפענע גמרא און פירן א וויכטיגע שמועס וועגן סעק' 8 וואס ער ברויכט נויטיג האבן כדי צו בלייבן לערנען. כאפסט?) אזא אינגערמאן זאל זאפארט זוכן א דזשאב!

ר' מיכאל בער האט געזאגט אז א אינגערמאן וואס לערענט נישט צוועלעף שעה א טאג זאל גיין גראבן קוילן.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

בנוגע וואס דער רבי האט געהאלטן קענסטו האבן צענדליגער ווערסיעס
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איינער שפאצירט אריין אין א כולל, זיצט זיך אראפ, און באקוקט די ציבור.

זע'ען זעט ער א יונגערמאן וואס זיצט אגאנצן טאג אין כולל. פון די צייט דארט לערנט ער נאר זעקס שעה, נישט די גאנצע צוועלף (פון דריי סדרים - פינף, פינף, און צוויי).

ער קען טראכטן, "פשיאא, א זעקס שעה געלערנט! וויפיל האט ער זוכה געווען אריין צו נעמן אין די שעות?! אשרי חלקו! ווען ער גייט דען ארבעטן, האט ער דען מער ווי א שעה צוויי א טאג?"

ער קען אויך טראכטן, "הלוואי ווען די אנדערע זעקס נוצט ער אויך אויס צו לערנן. שטעל זיך פאר ווי ער וואלט נאר געקענט אנקומן מיט דאפעלטע שעות!"

אדער קען ער טראכטן, "אז ער לערנט נישט די אנדערע זעקס שעה, זאל ער בעסער נישט לערנן די ערשטע זעקס שעה."

טראכטס א סעקונדע וואס אן אוהב תורה וואלט געטראכט. פארגעס פון מעשעלעך און מימרעלעך, טראכט נאר גוט אריין.

און דעריבער זענן די אלע מימרעלעך אומוויכטיג. ווייל יעדער גלויבט דאך וואס ער וויל און וואס שטימט מיט זיין אדזשענדע. היתכן דיין ווילונג איז ווייניגער לערנן?!
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
נכד החתם סופר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

איישישאק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 4:16 pm
ליידער, איז עס זייער שווער צו טרעפן אן 85 יעריגע איד אין סאטמאר היינט צו טאגס. דעמאלס איז ער געבוירן געווארן אין תרצ"ט, און סאטמאר באשטייט פון אונגארן אפשטאמיגע, נישט אמעריקאנע געבוירענע.
אין אונגארן האבן זיך די צרות אנגעהויבען אדר תש"ד, ממילא זענען דא אין סאטמאר פלטים פון די יארען, נישט אזויפיל, אבער ס' זענען דא.
אוודאי געוויס, די אלע בחורים און קינדער האבן פארפעלט גאר אסאך אין זיייערע יוגנט, ממילא איז די גאנצע קשיא פארוואס די רבי האט נישט אוועקגעשטעלט א כולל אין די תש"י יארן איז מעיקרא ליתא.
די בחורים אין די יארן אע"פ אז דאס לערנען האבן זיי פארפעלט זעהר אסאך, זענען געווען דורכגעזאפט מיט די יראת שמים פון דערהיים, קיינער האט זיי נישט געצוואונגען צו קומען קיין סאטמאר בפרט, אדער גיין א קאפל בכלל. מיט זיי האט טאקע די רבי אוועקגעשטעלט די ערליכער בעלי בתים פון סאטמאר וואס האבן זיך מוסר נפש געווען על כל קוצו של יוד. און אנגעפילט די בית המדרש אין די פארטאגס און די ביינאכט שעה'ן.

די כולל האט די רבי אוועקגעשטעלט מיט די קינדער וואס זענען געבוירען שוין נאכן קריג און געהאט א געהעריגע חדר און ישיבה, אויף צו אוועקשטעלן די קומענדיגע דור פון מרביצי תורה און כלי קודש.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: פאר וועם איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך בין נישט פון וויליאמסבורג, דעריבער מאך איך אפשר א טעות, אבער די אויסזיכטן פון א פינף יעריג קינד דורכצולעבן די קריג אין אונגארן זענן געווען פיל קלענער ווי אלע אנדערע. די וואס האבן עס דורכגעלעבט זענן געווען די וואס זענן געווען צווישן די פערצן און די פערציג, וואס האבן געהאט די כוחות דורכצושטופן די צרות.

עכ"פ כך נראה לענ"ד.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”